מרת ראזשי רובינפעלד [רויזעלע פירסט] ע"ה פון ציריך י' אב תרפ"א - י"ג תשרי תשע"ט

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

מרת ראזשי רובינפעלד [רויזעלע פירסט] ע"ה פון ציריך י' אב תרפ"א - י"ג תשרי תשע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

אין די לעצטע טעג איז נסתלק געווארן האשה החשובה והצנועה מרת רויזא רובינפעלד (רויזעלע פירסט) ע"ה פון ציריך, וועלכע איז געווען באוואוסט צוליב איר קשר וואס זי האט געהאט מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע און מיט די רעבעצין ע"ה אין ענדע פון די צווייטע וועלט קריג, און ביי די ערשטע תקופה דערנאך, סיי מיט די הילף וואס זי האט זיי געהאלפן און געראטעוועט זייער לעבן אין בערגן בעלזן, און סיי וואו דער רבי מיט די רעבעצין האבן אויף איר געלייגט זייערע הענט און איר גענומען אונטער זייער פארטוך איר צו חתונה מאכן און צוריק שטעלן אויף די פוס.


לרגל מיין טויזענסטער תגובה, וואלט איך געוואלט צושטעלן עפעס תוכן'דיג פאר די חשוב'ע ליינער, האב איך זיך גענומען צו די ארבעט איר אביסל צו באשרייבן, און איר קשר מיט'ן רבי'ן ז"ל.
טראץ דעם וואס זי איז שוין אסאך באשריבן געווארן אין פארשידענע מאגאזינען, און אין א קליין ביכעלע 'זכרונותי מהעבר', וועל איך פראבירן ארויסצונעמען די ביאגראפישע אינפארמאציע, און ארויסשטעלן עטליכע בילדער וועלכע געפונען זיך אין מיין באזיץ.

זי איז געבוירן אין שטאט טירנויא (טשעכיי) אום מוצאי תשעה באב תרפ"א, צו איר פאטער הר"ר יוסף פירסט זצ"ל, וואס איז געווען א תלמיד חכם און א פארמעגליכע איד, און צו איר מוטער מרת חנה ע"ה בת ר' יצחק צבי פרייה ז"ל איידעם פון הרה"ק בעל 'כתב סופר' זי"ע.

דאס מיינט אז זי איז געווען פון די לעצטע רעכטע אור-אייניקלעך פון מרן ה'כתב סופר'.

איר פאטער איז געווען א תלמיד פון הגה"ק ר' שאול בראך זי"ע און פון הגאון ר' יהודה גרינוואלד אבד"ק סאטמאר זצ"ל. יעדן פארטאגס פלעגט ער לערנען חברותא מיט הגאון ר' שמואל דוד אונגאר זצ"ל שפעטערדיגע נייטרא רב, אין די צייטן ווען ער האט געדינט אלס רב אין טירנויא.

אנפאנג תש"ב האט זיך אהנגעהויבן די דעפארטאציע פון טירנויא, האט מען איר דאן אויסבאהאלטן אין א קעלער [צווישן די מייז אד"ג] אין לויף פון בערך א האלבע יאהר. ווען דער מצב איז שוין געווען נישט ערטרעגליך, האט זי פראבירט זיך אריבער צו כאפן קיין אונגארען [וואו דער מצב איז נאך געווען עטוואס לייכטער], ביים דריטן מאהל זיך שמאגלען איז איר געלונגען און זי האט זיך געפונען אין בודאפעסט - אונגארען.

ס'איז נישט דא די פלאץ צו מאריך זיין מיט אלע דעטאלן פון איר קריג'ס איבערלעבעניש, לאמיר צוגיין צום ענין:
אירע עלטערן האבן זיך קורץ דערויף אויך אריינגעשמאגעלט קיין אונגארען, און דארט האבן זיי און זי זיך אויפגעהאלטן ביז כ"ד אדר תש"ד, ווען די רשעים זענען אריין קיין בודאפעסט, און דאן זענען זיי אנטלאפן קיין גרויסווארדיין, נאך עטליכע וואכן אום י' אייר האבן די דייטשען געגרונדעט דעם געטא אין שטאט, וואו עס האבן זיך אויפגעהאלטן 35000 אידן, וואס פון זיי זענען געציילטע געבליבן ביים לעבן.

ב' סיון דערנאך האבן זיך אהנגעהויבן די טראנספארטן קיין אוישוויץ, און ביז דערווייל האט מען געפייניגט די אידן מיט שרעקליכע יסורים.

איין שבת נאכמיטאג 4 אזייגער זענען זי מיט אירע עלטערן אויך נעבעך גערופן געווארן צום טראנספארט. שטייענדיג פארן ארויפגיין אויפן באן, מיט-אמאהל קומט צו צו איר א נישט אידיש מיידל, און דערלאנגט איר א הוט-פושקע זאגענדיג 'לייג אריין אלע דיינע זאכן אין דעם, און קום מיט מיר', זי האט מורא געהאט צו גיין, אבער אירע עלטערן האבן איר צוגעשטופט דערצו, און אזוי האט זי זיך מיט זיי געזעגנט, ווען קורץ דערנאך זענען זיי אהנגעקומען און אומגעקומען אין אוישוויץ.

די נישט אידיש מיידל, האט איר געגעבן אן אנדערן נישט אידיש נאמען מיט וואס זי זאל זיך רופן, און אזוי האט זי זיך געזעהן ארויס פונעם געטא, און מוצאי שבת איז זי געפארן צוריק קיין בודאפעסט. אהנקומענדיג קיין בודאפעסט האט זי געוואלט באצאלן פאר די מיידל פאר דעם באהן בילעט, אבער זי איז פלוצלינג נעלם געווארן. ווען זי האט דאס שפעטער דערציילט פארן רבי'ן ז"ל האט ער איר געענטפערט 'אליהו הנביא האט דיר געראטעוועט אין זכות פון דיינע אבות הקדושים'.

די ערשטע פאהר וואכן האט זי מיט די דאקומענטן אז זי איז נישט קיין איד, באקומען ארבעט ביי א גוי'שע פאבריק, אבער נאך אפאהר וואכן האט זי דאס שוין נישט געקענט דערטראגן, איז זי דאן אריבער מיט איר אידישע נאמען צום געטא וואו זי האט זיך געטראפן מיט קרובים. דאס איז געווען א ישועה מן השמים, ווייל צומארגענס האט מען ארויסגעשיקט דעם באן קיין בערגן בעלזן, וואס דאס איז געווען איר הצלה שליסל.

פארן ארויספאהרן האט זי גענומען אויף זיך צוויי קינדער וועמען זי האט נאכגעקוקט אין די קומענדיגע שטיק צייט אין בערגן בעלזן, איינער פון זיי איז הגה"צ ר' יצחק באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב פון לונדון.

באקאנט אז דער לאגער איז געווען פון די גרינגסטע לאגער דורכאויס דעם קריג, וואו מען האט נישט אזוי געפערליך געפייניגט און גע'הרג'עט. יעדן צופרי האט מען זיך געדארפט שטעלן אין די שורה וואו מען האט געקענט אמאהל שטיין שעות לאנג אין א ציה, די ערשטע פאהר טעג שטייענדיג אין די שורה, האט זי באמערקט קעגן איר א איד וואס האט דארט געדאווענט שחרית מיט א געוואלדיגע עבודה, נאכן זיך נאכפרעגן האט זי געהערט אז דאס איז דער רבי ז"ל, אבער פון טאג צו טאג האט זי געזעהן אז ער ווערט שוואכער און בלאסער, האט זי געהערט אז דאס איז צוליב ווייל ער עסט כמעט גארנישט, נאר ברויט מיט וואסער. באטראכטענדיג זיין דאווענען, איז זי געווארן היימיש מיט די רעבעצין ע"ה, און געווארן גאנץ נאהנט מיט איר.

נאכן בעהטן האט זי באקומען אן ערלויבעניש צו באהאנדלען די קראנקע אידן אינעם לאגער, און פון דאן האט זי זיך אהנגעהויבן אפגעבן מיט אלע צוקלאפטע קראנקע וואס זענען נעבעך געלען שוואך און קראנק, זי האט זיי אפגעוואשן און געברענגט זייער עסן א.א.וו. ס'האט זיך געמאכט אז פון זיי איז געבליבן א שטיקל ברויט וואס א קראנקער האט נישט געקענט עסן, פלעגט זי דאס ברענגן צום רבי'ן ז"ל, און איהם מיט דעם אויפגעלעבט.

זי איז געווען איינע פון די גליקליכע 350 אידן וועלכע זענען געראטעוועט געווארן פון בערגן בעלזן קיין שווייץ דורך די ערשטע קאסטנער באהן. באלד פארן ארויספאהרן איז זי געגאנגען זיך געזעגענען פונעם רבי'ן ז"ל וואס האט איר דאן געזאגט 'אויב איך וועל לעבן נאכ'ן קריג, וועל איך דיר אנטראגן א שידוך און איך וועל מסדר קידושין זיין ביי דיי חתונה'. פארן גיין באמערקט זי אז די רעבעצין טראגט צוריסענע שיך, דורכגעווייקט נאס פון די רעגנס וועלכע האבן באוואסערט דעם טאג דעם לאגער, האט זי אויסגעטוהן אירע שיך און דערלאנגט פאר די רעבעצין, זאגענדיג אז אין שווייץ וועט זי זיכער טרעפן גוטע שיך. יאהרן שפעטער האט די רעבעצין זיך אויסגעדרוקט 'די שיך האבן מיר דערהאלטן ביים לעבן'.

כ"ח אב – ב' אלול זענען געווען די פיהר טעג פון די שווערע רייזע קיין שווייץ, וואו מען האט אריינגעשטופט 120 מענטשן אין א וואגאן, טראץ וואס מען האט זיך פראבירט מחזק צו זיין אז מען פאהרט שוין צום באפרייאונג, אבער די פיזישע אומבאקוועמליכקייטן האבן שווער געמאכט אויף די רייזענדע צוקלאפטע נשמות.

אין באהן איז איר שטארק צו-נוץ געקומען אט דעם הוט פושקע וואס זי האט געקריגן פון די נישט אידישע מיידל, ווען זי האט זיך געקענט זעצן דערויף, און נישט געדארפט שטיין דעם גאנצן וועג.

פלוצלינג דערזעהט זי פאר זיך אן אלט אויסגעדאר'ט אידל וואס האלט אט ביים חלש'ען, נישט קענענדיג מער שטיין אויף די פוס, האט זי זיך גלייך אויפגעשטעלט און אהנגעטראגן דעם איד ער זאל זיך אוועקזעצן אויף די פושקע, ער האט אהנגענומען דעם פארשלאג און זיך אוועקגעזעצט, און באלד איינגעדרימל'ט. נאך 3-4 שעה, האט ער זיך דערוועקט און איר שטארק באדאנקט זאגענדיג אז זי האט איהם ממש געראטעוועט דאס לעבן, האט ער איר געפרעגט ווער זי איז, און דערנאך האט ער זיך פארגעשטעלט אלס 'יונתן שטייף', זי האט אבער נישט געוואוסט אז דאס איז עפעס א פערזענליכקייט.

פון דאן אהן ביז ענדע רייזע האט זי זיך איינגעטיילט מיט ר' יונתן אויף דעם פראוויזארישן בענקל, ווען יעדע פאהר שעה איז א צוויטע געזעסן. ר' יונתן האט איר דעמאלס אויך געזאגט ענדליכע ווערטער ווי דער רבי ז"ל 'אהנקומענדיג קיין שווייץ וועל איך העלפן זארגן פאר א גוטן שידוך פאר דיר'.

קיין שווייץ איז מען אהנגעקומען אין באזעל, וואו מען האט זיך געוואשן מיט ווארעם וואסער, און איבערגעטוהן די קליידער, און זיך אהנגעהויבן צוריק צו כאפן און קומען צו זיך. פון דארט איז מען געפארן מיט א באקוועמע מענטשליכע באהן קיין מאנטרעי, ווען פון די פענסטער זעהט מען ארויס די שיינע שווייצע אויסזיכט.

אהנקומענדיג קיין מאנטרעי, זעהט זי ווי עס ווארטן אפ דארט א גרופע ישיבה בחורים צוזאמען מיט זייער ראש ישיבה [הרב באטשקא פון מאנטרעי], און ווי נאר זיי דערזעהן דעם קליינעם אידל 'יונתן שטייף', לויפ'ן זיי צו צו איהם, האלזן איהם, און נעמען איהם אויף די אקסלען, און פרייען זיך עפעס ספעציעל מיט איהם, דאן איז זי געוואויר געווארן אז מען רעדט נישט דא פון א איינפאכער מאן, נאר פון א גאון וצדיק און שטאט'ס רב פון ק"ק בודאפעסט, און זי איז געווען גאנץ גליקליך מיט דעם אז זי האט געהאט די זכיה צו העלפן אזא איד.

דארט אין מאנטרע האבן זיי זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט אין א פלוכטעלינג'ס לאגער, און פון דארט האט מען זיי אריבערגעפירט קיין בעאטענבערג.

א שטיק צייט דערויף האט זי באקומען די גוטע בשורה אז דער רבי ז"ל מיט די רעבעצין ע"ה, זענען אהנגעקומען מיטן צווייטן טראנספאט אום כ"א כסלו תש"ה, זי האט באלד באקומען ערלויבניש פונעם אויפזעהער אויפן קעמפ, אז זי זאל מעגן פארן קיין בקאו [העכער מאנטרעי], באזוכן די חשוב'ע געסט דעם רבי'ן מיט די רעבעצין, פארשטייט זיך מיטנעמנדיג מיט זיך גוטע כשר'ע מאכלים מהנה צו זיין די נייע פליטים.

ווי נאר מען האט געלאזט, האט זי פארלאזט דעם קעמפ, און געפארן קיין ציריך וואו זי האט זיך אויפגעהאלטן ביי קרובים אין שטאט.

און טאקע קורץ דערנאך האט דער רבי איר משדך געווען מיט הרה"ח ר' פנחס הלוי רובינפעלד ז"ל, וואס איז געווען א יתום פון זיין טאטע'ן הרה"ח ר' יושע רובינפעלד ז"ל פון דובעצק – ציריך, זייענדיג א יתום איז ער ערצויגן געווארן טיילווייז ביי זיין עלטסטע ברודער הרה"ח ר' לייביש רובינפעלד ז"ל ראה"ק דק"ק לוגאנא, וואס ווי באוואוסט האט ער געהאט א גרויסע חלק אין די הצלה פון רבי'ן זי"ע.

ר' יושע רובינפעלד ז"ל איז געווען א שטארקע בלאזשוב'ער חסיד, און געווען שטארק דבוק אין פיהלע רבי'ס פון דור. ער האט זיך באזעצט אין ציריך קורץ פאר די ערשטע וועלט קריג, קומענדיג פון שטאט דובעצק אין גאליציע.

די מאמע פונעם בחור – די אלמנה, האט אפילו נישט געהעריג געזעהן דאס מיידל, זאגנדיג 'אז דער רבי טראגט אהן דעם שידוך, דארף איך מעהר גארנישט'.

דער רבי ז"ל האט טאקע אויסגעפירט אט דעם שידוך, טראץ די שווערקייטן ביז דאס איז געווארן, ווייל דער רבי איז שוין דאן געווען אין גענף אין שטוב פון הרה"ח ר' משה גראס ז"ל, און דער בחור מיט די מיידל אין ציריך, און ר' לייביש דער עומד מצד החתן האט געוואוינט אין לוגאנא, אבער טעלעפאניש האבן דער רבי מיט די רעבעצין געטוהן וואס נאר מעגליך אז דער שידוך זאל ווערן, ווען צווישן אנדערע האט דער רבי געזאגט פארן בחור 'אז די וועסט טוהן דעם שידוך וועסטו נישט חרטה האבן'. ב' אייר תש"ה איז דער שידוך געווארן למז"ט.

דער רבי הערנדיג אז דער שידוך איז געווארן האט ווידער דערמאנט די הבטחה אז ער וועט מסדר קידושין זיין אויף די חתונה, אבער דערפאר האט ער נישט געוואלט מען זאל מאכן די חתונה אין ציריך, וואו עס איז געווען א מרא דאתרא הגאון ר' מרדכי יעקב ברייש בעל 'חלקת יעקב' זצ"ל, וואס די סידור קידושין האט באלאנגט איהם, האט מען באשטימט אז די חתונה וועט זיין אין באדען [שווייץ].

לויט דעם באפעל פון רבי'ן האט מען געמאכט די חתונה נישט צו לאנג שפעטער, און אום כ"ג סיון תש"ה איז שוין געווען די חתונה.

די כלה רויזשי איז געקומען קיין גענף אויף צוויי וואכן וואו די רעבעצין האט מיט איר געלערנט אלע הלכות און איר צוגעגרייט צו איר חתונה.

אזוי ווי דער רבי ז"ל האט צוגעזאגט, איז ער טאקע ספעציעל געקומען צו פאהרען קיין באדען, און זיך משתתף געווען ביי די שמחה. ביי די חופה איז ער געווען דער מסדר קידושין, און ווידער איז ער אריינגעקומען זיך משתתף זיין ביי די סעודת החתונה אויף צוואנציג מינוט, און פאר די רעבעצין האט ער געהייסן זי זאל זיך אויפהאלטן אויף די גאנצע חתונה.

צומארגנ'ס פון די חתונה איז דער רבי אהגעקומען קיין ציריך, און אריינגעגאנגן צו די דירה פון די יונגע פאהר-פאלק, און ער האט דעמאלס קובע געווען די מזוזות אויף אלע טירען פון די דירה. דערנאך האט ער זיי געזאגט, אז ער וואונטשט זיך צו זיין דער שדכן אויך ביי דעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיי ביז א יאהר אי"ה...
און טאקע צום יאהר איז געבוירן דער עלטסטער זוהן יוסף, און ווען ער איז געווארן אכטצן איז דער רבי פונקט געווען אין שווייץ, און ער איז טאקע געווען שדכן אויך ביי זייער זוהן ר' יוסף.
דעמאלס ווען דער רבי האט זיי באזוכט אין די דירה, האט דער רבי זיי אהנגעזאגט אז זיי זאלן בלייבן וואוינען אין די דירה, און אויך די שמחות זאל מען מאכן דארט, און זיי האבן דאס טאקע אויסגעפאלגט, דארט האט זי געוואוינט ביז צום לעצטן טאג, און דארט האט זי געמאכט אלע שמחות פון די קינדער, 'שלום זכר', 'ברית מילה', 'בר מצוה', 'תנאים' און 'שבע ברכות'.
אויך נאך די חתונה האט זי מיט איר מאן געהאלטן א שטארקען קשר מיט'ן רבי'ן ז"ל, און פלעגן באזוכן ביי דער רבי און די רעבעצין ביי זייערע רייזע'ס קיין אמעריקא, און כל ימיה פלעגט זי דערציילן מיט בענקשאפט זכרונות פון די הערליכע טעג בצלו הטהור פונעם רבי'ן ז"ל.

דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת האזינו י"ג תשרי האט זי צוריק געגעבן איר נשמה, איבערלאזנדיג נאך זיך פיהר דורות פון ערליכע אידן יראים ושלמים, און מיטנעמנדיג מיט זיך אלע אירע גוטע מעשים און זכותים אויף דעם וועלט.


אירע זוהן זענען:
הר"ר יוסף הי"ו – ציריך
הר"ר יושע הי"ו – ציריך
הר"ר דוד הי"ו – ציריך

און די איידימער:
הר"ר טוביה גוטמאן הכהן גוטווירטה הי"ו – אנטווערפען
הר"ר יצחק הלוי פראנד הי"ו – ציריך / ארה"ק
לעצט פארראכטן דורך סוואליעווער אייניקל אום מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

די הוט-פושקע אויף וואס הגאון ר' יונתן שטייף זצ"ל איז געזעצן אין באן
אטעטשמענטס
הוט באקס.jpg
הוט באקס.jpg (360.98 KiB) געזען 3342 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

ראזע פירסט'ס נאמען אויף די ליסטע פון די באטייליגטע אויף קאסטנער'ס באהן
אטעטשמענטס
רשימה קאסטנער באהן.jpg
רשימה קאסטנער באהן.jpg (233.81 KiB) געזען 3341 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

איר מאן הר"ר פנחס הלוי רובינפעלד ז"ל
אטעטשמענטס
פנחס רובינפעלד.jpg
פנחס רובינפעלד.jpg (117.11 KiB) געזען 3339 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

דער בילד איז לכאורה פונעם רבי'ן אהנקומענדיג קיין באדען צו די חותונה פון רויזשי ע"ה
רעכטס פון רבי'ן גייט הרה"ח ר' משה גראס ז"ל בעל אכסניא אין גענף
לינקס פון רבי'ן גייט דער משמש בקודש ר' יאסל ז"ל
און נאך איהם גייט הר"ר משה באלאג ז"ל פון שווייץ
אטעטשמענטס
מגיע לבאדן.jpg
מגיע לבאדן.jpg (141.46 KiB) געזען 3339 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

איין באקאנטע בילד פון די חופה
אטעטשמענטס
בחופה רובינפעלד 1.jpg
בחופה רובינפעלד 1.jpg (134.71 KiB) געזען 3338 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

נאך א באקאנט בילד פון די חופה
אטעטשמענטס
בחופה רובינפעלד 2.jpg
בחופה רובינפעלד 2.jpg (73.31 KiB) געזען 3337 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

נאך א בילד פון די חופה
נישט געווען באקאנט ביז היינט

ווערן געזעהן:
די דריי אויבענדערמאנטע
דער חתן
הרה"ג ר' שמחה בונם שרייבער זצ"ל פון לוגאנא
[איידעם בי ר' לייביש רובינפעלד און ש"ב פון די כלה]
אטעטשמענטס
החופה.jpg
החופה.jpg (30.18 KiB) געזען 3335 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הערליכע שיינע רייכע באשרייבונג!

און מזל טוב פארן באקומען דעם טיטל "שר האלף"
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יציב פתגם האט געשריבן:הערליכע שיינע רייכע באשרייבונג!
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

גלאזער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:הערליכע שיינע רייכע באשרייבונג!
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן: אין די לעצטע טעג איז נסתלק געווארן האשה החשובה והצנועה מרת רויזא רובינפעלד (רויזעלע פירסט) ע"ה פון ציריך, וועלכע איז געווען באוואוסט צוליב איר קשר וואס זי האט געהאט מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע און מיט די רעבעצין ע"ה אין ענדע פון די צווייטע וועלט קריג, און ביי די ערשטע תקופה דערנאך, סיי מיט די הילף וואס זי האט זיי געהאלפן און געראטעוועט זייער לעבן אין בערגן בעלזן, און סיי וואו דער רבי מיט די רעבעצין האבן אויף איר געלייגט זייערע הענט און איר גענומען אונטער זייער פארטוך איר צו חתונה מאכן און צוריק שטעלן אויף די פוס.
........

די ערשטע פאהר וואכן האט זי מיט די דאקומענטן אז זי איז נישט קיין איד, באקומען ארבעט ביי א גוי'שע פאבריק, אבער נאך אפאהר וואכן האט זי דאס שוין נישט געקענט דערטראגן, איז זי דאן אריבער מיט איר אידישע נאמען צום געטא וואו זי האט זיך געטראפן מיט קרובים. דאס איז געווען א ישועה מן השמים, ווייל צומארגענס האט מען ארויסגעשיקט דעם באן קיין בערגן בעלזן, וואס דאס איז געווען איר הצלה שליסל.

פארן ארויספאהרן האט זי גענומען אויף זיך צוויי קינדער וועמען זי האט נאכגעקוקט אין די קומענדיגע שטיק צייט אין בערגן בעלזן, איינער פון זיי איז הגה"צ ר' יצחק באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב פון לונדון.
....

זי איז געווען איינע פון די גליקליכע 350 אידן וועלכע זענען געראטעוועט געווארן פון בערגן בעלזן קיין שווייץ דורך די ערשטע קאסטנער באהן.



(באקומען אין אישי)

ישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג.

לאמיר נאר צולייגן עטליכע קליינע אינטערעסאנטע פאקטן.

ערשטנס, די באן קיין בערגן בעלזן מיט וועלכע מרת רובינפעלד איז געפארן פון פעסט איז אויך געווען די "קאסטנער צוג" די ערשטע חלק וועג פון די טראנספארט צו פרייהייט. די באן איז געפארן פון פעסט, און האט געדארפט פארן גראד קיין שווייץ, נאר איז געווארן פארקירעוועט קיין בערגן בעלזן כידוע.

פון בערגן בעלזן זענען די אידן פון די "קאסטנער צוג" עווענטועל ארויסגעפארן קיין שווייץ אין צוויי טראנספארטן, און דאן איז מרת רובינפעלד געווען אין די ערשטע, און רבינו מסאטמאר זי"ע איז געווען אין די צווייטע.

--

די צווייטע זאך וואס איז א אינטערעסאנטע אומבאוואוסטע טייל פון די געשיכטע.

מרת רובינפעלד האט באקומען א בילעט אויף די קאסטנער באן ווי איר שרייבט פון "קרובים" דאס איז געווען ר' פנחס יודא בלוי ז"ל. ער איז געווען א איידעם ביי אברהם פרוידיגער ז"ל א ברודער פון דעם בארימטן שתדלן, דער הויפט פון די ארטאדאקסישע קאנצעליי אין פעסט ר' ר' פנחס פרוידיגער ז"ל.

דער ר' אברהם ז"ל איז געווען א איידעם ביי ר' יצחק לייב סופר ז"ל וועלכער איז געווען א איידעם ביי כתב סופר זי"ע. און אזוי זענען ר' פנחס יודא און מרת רובינפעלד געווען קרובים, זיי זענען געווען צווייטע קאזינס.

דער ר' פנחס יודא איז געווען א עסקן אין פעסט יענע צייט, און ער איז געווען דער וואס האט פארשאפט בילעטן פאר די באן פאר מרת ראזענפעלד, און אויך פאר נאך אידן, צווישן זיי די צוויי קינדער בני הרה"ק מקאשוי זצ"ל, ה"ה בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מרן אליעזר חיים בן חנה מלכה שליט"א לרפו"ש מקאשוי, און פאר זיין ברודער הרה"ג ר' שאול שלום שליט"א.

די פראבלעם איז אבער געווען, אז הרה"ק מקאשוי זצ"ל איז נישט געווען רואיג מיטצושיקן זיינע צוויי קינדער אליינס אויפ'ן באן, און בכלל איז ער געווען אומרואיג צו די באן וועט טאקע פארן קיין שווייץ צו פרייהייט. (און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז זיין חשד נישט געווען אומזינסט, און די באן איז מערערע מאל כמעט נישט באפרייט געווארן כידוע ואכמ"ל.)

און צו פארזיכערן פאר הרה"ק מקאשוי זצ"ל אז ער קען רואיג שיקן די קינדער וויילן די באן וועט זיכער ווערן באפרייט, און בכלל אז הרה"ק מקאשוי זצ"ל זאל וויסן אז איינער וועט אפבאכט געבן אויף די קינדער, האט ער פארגעשלאגן פאר הרה"ק מקאשוי זצ"ל מיטצושיקן זיין אייגענע קאזינע!

דאס האט געגעבן פאר הרה"ק מקאשוי זצ"ל די פארזיכערונג וואס ער האט געברויכט און האט געשיקט די קינדער, און זיי זענען טאקע ניצול געווארן אינאיינעם מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע כ"א כסליו.

און דאס זענען טאקע געווען די אנדערע פון די קינדער מיט וועלכע זי האט זיך געדארפט אפגעבן להבחל"ח ר' יצחק באב"ד שליט"א ווי איר שרייבט, און די קינדער פון קאשוי רב זצ"ל.

אלזא, שטעלט זיך ארויס אז זי איז מיטגעקומען אויפ'ן באן לכבוד די קינדער, און אזוי ארום געקענט זיין אזא גרויס הילף פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, פאר די רביצין און פאר הרה"ק ר' יונתן זצ"ל.

זאל עס זיין א זכות פאר זיי, ובפרט פאר מרן אליעזר חיים בן חנה מלכה שליט"א לרפו"ש בקרוב ממש.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

גלאזער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:הערליכע שיינע רייכע באשרייבונג!

אין ישר כח פאר די נייע בילד.( די לעצטע ביי די חיפה )
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”