תמונות בית החיים שייח באדר בירושלים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:23 pm

ווער זאגט אז בזמנו האט מען גערעדט פון דעם, אסאך וואס האבן געמאכט א תנאי האבן למעשה צום סוף נישט מפנה געווען משום כמה סיבות.
למעשה האב איך דאס געשריבען מזכרוני וכאמור לעיל אולי טעותי, ובעזהשי"ת אנסה לברר.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:03 pm

מיינסט אז דרייסיג יאר האט קיינער נישט געטראכט דערפון ווען אין די צייט האט זיך אנטוויקלט הר הנוחות און מ'האט צוריק באקומען הר הזיתים?
איך בין נישט מחולק מיט דיר ס'איז נאר נישט מסתבר אז מ'זאל נישט האבן גערעדט דערפון. ס'קען אבער זיין אז די בית ישראל האט יא געוואלט מפנה זיין ולא איסתייא מילתא

ODOM
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 4:20 pm

א חסיד האט געשריבן:נישט אלע פון שערי צדק בית החיים (אגריפס) האט מען אריבער געפירט ערגעץ אנדערש. סיז נאך געבליבען דארט גאנץ אסאך קברים דארט. דר וואלאך זעלבסט ליגט נאך דארט און הרב דושינסקי זי"ע ליגט נאך דארט

מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל ליגט דארט פון תש"ט, אבער אסאך שפעטער האט מען גלייגט לעבין איהם זיין זון הגרי"מ זצ"ל.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 10:13 pm

ווען רי"מ איז אוועק האט מען נישט געזאגט פאר קיינעם וויא מגייט איהם לייגען, דער עולם האט געמיינט אז מגייט צו הר המנוחות ביז מהאט איהם שטילערהייט געלייגט אין וואלאך שערי צדק.
דיא דושינסקי חסידים האבען שפעטער אפגעקויפט דער גאנצע שטח און היינט איז דאס א אפיצילע ביה"ח דחסידי דושינסקי

טייטל
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 9:14 am

א חסיד האט געשריבן:ווען רי"מ איז אוועק האט מען נישט געזאגט פאר קיינעם וויא מגייט איהם לייגען, דער עולם האט געמיינט אז מגייט צו הר המנוחות ביז מהאט איהם שטילערהייט געלייגט אין וואלאך שערי צדק.
דיא דושינסקי חסידים האבען שפעטער אפגעקויפט דער גאנצע שטח און היינט איז דאס א אפיצילע ביה"ח דחסידי דושינסקי

וועלכע גאנצע שטח מיינסטו? די שטח איז גארנישט אזוי גרויס.

גוגל מעפס ביה"ח וואלאך שערי צדיק

אגב, פארוואס האט מען עס געמאכט שטילערהייט און נישט געזאגט פארדעם?

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 4:13 pm

דער ביה"ח איז נישט געווען חוקי און מהאט נישט געוואלט אז דיא עריה זאל אויסגעפונען ביז נאך דיא קבורה
שפעטער האט מען עס אפ געקויפט און געמאכט חוקי

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

מציבת הגה"ח ר' שלמה זלמן חיים קליין זצ"ל בבית עלמין שייח' באדר

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 3:20 pm

פ"נ מ' שלמה זלמן חיים בן מ' אברהם יוסף קליין מגזע של מרן הרב הבית יוסף זי"ע נולד בהאדאד בע"פ ש' תרי"ט נפטר ט"ו אלול תשי"א תנצב"ה
מצבת רשז''ח קליין בשייח באדר.jpg
מצבת רשז''ח קליין בשייח באדר.jpg (239.51 KiB) געזעהן 437 מאל

אין קובץ עלי זכרון כ"ב (תמוז תשע"ו) איז דא א שיינע מאמר פון אן אור אייניקל זיינער הר"ר יעקב אלחנן ריכטער שליט"א איבער דעם מגזע הב"י איבער אונגארישע משפחות וואס שטאמען פון ספרדים. (אפשר אין א צווייטע געלעגענהייט העמיר עס אראפברענגען)
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 4:15 pm

(א חלק) אונגארן האט באלאנגט צו טערקיי ביז שנת תמ"ד ווען קיסר לעאפאלד (דער עסטרייכישער קעניג) האט איין גענומען בודאפעסט פון די טערקען; און רוב אונגארישער דענמאלט זענען געווען ספרדים.

אלע גדולי ישראל זענען געווען אימפארטירטע ביז די ימי חת"ם סופר. דאכט זיך מיר אז הגאון ר' יחזקאל סג"ל מאונסדארף זצ"ל (א חבר און חברותא פון דער חת"ם סופר) איז געווען דער ערשטע גדול געבוירען צו ווערען אין אונגארן. (ס'דא א אשכול דא אויף אים)

אויף דער מהר"ם אש (הגאון ר' מאיר א"ש) זצ"ל זאגט מען אז ער איז געווען א ספרדי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 6:20 pm

SPUSMN האט געשריבן:(א חלק) אונגארן האט באלאנגט צו טערקיי ביז שנת תמ"ד ווען קיסר לעאפאלד (דער עסטרייכישער קעניג) האט איין גענומען בודאפעסט פון די טערקען; און רוב אונגארישער דענמאלט זענען געווען ספרדים.

אלע גדולי ישראל זענען געווען אימפארטירטע ביז די ימי חת"ם סופר. דאכט זיך מיר אז הגאון ר' יחזקאל סג"ל מאונסדארף זצ"ל (א חבר און חברותא פון דער חת"ם סופר) איז געווען דער ערשטע גדול געבוירען צו ווערען אין אונגארן. (ס'דא א אשכול דא אויף אים)

אויף דער מהר"ם אש (הגאון ר' מאיר א"ש) זצ"ל זאגט מען אז ער איז געווען א ספרדי.

ס'איז דא אסאך צושרייבן איבער דעם ענין, איך מיין אז ס'איז נישט כדאי דא צו מאריך זיין ווייל דאס וועט אוועקפירן דעם אשכול אויף אנדערע נושאים ווי אויף וואס ס'איז מיועד, האפנטליך אין די נאנטע טעג וועל מיר פרובירן עפענען א באזונדערע אשכול דערוועגן, די מאמר דארט פאר זיך איז זייער באלערנד און אינטרעסאנט ובעז"ה עוד חזון למועד.
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג דעצמבער 24, 2017 11:49 pm

SPUSMN האט געשריבן:(א חלק) אונגארן האט באלאנגט צו טערקיי ביז שנת תמ"ד ווען קיסר לעאפאלד (דער עסטרייכישער קעניג) האט איין גענומען בודאפעסט פון די טערקען; און רוב אונגארישער דענמאלט זענען געווען ספרדים.

אלע גדולי ישראל זענען געווען אימפארטירטע ביז די ימי חת"ם סופר. דאכט זיך מיר אז הגאון ר' יחזקאל סג"ל מאונסדארף זצ"ל (א חבר און חברותא פון דער חת"ם סופר) איז געווען דער ערשטע גדול געבוירען צו ווערען אין אונגארן. (ס'דא א אשכול דא אויף אים)

אויף דער מהר"ם אש (הגאון ר' מאיר א"ש) זצ"ל זאגט מען אז ער איז געווען א ספרדי.

דו מיינסט דעם פנים מאירות זצ"ל?
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:37 am

ניין, דער מהר"ם א"ש, פון די ערשטע תלמידי חת"ם סופר; געבוירעין אין תק"מ, און ווערט פארעכענט פאר זיין גרעסטע תלמוד, פאר א תלמוד חבר וואס דער חת"ס שרייבט נישט צו אים "תלמידי" נאר "ידידי".

דער פנים מאירות (וואס מע רופט די זעלבע) איז געווען מער ווי א הונדערט יאר פאר דער חתם סופר און איז געקומען פון די ליטע. ווי אזוי דער עולם האט פארשטאנען זיין הברה איז מיר אלעמאל געווען א פלא; אבער דאס איז געווען בימים ההם א נארמאלע זאך, למשל הגאון ר' רפאל האמבורג אבד"ק אה"ו איז אויך געקוען פון די ליטע, און ווי האט מען אים פארשטאנען אין דייטשלאנד.

ר' אשר פארסט האט מיר געזאגט אז ווען דער אמרי אמת האט זיך צאם געטראפען מיט דער חפץ חיים ביים כנסי' הגדולה האט מען זיך געווינדערט ווי זיי האבען זיך פארשטאנען רעדענדיג אנדערע הברות פון אידיש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 11:44 am

מסתמא האבן זיי זיך פארשטאנען בערך ווי די סאטמארער יונגלעך האבן פארשטאנען דעם שאפראנער רב זצ"ל אלץ פארהערער אין חדר..


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט