אנטווערפען - היסטארישע בילדער און אינפארמאציע

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

א פאר פרטים געהערט פון אן אנטווערפענער

הרב ראטטענבערג ז"ל זון איז נישט געווען רב נאר ראב"ד אן אנדערע זון ר' יוסף איז געווען אין די קהלה ער האט געברענגט הרב קרייזווירטה קיין אנטווערפען ער איז שפעטער ארויס פון קהל אין דער ברודער הראב"ד האט זיך געצויגן קיין פאריז אין די ערשטע כ' יארן

הרב קאפפעלמאן האט געהאט זיין ערשטע ישיבה (אדער געווען ר"י) אין שטאט קאפפעל בערך א שעה צו גיין צופיס פון אנטווערפען ביז בערך תשי"ז דעמאלטס איז ער געפארען קיין ניו יארק אין האט געפענט ישבית שערי יושר אין אנטווערפען האט איבער גענומען די ישיבה הרב טרעגער

פאפא רב ז"ל האט אויך געוואינט אין אנטווערפען אין געהאט א ישיבה ביז בערך שנת טו יז

תשי"ז איז רבי איציקעל זי"ע געקומען קיין אנטווערפען זיינע ערשט מתפללים זענען געווען די תלמידים פון הרב קאפפעלמאן וואס איז דעמאלט אוועקגעפארען
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

פאפא רב איז געפארן קיין אמעריקע א סאך פריער, תשי"א מסתמא.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:.....פאפא רב ז"ל האט אויך געוואינט אין אנטווערפען אין געהאט א ישיבה ביז בערך שנת טו יז ............

נחמן נתן האט געשריבן:אין קעפל: רבי יוסף גרינוואלד זצ"ל מפאפא בעל ויחי יוסף, י"ג אב תשמ"ד.....................נאכן קריג האט דער פאפא'ער רב זצ"ל פרובירט אין פאפא צוריק אויפצולעבן דעם אידישן גייסט אויפרישן די קהלה און די ישיבה, פיל פון די בחורים זענען אהין צוריק געקומען און זיך גרופירט ארום איהם, אבער זעענדיג דאס שוועריקייט פון אנהייבן דארט אלעס פונדאסניי, האט ער פארלאזט אונגארן און איז אנגעקומען קיין אנטווערפן, בעלגיע.

במשך א תקופה האט זיך דער רבי זצ"ל אויפגעהאלטן אין אנטווערפן, ובשנת תשי"א האט ער פארלאזט אנטווערפן און געקומען קיין אמעריקא. אין אמעריקא האט דער רבי פריש אויפגעבויעט מוסדות התורה והחינוך, געגרינדעט דעם גלאררייכן קהלה 'קהלת יעקב' פאפא, ע"ש פון אביו הגדול בעל ויגד יעקב זצ"ל...............

מו"ח ז"ל איז אנקעקומען קיין ארה"ב אין תשי"ז איז שוין געווען א חדר און מיידעל סקול
זוגתי שתחי' און איר שוועסטער זענען זומער י"ז געווען אין קעמפ (דאס ערשטע יאר)
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

הרב ראטטענברג איז שוין געוועהן דיין פאר די קריג אינעם טאטע'נס בית דין, נאכען קריג איז ער מיט זיין ברידער ר' יוסל צוריק געקומען און אויפגעבויט די מוסדות פון דאסניי, ר' יוסל איז געווארן ראה"ק פון מחזיקי הדת און אינאיינעם מיט ר' לייזר וואהל פון די שומרי הדת געפירט די פאראיייניגטע קהילה. די יסודי התורה, געפארן קיין פראג ברענגען הרב קאפפעלמאן א.א.וו.
ווי איך האב פארשטאנען פון פארצייטישע אידן האט ר' חיים יעקב געפירט די קהילה מיט א תקיפות אזוי ווי זיין טאטען, און עס האט נישט געשמעקט פאר זיינע אלטע ידידים בני גילו זיך אונטער צו ווארפען תחת מרותו, האבן זיי עם גערודפט אויף א מיאוס'ן אופן, איך האב און מיינע ארכיוון עטליכע גריוון און פאשקעווילן פון יענע תקופה.
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

אדרבה יעניגער, טאמער זענען די גריוון און פאשקעווילן אהנע נעמען, אפשר לייגט ארויף ?

אדער בכלל אפשר דארף מען נישט אזוי פיהל אריינגיין אין דעם תקופה, ווייל הגאון רבי חיים יעקב האט גאר שטארק מצליח געוועין, אין גאר שטארק דערהויבן דע קהילה אין פאריז ווי עהר האט געפירט אין איינגעפירט ביד רמה, ווי בנו מיט חתנו זענען ממשיך דע מוסדות כשרות ועוד

למעשה האב כ'אמאל פארשטאנען אז מען האט איהם נישט אויפגענומען אלץ רב אין אנטווערפן נאכן שווערן קריג, נאר עהר האט אנגעהויבן אליינס אויפציטיהן, ביז סזענען געקומען דע חכמים, אין געגאנגען זיכן א רב וכו'
באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראטשיג »

נחמן נתן האט געשריבן:א יישר כח פארן פותח האשכול, אנטווערפן פארדינט צו דיסקוסירט און פאראייביגט ווערן דא.

איז מיר א חידוש דאס אז מ'האט אלע אידן דעפארטירט ביים קריג, אין אנדערע ווערטער, מיינט דאס צו זאגן אז אנטווערפן לפני השואה מיט אנטווערפן לאחר השואה איז צוויי אנדערע מציאות'ן?

אידישקייט איז 'גענצליך' געווען פארשלאסן אין די קריג יאהרן?

כדאי טאקע צוזעהן די רייכע קובץ "אנטווערפען של מעלה" וואס די בעלזע מוסדות אין אנטווערפען האבן ארויסגעגעבען אין תשנ"ד (שפעטער ערשינען א גרויס חלק דערפין אין קובצי 'אור הצפון'), דארט איז שיין באשריבען די היסטאריע פון יודענטום און די חרדי'שע קהילה אין אנטווערפען בכלל און פון חסידי בעלזא בפרט, לפני השואה ואחר השואה.
בעלזא האט געהאט א שטיבל אין אנטווערפען בערך 15 יאהר פאר'ן קריג
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

צימישעניש האט געשריבן:און עס איז גיהעריג צוריק גיוואקסען אידישקייט ווי בעפאר אין אפילו אסאך מער

נישט ממש ווי בעפאר.
מיין זיידע ע"ה האט מיר אויסגערעכנט א גאנצע ליסטע פון בתי מדרשים אין אנטווערפען פארן קריג, ווי צום ביישפיל א ליז'ענסקער ביהמ"ד און אויך די "פיינער" שול פון די מקובלים, עס זענען דעפארטירט געווארן ארום 25.000 יידן, אזוי אז מען האט נאך אסאך ארבעט צוריק צו קומען צום אמאליגן צושטאנד.
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

עס איז טאקע געוועין אן עיר ואם בישראל, סזענען געוועין דארטן די לעצטע 10-20 יאר פארן קריג אסאך וואס זענען געקומען פין פוילן גליציע אין טשעכסלאוואקיע אין נאך פאר פרנסה האט געהייסן דארטן לייכטער, אין האבן זעך געעפנט דארטן בתי מדרשים, דע אגודה איז געוועין א מקום וואס האבן זעך דארטן צאמגענומען יונגן לערנען דארטן אין די אווענטן (דאס האב כ'געהערט פין עלטערע אנטווערפענע), איז געוועין דארטן אויך א רבי פין דע הורנוסטייפלע משפחה איינע פין די טווערסקי דאכסע מיר וואס האט געהאט א בית מדרש, אין אסאך פין דע גדולי ישראל האבן באזוכט דארטן פארן קריג, ליגט מיר אין זכרון פין דע ויזשניצע משפחה, אפשר דע דמשק ועוד, וכן פין דע גערע משפחה, דע בית ישראל איז געוועין דארטן פארן קריג ועוד, אדרבה, דער וואס ווייסט אביסל פין די היסטוריע זאל אריינברענגען מער פרטים.
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

הרב ראטטענבערג זצ"ל דער רב פאר'ן קריג איז געוועהן א חסיד פון מרן מהרי"ד מבעלזא, וואס איז כידוע געוועהן א שטארקע קעגנער פון די אגודה. ווען מען האט פאר'ן רב מציע געוועהן אריינגיין אינעם מועצת גדולי התורה האט געפרעגט זיין רבי'ן, און ער האט איהם געזאגט אז פאר אנטווערפען איז אגודה א גוטע זאך, און ער איז טאקע געוועהן א חבר מועצגה"ת.

הגר"א וואסערמאן האט אויך באזוכט אנטווערפען, און געוויילט ראש השנה און די ישיבה פון קאפפעלען.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Scan.jpg
Scan.jpg (482.03 KiB) געזען 3796 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מכתב ל"חזון איש" מראשי קהילת אנטוורפן - אודות רבי חיים קרייזווירט
מכתב שנשלח לחזון איש, בחתימת ראשי קהילת "מחזיקי הדת" אנטוורפן: רבי יצחק פרייליך, רבי יוסף יצחק רוטנברג ורבי שלמה קלאגסבאלד. אנטוורפן, תשרי תשי"ד
במכתב הם מספרים על המצב בו אין לקהילה רב מאז הרצחו בשואה של הרב מרדכי ראטטענבערק הי"ד. ועל המועמד רבי חיים קרייזווירט שהוצע להם ע"י רבי שמואל גריינימן ורבי יעקב קמנצקי. הם מספרים על ביקורו של הרב קרייזווירט אשר הגיע לאנטוורפן לשבועיים: "כבר במשך הזמן הקצר הזה, נוכחנו לדעת כי רב חילו בתורה ובחכמה, כי הוא מלא וגדיש [!] ויקר רוח, איש שדעתו מעורב עם הבריות ויודע להלוך לפי רוחו של כל אחד ואחד". והם מבקשים את עצת החזון איש על מינוי הרב, וחותמים "דברי מעריציו הסרים למשמעתו, בשם כל פו"מ קהעד"י [=פרנסי ומנהיגי קהל עדת יראים] מחזיקי הדת".

---------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

הרב קרייזוירט זצ"ל זאגט זיך אפ פין דער רבנות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

איך האב א צייט דארשטודירט די ספר יד מרדכי פון מרן הרב זצ"ל און איך האב סיי פון די תשובות און סיי פון די דרשות אסאך היסטארישע זאכן ארויסגעפישט.

דא קענט איר בקומען די ספר.

http://hebrewbooks.org/1654
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

אינטרעסאנט קלאר צי מאכן, וויאזוי קלאפט ביידע זאכן פין יעניגער אין קקיון, אז ער איז געוועין אין צאנז אין שפעטער און אונגארן, ווי אין ווען איז ער אנגעקומען קיין בעלזא, כהאב טאקע אמאל געהערט פין דעים אז עהר קומט פין בלזא, אבער מער פרטים וויאזוי

יישר כוח פאר דע אלע שיינע אין חשובע זאכן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שפאניע האט געשריבן:אינטרעסאנט קלאר צי מאכן, וויאזוי קלאפט ביידע זאכן פין יעניגער אין קקיון, אז ער איז געוועין אין צאנז אין שפעטער און אונגארן, ווי אין ווען איז ער אנגעקומען קיין בעלזא, כהאב טאקע אמאל געהערט פין דעים אז עהר קומט פין בלזא, אבער מער פרטים וויאזוי

יישר כוח פאר דע אלע שיינע אין חשובע זאכן

וואס איז דער פלא?
און תורה האט ער געהאט איטליכע רבי'ס
(איינער פון זיינע רבי'ס אין נגלה דער ערוגת הבשם איזן אסאך געפארן צו די בעלזער רביים הרה"ק ר' יושע והרה"ק מהרי"ד, און ער ברענגט טאקע אין ספר אסאך דברי תורה פון זיי.)
פארוואס אין עבודה נישט?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

פאר ער איז געפארן קיין אונגארן האט ער געלערנט ביי ר' שלמה באבאווער, ר' שלמה אליין האט איהם געשיקט קיין אונגארן, לאחר פטירתו איז ער געפארן קיין בעלזא.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אינטערעסאנט אנצומערקן, אז דער חיד"א זצ"ל שרייבט אין זיין ספר מעגל טוב (נסיעות וואס ער האט געהאט איבער די וועלט) אז ער איז געווען אין "אנווערס", די אמאליגע (פראנצויזישע) נאמען פון אנטווערפען, און ער איז אפילו געגאנגען דארט אינעם טיר-גארטן (זאא) צו באטראכטן די חיות און מאכן א ברכה משנה הבריות.

(די עלטער זיידעס פון די היינטיגע עלעפאנטן און מאלפעס דארט...)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צו וועמען איז דער חיד"א דארט געפארן? ס'האבן שוין געוואוינט דארט אידן בימיו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך האב נישט נאכגעקוקט, מעגליך איז ער עס נאר דורכגעפארן און זיך אפגעשטעלט.
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

לאמיר טרעפען אלטע אנטווערפענער היסטאריע פונעם ספר יד מרדכי.

צו איז דער באקאנטער צדקה אינסטיטוט "צענטראלע" כשר צו נישט ?

עי' בדרשות דרוש י"ח עמ' קצ"ט. אונעם PDF איז עס בלאט נומער 199
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ווער געדענקט נאך, ווי הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל איז געגאנגען יעדן מיטוואך מיטאג אויף די גאס צופיס מיט איין משב"ק, צו גיין לערנען (קבלה) מיט זיין איידעם הרה"צ מספינקא שליט"א ביי אים אינדערהיים?

איי איז דאס זכרונות... עס איז מסתמא דא שיינע בילדער דערפון אויך. אז עמיצער האט, זאל ער דא מזכה זיין את הרבים.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

און ווער געדענקט נאך "משה חזן"? ווי ער פלעגט זינגען ביי רבי יענקעלע יעדן טאג נאך שחרית (בשעה 1:00 בערך) "שיבנה בית המקדש"?

איז דא א בילד\קליפ דערפון?
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

אויך פלעגט ער זינגען פאר'ן רבי זאל זיין געזונט, און דער רבי פלעגט מאכן מיט די הענט.
געדענקסטו נאך ווי ער פלעגט לייגן תפילין מיט זיין איינע האנט ביי די טיר פון חדר שלישי ?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

די אוסטן שוהל:
(ביהכנ"ס מחזיקי הדת - אנטווערפן)
אטעטשמענטס
jo_126739_1.jpg
jo_126739_1.jpg (133.58 KiB) געזען 3342 מאל
לחיים ולברכה!
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

דאס בילד איז פון פארן קריג.
אין די הויז אויף די רעכטע זייט (ווי ס'איז היינט די מקוה) האט געוואוינט די רב הרב ראטטענבערג זצ"ל
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

עס איז אויך דא א בילד פון די אסטן שוהל, און א נאצי ימ"ש וואכט ביי די טיר, ווער עס האט עס איז מכובד ארויפצולייגן.
הרב נחמן נתן, א דאנק פאר די הערליכע בילד.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”