דאס אידישער היסטאריע אין דאס לאנד שווייץ; נאכאנאנדע פאגראמען אין גירושים

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

דאס אידישער היסטאריע אין דאס לאנד שווייץ; נאכאנאנדע פאגראמען אין גירושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת

א גיטע זוממער צי אלע באליבטע חברים, און א גיטער תמיד, אין די יעצטיגע תקופה ווען פול אידן געפינען זיך אויף אפרוה, טייל פון זיי אין די שווייץ, איז צייט צי נישטערן א ביסל אין די שווייצער היסטאריע…

דאס לענדל שווייץ איז באקאנט אלס א שיין רואיג לענדל, דעמאקראטיש, הרים סביב לה מיט אויגפארכאפנדע פאנאראמעס, נישט אלע ווייסן אבער אז דער דעמאקראטישער לענדל איז געווען ממש פון די לעצטע (3 פאר לעצט) לענדער אין אייראפע צי געבן פרייע רעכטן פאר אידן, אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן…

די ערשטע תקופה פון אידן אין שווייץ

די אידישע היסטאריע אין די לענדל שווייץ, גייט שוין צוריק ארום 800 יאר צוריק, אין דאס לענדל וואס איז נאכנישט געווען פאראייניגט דעמאלט, און געהערט ברובו פאר די רוימישע דייטשע מלוכה.

אין שווייץ אזוי ווי אין שווייץ ליגט אלע דאקומענטן פון אלע יארן אוועק געלייגט מיט א פונקטליכקייט, און אין דאקומענטן וואס מען האט געפינען אין די באזעל קאנטאן אין די יעצטיגע תקופה (שווייץ איז איינגעטיילט אויף קאנטאן'ס, וואס יעדער קאנטון האט א שטיקל רעגירונג פאר זיך, א געדאנק ווי די פאראייניגטע שטאטן) קומט אויס אז אידן האבן שוין געוואוינט אין באזל אין יאר 1213 למספרם, דהיינו שנת ד"א תתקע"ג, אזוי אויך האבן זיך געפינען אידן אין ציריך, בערן (וואס איז היינט די הויפט שטאט פון שווייץ) ענדינגון און נאך.

אידן האבן זיך דאן בעיקר באשעפטיגט מיט פארבארגערייען, דאקומענטן פון די חובות ליגען נאך עד היום הזה אין די שווייצע ארכיוון.

שווערע גזירות זענען דאן געווען אין שווייץ קעגן אידן, אין טייל שטעט האבן זיי געדארפט וואוינען אין ספעציעל דעזאגנירטע געגענטער, און זיי האבן געדארפט טראגן א עקסטער מין היט, א "יודענהוט", זיי צי פארשעהמען.

אין שטאט ציריך האבן דאן אידן געוואוינט אין די נוימארקעט געגענט, א געגנט וואס שטייט נאך היינט, דארט האבן זיי געהאט זייער שוהל -בית הכנסת, ווי מען האט עס דארט גערופן א "יודענשולע", אויף א גאס וואס האט געהייסן סינעגאגענגאסע, וואס איהר פלאץ איז היינט באוויסט אין Froschaugasse 4. אין יאר ה"א ט' בערך איז פארגעקומען דארט א בלוטיגע פאגראם אויף די שוהל דורך די קריסטליכע איינוואוינער.

בילד
א טאוול צייכנט אפ די פלאץ ווי עס איז אמאל געשטאנען די שוהל, נוימארקט געגנט - ציריך

אין שטאט בערן איז אין יאר ה"א נ"ד בערך פארגעקומען א שווערע בלוט בלבול, געווען איז דאס נאך וואס א קריסטליך קינד מיטן נאמען רודאלף איז פארשוואונדען געווארן, די קריסטליך באפעלקרונג האט ווי פארשטייט זיך באשולדיגט די אידן פאר איהם אומברענגן, און די קירכע האט איהם באטיטלט אלס א מארטירער, דאס הייסט איינער וואס איז געשטארבן פאר די פארשמייליגטע רעליגיע.

מער האט נישט אויסגעפעלט און א שווער פאגראם איז פארגעקומען אין שטאט ווי אידן זענען אטאקירט און בארויבט געווארן דורך די קריסטן ימ"ש, טייל זענען דאן אומגעקומען, הי"ד.

אין אמת'ען האבן די רעגירונג באאמטע דאן בכלל נישט געגלייבט די באשולדיגונגען אז די אידן האבן ערמארדעט דאס קינד, אבער כדי צי ציפרידן שטעל די מאסן וואס האבן פשוט געוואלט פטור ווערן פון זייערע חובות צי די אידן, האבן זיי ארויס געגעבן דאן א גזירת גירוש אויף די אידן, און אידן האבן געדארפט אויסוואנדערן פון שטאט.

בילד
א געמאלן בילד פון די בלוט בלבול

נאך א שטיק צייט האבן זיי צוריק אריינגעלאזט די אידן, אבער נאר מיטן תנאי פון צאלן 1500 מארק כופר נפש, און מוחל זיין די חובות פאר די קריסטן.

רבינו משה ז"ל – הסמ"ק מצוריך

דער מערסטער באקאנטער יענע יארן אין שווייץ, איז געווען איינער מרבותינו הראשונים זי"ע דאס איז רבינו משה זי"ע וואס האט געוואוינט אין ציריך, א תלמיד פון מהר"י מקורבי"ל, וואס האט געשריבען הגהות אויפן ספר סמ"ק פון זיין רבי מהר"י מקורבי"ל, וואס די הגהות איז באקאנט אלץ הסמ"ק מצוריך, גדולי דורו האבן דאס גערופן "צורכר" (מהר"ם מינץ, מהרי"ל, מהרי"ק), און מהרי"ק איז דא א שטיקל ווי ער איז שארף חולק אויף איינער פון די גדולים וואס זאגט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן סמ"ק מצוריך להלכה "ואשר כתבת דאין מורין מספר הצור"ך שקבץ וכתב כל הדעות ולא לפסק הלכה דבר תימא בעיני ובעיני כל שומע היאך פה קדוש יאמר דבר זה דלמה טורח וחיבר כל ההגהות הגדולות ההנה אם לא לפסק הלכה ולמה יבא דבר שאין כהלכה ויניח ההלכה דרחמנ' ליצלן מהאי דעת'"

רבינו משה האט געוואוינט אין ציריך און געווען די מנהיג און רבי פון די קהילה ערגעץ ארום די ק' יארן, אין א דאקומענט וואס איז דא אין די שטאטישע ארכיוון זעהט אויס אז אין יאר ה"א פ"ט (1329) האט ער שוין דארט געוואוינט, און אז זיין טאטע האט געהייסן ר' זוסמאן, און אין א שפעטערדיגע דאקומענט פון יאר ק"ז (1347) ווערט געשריבען וועגן צאלן שטייערן פון א געוויסע דירה וואס געהערט צי "המורה משה היהודי", די כינוי מורה איז יענע יארן געווען א כינוי פאר א רבי, ווי מען טרעפט אין פילע ספרים פון יענע יארן.

ליידער איז רבינו משה אומגעקומען ביי די שווערע פרעות נאך די שווארצע מגיפה, אזוי שטייט אין די פנקסי הקהילה, ה' יקום דמו.

אנדערע טענה'ן (מבוא לספר הסמ"ק מצור"ך הוצאת תשמ"א) אבער אז ער איז אנטלאפן דעמאלט צי דער שטאט בערן, זייער ראי' איז ווייל אין די שטאטישע ארכיוון פון ציריך אין א דאקומענט פון יאר ק"י (1350) ווערט גערעדט אז די שטאט ראט פארקויפט די אויבענדערמאנטע דירה פון יאר ק"ז פאר מעיאר פון שטאט, דארט שטייט אז דער באלעבוס פון דירה איז ר' משה מבערן, פון דעהם דרינגען זיי אז ער ווארשיינליך אנטלאפן צי דער שטאט בערן.

ואי משום הא לא איריא, קען זיין אז קודם האט ער געוואוינט אין בערן, און קען זיין אז דער מורה משה היהודי איז גאר א צווייטער, זעה אבער ווייטער וואס מיר שרייבן וועגן דעהם.

רבינו משה הכהן ניימארק ז"ל – חותנו של מהרי"ל – האט ער געוואוינט אין שווייץ?

איינע פון די גדולי אשכנז אין די שנות הק' איז געווען רבינו משה הכהן ניימארק זי"ע, דער שווער פון דער מהרי"ל בזוו"ר, ער ווערט פולע מאל געברענגט אין ספרי מהרי"ל, ווי עס קומט אויס פון ליקוטי מהרי"ל איז ער געווען א תלמיד פון מהר"ם סג"ל מוינא, און אז ער איז געווען אין ניישטאט פאר א תקופה, אזוי אויך ווערט דארט געברענגט אז פאר א געוויסע תקופה אי ער געווען אין א ארץ לועז, דהיינו נישט דייטשלאנד, און אין א אנדערע סימן שטייט אז ער איז געווען אין די שטאט בערנא, וזל"ק שו"ת מהרי"ל סימן לה "וזכורני בהיותי בבערנ"א פעם אחת לא היה מו' חמי ז"ל שמה, ועבר שמה דרך אכסנאות גדול אחד, והתיר לבעלי בתים לקנות חמאה בשוק. ואמר שהיתר שוואבי"ן ישנו שמה כי מדינת ויזנטינ"איד היא ממש כמו שווייצא בכל מנהגיה במרעה ובבהמות. ושוב אח"כ כשחזר מו"ח ז"ל כעס מאד ואסר להם. ושוב בא אל אותו גדול והתריס נגדו מאד על שהתיר, וכמדומה שהודה לו וחזר. ובקל אנו מחמירים בכמה דוכתין משום קלים ועמי הארץ כדאמרינן בפרק מקום שנהגו"

יש אומרים אז בערנא איז די שטאט ווירונא אין אטאליע, אנדערע טענה'ן אבער אז די בוכשטאב V ווערט נישט דערמאנט מיט א אות ב, נאר מיט א ו' (בי נישט בי, א טענה...), נאר זאגן זיי איז דאס די שטאט בערין אין שווייץ, לפי דעהם זאגן זיי אז רבינו משה הכהן האט געוואוינט אין די שטאט בערן אין שווייץ.

אין די מבוא לספר הסמ"ק מצורך הוצאת תשמ"א שפעקלירט ער נאך מער, אז די רבינו משה הכהן אין גאר דער זעלבער אויבענדערמאנטער רבינו משה מצור"ך, זיין ראי' איז לפי דאס וואס ער טענה'ט אז רבינו משה מצור"ך האט אנטלאפן קיין בערן, און די נאמען פון רבינו משה הכהן איז דאך רבינו משה הכהן ניימארק, וואס דאס ווייזט אויף די געגענט וואס ער האט געוואוינט אין ציריך "נוימארק".

חוץ פון דעהם וואס דאס איז שפעקולאציעס, איז דא א שטארקע תמיהה אויף דעהם, ווייל ווען די מהרי"ל דערמאנט די ספר הסמ"ק נצור"ך דערמאנט ער נישט קיין ווארט אז דאס האט עפעס א משפחה שייכות מיט איהם, קען אפשר זיין אז ער איז שוין דעמאלט געווען ביי זיין זיווג שני, אבער די תמיהה איז שטארק, די מו"ל טענה'ט אבער אז ער רופט איהם מיטן נאמען צורכר וואס דאס ווייזט אויף א נאנטקייט, אבער ווי שוין פריערט דערמאנט איז דאס די כינוי וואס בני דורו האבן איהן געגעבן.


פרעות "המגפה השחורה" - שנת ה"א ק"ט

אין יאר ה"א ק"ח ק"ט איז פארגעקומען א ביטער שווערע מגיפה אין אייראפע, באוויסט מיטן נאמען די שוואצע מגיפה, די עפעדעמיע האט זיך ארום געדרייט איבער רוב אייראפע און אסיא, אזוי פיל ווי א דריטל איינוואוינער פון אייראפע - בערך זעכציג מיליאן אין צאל זענען דאן געשטארבן, ה"י.

זעלבסט פארשטענדליך אז די אידן זענען דאן געווען די קרבן, טענה'נדיג אז אידן זענען ווייניגער געשטארבן (היינט איז עס שנוי במחלוקת צווישן די פארשער צי די אידן זענען טאקע דעמאלט ווייניגער געשטארבן - אויב עס איז אמת זאגן זיי אז עס איז צוליב די ריינקייט מיטלען ווי נטילת ידים א.ד.ג. וואס אידן זענען מקפיד), צוליב דעהם האבן זיי גע'טענה'ט אז די אידן האבן פארגיפטיגט די וואסערען כדי צי אומברענגן די קריסטליכע באפעלקרונג, פון פון די פארשפרייטערס פון די בלבול זענען געווען אזעלכע וואס האבן פשוט געוואלט פטור ווערן פון זייער חובות וואס זיי זענען געווען שולדיג פאר אידן,צווישן אנדערע איז באקאנט איבער א ברוטאלער חוקר א פרינץ אין די סאבוי קעניגרייך (איטאליע) וואס האט אויסגעפארשט אין געפייניגט אידן אין שטאט אמאדאוס, צווישן זיי איז געווען א איד פון די שטאט גענף אין שווייץ מיטן נאמען אזשימא, וואס האט פון גרויס יסורים געצווינגענערהייט זיך "מודה" געווען אז א רב האט איהם כביכול געשיקט פארגיפטיגען די ברונעם'ס, די תוצאה האט נישט געפעטיגט צי קומען, שווערע פאגראמען זענען פארגעקומען אינערהאלב אייראפע דעמאלט.

א איד פוןן די שטאט באזל איז אויך דעמאלט פארכאפט געווארן אין געפייניגט געווארן ביז ער האט זיך געצווינגערנערהייט "מודה" געווען און פארגיפטיגן די וואסערן, אלע אידן פון שטאט זענען דן נידון געווארן למוות ה"י, די קריסטליכע שונאי ישראל ימ"ש האבן געבויעט א ספעציעל געביידע פון האלץ, אריינגעפירט אלע קדושים אהין, און אינטעגעצינדען, ווי זיי זענען אלע - ארום 600 אין צאל - אומגעקומען עקדה"ש, הי"ד, זייערע קינדער - ארום 140 אין צאל - זענען פארכאפט געווארן און ל"ע אפגע'שמד'ט געווארן, ה"י. די אידן וואס האבן זיך געראטעווט זענען דאן אנטלאפן צי די עלזיס ראיאן (פראנקרייך).

אין ציריך, בערן, ענדיגין, לאנגנאו, , און אין נאך שטעט זענען אויך פארגעקומען שווערע פאגראמען, ווי פיל אידן זענען אומגעקומען עקדה"ש, הי"ד, צווישן זיי רבינו משה מצורי"ך הי"ד, די אידן פון זענען דאן צייטוויליג פארטריבען געווארן פין שווייץ.

דוקא אין די שטאט שפהאוזן האט די שטאט-ראט געשיצט אויף די אידישע איינוואוינער פון שטאט, פון די קריסטליכע פאגראמירער.

די קייסער וואס האט האט דאן געוועלטיגט, האט געוואלט באשולדיגען די רוצחים אויף זייערע רציחות, אבער ווען מען האט איהם געגעבן א טייל פון די רויב, האט ער זיי גע'פטר'ט פון פאראורטיילט ווערן.

עד שנת ה"א תקנ"ח

אין יאר קכ"ב בערך זענען אידן ווידער ערלויבט געווארן צי וואוינען אין באזל, עטליכע אידן וואס זענען דאן אנטלאפן פון די עלזוס ראיאן זענען דארט געקומען וואוינען, די קירכע האט שפעטער געצווינגען אלע אידן זיך צי באטייליגען ביי זייער שוידערליכע צערעמאניע'ס, און אין יאר קנ"ז זענען זיי ווידער פארטריבען געווארן.

יארן שפעטער זענען אידן צייטוייליג אריינגעלאזט געווארן אין באזל, געווען איז דאס ווען קריסטן האבן געוואלט דרוקן א ש"ס אין באזל, און הבן געדארפט די אידן פאר הילף.

ווידער אום אין בערין זענען אידן ווידער ערלויבט געווארן צי וואוינען אין שטאט אין יאר ק"מ בערך, אבער ווידער פארטריבען געווארן אין יאר קנ"ב.

אזוי צוביסלעך האבן אידן זיך צוריק באזענט אין שווייץ, אין ציריך האט די שטאט באהערדע באשיצט אויף זיי פון יאר קי"ד, אויפן תנאי אז זיי געפינן זיך צווישן די גרעניצן פון שטאט, אבער עטליכע יאר שפעטער בערך אין די ק"ע ביז די ק"צ יארן זענען דריי מאל ארויס געגעבן געווארן קעגן די אידן פון די קאנטאן פון ציריך גירוש באפעהלן, אבער עס איז נישט שטרענג אויסגעפירט געווארן, און טייל אידן זענען געבליבען. הערשט אין יאר שצ"ד איז צוליב א עלילה א איד מיטן נאמען ר' אהרן מלנגאנו הי"ד ערמארדעט געווארן, און דאן זענען אלע אידן ענדגליטיג פארטריבען געווארן.

אין יאר קס"א איז פארגעקומען א שווער בלוט בלבול אויף די אידן פון שפהאזון, ווי אלע אידן זענען פאראורטיילט געווארן צי טויט ה"י, אזוי פיל ווי 30 אידן זענען דאן פארברנעט געווארן עקדה"ש אין חמשה עשר באב, הי"ד.

אין יאר קפ"ז זענען אידן פארטריבען געווארן פון די קאנטאן פון בערן, אין קפ"ח זענען אידן פארטריבען געווארן פון פריבערג, פון קאנטאן פון שפהאוזן אין יאר רל"ב, טורגאו יאר רנ"ד, קאנטאן באזל יאר ש"ג.

אין שטאט ענדיגין איז אין יאר ר"ל פארגעקומען א שווערע בלוט בלבול, פיר פערזאנען 2 ערוואקסענע און 2 קינדער האט מען געטראפן ערמארדעט אין בית הקברות פון שטאט, ווי פארשענדליך איז די שולד געפאלן אויף די אידן, 3 אידן זענען באשולדיגט געווארן, דאס זענען ר' אליהו מיט צוויי ברודער פון משפחת יוסף בן גרשם מרוסהיים, און זענען פאראורטיילט געווארן צום טויט הי"ד. דוקא די קייסער האט דאן פארדאמט די עלילה.

אין יאר ה"א תל"ח האט די שווייצער רעגירונג אפיציעל באשטעטיגט א געזעץ צי פארטרייבן אלע אידן פון די שטעט אינערהאלב גאנץ שווייץ, און אלע האבן געדארפט גיין וואוינען אין איין געגנט, און אין יאר תקל"ו האבן זיי נאך מער באגרעניצט די אידישע וואוין ערטער, צי וואוינען נאר אין די שטעטלעך ענדיגין און לאנגנאו.

בילד
דאס שטעטל ענדיגון היינט ציטאגס, מערקט די שוהל

בילד
די שוהל אין ענדיגון

בילד
די שוהל אין לאנגנאו

די אידן האבן יענע יארן געליטען זייער שווערע רדיפות, שווערע געזעצן זענען ארויס געקומען אין שווייץ קעגן אידן, זיי האבן נישט געמעגט האלטן קיין שטחים אין זייער באזיס, און זיך נישט געמעגט באשעפטיגן נאר מיט געוויסע געשעפטן, אין בניינים זענען געווען א עקסטער איינגאנג פאר אידן, זיי האבן חלילה נישט געמעגט אריין גיין דורך די איינגאנג וואס איז געווען געמאכט פאר די קריסטן, אויב זיי האבן פארדינט עקסטער געלט, האבן זיי באלד געדארפט צאלן שווערע שטייערן, אזוי זענען זיי אלע נעבעך ארעם געבליבען, זיי האבן געדארפט צאלן עקסטערע הויכע שטייערן פאר חתונה האבן, און יעדע מאל איינער איז אריבער א גרעניץ צי א אנדער קאנטאן האט ער געדארפט צאלן הויכע שטיערן, אויך די גרויסקייט פון די משפחה האבן זיי באגרעניצט, אזוי אויך האב זיין נישט געמעגט באערדיגען נפטרים אין שטאט, און נאך שווערע רדיפות.

בילד
באזונדערע איינגענג פאר קריסטן און להבדיל אידן אין שווייץ

צוליב די גזירה אויף די בית הקברות, האבן די קהילות שוין פאר 400 יאר צוריק אין די ש"ס יארן געמאכט זייער בית עלמין אויף א קליינטשיק אינזעל אויף די רהיין טייך, און נאך עטליכע פארפלייצונגען, האבן די ענדיגין און לאנגנאו קהילות אין תק"י געגרינדעט זייער משותף'דיגער בית הקברות ערגעץ ווי אינדרויסן פון זייערע שטעטלעך.

בילד
בילד
בילד
דאס בית הקברות

די קהילה אין די צוויי שטעט האט אבער געווירבעלט שטארק, אין ענדיגין למשל איז האלב פון די באפעלקירונג געווען אידן, און אפילו א קירכע איז דארט נישט געווען.

אין יאר תקמ"ט האט אויסגעבראכן שווערע אומרועהן און פאגראמען אין די עלזוס געגנט (פראנקרייך), פיל אידן האבן דעמאלט אנטלאפן צי שווייץ צי די צוויי שטעטלעך, צווישן די אטלאפענע איז געווען הגאון מוהר"ר יעקב מאיר ז"ל בעמח"ס שו"ת אמת ליעקב, וועלכער האט געוויילט פאר א תקופה אין ענדיגין, ביז ער זיך צוריק אהיים געקערט, און אזוי שילדערט ער וואס איז אויף איהם אריבער, אין שו"ת אמת ליעקב סימן יד "אמר המחבר הנה ידוע ומפורסם כי ה' ימים לחודש אב בשנת תקמ"ט לפ"ק היה רעש במדינתינו, ובפרט בסירענץ ששם תקעתי אהלי שנתים לפני זה, כי באו אז שודדים וגזלו וחמסו כל אשר לנו, וקרעו בעו"ה הספרי תורות וספרים הקדושים, וגם ממש רוב הניירות שהיו בביתי מכתבי המדינה י"ץ נקרעו, וגם רוב החידושים שחידשתי שהעליתי במצודתי וכמה שו"ת שהשבתי לשואלים ממני גם המה היו בתוך הקרועים, ואף שת"ל בחזרתי לביתי, כי ברחנו ביום הנ"ל לעיר ענדינגין במדינת שווייץ, מצאתי ממש כל הספרים הנדפסים שלי בביתי ולא נקרעו רק מעט מזעיר וס"ת אחת קטנה, מכל מקום רוב כתבים מחידושים שלי נקרעו, ולקטתי לקוטי בתר לקוטי להעתיק הכל בספר אחד…"


שנת תקנ"ח

אין יאר תקנ"ח (1798) איז פארגעקומען שווערע שלאכטן אין שווייץ, ווען די פראנצויזישע מיליטער האט אינגאנצן איינגענומען שווייץ, און איינגעשטעלט א נייע רעגירונג, לאיאל צי פראנקרייך, גערפען מיטן נאמען "העלוויטישע רעפאבליק".

דעמאלט איז אינגאנצן בטל געווארן די דיסקרימאנאציע קעגן אידן, אידן האבן דאן באקומען פרייע רעכטן און דאס ערשטע מאל אין שווייץ אנגעהויבן לעבן רואיג.

אידן פון פולע ערטער האבן דאן אריינגעוואנדערט קיין שווייץ, דאן האט זיך אנגעהויבען א טייל פון די אידישע קהילות אין שווייץ ווי למשל באזל.

מתקע"ה עד תרכ"ו

אבער נישט לאנג האט אנגעהאלטן די גיטע צייטן, און אין יאר תקע"ה איז די העלוויטישע רעפאבליק צאמגעפאלן, און שווייץ האט זיך דאן דערקלערט זעלבסשטענדיג, אין די קאנסטוטיציע איז געשטאנען אז שווייץ גיבט אייניגע פרייע רעכטן פאר אלע… קריסטן, אידן זענען דאן צוריק געווארן דיסקרומינירט. הערשט אין יאר תרכ"ו, נאך וואס אמעריקא און דערנאך פראנקרייך ענגלאנד און האלאנד האבן אנגעהיבן לייגען דרוק אויף שווייץ, האבן זיי ענדגילטיג דערקלערט אייניגע און פרייע רעכטן אויך פאר אידן, דא האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע פאר אידן, ווי פול אידישע קהיולת האבן זיך געגרינדעט, קהילות וואס האבן איבערגעלעבט די ביטערע קריג, און טייל זענען נאך דא עד היום הזה.

רבנים וואס האבן געוואוינט אין שווייץ במשך די יארן

אויסער רבינו משה מצוריך וואס מיר האבן שוין דערמאנט אויבן, טרעפן מיר צווישן די ספרים נאך עטליכע רבנים וואס זענען געווען אין שווייץ.

אין הקדמה צי די קרבן נתנאל שרייבט די קרבן נתנאל זיין סדר היחוס ביז צי די מהר"י וייל, שרייבט ער אז זיין זיידע דור חמישי איז געווען הגאון מוהר"ר יונה וייל שהיה אב"ד במדינת בורגא ושוואבין ומדינת שווייץ, א אוהר אייניקל פון מהר"י וייל, ווארשיינליך איז ער געווען ערגעץ ארום די ר' - ש' יארן. ער איז געווען די מחבר פון ספר הניקור, מער פרטים איבער איהם ווייסעך נישט.

אזוי אויך ערגעץ אין די אנהייב ת' יארן אין קהילת טיהנגין אין שווייץ איז געווען א רב מיטן נאמען מוהר"ר מתתיהו ז"ל בן ר' אדני' ישראל ז"ל, אין שו"ת חוט השני (לבעל החוות יאיר) איז דא א שאלה פון איהם און א תשובה צי איהם.

ערגעץ ווי אין די תק"י יארן איז געווען א רב אין שווייץ מוה"ר יעקב שווייך ז"ל, אין תשו' זכרון יוסף איז דא עטליכע תשובות צי איהם.

אין די צייטן פון די חתם סופר האט געדינט פאר א רב אין קהילת עטלינגה אין שווייץ און פאר לאנד'ס רב הגאון מוהר"ר אברהם ז"ל, אין תשובת חתם סופר איז דא א תשובה צי איהם, וז"ל חלק ב (יורה דעה) סימן קעה "החיים והשלום יחדיו יהיה תמים לחכם מחוכמים מארי דאברהם דתלי' תני' בדלו תני' בבחירתא כוותי' ה"ה הרב המאה"ג חו"ש בעל פיפיות המפורסם כערוגת הבשם כש"ת מהו' אברהם ני' אב"ד דק"ק ענטלינגה ומדינת שווייץ יע"א."

אזוי אויך אין שו"ת השיב משה ברענגט ער א תשובה וואס איז געדריקט אין שו"ת מ"י וואס איז געשריבען געווארן דורך האב"ד דק"ק שווייץ.

ערגעץ אין די תר"י-ל יארן האט געדינט פאר א רב אין קהילת ה"ב הגאון מוהר"ר יוסף וו"ב ז"ל, אין תשובת כתב סופר איז דא צוויי תשובות צי איהם איינס אין תרי"ז אין די אנדערע אין יאר תרכ"ו, וואס היבט זיך אהן "מנחם ציון וירושלם, ישביעהו אורך ימים ושנות חיים, ה"ה ידידי הרב המאוה"ג המופלא בהפלגת חכמים אוצר נחמד חרוץ ושנון כש"ת מו"ה יוסף וו"ב ני' אבדק"ק ה"ב במדינת שווייץ יע"א".

דאס איז אלץ רבנים וואס האבן געדינט ביז די נייע תקופה, פון דארט און ווייטער גיי איך נישט יעצט אריין, און פארשטייט זיך אז עס איז געווען פול.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:52 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בילד
די אידישע נוימארק געגנט אין ציריך היינט ציטאגס
בילד
א געמאלן בילד ווי אידן ווערן אומגעברענגט עקדה"ש ביי די שווארצע מגיפה
בילד
עקסטער איינגענג פאר אידן און להבדיל קריסטן אין לאנגנאו
בילד
די אידישע שוהל אין לאנגנאו
Lengnau_Dorf.jpg
Lengnau_Dorf.jpg (71.2 KiB) געזען 5004 מאל

דאס שטעטל לאנגנאו
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חזונאיש'ניק האט אונז באשאנקען מיט מייסטערווערק

ייש"כ מרובה (אויב האסטו אלעס אויף ווארד, במילא וועל איך דיר לאזן דאס מאכן פאר א PDF)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

א געמאלן בילד פון די שוהל אין לנגאנאו
א געמאלן בילד פון די שוהל אין לנגאנאו
לנגנאו.jpg (24.1 KiB) געזען 4996 מאל
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יישר כח!!
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

בלוצערן היה פרוגרום בבית המדרש בשנות המלחמה.
התמונות אינם תח"י כרגע
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ חזון איש'ניק פארן מיר שיקן די סחורה איך זאל דאס קענען ארויף לייגן אויף א PDF פורמט לתועלת הרבים

דער פייל איז נאר אויסגעקומען צו גרויס, האב איך דאס געמוזט ארויף לייגן אין צוויי חלקים

נאכ'ן דאנלאודן, קענט איר דאס אליינ'ס צאמשטעלן
אטעטשמענטס
שווייץ היסטאריע, געשריבן דורך חזון איש'ניק אייוועלט חלק ב.pdf
(221.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 149 מאל
שווייץ היסטאריע, געשריבן דורך חזון איש'ניק אייוועלט חלק א.pdf
(226.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 139 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שיינע און מסודר'דיגע ארבייט.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

שמו האט געשריבן:ייש"כ חזון איש'ניק פארן מיר שיקן די סחורה איך זאל דאס קענען ארויף לייגן אויף א PDF פורמט לתועלת הרבים

דער פייל איז נאר אויסגעקומען צו גרויס, האב איך דאס געמוזט ארויף לייגן אין צוויי חלקים

נאכ'ן דאנלאודן, קענט איר דאס אליינ'ס צאמשטעלן

יישר כח
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:בילד
א טאוול צייכנט אפ די פלאץ ווי עס איז אמאל געשטאנען די שוהל, נוימארקט געגנט - ציריך

קען איינער טרענסילעיטן וואס דא שטייט?
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

א גרויסן יישר כח חזון אישניק ממש אינהאלטסרייכע סחורה ;l;p- keep it up!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

לחם לשובע האט געשריבן:קען איינער טרענסילעיטן וואס דא שטייט?

Im späten Mittelalter lebten die meisten Zürcher Jüdinnen und Juden an der Froschaugasse ("Judengasse") und an der Brunngasse. Ihre Synagoge befand sich am Wolfbach im Haus Froschaugasse 4 ("Judenschule", "Burghof"), der jüdische Friedhof vor dem Lindentor.
Vor 1343 schuf Rabbi Moses den "Zürcher Semak", einen bis heute verwendeten Gesetzeskommentar. Die Blütezeit der jüdischen Gemeinde Zürichs fand im Pogrom von 1349 ein abruptes Ende. Der grösste Teil der jüdischen Bevölkerung Zürichs wurde gefangen genommen, gefoltert, vertrieben oder verbrannt.
Bürgermeister und Räte belegten 1436 die Zürcher Jüdinnen und Juden mit einem Niederlassungsverbot. Erst das Emanzipationsgesetz von 1862 brachte der jüdischen Bevölkerung das Recht der freien Niederlassung.

אין די שפּעטע מיטל אלטער, האבן מערערע אידענע'ס און אידן אין ציריך געוואוינט אויף די פרושאוגאססע ( "יודנגאססע") און אויף די ברוננגאססע. זייער שול איז געווען ביי וואלפבאך אין די הויז פון פרושאוגאססע נומער 4 ( "יודענשולע", "בורגהויף"), די יודישע בית-עולם בעפאר לינדענטאר.
איידער 1343 האט רבי משה געמאכט די "צוריך סמק", א לעגאל קאמענטאר געניצט ביז צו דעם טאג. די גליק פון די אידישע קהילה פון צוריך איז געקומען צו א פלוצעמדיג ענדע אין די פאגראם פון די 1349, מערסטנס פון די אידישע באפעלקערונג פון צוריך זענען געווארן געפאנגען, געפייניגט, פארטריבן אדער פארברענט.
בירגער־מייסטערס און קאונסילארס זענען געווען פאַרנומען אין 1436, צו מאכן פאר די אידן אן אויסגלייך-פארבאט. בלויז פון די אימאנסיפאציע אקט פון 1862 האבן די אידישע באפעלקערונג די רעכט צו דער פרייהייט פון זיך איינגלידערן.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

ציגעלייגט יעצט און פארראכט עטליכע פרטים ביי די חלק פון פרעות ביי די צייטן פון די שווארצע מגיפה.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

e-codices_ubb-R-III-0001_0001v_medium.jpg
e-codices_ubb-R-III-0001_0001v_medium.jpg (431.74 KiB) געזען 4680 מאל

א אוהר אלטע כתב יד פון ש"ס ערגעץ ווי צווישן די דרייצענט און פערצנטע יאר הונדערט, געפינט זיך אין די באזעל אוניווערסיטי, איך ווייס אבער נישט צי ס'קומט ארגיניעל פון דארט.

e-codices_bc-b-0115_001r_medium.jpg
e-codices_bc-b-0115_001r_medium.jpg (500.83 KiB) געזען 4680 מאל


e-codices_bc-b-0115_038v_medium.jpg
e-codices_bc-b-0115_038v_medium.jpg (489.95 KiB) געזען 4680 מאל


א כת"י פון די סמ"ק מיט די הגהות הסמ"ק מצורי"ך פון די פערצנטע יאר הונדערט, דאס הייסט קורץ נאך די תקופה פון די סמ"ק מצורי"ך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שיינעם דאנק חזון-איש'ניק פאר די הערליכע ארבעט!
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

א גוט יאר

אויסער די וואס האבן זיך דא באדאנקט, איז נאך איינער אינטערסירט אין אזעלכע סארט ארטיקלען?

אנטשולדיגט פארן זיין אזוי אפען, "דוגרי" ווי מען רופט עס אין ארץ ישראל, איך וויל פשוט נישט ארבעטען אומזיסט.
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

זיכער. איך באלעק מיר מיט דיינע רייכע היסטארישע ווערק. דוגרי גערעדט. ..
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואספארא פראגע, מיר זענען זיך מחיה מיט אזעלכע ארטיקלן, דאס איז באמת שיין!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דאס איז געוואלדיג סחורה, א גרויסן דאנק, מיר ווועלן שטארק הנאה האבן פון נאך.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זיי וויסן הרב חזון איש'ניק,

פאר יעדע ש'כוח איז דא נאך צען וואס האבן אויך הנאה, אבער נעמען נישט דאס מיה צו שרייבן דעם ש'כוח, אזוי אז איר קענט יעדע ש'כוח איבער קאפיען 10 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

זייער אינטערעסאנט א גרויסן יישר כוח

מיר ווארטן אויף נאך
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

יישר כח, יעצט געענדיגט ליינען
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

very very nice
thank u so much
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

great article Keep it up
music helps your mood
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מי הוא זה האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט א גרויסן יישר כוח

מיר ווארטן אויף נאך
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”