היסטאריש: ר' ניסן מאנגל לאויט"א דערציילט זיין איבערלעבעניש אין אוישוויץ

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 3:53 pm

fiena nieas האט געשריבן:דעתי העניה איז אז ווען זיי וואלטן יא גערעדט וואלט ווען בעסער געווען פאר זיי , זיי וואלטן געפילט בעסער און שטערקער מיט זייער עמאשענס.

נישט איך זאג עס, שלמה המלך זאגט עס. דאגה בלב ישיחנה לאחרים.

ווענדט זיך ווער דער "אחרים" איז. א איד וואס גייט דורך א נסיון אין זיין פרנסה וועט נישט אויסשמועסן זיינע פראבלעמען מיט א אינג בחור'ל. דער אחרים מוז זיין איינער וואס איז אויף זיין לעוועל אדער העכער; דער בעל ישיחנה מוז שפירען אז דער אחר איז איינער וואס קען זיך אריינלייגן אין זיין מצב למחצה לשליש ולרביע. "עטס וועטס קיינמאל נישט פארשטיין וואס מיר האבן מיטגעמאכט." אזוי פיל מאל געהערט דעם סטעיטמענט פון אונזערע זיידעס.

צווייטנס. די מלחמה איבערלעבער לאויט"א וואס זענען נאך בתוכינו זענען רוב געווען בחורים/מיידלעך ביים קריג. אבער די עלטערע איבערלעבער האבן כמעט אלע איבערגעלאזט א פרוי מיט קינדער. דער שרעקליכער געפיל פון גיין רעכטס ווען מען זעהט נעבעך דעם רויך אויף לינקס איז אומבאגרייפבאר. רוב פון די וואס האבן עס מיטגעמאכט האבן נישט געקענט דערציילן אפילו ווען זיי האבן געפריווט. דער פליישיגער לב איז נישט בכח צו הייבן די דאזיגע משאות.

דריטענס. ווי ערווענט אויבן זענען פארהאן געוויסע עפיזאדן וואס מען קען נישט דערציילן. ווי דער אידישער אמעריקאנער סאלדאט וואס האט באפרייט איינע פון די גיהנום'ער האט אנגעקלאפט אין א בחור וואס איז שוין געווען בבחינת סקעלעט.
"איך ברויך תשובה טאן!"
"בחור'ל, נאכן מיטמאכן וואס דו האסט מיטגעמאכט ברויכסטו נישט קיין תשובה."
דערציילט אים דער בחור אז זיין פאטער האט זיך אמאל "פארזינדיגט" דא אין לאגער און די רשעים האבן אים צוגע'פסק'נט טויט דורך הענגען רח"ל. מיטן ארויסשלעפן דעם בענקל האבן די פארשאלטענע סאדיסטן מכבד געווארן נישט קיין צווייטער ווי זיין זוהן, דער דאזיגער בחור! פארשטייט זיך אז דער בחור האט מסרב געוועהן. האבן די חיות געזאגט אז אויב ער שלעפט נישט דעם בענקל וועט מען אים שיסן, יעצט פארנט פון זיין פאטער'ס אויגן. האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מלחמה צווישן אב ובנו, און דער פאטער האט גוזר געווען בגזירת כיבוד אב אז דער בחור מוז שלעפן דעם בענקל. איי נעבעך, נעבעך! הי"ד!

"איך האב ... מיין אייגענעם טאטן! ברויך איך נישט תשובה טאן?!"

איך ווייס נישט ווער דער בחור איז געווען, און וואו ער איז אנגעקומען נאכן קריג. אבער מ'קען זיכער זיין אז ווען נישט ער גיסט אויס זיין הארץ צום זעלנער ווען זיין מח איז נאך געווען דריי-פערטל מח-לאז, וואלט ער ווען מיטגענומען דעם שוידערליכן סוד אין קבר. אונזער געוויסן ווערט געלעמט ווען מ'הערט און ליינט די דאזיגע געשיכטעס, אבער די העפטלינגען האבן מיטגעהאלטן אזאנע בארבארישע איבערלעבענישן טאג טעגליך. דא אויף דעם פליישיגן עולם איז נישט פארהאן דער אחרים צו וועמען מען קען די דאזיגע שטורעמישע דאגות אויסשמועסן.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג מארטש 24, 2017 8:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 4:31 pm

אמת . זאגסט א שטארקע פאוינט.

איך מיין אז די רבי זי'ע מסאטמאר איז געווען זייער שטארק אין דעם. די מלחמה איבערלעבער האבן געהאט ווי זיך אויסגעבן זייער ווייטאג

shalsheles
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 5:39 pm

הערשקא האט געשריבן:קול מבשר האט היינט ארויפגעלייגט זייער אן אינטערעסאנטע אינטערוויא מיט ר׳ ניסן
אלעס ארום זיין באזיך אין אוישוויץ, און אינטערעסאנטע עפיזאדן פון זיין לעבן
עס לוינט זיך עס אויסציהערן

דרעזנער פרעגט, וויאזוי זענט איר אנגעקומען פון קאשוי אויף קראון הייטס....בעסערט זיך אויס, פון קאשוי אויף אוישוויץ.

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 5:55 pm

די פאנטש ליין מיט וואס ר' ניסן ענדיגט איז פיינע נייעס...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 6:13 pm

יאסעלע האט געשריבן:די פאנטש ליין מיט וואס ר' ניסן ענדיגט איז פיינע נייעס...

בבחינת ויחד יתרו, וכפירש רש"י שם.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

סוואליעווער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 3:43 pm

קען איינער ברענגן א דראפבאקס פון די קול מבשר אינטערוויא?

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג מארטש 31, 2017 10:59 am

מיין זיידע ע"ה פלעגט אביסל פארציילן ביים סדר אלס די חלק הנסים און פונעם באבן קיין פיפס נישט געקענט ארויסבאקומען

א חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » זונטאג אפריל 02, 2017 5:40 pm

ווער עס האט עס געהערט לייוו איז געווין ממש אוסער זיך.... סיז נישט געווען דארט קיין טרוקענע אויג. אהנגעהויבען האט עס מיט דיא ברכה שעשה לי נס במקום הזה בשם ומלכות.... מ'קען נישט אראפ לייגען דיא געפילען און דיא התרגשות וואס דער עולם האט געהאו בשעת ער האט דערציילט זיין אייגענע מיטמאכעניש.
און אגב נאר דער באיאנער עולם איז געווען אין אוישוויץ נישט דער רבי שליט"א, ער איז מיט געגאנגען

דאס פינטאלע
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 09, 2016 5:45 am

תגובהדורך דאס פינטאלע » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 7:20 am

עס איז א ביסל היסטוריש,אובער איך האב זוכה גיוען צו זיין אויפען הארט .
די התרגשות איז טעקע גיווען אין לשער. און דער רבי שליט"א האט גיהייסען פאר אלעמען גיין, אפילו זיינע קינדער וכו'
דער רבי האט גיזאגט צווי טעמים 1. זכור את אשר עשה לך..2. מזאל זען אז אפילו אין אלזללעכע פלעצער האין אידען מקדש שם שמים גיווען או גהיטען תורה ומצוות כמה שיכלו.

נאר איך אהב א קליין דיוק
ר' ניסן האט נישט גימאכט א ברכה בשם ומלכות ווייל לדעתו הער האט ניט גיהאט א 'נס גלוי...'


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט