הילף צו ליינען מעטריקאל און אלטע שטאטישע רעקארדס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

הילף צו ליינען מעטריקאל און אלטע שטאטישע רעקארדס

תגובהדורך משיח » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:12 am

ב"ה

איך עפן דעם אשכול מיט'ן ציל ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטען ווען ס'קומט צו אפליינען שטאטישע רעקארדס פונעם אלטן היים,

איין בקשה נאר, ווען מ'לייגט א רעקארד זאל מען שרייבן אינעם תגובה א נאמען וכדומה,
און ווען איינער באצועט זיך צו דעם זאל מען קוואוטען די נאמען.
ביטע נישט קוואוטען קיינע בילדער איינמאל און נאכאמאל.

א דאנק
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:15 am

לאמיר אנפאנגען מיט א'ן עמהארצישע שאלה, ווי אזוי הייבט מען אן צו זוכן די רעקארדס, זיי זענען אנליין? אויף וועלעכע שפראך?
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

שמעון רייכמאן

תגובהדורך משיח » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:19 am

דאס איז א חברה קדישא רעקארד איבער שמעון רייכמאן,
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?
איר נאמען איז פארשריבן אלס Juli
און וואס שטייט דארט צוגעשריבן אין די זייט?

Simon Reichman-5697.jpg
Simon Reichman-5697.jpg (177.15 KiB) געזעהן 2193 מאל
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 11:13 am

לייג ארויף אביסל מער, מזאל קענען באטראכטן יענעמס שריפט.

אין די זייט שטייט די דעסקריפציע

ארמער (ארימער) פראמ?ער / פרוואטער (פרומער או פריוואטער) מענטש חב"ק? (חברה קדישא?) אדער עפעס א אנדערע אינישל פון דעם שרייבער

מער מסתבר אז סשטייט פרומער ווייל סזעט אויס ווי די פא האט א שטריך פון אויבן וואס מאכט דאס פאר א פא רפה, אבער דאן איז דא א איבעריגע אות אינעם ווארט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:07 pm

דאס איז די גאנצע וואס כ׳האב ערהאלטן.
העמיר דארפן שאפן דאס גאנצע בלאט
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:34 pm

משיח האט געשריבן: גיטל? נישטא קיין ג' זיסל? נישטא קיין ז' און וואס איז די לאנגע דאך העכער'ן ס' יטל? מערסטע מסתבר ייטל, די ערשטע י' איז די זעלבע ווי די צווייטע נאר גרעסער

בד"וו איז די ווארט נישט דומה צו קיין איין שריפט און קיין איין פעדער וואס מ'זעהט ארום

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:41 pm

אויב מעגליך וואלט געווען גוט צוצולייגן נאך פרטים לדגמא חברה קדישא בוך מקהילת... משנות... וכדומה
אויב פון פעמילי סוירטש א לינק מיט א פעיזש נומבער
פנקס הקהילה וועלכע לייברערי אויב עס איז אוועילעבל אנליין
בכל אופן קודם יישר כח פאר פתיחה און נעם נישט אן דעם תגובה חלילה אלס קריטיק

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 2:46 pm

עס שטייט לכאורה ארמער פראמטער מענטש חב׳׳ק

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 3:22 pm

איך האב צוויי ביכער וואס העלפט אויסליינען דאקומענטן געשריבן אין פולין אין די ת"ר יארן
איז איינעראינטרעסירט אישיען

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 3:33 pm

יוראפ האט געשריבן:
משיח האט געשריבן: גיטל? נישטא קיין ג' זיסל? נישטא קיין ז' און וואס איז די לאנגע דאך העכער'ן ס' יטל? מערסטע מסתבר ייטל, די ערשטע י' איז די זעלבע ווי די צווייטע נאר גרעסער

בד"וו איז די ווארט נישט דומה צו קיין איין שריפט און קיין איין פעדער וואס מ'זעהט ארום

די מערסטע מסתבר דא איז ריקל און די קוף א קאטשקע ארויף. אויב דו קענסט ברענג דעם גאנצן בלאט

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 5:49 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:אויב מעגליך וואלט געווען גוט צוצולייגן נאך פרטים לדגמא חברה קדישא בוך מקהילת... משנות... וכדומה
אויב פון פעמילי סוירטש א לינק מיט א פעיזש נומבער
פנקס הקהילה וועלכע לייברערי אויב עס איז אוועילעבל אנליין
בכל אופן קודם יישר כח פאר פתיחה און נעם נישט אן דעם תגובה חלילה אלס קריטיק


קריטיק? וואסעפעס?

איך האב דאס ערהאלטן פון עימעצן, בלויז דעם חלק פונעם בלאט, און איך ווייס נישט פון ווי ס'קומט, אויב ס'איז דא אויף פעמילי סירטש.
איך מיין ס'איז פון בודאפעסט ח"ק, אבער איך בין נישט זיכער.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:44 pm

שטארק מסתבר אז די בודאפעסטע חברה קדישא בוך איז אוועילעבל אויפן געוועב. איך וואלט פרובירט אנפאנגען מיטן לעגאלן ציווילן טויט רעקארד אין בודאפעסט דורכן חברה קדישא דאטום טרענסלעיטעד צום גוישן קאלענדער פאר א טיימליין. פרובירט דאט טרעפן א עידזש און דעם שטאט פון געבורט און דערנאך זוכן דארט דעם געבורט רעקארד.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 8:01 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס שטייט לכאורה ארמער פראמטער מענטש חב׳׳ק

מיר קוקט אויס:
ארעמער פראסטער (אדער פראמער) מענטש חב"ק (חבר קהילה?)

איך טראכט אז מ'האט אויסגעמעקט די מאמעס נאמען, דבורה, און אנשטאט צוגעשריבן די טאטעס נאמען. אבער קען איך עס נישט לייענען
...

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 8:29 pm

עין טובה האט געשריבן:מיר קוקט אויס:
ארעמער פראסטער (אדער פראמער)

א ס' איז עס זיכער נישט
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6772
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 8:33 pm

עס שטייט פֿ.
די אות נאכן מ איז די זעלבע אויסשטעל ווי א מ, זעהט מיר אויס אז ס׳שטייט "ארמער פֿראממער מענטש", נאר די טינט אינעם צווייטן מ איז פארווישט.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:10 pm

עין טובה האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס שטייט לכאורה ארמער פראמטער מענטש חב׳׳ק

מיר קוקט אויס:
ארעמער פראסטער (אדער פראמער) מענטש חב"ק (חבר קהילה?)

איך טראכט אז מ'האט אויסגעמעקט די מאמעס נאמען, דבורה, און אנשטאט צוגעשריבן די טאטעס נאמען. אבער קען איך עס נישט לייענען


אלס מענערישע נאמען קען עס זיין פי(י)טל...

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:57 am

איך האב עפעס א געוואלדיגע פדף וואס לערנט אויס פונקטליך ליינען די אונגארישע רעקארד ביכער.

ווער ס'קען מיר שפעטער דערמאנען וועל איך א זוך טאן

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:22 am

איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול. איז זוך רעקארדס פון די נעאלאגישע געמיינדע אין זאגרעב, קראעטיע.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג ינואר 01, 2018 4:18 pm

משיח האט געשריבן:דאס איז א חברה קדישא רעקארד איבער שמעון רייכמאן,
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?



Simon Reichman-1937.jpg
Simon Reichman-1937.jpg (718.13 KiB) געזעהן 1731 מאל


דא האט איר זיין טויט רעקארד,
אין נומער 4 שטייט זיינע עלטערינ'ס נעמען, רייכמאן משה און רויזנצווייג ???,

אגב. וואס שטייט אין די איבריגע קעסטלעך? 5, 6, 7,
און אין וועלכע שטאט איז ער אוועק?

דא האט איר זיין געבורט אויף אידיש-ג'ען

Simon Reichman-1858.jpg
Simon Reichman-1858.jpg (36.2 KiB) געזעהן 1731 מאל
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 01, 2018 7:18 pm

וועלן מיר מוזן צונעמען שורה ביי שורה.
בכלל איז גוט צו וואוסן אז אינעם קאמפיוטער רעקארד (די צווייטע חלק אונטן) איז א בליזער איבערטייטש וואס קען האבן א געוואלד מיט טעותים
וועלן מיר אנפאנגען פון די לינקע זייט
א) זה פשוט budapest 1907 febr. 11 כ׳׳ז שבט תרס׳׳ז
column 2: Reichman Simon isv kereskedo izr
isv דאכט זיך מיינט אן אלמן
kereskedo סוחר
izr = izraelita יוד
נאכנישט מצליח געווען אויף די אנדערע זאכן אבער זיין געבוט דאטום איז may 5 1858
Rosenzweig, Julianna (mother)
אויפן טויט רעקארד איז די שטאט געספעלט א טראפעלע אנדערש
Mucany with an "A"
די אנדערע שורה שטייט איי געסס די ווייב אדער משפחה Presser, Maria izr (jew)
parents: presser yosef, ?? gizella

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:45 pm

משיח האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:דאס איז א חברה קדישא רעקארד איבער שמעון רייכמאן,
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?


Simon Reichman-1937.jpg

דא האט איר זיין טויט רעקארד,
אין נומער 4 שטייט זיינע עלטערינ'ס נעמען, רייכמאן משה און רויזנצווייג ???,

אגב. וואס שטייט אין די איבריגע קעסטלעך? 5, 6, 7,
און אין וועלכע שטאט איז ער אוועק?

דא האט איר זיין געבורט אויף אידיש-ג'ען

Simon Reichman-1858.jpg

היות איך בין אן אייניקל פון ר' ישראל קליין וזוגתו (? Ruth ? Roza ?) לבית ראזענצווייג פון Mucsony [די סנדק אין די דערמאנטע געבורט רעקארד], און איך האב נישט קיין אינפארמאציע אויף זייער יחוס, האב איך ממש אויפגעלעבט ווען איך האב געזען די הודעה און די רעקארד, וואס דאס וועט מיר אפשר העלפן טרעפן מער אינפארמאציע אויף זיי.

צו קענען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע אויף א לכאורה משפחה קרוב, האב איך געזוכט אויף JewishGen.

קודם כל, די די ערשטע (געשריבענע) איז נישט קיין טויט רעקארד נאר ס'איז די חתונה רעקארד.
1) נומער: 200
2) פלאץ און דאטום: בודאפעסט, פעבר. 11 1907
3) חתן: שמעון רייכמאן, אלמן, סוחר, אידיש, (געבוירן אין) מאשעני [Mucsony] בארשאד, מאי 5 1858, (די לעצטע 2 שורות ווייס איך נישט וואס דאס איז, עפעס א מראה מקום).
4) חתן'ס עלטערן: משה רייכמאן ע"ה מיט יוליאנא (Julianna) ראזענצווייג ע"ה (néhai = נפטר)
5) כלה: מאריא פרעססער, אידיש, (געבוירן אין) בודאפעסט אקט. 6 1902, (אזוי ווי פריער, די לעצטע 2 שורות ווייס איך נישט וואס דאס איז, עפעס א מראה מקום).
6) כלה'ס עלטערן: יוסף פרעססער מיט גיזעלע (Gizella) מאישפילער (Meuspiler די ערשטע אות קען זיין עפעס אנדערש) ע"ה.
7) מסדר קידושין עדים וכדו': ?

די צווייטע (JewishGen) איז די געבורט רעקארד, דא איז א לינק צו די ארגינעלע אויף FamilySearch.
https://www.familysearch.org/ark:/61903/3:1:3Q9M-CS8Q-1SY9-C?i=48&cat=257138
record-image_3Q9M-CS8Q-1SY9-C.jpg
record-image_3Q9M-CS8Q-1SY9-C.jpg (149.93 KiB) געזעהן 1655 מאל



יעצט לענינינו:

איך האב געטראפן א געבורט רעקארד אויף JewishGen ווי ר' ישראל קליין איז געווען מוהל און ר' משה רייכמאן איז געווען סנדק מיט זיין ווייב Jitel/Jütel ראזענצווייג.
לכאורה איז דאס די זעלבע משה רייכמאן, און זיין ווייב האט געהייסן יטל (אין אונגאריש ניצט מען J פאר י).

ivelt.jpg
ivelt.jpg (85.18 KiB) געזעהן 1655 מאל

record-image_3Q9M-CS8Q-1SB7-R.jpg
record-image_3Q9M-CS8Q-1SB7-R.jpg (49.51 KiB) געזעהן 1655 מאל


אויב איינער האט אינפארמאציע אויף די ראזענצווייג משפחה פון מאשעני וועל איך מיך זייער פרייען צו הערן.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:43 pm

נכון, טעיתי, ס'איז זיין חתונה רעקארד (בזיווג שני),
איז טאקע לכאורה די נאמען יטל.

די צוויי משפחות זענען ווארשיינלעך קרובים.
איך וועל געבן א בליק וואס איך האב איבער די משפחה.

די שטאט האט געהייסן אויף אידיש מאשעני? אדער האסט עס בלויז טראנסעלעיטעד פון אונגאריש?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג ינואר 02, 2018 2:22 pm

די כלה איז געווען 5 יאר ביים חתונה ??
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג ינואר 02, 2018 2:29 pm

משיח האט געשריבן:נכון, טעיתי, ס'איז זיין חתונה רעקארד (בזיווג שני),
איז טאקע לכאורה די נאמען יטל.

די צוויי משפחות זענען ווארשיינלעך קרובים.
איך וועל געבן א בליק וואס איך האב איבער די משפחה.

די שטאט האט געהייסן אויף אידיש מאשעני? אדער האסט עס בלויז טראנסעלעיטעד פון אונגאריש?

איך האב בלויז איבערגעטייטשט פון אונגאריש, אבער אז איר האט שוין געפרעגט, האב איך נאכגעקוקט אין א בוך וואס מיין עלטער זיידע האט געשריבן, ווי ביים סוף רעכנט ער אויס זיינע קינדער, דארט שרייבט ער אזוי (אין אידיש-דויטש):
בני הילד שלמה זלמן נולד למז"ט בין השמשות ערב שבת כ"ח אלול תרכ"ג לפ"ק אין אלבערט אורשא ער הייראהטעטע אויס מוטשונע בארשאדער קאמידאט דיא שוועסטער פאן זיין אנקעל מו"ה יצחק האראוויטץ הלוי מ' זיין ווייבס שוועסטער מ' נחמה תחי' דיא טאכטער דעס הצדיק מו' ישראל מוטשונע זיי האבען אויך צבייא קינדער ישראל אונד יטל תחי' וואהנט אין עדעלען.

דארט שרייבט ער "מוטשונע", (אויך באטיטלט ער ר' ישראל קליין הנ"ל "הצדיק").

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג ינואר 02, 2018 2:36 pm

משיח האט געשריבן:די כלה איז געווען 5 יאר ביים חתונה ??

לכאורה איז די דאטום פון די חתונה 1927 און נישט 1907.
מ'דארף קוקען אויף די דערנעבענדיגע רעקארדס וועלכע יאר דאס איז.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט