פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

פארצייטישע משפחה נעמען אויף לשון הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס אז היינט צוטאגס זענען פארהאן אסאך משפחה נעמען אויף לשון הקודש אדער להבדיל עברית, איז כמובן נישט קיין חידוש, אסאך האבן העברעאיזירט זייערע נעמען ארויפקומענדיג קיין ארץ ישראל די לעצטע הונדערט יאר ובמיוחד זינט די אנשטייאונג פון מדינת ישראל בשנת תש"ח.

וואס איז אבער אינטערעסאנט זענען די משפחה נעמען וואס האבן שוין מיט אפאר הונדערט יאר צוריק, אין אייראפא, געטראגן א לשון הקודש'דיגע מהות, אמאל איז עס אפיציעל געווען לשון הקודש און אמאל טראץ דעם וואס אין די אפיציעלע דאקומענטן איז עס געווען אן אנדערע שפראך אבער געשריבן האט זיך עס אויף לשון הקודש.

איך וואלט געוואלט דער אשכול נעמען איבער די נושא, און אביסל צונעמען די מקור פון די נעמען, די משפחה וואס האט געטראגן די נעמען, און אנדערע זאכן וואס האבן א שייכות צו דעם נושא

וזה החלי בס"ד, וכל המוסיף יוסיף

1. שרייבער - סופר: כידוע משפחת מרן החתם סופר, אין די אפיציעלע דאקומענטן איז די משפחה נאמען געווען שרייבער אבער געשריבן האבן זיי זיך "סופר" און אנדערע "שרייבער-סופר"
2. משכיל לאיתן - געווען א גרויסע רבנ'ישע משפחה אין די ליטא מיט די נאמען, צווישן זיי דער גאון מחבר הגות מצפה איתן על הש"ס ושא"ס. מ'זעהט אז אפיציעל איז דער נאמען 'מאסקילייסאן' (עפעס אזוי), וואס פון דעם איז געווארן 'משכיל לאיתן'
3. באב"ד - ראשי תיבות בן אב בית דין
4. כתבן - מ'האמיר געהאט דא אן אשכול איבער דעם חכם וחריף ר' אבנר כתבן פון גאליציע - וואס איז דער מקור פון דעם נאמען?
5. מזוזה - געווען אין גאליציע עטליכע רבנים מיט די משפחה נאמען, איך זעה אז אויף די לאטיינישע בוכשטאבן שרייבט זיך דאס Mesuse איז פשט אז די לשה"ק ווערסיע איז נישט אריגינעל אדער פארקערט. (רבי בנימין זאב מזוזה מזאלקווא הו"ל ספרי רבי יהונתן זצ", רבי משה זאב מזוזה מלבוב ז"ל מחבר ספר חי' הרמ"ז)
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

כ"ץ
כהן
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

שפירא (באמת פון די שטאט שפייער, אבער פארוואנדלט געווארן אין שפירא)
יפה
מזל
מרגליות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:שפירא (באמת פון די שטאט שפייער, אבער פארוואנדלט געווארן אין שפירא)
מרגליות


שפירא איז לשון הקודש? איר מיינט מן-הסתם אראמיש
מרגליות - איך האב שוין געזען אזעלכע וואס האבן זיך געשריבן 'מרגליות' אבער אפיציעל האבן זיי זיך געשריבן 'פערל', נישט זיכער אז דאס איז אלעמאל אזוי.

-

מ'האט דא דערמאנט כ"ץ, באמת איז דא א ליסטע פון נעמען בראשי תיבות, וואס דארף טאקע אויך באהאנדלט ווערן

כ"ץ - כהן צדק
סג"ל - סגן לכהונה
כ"ף
ז"ק
באב"ד (האמיר שוין דערמאנט)
בראך - יש אומרים שזה בר"ח
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בן-יקיר (א מאהל געזעהן אזא משפחה נאמן אין גאליציע)
גור-אריה
חיות (חאטש, ווי מרגליות, איז מסתבר אז במקור מיינט עס 'חיה'ס')
לפידות
משרת (שם משפחתו של הרה"ק מרימינוב)
רוקח
שור/תבואות שור
תאומים

(אויך זענען דא לשה"ק ערשטע נעמן וואס מען נוצט אלץ משפחה נעמן.)
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

מיללער האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:שפירא (באמת פון די שטאט שפייער, אבער פארוואנדלט געווארן אין שפירא)
מרגליות


שפירא איז לשון הקודש? איר מיינט מן-הסתם אראמיש
מרגליות - איך האב שוין געזען אזעלכע וואס האבן זיך געשריבן 'מרגליות' אבער אפיציעל האבן זיי זיך געשריבן 'פערל', נישט זיכער אז דאס איז אלעמאל אזוי.

-

מ'האט דא דערמאנט כ"ץ, באמת איז דא א ליסטע פון נעמען בראשי תיבות, וואס דארף טאקע אויך באהאנדלט ווערן

כ"ץ - כהן צדק
סג"ל - סגן לכהונה
כ"ף
ז"ק
באב"ד (האמיר שוין דערמאנט)
בראך - יש אומרים שזה בר"ח


האסט געמיינט דוקא לשון הקודש אדער נאר לאפוקי אידיש, ווי למשל מילער? אודאי איז שפירא אראמיש נישט געטראכט אנדערש

די ערשטע וואס האבן געטראגן די נאמען מרגליות איז דאס געווען ריין מרגליות, כמובא במעלות היוחסין מהמטה אפרים, פערל איז לכאורה מאדערניזירט [צו סתם אפגעטייטשט] פון מרגליות

ס'איז אויך דא

משיח
קרא
רוכל
יעבץ (נישט דער יעב"ץ נאר א משפחה נאמען)



חרל"פ
ברז"פ
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

משפחת ברז"פ האט זיך למעשה גערופן בעיקר רפאפורט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הסרפד האט געשריבן:בן-יקיר (א מאהל געזעהן אזא משפחה נאמן אין גאליציע)
גור-אריה
חיות (חאטש, ווי מרגליות, איז מסתבר אז במקור מיינט עס 'חיה'ס')
לפידות
משרת (שם משפחתו של הרה"ק מרימינוב)
רוקח
שור/תבואות שור
תאומים

(אויך זענען דא לשה"ק ערשטע נעמן וואס מען נוצט אלץ משפחה נעמן.)


יישר כח פאר די הוספות

ווי געזאגט איז חיות זיכער חיה'ס (רבקש, מייזלש, פעסיס וכו')

שור איז נישט שארר במקור?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

הסרפד האט געשריבן:בן-יקיר (א מאהל געזעהן אזא משפחה נאמן אין גאליציע)

חיות (חאטש, ווי מרגליות, איז מסתבר אז במקור מיינט עס 'חיה'ס')

בן יקיר איז נאך היינט דא וואס הייסען אזוי
לגבי חיותhttp://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=224919#p224919

אין ליטא מיין איך איז געווען א נאמען כרפס
לעצט פארראכטן דורך פייערמאן אום פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:חרל"פ
ברז"פ


בריז"ל

-

כדי צו באמערקן אז דער נאמען חרל"פ איז ר"ת חייא ראש לגולי פולין
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

מיללער האט געשריבן:
שור איז נישט שארר במקור?


לכאורה פארקערט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך הבא געזען א נאמען "בית-דין" איז דאס אן אלטע נאמען?
http://kevarim.com/rabbi-avroham-besdin/

http://kevarim.com/rabbi-moshe-besdin/

און וואס טוט זיך מיט בר-חורין?
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

מיללער האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט בר-חורין?


מסתם א קאזין מיט בר אילן...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ביי די גריכישע אפשטאמיגע איז דא אינטערסאנטע נעמען . כל חמירא מזל טוב וכדומה
colchamira
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אין מעלות איז אמאל געשטאנען אז די נאמען שישא קומט פין ששה

שיק שם ישראל קודש

רוקח
נאה
לעצט פארראכטן דורך פייערמאן אום פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

כ'האב זיך דערמאנט פין דעם ספר שמות המשפחה בישראל, אויבענאויף רוב נעמען האב איך נישט קיין אנונג ווער ס'האט אזוי געהייסען אבער ס'קען זיין אז איינער וועט עפעס טרעפן דא
Screenshot_2016-09-16-12-54-22-1.png
Screenshot_2016-09-16-12-54-40-1.png
Screenshot_2016-09-16-12-54-54-1.png
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

Screenshot_2016-09-16-12-54-54-1.png
Screenshot_2016-09-16-12-55-04-1.png
Screenshot_2016-09-16-12-55-13-1.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייערמאן האט געשריבן:אין מעלות איז אמאל געשטאנען אז די נאמען שישא קומט פין ששה

שיק שם ישראל קודש


קיינמאל געהערט איבער 'שישא/ששה' וואלט געווען אינטערעסאנט א מקור

שיק - שם ישראל קודש איז טאקע באקאנט, וואס דערמאנט מיך פון;
ביק - בעזרת ישראל קמו

בודק - איז דאס במקור לשה"ק אדער 'באדעק'?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיללער האט געשריבן:
און וואס טוט זיך מיט בר-חורין?


ס'איז דא בארלעוו, וואס קומט לכאורה פון בר-לב
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
און וואס טוט זיך מיט בר-חורין?


ס'איז דא בארלעוו, וואס קומט לכאורה פון בר-לב

נישט פארקערט?

עי' ערך עלישאוו - אלישיב
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אשכנזי

מיללער, אשכול יפה. יישר כח גדול.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בנימין הלוי האט געשריבן:אשכנזי

מיללער, אשכול יפה. יישר כח גדול.

שוין געזען וואס א צאמשטעל פון אשכנזי - דייטש, איז דאס במקור?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אין די INYAN מעגעזין איז אמאל געווען א באשרייבונג פון גור אריה הערציג איבער פארצייטישע נעמען.

תוך דבריו האט ער געברעגט אז ביי די ספרדים איז דא א נאמען "אלישמרנו",

(עפעס א מעשה וועגן געדענקן אז מ'איאז יודן דארך א שבת ניגון, געדענק איך נישט אזוי קלאר).
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שאג

אויב עס קומט טאקע פון אריה שאג, און נישט צוליב די שטאט שאאג (אדער צוליב ביידע סיבות)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דער נאמען 'בארדאקי' קומט נישט פון א ר"ת?

(ר' ישעיה בארדאקי-תלמיד הגר"א)
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”