מונאוויטש האט געשריבן:טרעוולער האט געשריבן:נאך א דוגמא:
וויפיל אידען זענען שומרי שבת היינט?
די זעלבע מספר, אדער נאכמער ווי פארן קריג.
דאס איז כמות.
און באיכות איז אויך געווען ליידער גאר ווייניג (פערצענטואל) פרומע אידן פארן קריג. אין די גאנצע וועלט.
דאס איז א פשוט'ע מציאות, פאר ווער עס קען אביסל היסטאריע.
אין הימל קוקט מען נישט קיין פראצענטן. בשמים ווויינט מען אויף יעדן איד וואס פאלט אוועק, נישט א חילוק צו ער וואוינט אין בערלין, ווארשע, ירושלים, ברוקלין, אדער אין נעוואדע.
די חורבן בעפארן חורבן איז געווען אז דער באן פון אידישקייט איז "געפארן" מטה מטה מיט א שוידערליכע גאלאפ. די פראצענטן פארציילן אויך נישט די ריכטיגע מציאות, ווייל די קלענערע חלק פונעם אידנטום וועלכע זענען געווען פרום האט פארמאגט א גרויסע פראצענט עלטערע אידן; אין פילע מקומות איז דער מצב ביים אינגן דור געווען פיל ארגער וואו דער "פראצענט" העדליין. אין אנדערע ווערטער, אויב וואלט די וועלט געפארן ווייטער כנהוג, וואלט אין א דור צוויי חלילה... איינע פון די נקודות פון רבי אביגדור זצ"ל איז זיין בוך איז טאקע דאס געווען, אז מיט דעם וואס דער דור איז אומגעקומען על קידוש השם האבן זיי כאטשיק זוכה געווען לחיי העולם הבא. כאפט א שרעק ווען מ'רעדט פון די ענינים!
דיין בינטל היסטאריע איז אויך אביסל לעכעריג. אמת אז עס איז טאקע געווען א גאלאפ אויף אראפ, אבער פון די אנדערע זייט האבן צדיקים ומנהיגי ישראל געכאפט די מצב און אנגעפאנגען צו טוהן פארשידענע פעולות אפצוראטעווען די צעירי הצאן, וואס דאס האט זיך טאקע אנגעזעהן מיט פרוכטבארע רעזולטאטן. די 40 ישיבות וואס הרה"ק רב"צ מבאבוב זצ"ל האט אויפגעשטעלט איז געווען א זאך וואס איז נישט געווען אזוי איינגעפירט אין די פריערדיגע צייטן, אזוי האבן נאך צדיקים פארלייגט כוחות אויף דעים דור הצעיר, און די גיטע פירות האט נישט געשפעטיגט צו קומען, טויזענטער ערליכע בחורים אין אינגעלייט אין פסיאצעסנע, צו אין ראדאמסק, שוין אפגערעדט אין גור, איז געווען א דירעקטע תוצאה פון די ספעציעלע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט אין די צעירי הצאן. אנדערש ווי די אלגעמיינע בחורים פון די גאס וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חסידות, פון זיי זענען געפאלן שטיקער. אזוי ארום האט זיך געווידמעט טויזענטער חסידישע בחורים אין די חסידישע הויפן, וואס די צדיקים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות אין די צעירי הצאן אז זיי זאלן נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די מצב אין די אלגעמיינע גאס.
די בחורים וואס זענען אפגעפארן זענען געווען אלגעמיינע גאס בחורים וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חצרות הצדיקים, ביי די בחורים וואס זענען אנגעבינדען צו חסידישע הויפן איז די מצב געווען זייער גיט, פארשטייט זיך אז דער שטורעם ווינט האט זיך איבעראל אריינגעכאפט, אבער באופן כללי האט א בחור א פורק עול נישט געהאט קיין מקום אין א חסידישע הויף, און פון די אנדערע זייט האט דער לופט אין די חסידישע פלעצער אריינגעבלאזן חיות אין די בחורים אז זיי זאלן זיך האלטן אין אידישקייט, און די צדיקים האבן אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות אז די בחורים זאלן זיך האלטן צוזאמען מיט ראשי חבורות וכו', אזוי ארום זענען געווען צענדליגער טויזענטער חסידישע דערהויבענע בחורים אין אלע ווינקלען פון גאליציע און פוילן, אזוי אויך און אונגארן און רומעניע וכו'.
ווער עס קען דא ברענגען די בריוו פון רבי יענקלע זי"ע, געדריקט אין כתבי קודש, ווי ער שרייבט אז פון די תר"ס יארן און ווייטער האט מען מער נישט געדארפט האבן קיין טיפע ביאורים פון די מאור ושמש צו וויסן די תועלת פון פארן צו צדיקים, ווייל מען האט אנגעזעהן בחוש אז די בחורים וואס זענען געפארן צו צדיקים זיי האבן זיך געהאלטן ביי אידישקייט, משא"כ די גאסן בחורים וואס פלעגן נישט זיין איינגעבאקן מבית אבותיהם צו פארן צו צדיקים זיי זענען געווארן אנגעבינדען אין די אלע גרופעס למיניהם, אזוי שרייבט ער. (ווי געזאגט אז ליידער האט זיך איבעראל אריינגעכאפט די רוח סערה פון די זמן, אבער באופן כללי האבן די צדיקים מנהיגי אור החסידות אוועקגעשטעלט א הערליכע חומה בצורה קעגן די אלע צרות למיניהם)