דער אמאליגע פוילישע 'גורער שטיבל' אין וויליאמסבורג מיט אירע חשובע מתפללים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

דער אמאליגע פוילישע 'גורער שטיבל' אין וויליאמסבורג מיט אירע חשובע מתפללים

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 5:58 pm

לאור די פאלגענדע תגובה (אין די בד"ה אשכול) עפענען מיר דער אשכול איבער דער אמאליגע גור'ער שטיבל אין וויליאמסבורג.
ווערעצקי האט געשריבן:
וואץ האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:ספעציעל אריינגעסיינט צו באוויינען אזא איש צדיק אווי ר' עקיבא זצ"ל
מיר געדענקן אים גוט פונעם פוילישע שטיבל , גארניש געמאכט פון זעך א ת"ח עצום במלוא מובן המילה שייף על שייף ולא החזיק נפשיה טיבותא א איד וואס האט געקאנט קערן יעדע נאכט ס'ביהמ"ד משום כבוד ביהמ"ד און זיך אונטער געלערנט אויף אויסעווייניג

א פלאם פייערדיגע גורע חסיד תוך תוכו פלעגט קענען די גורע ספרים בעל פה אויפן לשון
געדענק מיר האמיר אים אמאל פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה פונעם אמרי אמת האט ער עס איבערגעפרעגט אפאר מאל צו קענען עס איבערחזר'ן און זיך הערצליך באדאנקט אווי מ'וואלט אים געגעבן אפאר טויזנט טאלער
נעבעך ניש איבערגעלאזט קיין קינדער

יהא זכרו ברוך

בד''ה. אבד חסיד מן הארץ. מה שמו ושם אביו להזכרה?
נולד למשפחה חסידי אלכסנדר ולאחר המלחמה נתקרב לחסידות גור והיה מתומכיה

ריכטיג, ר' עקיבא איז בשורש געווען א אלכסנדר חסיד, נאר נאך די מלחמה ווען פון די גאנצע אלכסנדר הויף איז כמעט גארנישט פארבליבן, די אלכסנדר רבי אין א"י איז נישט געווען קיין זוהן פונעם פריערדיגן רבי'ן, נאר אן אייניקל פון א ברודער פונעם ישמח ישראל און תפארת שמואל, די אלכסנדר רבי פון אמעריקע וועלכער איז יא געווען אן אייניקל פונעם לעצטן רבי'ן, האט נישט געפירט קיין רבי'סטווע ביז אין די שפעטע מ' יארן, ממילא איז ר' עקיבא - אזויווי אסאך אנדערע פוילישע איבערלעבער - אנגעקומען קיין גור.
בדרך אגב, וואלט געווען כדאי צו מאכן אן אשכול איבער די גור'ע שטיבל אין וויליאמסבורג, וואס איז געווען לכתחלה איינס מיט די פוילישע שטיבל, און שפעטער זיך געטיילט און אראפ אין די אונטערשטע שטאק. האט נאך געהאט די פארצייטישע פולישע לופט, געשפארט יעדע צענט, געגעבן ביי של"ס א פעקל געשניטענע ברויט מיט איין פושקעלע הערינג, לחם משנה איז געווען נאר איינס, וכו' וכו', און געדרייט האבן זיך דארטן גאר וואזשנע אידן, אזא שטייגער ווי ר' עקיבא ז"ל. ווער עס קען זיך מנדב זיין צו מאכן די אשכול, תבוא עליו ברכה.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:35 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 6:06 pm

גענומען פונעם אשכול איבער רבי שלמה אליהו ליכטער זצ"ל.

נחמן נתן האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר הרב יוראפ פארן עפענען דעם אשכול איבער דעם גאון וחסיד, און עס אזוי בארייכן מיט ידיעות און תוכן.

מיר האבן - להבחל"ח - זיך געקענט מיט דעם איד. ער איז געווען א ריכטיגער שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירא ולא מחזיק טיבותא לנפשיה. ער איז געווען פון די לעצט-פארבליבענע דערהויבענע אידן וואס זענען ווערד געווען צו ווערן פאררעכנט צווישן גדולי ישראל, און האבן ליבערשט אויסדערוועלט זיך צו אויסבאהאלטן אינעם אלטן גערער שטיבל אויף ראסס סטריט. צענדליגע יאהרן האט ר' אלי' דארט געדאווענט און אפילו פארגעדאווענט דארט אין די הייליגע טעג. דאס איז געווען א שטיבל ווי א גרויסער טייל פון זיי זענען געווען גאונים אדירים, צדיקים ובעלי מדות תרומיות וואס ס'איז נישט פארהאן קיין סאך פון די סארט.

ס'איז א ריכטיגער ווייטאג אז ס'גייט אוועק אזא איד וואס האט געוואשן דעם קאפ מיט תורה, און באהאנדלט אלעמען מיט ישרות און אמונה. אבער אלקיו קיים, מיר דארפן ממלא זיין אונזערע פליכטן לעשות רצון השי"ת טראץ וואס מיר זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין אלטן היים, און מיר ספראווענען זיך מיט אנדערע נסיונות ווי וואס יענע דור דעה איז אריבערגעגאנגען. זכר צדיק לברכה.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:30 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 6:53 pm

הגה"צ רבי מענדל אייגער זצ"ל וואס איז געווען דער כמו רב אין שטיבל ביי א ברכה אינטער דער חופה
צוגעלייגטע
IMG_0037.JPG
IMG_0037.JPG (351.73 KiB) געזעהן 3731 מאל
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 6:58 pm

הגה"צ רבי מרדכי יודא לובארט זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG_0029.JPG
IMG_0029.JPG (27.49 KiB) געזעהן 3725 מאל
IMG_0027.JPG
IMG_0027.JPG (262.58 KiB) געזעהן 3725 מאל

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:07 pm

א טיילווייזע ליסטע פון די מתפללים, אין מוקדם ומאוחר, און מיר גיבן נישט קיין טיטלען דא

ר' איטשע מאיר טרויבע
ר' שמואל יעקב הכהן טרויבע (געווען א ר"מ אין תורה ודעת איבער 50 יאר) נפטר י"א חשון תשס"ט
ר' יוסף יאלעס (אבי יבלח"ט ר' אשר)
ר' מענדל אייגער (איידעם ביי הרב ווילנער, און שווער (דאכט זיך מיר) פון יבלח"ט האדמו"ר מריביטיטש)
ר' עקיבא צבי בערלינער (לא הניח זש"ק) נפטר ג' כסלו תשע"ט
ר' שלמה אלי' ליכטער (סופר סת"ם ומסדר גיטין וחליצה) נפטר ג' חשון תשע"ט
ר' מרדכי יודא לובארט
ר' נחמן ליזער
ובנו ר' שמחה ליזער
ר' משה ניימאן (אבי להבחל"ח ר' אלימלך ור' איטשע מאיר)
ר' משה בעער (לא הניח זש"ק),(געווען א בעלזא חסיד, און סוף ימיו זיך באזעצט אין א"י און אלעס אוועק געגעבען פאר בעלזא)
ר' חיים לייב הערשקאוויטש
ר' שמואל בונם ווייסבארד (איין איינציג קינד האט ער איבערגעלאזט, יבלח"ט אלמנת ר' שמואל יוסף פלוטשעניק ז"ל), (שפעטער געוואינט אין ב"פ)
ר' אברהם יצחק גראנאס (לא הניח זש"ק)
ר' ... זאדיק (ער האט איינגעפירט די שבת פעקלעך)
ר' אברהם? צוקערמאן (פון פענן סט.)
ר' יעקב פינקעלשטיין
ר' שמואל מרגליות (טאטע פון יבלח"ט ר' מאטל מרגליות) (שפעטער געווען א מתפלל אין סקווירא שטיבל אין ב"פ און אין ראחמסטריווקא)
ר' ... פשעווארסמאן
ר' ... לעפקאוויטש
ר' ... הכהן פריעדמאן (שווער פון יבלח"ט משפחת גולדבערג און פרידע)
ר' ... גוטמאן (טאטע פון יבלח"ט ר' ארי' גוטמאן)
ר' עזרא גראס
ר' איטשע פויגעל (בנו יבלח"ט ר' משה דיין בגור בב"פ)
ר' ... טיבערג (שווער פון יבלח"ט משפחת פישמאן און ווערדיגער)
ר' ... שפיגעל
ר' דוד גרינבוים
ר' פסח קארנדרעקסלער (געווען א ברסלאווער חסיד)
ר' הערשל שטיין
ר' ... צייטלין
ר' ... בילגריי
ר' ... צינץ (פון ווילסאן סט.)
ר' דוד וואסערטאל (טאטע פון יבלח"ט האדמו"ר מרימנוב)
ר' ... ציטראנענבוים
ר' ... מינץ
ר' דוד? ראזענבערגער
ר' איטשע? יוסקוביץ

ולהבחל"ח
ר' הערשל בוים לרפ"ש (שווער פון משפחת בוימהאפט)
ר' נח בענצילאוויץ (איידעם ביי ר' יודא? עקשטיין)
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:04 pm, פאראכטן געווארן 13 מאל סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:10 pm

ר' עקיבא בערלינער - אלס עדי קידושין
צוגעלייגטע
IMG_0032.JPG
IMG_0032.JPG (324.26 KiB) געזעהן 3703 מאל

שבט הסופרים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 4:48 pm

תגובהדורך שבט הסופרים » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:27 am

הרה"ח רבי אברהם יצחק גראנאס זכרונו לברכה
גם הוא היה מהבית אלכסנדערע חסיד ואחרי השואה דבק בכל לבו נפשו ומאודו ברבה"ק מגער.
היו לו ילדים שנרצחו בשואה הי"ד
ואחרי השואה נישא לאשה שחלתה ונפטרה ולאחמ"כ בשלישית למרת שרה טייטל שהייתה נשואה קודם לכן להרה"ח רבי חיים טייטל זצ"ל שהיה מתפלל לעתים אף הוא בפוילישע שטיבל
אביהם של הרה"ח רבי זיסמן (חדב"נ אדמו"ר מלובלין זצוק"ל) ורבי הערשל טייטל מבני ברק

שבט הסופרים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 4:48 pm

תגובהדורך שבט הסופרים » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:36 am

רבי אברהם יצחק גראנאס היה איש חסיד בכל מעשיו וצדיק בכל דרכיו.
למרות הסבל והשכול שעבר במחנות ההשמדה לא הפסיק מלהלל ולהודות לבורא כל עולמים ומרגלא בפומיה "על כל נשימה ונשימה תהלל קה"
בצעדת המוות היה לו נס משמים שאחר שכשל מחוסר אונים ניגש אליו מאן דהוא והגיש לו לחם לשובע נפשו ובכך ניצל ממוות
אחר השואה כשסיפר זאת לאדמו"ר מאלכסנדר עמו היה בידידות (על שהיה מבית חסידי אלכסנדר) אמר לו כי כפי הנראה היה זה אליהו הנביא שנשלח להצילו

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:16 am

נאך מתפללים (וועל זיי צו לייגען צום ערשטען ליסטע אויבען, און אויך שוין מאכען דארטען קארעקשען'ס און צו לייגען ערשטע נעמען)

ר' ... שפיגעל
ר' ... גרינבוים
ר' פסח קארנדרעקסלער (געווען א ברסלאווער)
ר' הערשל שטיין
ר' ... צייטלין
ר' ... בילגריי
ר' ... צינץ
ר' ... וואסערטאל (טאטע פון יבלח"ט האדמו"ר מרימנוב)
ר' ... ציטראנענבוים
ר' ... מינץ
ר' דוד? ראזענבערגער

אויף ר' ... זאדיק קען זיין אז ער האט יא איבער געלאזט קינדער
ר' ... צוקערמאן, מיינט מען אז ער האט געהייסען ר' אברהם
ר' מענדל אייגער איז געווען א איידעם ביי הרב ווילנער, און שווער (דאכט זיך מיר) פון יבלח"ט האדמו"ר מריביטיטש
ר' ... מרגליות איז דער טאטע פון יבלח"ט ר' מאטל מרגליות
ר' ... הכהן פריעדמאן איז דער שווער פון יבלח"ט משפחת גולדבערג און פרידע
ר' ... גוטמאן איז דער טאטע פון יבלח"ט ר' ארי' גוטמאן
ר' ... טיבערג איז דער שווער פון יבלח"ט משפחת פישמאן און ווערדיגער
ר' איטשע פויגעל'ס זוהן איז יבלח"ט ר' משה גור'ער דיין אין בארא פארק
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:35 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:32 am

זכרונות האט געשריבן:ר' מענדל אייגער איז דער שווער (דאכט זיך מיר) פון יבלח"ט האדמו"ר מריביטיטש; און געווען א איידעם ביי הרב ווילנער

פאטער פון ר' מאיר אייגער חתן האדמו"ר מאלכסנדר ב"פ ז"ל

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

שמחת תורה אין גור

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:12 am

די הקפות אין גור'ער שטיבל איז געווען א שם דבר, ווי חסידים ואנשי מעשה האבען געטאנצט, און טאקע געטאנצט. די טאנצען איז געווען זייער אינטרעסאנט, שיין, און ווארעם.

די פרויען אין גור (כמנהג גור) קומען נישט אפט אין שטיבל, אבער צו די הקפות שמחת תורה פלעגען זיי אלע קומען, און דער ווייבער שוהל וואס איז געווען אזוי גרויס ווי א טל ומטר איז געווען מלא על גדותיו.

געפירט די הקפות האט פארשטייט זיך דער גבאי/שמש/ש"ץ/בעל קורא (און וואס נישט) ר' עקיבא בערלינער זצ"ל. איז שוין נישט שווער זיך פארשטעלען ווי הקפות האבען אויס געזעהן. ר' עקיבא האט געטאנצט ווי ער וואלט געווען נאך א אינגעל, נאך א בחור, נאך א אינגערמאן אין שטיבל (געווען ביי זיך איינע פון מערערע און אלעס האט אים געפאסט). א איש אמת בתכלית האמת, געווען ביי זיך גארנישט, ווי נעמט מען היינט אזעליכע.

ר' פסח קארנדרעקסלער און ר' ... זאדיק, פלעגען מאכען קאזילקעס (טומבולסאסעס). דאכט זיך מיר אז ר' ... שפיגעל פלעגט אויך.

ר ' יוסף יאלעס פלעגט טאנצען א קאזאטשקע. דאכט זיך מיר קאזילקעס אויך.

ר' אברהם יצחק גראנאס האט געטאנצט מיט א בעזים, און אלעמען אריין געקערט און געשלעפט טאנצען.

אויך ר' שמואל מרגליות פלעגט אריין שלעפען אלעמאן טאנצען (אויף נישט צו טאנצען האט מען געקענט בלייבן אין דער היים)

אידען וואס זענען שוין נישט געווען אינג, האבען געטאנצט מיט אינגע כוחות און האבען זיך געפרייט בשמחת התורה און עס האט עושה רושם געווען.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:36 pm

נאך הוספות

ר' דוד וואסערטאהל איז אוועק דעם יאר.
ר' שמואל מרגליות, שפעטער א מתפלל אין סקווירא שטיבל אין ב"פ און אין ראחמסטריווקא.
ר' דוד? גרינבוים.
ר' איטשע? יוסקוביץ
ר' שמואל יעקב טרויבע איז געווען א ר"מ אין תורה ודעת.
ר' שמואל ווייסבארד'ס גאנצע נאמען איז ר' שמואל בונם.

(וועל זיי פארעכטען אין די ריכטיגע פלאץ)

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

הגאון רבי שמואל יעקב טרויבע זצ"ל

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:46 pm

הגאון רבי שמואל יעקב טרויבע זצ"ל איז געווען א מגיד שיעור אין ישיבת תורה ודעת איבער 50 יאר.

דא מעלדעט מען זיין פטירה און תלמידים קאמענטירען איבער אים.

https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... atzal.html

דער מעלדונג וואס אויב איז עס פון טאג פון זיין פטירה, איז ער נפטר געווארען זינטיג י"א חשון תשס"ט.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:56 pm

זכרונות האט געשריבן:ר' איטשע מאיר טרויבע
ר' שמואל יעקב טרויבע (געווען א ר"מ אין תורה ודעת איבער 50 יאר)

קרובים?
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:58 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:ר' איטשע מאיר טרויבע
ר' שמואל יעקב טרויבע (געווען א ר"מ אין תורה ודעת איבער 50 יאר)

קרובים?

ווייס נישט, אבער כ'מיין אז ביידע האבען איבער געלאזט קינדער.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:22 pm

מפטיר יונה איז געגאנגען פאר דער אסטראנאמישע סומע פון 50 דאלער!

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:47 am

די וואס ווייסען זאלען מיר פארעכטען, אבער כך מונח בזכרוני אז דער לב שמחה פון גור האט פאר א וויילע געוואוינט אין אמעריקע; ער האט דא געהאט געשעפטען; מיר דאכט זיך אז א ספרים געשעפט אין דער איסט סייד האט באלאנגט צו אים. דאס איז געווען צענדליגער יארען צוריק (לכאורה אין די כ' יארען). פלעגט ער דענמאלט זיין א אפטע מתפלל אין דער גור'ער שטיבל אין וויליאמסבורג. (ווי ער האט געוואוינט, צי אין ווילימסבורג אדער ערגעץ אנדערש, ווייס איך נישט; אבער עס איז משמע אז דא אין וויליאמסבורג)

אויך געהערט אז דער בית ישראל זי"ע האט געזאגט אויף זיין ברודער דער לב שמחה זי"ע אז צווי זאכען פעלען אים נישט; געלט און צרות.

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:23 pm

א ספעציעלן שכוח אייך הרב זכרונות , דיזער אשכול ברענגט ארויף גאר אנגענעמע זכרונות הגם רוב פון די אידן האבעך ניש געקענט ביי די פונקטליכע נעמען
אבער דאס איז איין שטיק נאסטאלגיע
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:09 pm

אין "דער איד" דער וואך איז דא א א שיינע לאנגע ארטיקל.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 3:18 pm

זכרונות האט געשריבן:א טיילווייזע ליסטע פון די מתפללים, אין מוקדם ומאוחר, און מיר גיבן נישט קיין טיטלען דא


ר' נח בענצילאוויץ (איידעם ביי ר' יודא? עקשטיין)


א שוואגער פון ר' יודא עקשטיין, איידעם פון ר' שלמה צבי עקשטיין ז"ל (פאטער פון הרב ק"א עקשטיין ז"ל- בוענאס איירעס)

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:36 pm

קרעדיט דוד'ל
צוגעלייגטע
BERLINER.jpg
BERLINER.jpg (69.43 KiB) געזעהן 2865 מאל

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:38 pm

אינטרעסאנט אז ר' עקיבא בערלינער איז אוועק אין טאג פון שלשים נאך ר' שלמה אליהו ליכטער.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:42 pm

אין מאמענט איז דא אן ארטיקעל איבער די פוילישע שטיבל.

אינפארמאטיוו, אבער מישט צווישען די אויבערשטע פוילישע שטיבל און די אינטערשטע גור'ער שטיבל. די מענטשען וואס ווערען דארט אויס גערעכענט האבען מער מיט דער אויבערשטע פוילישע שטיבל וואס גייט ווייטער אן מיט א תלמידי שערי יושר עולם.

רבי עקיבא איז געווען גבאי פונעם גור'ער שטיבל און נישט פון פוילישען שטיבל.

די צוויי שטיבלעך האבען איינס מיטען צווייטען נאר אז דער אינטערשטע איז געווען א תוצאה פונעם אויבערשטע, און שפעטער איז די אויבערשטע געווען א תוצאה פונעם אינטערשטע, אז ווען די אויבערשטע איז שוין געווען ווייניג מתפללים, האבען די תלמידי ישיבת שערי יושר קובע געווען דארט זייער ארט.

ר' שלמה ליזער און ר' אהרן ליכטער (ישיבת שערי יושר תלמידים) זענען זייערע טאטעס געווען מתפללים פונעם גור'ער שטיבל (א פאר אנדערע אויך), און ווען די שערי יושר תלמידים האבען געדארפט א פלאץ זענען זיי צוליב דעם געווארען מיטגלידער פונעם פולישען שטיבעל.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג נובעמבער 19, 2018 3:08 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:56 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:ר' איטשע מאיר טרויבע
ר' שמואל יעקב טרויבע (געווען א ר"מ אין תורה ודעת איבער 50 יאר)

קרובים?

געפרעגט און מען האט מיר געזאגט אז ר' שמואל יעקב טרויבע איז געווען א כהן און ר' איטשע מאיר טרויבע נישט.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

הגאון רבי יצחק (איטשע) מאיר טרויבע ז"ל

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:29 am

א חשובע ניק האט מיר דאס אריין געשיקט ותשחח"ל

רבי יצחק (איטשע) מאיר טרויבע ז"ל (געזאגט: טרויבּ), פון די חשובע מתפללים אינעם גור'ע שטיבל, איז געווען א תלמוד חכם און א גאון עצום אין פולן זין פון ווארט. ער איז יארן לאנג געווען דער הויפט ביבליאטעקאר אינעם אוצר הספרים אין מתיבתא תורה ודעת, די לומדים פלעגן אים אנפרעגן בכל מקצועות התורה, וכל רז לא אניס ליה. ער איז געוועזן א נחבא אל הכלים (אויך אין פיזישן אויסזען; ער איז געווען א נידעריג געשטעל), און טראץ וואס ער איז געוועזן א תורה-ריז האט נישט געמאכט פון זיך קיין גרויס וועזן, אבער אידן מיט א תורה שמעק האבן פארשטאנען צו דעם גרויסן אוצר וועלכער דרייט זיך בתוכינו. גיסו רבי שאול קליין נ"י האט פארציילט אויף זיין חצי שיעור פראגראם אז הגאון אבדק"ק דעברעצין זצ"ל האט זיך משתתף געווען ביי זיין בר מצוה און געשמועסט מיט רבי איטשע מאיר, ער האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט צו די ארומיגע "דער דאזיגער אינגערמאן קען לערנען". (זיי זענען גראדע אויך געווארן מחותנים ווען רבי שאול איז שפעטער געווארן אן איידעם ביים דעברעצין רב זצ"ל.)

רבי איטשע מאיר האט פארמאגט א מוח נפלא וואס ער האט אויסגענוצט פאר יגיעת התורה; ער האט נישט פארברענגט קיין צייט מיט דברים של מה בכך. נאך אלץ אינג קינד אין פוילן האט ער געקריגן א נאמען אלץ אן אויסגערופענער עילוי און בעל כשרון, אזש זיין פאטער רבי משה הי"ד - א גרויסער ת"ח און אן איש מוצלח - האט געברויכט דינגען א פריוואטע מלמד צו לערנען מיט אים. שפעטער ווען ער איז געקומען לגיל בר מצוה האט אים זיין פאטער געשיקט לערנען אין ישיבה, ער איז געזעסן און עוסק געווען בתורה מבוקר ועד ערב און זעלטן וואס ער איז אהיימגעגאנגען צו זיינע עלטערן. די פגישות מיט זיין פאטער זענען מיינסטענס פארגעקומען אין די ימים טובים טעג אין גור.

ער איז געווען א מומחה אין אלטע כתבי ידות און שינוי נוסחאות בש"ס ובראשונים. באזונדער האט ער כסדר עוסק געווען אין מסכת קידושין, ער האט געשריבן א קונטרס וואו ער איז משווה די פארשידענע נוסחאות אין די מסכת.

רבי איטשע מאיר - ווי רוב פוילישע איבערלעבער - האט מיטגעמאכט 5 לאנגע יארן כוס התרעלה אונטער די דייטשע רשעים ימ"ש אין פארשידענע לאגערן. דארט אין גיהנום האט ער זיך מוסר נפש געווען צו בויען א סוכה'לע א קליינע מיט ברעטעלעך געמיינע, ער האט געזאגט אז האלטן די ברויט אין די הענט ביז צו די לסוכה איז געווען א גרעסערע מסירות נפש ווי דאס עצם בויען א סוכה... ער איז דער איינציגסטער פון זיין פאמיליע וואס האט איבערגעלעבט דעם חורבן. נאכן קריג האט די השגחה עליונה אים געפירט קיין שוועדן. אויך איז אנגעקומען אהין זיין צוקונפטיגע פרוי אן אפשטאמיגע פון אונגארן, מרת רחל בת הרה"ח רבי אייזיק קליין ז"ל מקערעסטיר-ב"פ. זיי האבן זיך משדך געווען דארט אינעם ווייטן שוועדן און דערנאך אימיגרירט אהער קיין אמעריקע. ווען זי האט דערציילט פארן פאטער רבי אייזיק אז זי איז א כלה געווארן בשטו"מ און אז די חתן איז א גור'ער בחור, האט דער פאָטער -- א הייסער קנאי פונעם אונגארישן חדר, א תלמיד פון הרב דושינסקיא זצ"ל, א חסיד פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל -- כמעט אראפגעטראסקעט פון בענקל.. "אן אגודה'יסט?!!" שפעטער איז רבי איטשע מאיר אריבערגעקומען פאר א באזוך און רבי אייזיק האט געכאפט א שמועס מיט אים אין לערנען, האט ער זיך אויסגעדרוקט "אזא אגודה'יסט איז נישט אזוי געפערליך..."

ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען שטודירן א פאַך, אבער די חברה דארט אין תורה ודעת האבן שנעל געלייגט אן אויג אויף אים, און זיי האבן אים שוין נישט ארויסגעלאזט פון די האנט... ער האט עוסק געווען אין פארשידנארטיגע ארבעט אין די זייט. ער פלעגט ער אויך טוהן סענסעטיווע קלאסיציפירטע ארבעט פאר די מיליטער.

רבי איטשע מאיר איז נפטר געווארן אין זיינע מיטעלע 60'גער יארן בשנת תשמ"ז לפ"ק, נאכן שוויצן 4 שווערע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע. זיין לויה איז ארויסגעגאנגען פון ישיבה תורה ודעת. די סעודת שלושים איז פארגעקומען טאקע דא אינעם גור'ער שטיבל וואו ער האט פארברענגט מיט תורה ועבודה די לעצטע 40-35 יאר פון זיין לעבן.

ער האט איבערגעלאזט א שיינע שטוב פון קינדער און אייניקלעך לומדי ומחזיקי תורה:
חתנו רבי בנימין טאוב, מאנ"ש גור בפלעטבוש
בתו דר. געלבפיש פון פלעטבוש, א קינדער דאקטער אין וויליאַמסבורג. בעלה דר. חיים (גערי) געלבפיש, א כירורג.
בנו רבי משה (מאריס) טרויבע פון מאנסי, א באקאנטע מאגן דאקטאר אין NYU שפיטאל.

יהא זכרו ברוך.

בילד: רבי איטשע מאיר אין די פריע תש"י יארן מיט זיין שווער און שוואגערס.
רעכטס צו לינקס רבי הערשל קליין ז"ל, רבי איטשע מאיר ז"ל, זיין שווער רבי יצחק אייזיק קליין ז"ל, ולהבחל"ח רבי מאיר שלום קליין נ"י (די בילד איז ביי רבי מאיר שלום'ס חתונה).
צוגעלייגטע
איטשע מאיר טרויבע2.jpeg
איטשע מאיר טרויבע2.jpeg (18.08 KiB) געזעהן 2673 מאל
איטשע מאיר טרויבע.jpeg
איטשע מאיר טרויבע.jpeg (75.11 KiB) געזעהן 2673 מאל


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט