היסטאריש: ר' ניסן מאנגל לאויט"א דערציילט זיין איבערלעבעניש אין אוישוויץ

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טייטל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג מארטש 21, 2017 11:08 pm

הערשקא האט געשריבן:קול מבשר האט היינט ארויפגעלייגט זייער אן אינטערעסאנטע אינטערוויא מיט ר׳ ניסן
אלעס ארום זיין באזיך אין אוישוויץ, און אינטערעסאנטע עפיזאדן פון זיין לעבן
עס לוינט זיך עס אויסציהערן

אוואו? וויאזוי פונקטליך קען מען אנקומען צו דעם?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג מארטש 21, 2017 11:11 pm

ביטע פארעכטן די קעפל צו 'מאנגל' נישט צו פארטוישן עם אותו רשע ימ"ש

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:52 am

וואס איז די מצב צו ג'יין צו אויששוויץ יעצט פון חסידים ואנשי מעשה? ליגט מיר אין קאפ אז ערליכע יודן האבן נישט געהאלטן פון אהין ג'יין למעשה יעצט זעה איך אז באיאן איז אהינגעגאנגען און ס' אויך דא א קליפ פון יענקי דסקל ווי ער זינגט דארט

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » מיטוואך מארטש 22, 2017 8:17 am

איך האב געהערט אז הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנר האט אויכעט אמאל אהין געגאנגען...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:53 am

טייטל האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:קול מבשר האט היינט ארויפגעלייגט זייער אן אינטערעסאנטע אינטערוויא מיט ר׳ ניסן
אלעס ארום זיין באזיך אין אוישוויץ, און אינטערעסאנטע עפיזאדן פון זיין לעבן
עס לוינט זיך עס אויסציהערן

אוואו? וויאזוי פונקטליך קען מען אנקומען צו דעם?

טייטל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך מארטש 22, 2017 11:04 am

fiena nieas האט געשריבן:וואס איז די מצב צו ג'יין צו אויששוויץ יעצט פון חסידים ואנשי מעשה? ליגט מיר אין קאפ אז ערליכע יודן האבן נישט געהאלטן פון אהין ג'יין למעשה יעצט זעה איך אז באיאן איז אהינגעגאנגען און ס' אויך דא א קליפ פון יענקי דסקל ווי ער זינגט דארט

אמאל איז מען נישט געגאנגען, מסתמא, פון די זעלבע סיבה פאר וואס ביי חסידים און ערליכע יודן האט מען ווייניג גערעדט פונעם קריג, אין יד ושם אין אר"י האבן ערליכע חסידישע יודן כמעט נישט אריין געלייגט "דפי עד" וכדומה וכדומה, די מושג פון גארנישט רעדן פון דעם און גארנישט פארציילן פאר די קינדער איז ביי אונז היימישע געווען אסאך מער ווי ביי די פרייע. פאר צוויי סיבות לכאורה, וועגן מען האט נישט געוואלט מאכן נייטמער'ס פאר די קינדער, און אויך נישט פאר זיך פארשטייטציך, און אויך (דאכצעך אז מהר"א מבעלזא האט אזוי געזאגט אמאל) וועגן מען האט נישט געוואלט מעורר זיין אין זיך שאלות אין אמונה ח"ו, א מענטש איז נאר א מענטש און ווי וויניגער מען האט געטראכט און גערדט פון דעם איז געווען גרינגער צו זיך האלטן מיט די השקפה פון הלך עמו בתמימות.
אבער היינט דארף מען פשוט מודיע פאר די קומענדיגע דורות וואס איז געשעהן, אויב מען וועט נישט רעדן פון דעם אזוי מען האט אמאל נישט גערעדט וועלן אונזערע קינדער קיינמאל נישט וויסן פון די שטיקל היסטאריע וואס איז געווען ביים כלל ישראל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך מארטש 22, 2017 11:09 am

די סיבה פארוואס ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן פון גיין אויף אוישוויץ, איז צוליב וואס ס'שטייט (אין ספר חסידים?) אז אויף א פלאץ ווי א מענטש איז ל"ע אומגעברענגט געווארן הערשט א שטארקע רוח הטומאה וואס קען שטארק שאטן פאר ווער ס'געפינט זיך דארט.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך מארטש 22, 2017 11:13 am

בשבילי נברא האט געשריבן:די סיבה פארוואס ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן פון גיין אויף אוישוויץ, איז צוליב וואס ס'שטייט (אין ספר חסידים?) אז אויף א פלאץ ווי א מענטש איז ל"ע אומגעברענגט געווארן הערשט א שטארקע רוח הטומאה וואס קען שטארק שאטן פאר ווער ס'געפינט זיך דארט.

קיינמאל נישט געהערט. אינטרעסאנט.
קען איינער אנווייזן א מקור דערצו?

הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מיטוואך מארטש 22, 2017 11:42 am

טייטל האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:קול מבשר האט היינט ארויפגעלייגט זייער אן אינטערעסאנטע אינטערוויא מיט ר׳ ניסן
אלעס ארום זיין באזיך אין אוישוויץ, און אינטערעסאנטע עפיזאדן פון זיין לעבן
עס לוינט זיך עס אויסציהערן

אוואו? וויאזוי פונקטליך קען מען אנקומען צו דעם?

1551# -3-1 from the main manu
(טיפ, א יעדע נייע אינטערוויא, אנאליז, דעבאטע, אד״ג, וואס גייט ארויף אויף קול מבשר, מעלדט ער ביי נומער 0 ווי אויך אינסטראקציעס ווי עס צי הערן)

נר דלוק
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

תגובהדורך נר דלוק » מיטוואך מארטש 22, 2017 12:04 pm

טייטל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:די סיבה פארוואס ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן פון גיין אויף אוישוויץ, איז צוליב וואס ס'שטייט (אין ספר חסידים?) אז אויף א פלאץ ווי א מענטש איז ל"ע אומגעברענגט געווארן הערשט א שטארקע רוח הטומאה וואס קען שטארק שאטן פאר ווער ס'געפינט זיך דארט.

קיינמאל נישט געהערט. אינטרעסאנט.
קען איינער אנווייזן א מקור דערצו?


בספה"ק יסוד יוסף סוף פרק י'
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=24

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מארטש 22, 2017 12:22 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:די סיבה פארוואס ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן פון גיין אויף אוישוויץ, איז צוליב וואס ס'שטייט (אין ספר חסידים?) אז אויף א פלאץ ווי א מענטש איז ל"ע אומגעברענגט געווארן הערשט א שטארקע רוח הטומאה וואס קען שטארק שאטן פאר ווער ס'געפינט זיך דארט.

אין סאטמאר איז נפוץ די הוראה משמיה דרבינו יואל מסאטמאר ז"ל, נישט צו גיין דארטן אויף די פלעצער ווי מ'האט געהארגעט יודן ל"ע משום היסוד יוסף המובא כאן, ווער ס'האט א קלארערע ידיעה איבער די מימרא זאל אריינקומען.

אגב אן עלטער מומע שתחי', איז געגאנגען דארטן אין אוישוויץ באזוכן, און זי האט געחלש'ט דארטן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

טייטל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך מארטש 22, 2017 1:19 pm

נר דלוק האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:די סיבה פארוואס ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן פון גיין אויף אוישוויץ, איז צוליב וואס ס'שטייט (אין ספר חסידים?) אז אויף א פלאץ ווי א מענטש איז ל"ע אומגעברענגט געווארן הערשט א שטארקע רוח הטומאה וואס קען שטארק שאטן פאר ווער ס'געפינט זיך דארט.

קיינמאל נישט געהערט. אינטרעסאנט.
קען איינער אנווייזן א מקור דערצו?


בספה"ק יסוד יוסף סוף פרק י'
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=24

ער רעדט אלץ די עבירה וואס די רוצח האט געמאכט אויף דעם פלאץ.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מארטש 22, 2017 1:40 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:די סיבה פארוואס ערליכע אידן האבן זיך אפגעהאלטן פון גיין אויף אוישוויץ, איז צוליב וואס ס'שטייט (אין ספר חסידים?) אז אויף א פלאץ ווי א מענטש איז ל"ע אומגעברענגט געווארן הערשט א שטארקע רוח הטומאה וואס קען שטארק שאטן פאר ווער ס'געפינט זיך דארט.

אין סאטמאר איז נפוץ די הוראה משמיה דרבינו יואל מסאטמאר ז"ל, נישט צו גיין דארטן אויף די פלעצער ווי מ'האט געהארגעט יודן ל"ע משום היסוד יוסף המובא כאן, ווער ס'האט א קלארערע ידיעה איבער די מימרא זאל אריינקומען.

אגב אן עלטער מומע שתחי', איז געגאנגען דארטן אין אוישוויץ באזוכן, און זי האט געחלש'ט דארטן.

הרה"ח ספרא רבא ר' סענדר דייטש ז"ל בספרו בוצינא קדישא משמיה הרה"ק מהר"י ט"ב מ'סאטמאר זי"ע (ששמע מפ"ק)

גרינבערג
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 21, 2012 11:24 am

תגובהדורך גרינבערג » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:29 pm

איך האב געזען אמאל א קליפ פון אים, ווי ער פארציילט ווי א פרייע מלחמה איבער לעבער האט אים געזאגט אז ווער ס'איז געווען אין אוישוויץ קען חלילה נישט זיין קיין גלויביגע מער, אין ווי ער האט אים דאן געוויזען זיינע נומבערס אויפן האנט פון אוישוויץ אפשר קען עס איינער אפירזיכען אין דא אהער שטעלן לטובת הציבור.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מארטש 22, 2017 7:30 pm

טייטל האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:וואס איז די מצב צו ג'יין צו אויששוויץ יעצט פון חסידים ואנשי מעשה? ליגט מיר אין קאפ אז ערליכע יודן האבן נישט געהאלטן פון אהין ג'יין למעשה יעצט זעה איך אז באיאן איז אהינגעגאנגען און ס' אויך דא א קליפ פון יענקי דסקל ווי ער זינגט דארט

אמאל איז מען נישט געגאנגען, מסתמא, פון די זעלבע סיבה פאר וואס ביי חסידים און ערליכע יודן האט מען ווייניג גערעדט פונעם קריג, אין יד ושם אין אר"י האבן ערליכע חסידישע יודן כמעט נישט אריין געלייגט "דפי עד" וכדומה וכדומה, די מושג פון גארנישט רעדן פון דעם און גארנישט פארציילן פאר די קינדער איז ביי אונז היימישע געווען אסאך מער ווי ביי די פרייע. פאר צוויי סיבות לכאורה, וועגן מען האט נישט געוואלט מאכן נייטמער'ס פאר די קינדער, און אויך נישט פאר זיך פארשטייטציך, און אויך (דאכצעך אז מהר"א מבעלזא האט אזוי געזאגט אמאל) וועגן מען האט נישט געוואלט מעורר זיין אין זיך שאלות אין אמונה ח"ו, א מענטש איז נאר א מענטש און ווי וויניגער מען האט געטראכט און גערדט פון דעם איז געווען גרינגער צו זיך האלטן מיט די השקפה פון הלך עמו בתמימות.
אבער היינט דארף מען פשוט מודיע פאר די קומענדיגע דורות וואס איז געשעהן, אויב מען וועט נישט רעדן פון דעם אזוי מען האט אמאל נישט גערעדט וועלן אונזערע קינדער קיינמאל נישט וויסן פון די שטיקל היסטאריע וואס איז געווען ביים כלל ישראל

איך מיין אז די עיקר סיבה פארוואס אונזערע זיידעס און באבעס האבן ווייניג גערעדט איז ווייל זיי האבן פערזענליך מיטגעהאלטן שרעקליכע עפיזאדן פון רציחה און אכזריות וואס דער מענטשליכער מח קען נישט באגרייפן. "נישט רעדן" איז געוועזן די איינציגסטע און בעסטע טערעפי צו דערשטיקן די ביטערע זכרונות. (רבי שאול קליין האט דאס מסביר געווען במיטב לשונו אין זיינע תשעה באב אינטערוויוס אויף קול מבשר.)

א רב האט אמאל ביי א דרשה ארויסגעברענגט א שטארקער מוסר השכל בנוגע אמונה באזירט אויף א שוידערליכע עפיזאד וואס ער האט געהערט ערשט-האנטיג פון א לאגער איד. איך האב געקלערט אז איך זאל עס איבערזאגן פאר מיין זיידן; איך האב געשפירט אז ער וועט הנאה האבן פונעם מוסר געדאנק. ווי נאר איך האב אנגעהויבן רעדן... האט ער תיקף צוגעענדיגט די מעשה! ער איז נישט געווען אין יענעם לאגער, און ער ליינט נישט קיין האלאקאסט מעמוארן. איך האב געזעהן אין זיינע אויגן אז ער איז א פערזענליכער עדות צו אזאנע בארבארישע אינצידענטן! "מושי (פיקטיוו), לאמיר רעדן פון פרייליכע זאכן", און דארטן האט זיך אונזער שמועס געענדיגט. מיין זיידע פלעגט אונז אסאך דערציילן איבער זיינע איבערלעבענישן ביים קריג; אבער מיט די צייט האט איך טאקע איינגעזען אז ער איז מגלה טפח ומכסה חמש עשרה אמות. יותר ממה שקראתי לפניכם קרה שם! ער האט עס נישט געזאגט, אבער מיר האבן עס געשפירט.

בנוגע די "דפי עד" ביי יד ושם מאזעאם. די דאזיגע פעולות האבן נישט גערעדט צו די גרעסטע טייל פון אונזערע אונגארישע זיידעס. זיי האבן ליעבערשט געזוכט צו פאראייביגן זייערע עלטערן מיט העכערס—קדיש, נדרים ונדבות, וכדו'. די ספרים וואס זענען געדריקט געווארן אין די ערשטע פינף צענדליג-יאר נאכן קריג זענען טאקע פול מיט הנצחות לז"נ די קדושים שנהרגו עקד"ה.

(למעשה האבן מיר שטארק פארדינט פון די יד ושם שואה רעקארדס. איך האב שוין געפונען דארט פילע אוצרות מיט אינפארמאציע איבער נאנטע און ווייטע משפחה צווייגן. אין איין פאל בין איך פון דארט געוואויר געווארן ווער מיין עלטער זיידע'ס משפחה איז געוועהן. יענע באבע איז געווען אזוי פארמאכט אז האט גארנישט דערציילט; אין אונזערע אויגן האט זיך איר לעבן אנגעפאנגן אלץ בת כ' אין אן אמעריקאנער די פי קעמפ.)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מארטש 22, 2017 9:24 pm

דעתי העניה איז אז ווען זיי וואלטן יא גערעדט וואלט ווען בעסער געווען פאר זיי , זיי וואלטן געפילט בעסער און שטערקער מיט זייער עמאשענס.

נישט איך זאג עס שלמה המלך זאגט עס. דאגה בלב ישיחנה לאחרים

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 22, 2017 9:40 pm

גרינבערג האט געשריבן:איך האב געזען אמאל א קליפ פון אים, ווי ער פארציילט ווי א פרייע מלחמה איבער לעבער האט אים געזאגט אז ווער ס'איז געווען אין אוישוויץ קען חלילה נישט זיין קיין גלויביגע מער, אין ווי ער האט אים דאן געוויזען זיינע נומבערס אויפן האנט פון אוישוויץ אפשר קען עס איינער אפירזיכען אין דא אהער שטעלן לטובת הציבור.

די שמועס איז נישט קיין טובת הציבור.
דער ברך משה איז אויך זייער שאקירט געווארן ווען ער האט געהערט אידן גייען קיין אוישוויץ

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 22, 2017 9:41 pm

fiena nieas האט געשריבן:דעתי העניה איז אז ווען זיי וואלטן יא גערעדט וואלט ווען בעסער געווען פאר זיי , זיי וואלטן געפילט בעסער און שטערקער מיט זייער עמאשענס.

נישט איך זאג עס שלמה המלך זאגט עס. דאגה בלב ישיחנה לאחרים

איי וויי..

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך מארטש 22, 2017 9:49 pm

ממש געויינט

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 2:09 am

נישט דא קיין שום תועלת פון רעדן פון קריג.
דאכציך מיר אז איינע פון די גדולי ישראל פון וויליאמסבורג האט אזוי געזאגט

חוץ א מוסר השכל מעשה פון מסירת נפש פון תפילין וכדו'
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 11:55 am

אנריעל. געליינט האב איך אסאך פונעם קריג, אבער אזוי ערשטהאנטיג איז גאר אן אנדערע מעשה, טרערן גיסן פין רחמנות אין ווייטאג פאר נעבעכדיגע אומבאהאלפענע משפחות דארט אין פין די אימבאשרייבליכע ליידן, ווי אויך פין די געוואלדיגען מסירת נפש פין א מאמע צי א קינד,די אפענע ניסים וואס די קינד האט געהאט בחסדי השי׳ת.
נקום נקמת בני ישראל..

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 1:36 pm

שעמעדיגער האט געשריבן:נישט דא קיין שום תועלת פון רעדן פון קריג.
דאכציך מיר אז איינע פון די גדולי ישראל פון וויליאמסבורג האט אזוי געזאגט

חוץ א מוסר השכל מעשה פון מסירת נפש פון תפילין וכדו'


כ'פארשטיי אז איר זענט נישט קיין האלאקאוסט איבערלעבער'ס א קינד אדער אן אייניקל, און איר האט עפעס נישט די זכיה.......

קוואלן פון אמונה ובטחון, השגחה פרטית בתוך ההסתרה שבתוך הסתרה, מסירות נפש, און וואס נישט...., יעדע איבערלעבער לאויש"ט, און יעדנ'ס הצלה און איבערלעבענישן אין די תקופה, באזונדער!!!!

רוב פון די אידן וועלכע רעדן נישט, איז עס נישט 'בשיטה' נישט צו רעדן...
זיי קענען פשוט נישט.. עס איז מכאובי עומקי חדרי הלב....
א ווייטאג וואס זיי לאזן איבער פארן מלך המשיח זאל זיך נוקם זיין נקמתם....

[מיין זיידע זצ"ל פלעגט כמעט נישט רעדן, כאטשע איך ווייס ער איז געווען אין אוישוויץ, פארפייניגט געווארן דארט שרעקליך, אבער די באבע'ס האבן יא דערציילט און דערציילט...]

א שכוח גדול פאר דעם קליפ, כ'האב עס איבער געקוקט מער ווי איינמאל, מיט [כמעט] טרערן אין די אויגן......, די געפילן שטורעמען ווען מען זעהט און מען הערט פון א שריד משארית הפליטה, זייענדיג נישט מער ווי א צעהן יאריג קינד!, וועמען די השגחה פרטית האט גוזר געווען ער זאל זיין זוכה זיין צו זיין משיירי השיריים וואס זענען אויס מגיא התופת לחיים טובים ארוכים, דערציילנדיג עס אין פריידן, באותו מקום וואס עס זענען נרצח געווארן קרוב צו א דריטל פון כלל ישראל, השם ינקום דמם לעינינו במהרה, ובתוכם אונזערע זיידעס און באבעס, און זייערע געשוויסטער, קרובים,

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 1:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:דעתי העניה איז אז ווען זיי וואלטן יא גערעדט וואלט ווען בעסער געווען פאר זיי , זיי וואלטן געפילט בעסער און שטערקער מיט זייער עמאשענס.

נישט איך זאג עס שלמה המלך זאגט עס. דאגה בלב ישיחנה לאחרים


זאגט א פעלאו אינגערמאן וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן על סיר הבשר אלס דריטער דור אמעריקאנער סיטיזן.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 1:56 pm

ס'איז נישט זיין אויסטרעף, איך האב שוין געהערט פון אנדערע וואס זענען נישט אויפגעוואקסען על סיר הבשר די זעלבע, אין פאקט די אלע וואס האבן גערעדט זענען געווען סך רואיגער,

נארוואס קיינער האט נישט ח"ו קיין טענות און מ'איז נישט דן ח"ו די וואס האבן נישט גערעדט, און ס'איז גאר פארשטענדליך אז א מענטש זאל נישט קענען רעדן פון זיין שווערע דורכגאנג און נאכדערצו ווען יעדע דערמאנונג האט ארויפגעברענגט שטארקע בענקשפאט צו זייער משפחה (טאטע, מאמע, געשוויסטער, ווייב, און זייערע קליינע זיסע קינדערלעך) וואס זיי האבן ליידער איבערגעלאזט דארט אין אוישוויץ, ס'איז א בענקשאפט וואס קומט מיט גאר ווייטאגליכע שמערצן, אז ס'האט זיך זיי ענדערש געלוינט צו בלייבן שטיל און נישט צופיל רעדן דערפון.

הי"ד.
זוכט איר דוי?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 2:09 pm

להודיע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:דעתי העניה איז אז ווען זיי וואלטן יא גערעדט וואלט ווען בעסער געווען פאר זיי , זיי וואלטן געפילט בעסער און שטערקער מיט זייער עמאשענס.

נישט איך זאג עס שלמה המלך זאגט עס. דאגה בלב ישיחנה לאחרים


זאגט א פעלאו אינגערמאן וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן על סיר הבשר אלס דריטער דור אמעריקאנער סיטיזן.

מיין זיידע איז געווען ביים קריג
גארנישט על סיר הבשר נאר געהאט נאכווייען דערפון ודו"ק


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט