קורצע שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה.

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

קורצע שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די שרעקליכע איבערלעבעניש וואס כלל ישראל איז דורכגעגאנגען בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, איז געווען אויסגעשטעלט מיט א סיסטעמאטישע רציחה אפאראט. די דייטשן האבן זיך נישט באפרידיגט מיט שיסן א מענטש דא און א מענטש דארט מיט בלויזע הייס געווער, נאר זיי זענען געזיצן און פלאנירט א דעטאלירטע פלאן וויאזוי אויסצוראטן דאס אידישע פאלק רח"ל.

זיי האבן אויפגעשטעלט לאגערן, מיט קרעמיטאריומ'ס וכו' וכו', וואס דארט האט מען ליידער טעגליך דערשטיקט טויזענטער אידישע קינדער אנשים נשים וטף זקנים עם נערים, אזוי אויך איז פארגעקומען נאך פארשידענע סיסטעמאטישע פייניגונג'ס מיטלען ווי מען האט געפייניגט צום טויט אונזערע זיידע'ס און באבע'ס, צו דורך שווערע טויטליכע ארבעט צו דורך אנדערע מיטלען.

למעשה האבן מיר דאס נישט מיטגעלעבט, מיר הערן כסדר פון זאכן וואס עס איז געשעהן בשעת די ביטערע מלחמה, אבער אסאך פרטים זענען נישט באקאנט פאר אונז וויבאלד מיר זענען נישט דארט געווען, און נישט אלעמאל גיבן די זקנים איבער יעדע פרט ופרט, נאר מען דערציילט באופן כללי.

פאר מיר אליין איז שוין עטליכע מאל געווען שווער פארשידענע זאכן וואס איך האב געוואלט פארשטיין, צומאל קליינע שאלות וואס עס פעלט פשוט די ידיעה דערין, דעריבער מאך איך דא אויף אן אפטיילונג ווי מען זאל קענען פרעגן שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה, קורצע שאלות וואס מען וויל צומאל פארשטיין, און צווישן אזא גרויסער ציבור דא, וועט אוודאי זיין אנדערע וואס וועלן וויסן מער און באוויליגן צו ענטפערן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

וזה החלי, שאלה 1# וואס איז די חילוק צווישן אוישוויץ און בערגן בעלזן, איז עס די זעלבע זאך אדער צוויי עקסטערע פלעצער, און בכלל וואס איז געווען די חילוק צווישן די צוויי לאגערן?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סידיראם האט געשריבן:וזה החלי, שאלה 1# וואס איז די חילוק צווישן אוישוויץ און בערגן בעלזן, איז עס די זעלבע זאך אדער צוויי עקסטערע פלעצער, און בכלל וואס איז געווען די חילוק צווישן די צוויי לאגערן?

אוישוויץ איז געווען א פארניכטיגונגס לאגער (בעיקר) און בערגן בעלזן אן ארבעטס לאגער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

שאלה 2# וואס איז געווען די ציל פון די דייטשן מיט די טויט מארש. זיי האבן דאך געהאט א ציל אויסצוהרג'נען אלע אידן, די גאנצע זאך פארוואס מען האט נישט יעדן געשיקט אין די קאלעך אויבן בשעת מען איז אנגעקומען קיין אוישוויץ, איז נאר געווען וויבאלד זיי האבן קודם געוואלט אויסניצן די אידן פאר זייער בענעפיט אז זיי זאלן ארבעטן פאר די דייטשן.

אבער ביי די ענדע פון די מלחמה, ווען זיי האבן שוין ממילא געוואלט אויסשיסן אלע אידן, פארוואס האבן זיי דאס געמאכט אויף א וועג פון א טויט מארש, פארוואס האבן זיי נישט פשוט צוזאמגענומען אלע אידן און אויסגעשאסן? (אולי האבן זיי געטראכט איבערצולאזן די גאר גאר שטארקע וואס קענען איבערלעבן אזא מארש, און זיי דערנאך ניצן אויב זיי פארלירן צום סוף נישט די מלחמה)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וזה החלי, שאלה 1# וואס איז די חילוק צווישן אוישוויץ און בערגן בעלזן, איז עס די זעלבע זאך אדער צוויי עקסטערע פלעצער, און בכלל וואס איז געווען די חילוק צווישן די צוויי לאגערן?

אוישוויץ איז געווען א פארניכטיגונגס לאגער (בעיקר) און בערגן בעלזן אן ארבעטס לאגער.


קום אריין אביסל קלארער. ביי ביידע האט מען געארבעט און ביי ביידע האט מען פארברענט? אדער אין בערגן בעלזן האט מען נאר געארבעט, און בכלל ווי איז דאס און ווי איז דאס.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איבעראל האבן זיי גע'רצח'ט...

בעיקר איז בערגן בעלזן געווען אן ארבעטס לאגער, די אידן זענען אהין געשיקט געווארן פון אוישוויץ ווען דער פינגער האט געטייטלט אויף רעכטס.

אוישוויץ איז געווען בעיקר אויף למיתה, עס איז אויך געווען דארט ארבעטס לאגערן וואו מען האט געארבעט ביזן סעלעקציע, אסאך אידן זענען דארט געווען פאר א שיינע פאר חדשים.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

האסט אבער נישט געענטפערט, ווי איז בערגן בעלזן און ווי איז אוישוויץ. איז דאס די זעלבע שטאט, אנדערע פלאץ?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אוישוויץ איז געווען אין פוילן און בערגן בעלזן אין דייטשלאנד
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איבעראל האבן זיי גע'רצח'ט...

בעיקר איז בערגן בעלזן געווען אן ארבעטס לאגער, די אידן זענען אהין געשיקט געווארן פון אוישוויץ ווען דער פינגער האט געטייטלט אויף רעכטס.

אוישוויץ איז געווען בעיקר אויף למיתה, עס איז אויך געווען דארט ארבעטס לאגערן וואו מען האט געארבעט ביזן סעלעקציע, אסאך אידן זענען דארט געווען פאר א שיינע פאר חדשים.

לפי ידיעתי איז בערגן בעלזן פשוט איינס פון די טויזנטער ארבעטס לאגערן ווי די דייטשן האבן אויסגעפיינוגט אידן פאר כלומפרשט וויכטיגע און אפיציעל אומוויכטיגע ארבעט
אוישוויץ איז געווען איינגעטיילט און צווי אוישוויץ און בירקענוי און תיכף ביים אנקומען האט מען געמאכט די סעלעקציע צי גיין ארבעטן און בירקענוי אדער ..רח"ל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דערנאך איז געווען סעלעקציעס איינמאל אין עטליכע וואכן, וועמען אוועקצושיקן צו אנדערע לאגערן, צווישן זיי בערגן בעלזן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

סידיראם האט געשריבן:שאלה 2# וואס איז געווען די ציל פון די דייטשן מיט די טויט מארש. זיי האבן דאך געהאט א ציל אויסצוהרג'נען אלע אידן, די גאנצע זאך פארוואס מען האט נישט יעדן געשיקט אין די קאלעך אויבן בשעת מען איז אנגעקומען קיין אוישוויץ, איז נאר געווען וויבאלד זיי האבן קודם געוואלט אויסניצן די אידן פאר זייער בענעפיט אז זיי זאלן ארבעטן פאר די דייטשן.

אבער ביי די ענדע פון די מלחמה, ווען זיי האבן שוין ממילא געוואלט אויסשיסן אלע אידן, פארוואס האבן זיי דאס געמאכט אויף א וועג פון א טויט מארש, פארוואס האבן זיי נישט פשוט צוזאמגענומען אלע אידן און אויסגעשאסן? (אולי האבן זיי געטראכט איבערצולאזן די גאר גאר שטארקע וואס קענען איבערלעבן אזא מארש, און זיי דערנאך ניצן אויב זיי פארלירן צום סוף נישט די מלחמה)

ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי געמאכט די טויט מארשן צי גיין וויטער פון פראנט צי קענען אויסניצן די אידן ביני לביני ווי אויך קען מען נישט גיין מיט ביקסן אזוי פשוט אויסשיסן צענדליגע טויזנטער אידן .
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

סידיראם האט געשריבן:שאלה 2# וואס איז געווען די ציל פון די דייטשן מיט די טויט מארש. זיי האבן דאך געהאט א ציל אויסצוהרג'נען אלע אידן, די גאנצע זאך פארוואס מען האט נישט יעדן געשיקט אין די קאלעך אויבן בשעת מען איז אנגעקומען קיין אוישוויץ, איז נאר געווען וויבאלד זיי האבן קודם געוואלט אויסניצן די אידן פאר זייער בענעפיט אז זיי זאלן ארבעטן פאר די דייטשן.

אבער ביי די ענדע פון די מלחמה, ווען זיי האבן שוין ממילא געוואלט אויסשיסן אלע אידן, פארוואס האבן זיי דאס געמאכט אויף א וועג פון א טויט מארש, פארוואס האבן זיי נישט פשוט צוזאמגענומען אלע אידן און אויסגעשאסן? (אולי האבן זיי געטראכט איבערצולאזן די גאר גאר שטארקע וואס קענען איבערלעבן אזא מארש, און זיי דערנאך ניצן אויב זיי פארלירן צום סוף נישט די מלחמה)


דער שאלה האט מיר שוין לאנג געעגבערט.

די שאלה איז טאקע איבערגעהויפט לגבי די טויט-מארשן, אבער בכלל איז געטוהן געווארן מאדנע אופנים וויאזוי צו אויסהרגענען אידן, ווען זיי האבן לכאו' געהאט א גרינגערע וועג.

מעגליך אז דאס אויך א חלק פון די רשעות, וואס מער אויספייניגן און דערנידערן, און הנאה האבן וויאזוי די אידן לויפן נעבעך פאר זייער לעבן (פאר זייער טויט), און דערביי פאלט קרבנות איינס נאכן צווייטן, דאס האט פיל צוגעגעבן צו די סאדיסטישע הנאה.

אבער דאך פעלט א הסבר דערין.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

דר. מענגעלע ימ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

ש: איז דר. מענגעלע אליין געשטאנען אגאנצן טאג און געוויזן מיטן פינגער רעכטס אדער לינקס?

ווארשיינליך נישט.

געליינט די וואך וועגן א הער מולער וואס איז דארט געשטאנען,
ווי אויך איז איז דר. מענגעלע געווען פארנומען מיט זיין דאקטעריי... אויף די צווילינג'ן.

ת: ער איז געווען דער אזוי גערופענער הויפט דאקטער פונעם גאנצן לאגער, וועגן דעם איז נקראת על שמו. שר"י
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

מיינע פעטערס און מומעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט אינגעלייט פון דרייסיג יאר און ארויף, און זיי געפרעגט ווער פון זייער משפחה איז אומגעקומען אין קריג?

רוב האבן גענטפערט מיין זיידע באבע און משפחה.
פרעג איך זיי און וואס איז געשעהן מיט זייערע קינדער? האבן זיי גענטפערט אה.. אויך נעבעך גע'הרג'ט געווארן.

האב איך זיי גאזאגט אזאך וואס אסאך פון די אינגערע כאפן נישט, אז דיינע זיידעס קינדער (בדרך כלל נאר זיידעס וואס האבן געהאט קינדער פארן קריג)
זענען דיינע פעטערס און מומעס, דאס מיינט דיין טאטע/מאמע/שווער/שוויגער, ברודער און שוועסטער. הי"ד

דאס האט זיי געגעבן אזא צופ, און דאס האט זיי נענטער געברענגט דעם חורבן מיט פופציג יאר.
אוועטאר
בלעקבארד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבארד »

נחמן נתן האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:שאלה 2# וואס איז געווען די ציל פון די דייטשן מיט די טויט מארש. זיי האבן דאך געהאט א ציל אויסצוהרג'נען אלע אידן, די גאנצע זאך פארוואס מען האט נישט יעדן געשיקט אין די קאלעך אויבן בשעת מען איז אנגעקומען קיין אוישוויץ, איז נאר געווען וויבאלד זיי האבן קודם געוואלט אויסניצן די אידן פאר זייער בענעפיט אז זיי זאלן ארבעטן פאר די דייטשן.

אבער ביי די ענדע פון די מלחמה, ווען זיי האבן שוין ממילא געוואלט אויסשיסן אלע אידן, פארוואס האבן זיי דאס געמאכט אויף א וועג פון א טויט מארש, פארוואס האבן זיי נישט פשוט צוזאמגענומען אלע אידן און אויסגעשאסן? (אולי האבן זיי געטראכט איבערצולאזן די גאר גאר שטארקע וואס קענען איבערלעבן אזא מארש, און זיי דערנאך ניצן אויב זיי פארלירן צום סוף נישט די מלחמה)


דער שאלה האט מיר שוין לאנג געעגבערט.

די שאלה איז טאקע איבערגעהויפט לגבי די טויט-מארשן, אבער בכלל איז געטוהן געווארן מאדנע אופנים וויאזוי צו אויסהרגענען אידן, ווען זיי האבן לכאו' געהאט א גרינגערע וועג.

מעגליך אז דאס אויך א חלק פון די רשעות, וואס מער אויספייניגן און דערנידערן, און הנאה האבן וויאזוי די אידן לויפן נעבעך פאר זייער לעבן (פאר זייער טויט), און דערביי פאלט קרבנות איינס נאכן צווייטן, דאס האט פיל צוגעגעבן צו די סאדיסטישע הנאה.

אבער דאך פעלט א הסבר דערין.


https://www.ushmm.org/wlc/en/article.ph ... d=10005162
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

יא איך פלעג אויך אמאל פרעגן וויפיל קינדער האט די ברך משה פארלוירן בחייו רוב האבן גענפערט וואס הייסט נאר חי' ע"ה,
דאס מיינט אז די היינטיגע רבי האט פארלוירן 3 (האלבע) געשוויסטער ביים קריג
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

טרעוולער האט געשריבן:ש: איז דר. מענגעלע אליין געשטאנען אגאנצן טאג און געוויזן מיטן פינגער רעכטס אדער לינקס?

ווארשיינליך נישט.

געליינט די וואך וועגן א הער מולער וואס איז דארט געשטאנען,
ווי אויך איז איז דר. מענגעלע געווען פארנומען מיט זיין דאקטעריי... אויף די צווילינג'ן.

ת: ער איז געווען דער אזוי גערופענער הויפט דאקטער פונעם גאנצן לאגער, וועגן דעם איז נקראת על שמו. שר"י

ער איז נאר געשטאנען מיטן פינגער ווען טראנספארטן זענען אנגעקומען. די איבריגע צייט איז ער געווען פארנומען מיט זיינע אנדערע גרויליגע ארבעט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

און די קלויזענבורג'ער רב זצ"ל קינדער די היינטיגע אדמורי"ם אין זייערע שוועסטער האבען פארלוירען 11 געשוויסטער ביים קריג
און באבוב'ער רב זצ"ל קינדער האדמו"ר שליט"א און זיינע שוועסטער האבן אויך פארלוירען א פאר געשוויסטער ביים קריג
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

שמן האט געשריבן:און די קלויזענבורג'ער רב זצ"ל קינדער די היינטיגע אדמורי"ם אין זייערע שוועסטער האבען פארלוירען 11 געשוויסטער ביים קריג
און באבוב'ער רב זצ"ל קינדער האדמו"ר שליט"א און זיינע שוועסטער האבן אויך פארלוירען א פאר געשוויסטער ביים קריג

דער פאפא רב זצ''ל האט פארלוירן צען קינדער הי''ד דאס הייסט אז די היינטיגע פאפא רב שליט''א ואחיו שליט''א ואחותיו תליט''א האבן פארלוירן 10 געשוויסטער.
דער בילגורייא רב זצ'''ל האט פארלוירן 2 קינדער דאס הייסט געשוויסטער פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט''א.
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

האלאקאסט לייקענערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

געהערט פון אן עלטערן איד לאיוש''ט א מלחמה איבערלעבער, אז ער פארשטייט זייער גוט די אלע האלאקאסט לייקענערס, ווייל ער אליינס וואס האט דאס צוגעזעהן און געליטן קען עס אויך נישט גלייבן און באגרייפן וואס אונזער הייליג פאלק האט אלץ ליידער מיט געמאכט דעמאלטס.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

טויש מארשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

טויש מארשן

די שוידערליכע ׳׳טויט מארשן׳׳ זענען געווען מער צום סוף קריג, ווען די דייטשן האבן זיך געטראפן אין א שמאלן מצב, ווערענדיג געשטופט טיפער אריין אין דייטשלאנד, פון מזרח דורך די רוסן, און פון די אנדערע זייט דורך די אלירטע קרעפטן, און נישט וועלענדיג אויפגעבן אויף די לעצט פארבליבענע מענטשן קראפט וואס זיי האבן אויסגעזויגן פון אונזערע אור-עלטערן, און סתם אזוי פאר זייער זעלטענע רשעות - נישט וועלענדיג אז די העפטלינגען זאלן שוין באפרייט ווערן דורך די אנלויפענדע ארמייען, האבן זיי געטריבן די לעצט פארבליבענע אין די שרעקליכע טויט מארשן וואו עס זענען געפאלן רעכט׳ס און לינקס ממש ווי די פליגן.

ס׳געווען אזעלכע פלעצער ווי זיי האבן נישט אנגעיאגט אפצויאגן, האבן זיי סתם אונטערגעצינדן דעם גאנצן לאגער און אפגעצויגן מיט די נשמה אין די האנט, אין געוויסע פלעצער האבן זיי איבערגעלאזט נאר די קראנקע און שוואכע - וועלכע וועלן סייוויי אויסשטארבן, און געלויבט השם האבן געוויסע אזוי איבערגעלעבט אריינפאלענדיג צו איינע פון די אלירטע ארמייען און באפרייט געווארן אין די צייט וואס זייערע חברים האבן נאך געשמאכט אונטערן פארשאלטענעם דויטש נאך עטליכע חדשים.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וזה החלי, שאלה 1# וואס איז די חילוק צווישן אוישוויץ און בערגן בעלזן, איז עס די זעלבע זאך אדער צוויי עקסטערע פלעצער, און בכלל וואס איז געווען די חילוק צווישן די צוויי לאגערן?

אוישוויץ איז געווען א פארניכטיגונגס לאגער (בעיקר) און בערגן בעלזן אן ארבעטס לאגער.

ווי איך האב גערעדט מיט א אלטע דייטשע אפשטאמיגע
האט ער מיר געזאגט אז דער דייטשע פאלק וואלט נישט ערלויבט ביי אזיי אין מדינה צי מאכען אזיי פארניכטינגס לאגער דער דייטשע פאלק וואלט נישט אדורכגעלאזט בשתיקה אזיי אכזריתדיגע זאך דעריבער האבען עס דער נאציס ימ״ש געמאכט אין פולין

לגבי דער 2שאלה איז סוף מלחמה האבען שוין דער דייטשע געזעהן זייער מפלה נאר געווען א פראגער אין צייט ממילא קודם כל איז שוין געווען איש הנאצי רשעים בעיניו יעשה אין נישט געווען אזיי אינטרעס צי פאלגען דער אויבער הארען
2 זיי האבען אויסגעניצט דער יידען ווען דער אמיריקארנער זענען באמבעדירט האבען זיי געלאזט דער יידען אין זיי זענען געגאנגען זיך בייהאלטען זיי האבען געניצט דער יידען זיי צי ביישיצען
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

שמן האט געשריבן:און די קלויזענבורג'ער רב זצ"ל קינדער די היינטיגע אדמורי"ם אין זייערע שוועסטער האבען פארלוירען 11 געשוויסטער ביים קריג


האלבע געשוויסטער, דהיינו מן האב ולא מן האם
בזוו"ר איז דער קלויזנבארגער רב געווען א איידעם אין סיגוט ביים עצי חיים ובזוו"ש ביים נייטרא רב הרב אונגאר

שמן האט געשריבן:און באבוב'ער רב זצ"ל קינדער האדמו"ר שליט"א און זיינע שוועסטער האבן אויך פארלוירען א פאר געשוויסטער ביים קריג


אויך האלבע געשוויסטער, דהיינו מן האב ולא מן האם
בזוו"ר איז דער רב געווען א איידים ביים לימנוב'ער פעטער [ממנה נולד בנו האדמו"ר מהרנ"צ זצ"ל] און בזוו"ש ביים טאמאשוב'ער [אבי הציעשנוב'ער]
לעצט פארראכטן דורך תמימות'דיגער אום דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 6:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'בין א תם - נישט א נער
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פסיקתא האט געשריבן:ווי איך האב גערעדט מיט א אלטע דייטשע אפשטאמיגע
האט ער מיר געזאגט אז דער דייטשע פאלק וואלט נישט ערלויבט ביי אזיי אין מדינה צי מאכען אזיי פארניכטינגס לאגער דער דייטשע פאלק וואלט נישט אדורכגעלאזט בשתיקה אזיי אכזריתדיגע זאך דעריבער האבען עס דער נאציס ימ״ש געמאכט אין פולין

דאס איז א געזונטע שקר וועלכע די דייטשען ווילן פארקויפן פאר די וועלט! און אויב הערט מען פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג הערט מען אז די דייטשע פאלק האט אליינס מיטגעארבייט מיט די נאציס ימח שמם און ארויסגעהאלפן פארניכטן דאס אידיש פאלק רח"ל.

די סיבה פארוואס מען האט נישט געמאכט פארניכטונגס לאגערן אין דייטשלאנד אליינס איז געווען ווייל די רשעים האבן נישט געוואלט "פארשמיצען דאס ריינע דויטשע ערד מיט אידיש בלוט" הי"ד!

אזוי אויך האבן די דייטשע בירגער זיך באניצט מיט לאגער ארבייטער כמעט ווי די מצרים בימי פרעה.

יעדע דייטש האט געוויסט אז מען רצח'ט און מען איז מבער דאס אידיש פאלק!

אלע פון זיי (חוץ אפשר איינצעלנע וועלכע זענען געווען די אנטי היטלער חברה) האבן געהאלטן אז ס'איז נישט נארמאל. אבער זיי האבן גארנישט געקענט טוען חוץ באהאלטן א איד'ל דא דארט.

ווען די אמעריקאנע טרופען האבן אנגעהויבן באפרייען די לאגערן, האט גענעראל אייזענהאוער באפוילט אז אלע דיטשע בירגער פון די דערנעבענדיגע שטעטלעך זאלן "מוזן" קומען צו די לאגערן און העלפן מקבר זיין די מתים ל"ע און אויפרוימען די לאגער!

גענוג מאל האבן די דייטשע בירגער פראבירט שפילן טאמעוואטע אז זיי האבן נישט געוויסט פון די לאגער אין זייער שכינות בכלל. אבער די העפטלינגען האבן איינס ביי איינס קלארגעמאכט אז זיי האבן שוין איינמאל געוויסט פון די לאגערן און וואס עס גייט פאר טעגליך אין די לאגערן.

הי"ד
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום מאנטאג יולי 30, 2018 8:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

סידיראם האט געשריבן:וזה החלי, שאלה 1# וואס איז די חילוק צווישן אוישוויץ און בערגן בעלזן, איז עס די זעלבע זאך אדער צוויי עקסטערע פלעצער, און בכלל וואס איז געווען די חילוק צווישן די צוויי לאגערן?

אוישוויץ (און אירע שוועסטער לאגערן) איז געווען א צענטראלע סטאנציע אין פוילן וואו די אידן זענען אנגעקומען מיט וואגאנען. דערנאך מען האט 1) פארגאזט הי"ד, אדער 2) געבליבן ארבייטן דארט אין אוישוויץ, אדער 3) געשיקט ווייטער צו אנדערע קאנצעטראציע לאגערן אין פוילן/דייטשלאנד/עסטרייך.

בערגן בעלזן אין דייטשלאנד איז איינס פון טויזענטער קאנצעטראציע לאגערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”