זכרונות: מחנה רב טוב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:13 pm

די געוועזענער "ווייץ שטיבל" אין יונגעל קעמפ

IMG_3734.JPG
IMG_3734.JPG (274.82 KiB) געזעהן 1997 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:22 pm

א חדר אין וואלד

IMG_3732.JPG
IMG_3732.JPG (709.83 KiB) געזעהן 1973 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:24 pm

די גרינע ברידזש איז שוין מער נישטא...

IMG_3745.JPG
IMG_3745.JPG (365.7 KiB) געזעהן 1968 מאל
IMG_3746.JPG
IMG_3746.JPG (321.93 KiB) געזעהן 1968 מאל

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:26 pm

א חדר אין וואלד איז נאך יא דא?

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:34 pm

יציב פתגם האט געשריבן:א חדר אין וואלד

IMG_3732.JPG

יו דעי וועג מיט די שטיינער אוי גיטע זכרונות
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:43 pm

יוראפ האט געשריבן:נעוואדע בית פנחס, און בית יאקאבאוויטש איז געווען פאר נ"ח - אפשר נ"ה אדער נאך פריער, און נ"ז מיין איך האט ער שוין נישט פארהערט

ער האט נאר פארהערט א קורצע תקופה, ווייל ביז תשנ"ג האט דער ברך משה אליינס פארהערט די בחורים, די ישיבה לצעירים ווען ער פלעגט קומען אין קעמפ, אדמו"ר מהר"א פלעגט בכלל נישט מיטקומען אין קעמפ, בעת דער ברך משה האט באזוכט די קעמפ'ס.
איין יאר שפעטער האט ר' משה גבאי באשלאסן, אז דער רבי האט שוין נישט קיין כח, און ער זאל דאס איבערגעבן פאר בנו הגדול, דער רבי האט נישט גערעדט, נאר אדמו"ר מהר"א האט גערעדט בשמו. דאס האט אנגעהאלטן פאר דריי יאר. דערנאך האט זיך דאס אויך געשלאסן.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:17 pm

וועלוועל קליינער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:נעוואדע בית פנחס, און בית יאקאבאוויטש איז געווען פאר נ"ח - אפשר נ"ה אדער נאך פריער, און נ"ז מיין איך האט ער שוין נישט פארהערט

ער האט נאר פארהערט א קורצע תקופה, ווייל ביז תשנ"ג האט דער ברך משה אליינס פארהערט די בחורים, די ישיבה לצעירים ווען ער פלעגט קומען אין קעמפ, אדמו"ר מהר"א פלעגט בכלל נישט מיטקומען אין קעמפ, בעת דער ברך משה האט באזוכט די קעמפ'ס.
איין יאר שפעטער האט ר' משה גבאי באשלאסן, אז דער רבי האט שוין נישט קיין כח, און ער זאל דאס איבערגעבן פאר בנו הגדול, דער רבי האט נישט גערעדט, נאר אדמו"ר מהר"א האט גערעדט בשמו. דאס האט אנגעהאלטן פאר דריי יאר. דערנאך האט זיך דאס אויך געשלאסן.

נ"ז האט נאך אדמו"ר מהר"א געהעריג פארהערט, לכאורה נ"ח האט ער שוין נישט פארהערט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

די מאונטענס!

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:20 pm

יציב פתגם האט געשריבן:א חדר אין וואלד

IMG_3732.JPG

אוי וואוי ברענגט מען צוריק די זיסע קינדרישע יארן?!

האסט בילדער פון "פאללאק'ס ראוד"? אדער "FDR ראוד"? אדער "הירשפעלד'ס ראוד"?

פאר ווער ס'ווייסט נישט, דאס איז געווען אויסגעטרעטענע וועגן ארויפצוגיין ביזן שפיץ בארג פון די "מאונטענס" גלייך ביים סוף קעמפ. (היינט איז עס שוין ליידער פארצוימט).

די וועגן צו עולה רגל זיין האבן די קינדער אליינס געמאכט, מיט רעק'ס און כל מיני כלים, אויסגעפליקט אלעס וואס איז געשטאנען אין וועג, און מ'האט באשפריצט די ביימער מיט ספרעי פעינט, און געלייגט רויטע בענדלעך.

"פאללאקס ראוד", דאכטזיך איז געווען ע"ש ר' אברהם יודל פאללק שליט"א, די תלמידים פון זיין כתה האבן עס צום ערשט געמאכט, און אנדערע קינדער פלעגן עס יערליך איבערארבייטן. דאס איז געווען זייער א שארפע ראוד, זייער גלייך ארויף און אראפ. הוי זעמיר געלאפען...

FDR ראוד, איז געווען די דרך המלך, ברייט אויסגעפלאסטערט, און געדרייעט אהין און אהער ס'זאל נישט זיין צו גראד ארויף, ס'האט געדויערט א גוטע 45 מינוט ארויפצוגיין דארט ביזן שפיץ בארג. אראפ ווענדיך זיך וואו שנעל מ'איז געלאפן...

"הירשפעלד ראוד" (אויס ס'בכלל געווען אזא זאך...) איז דאכטזיך ע"ש די כתה פון ר' חיים אלעזר הירשפעלד, וואס איז דאן געווען א מגי"ש/מלמד אין די באראפארקע מוסדות (די באראפארקע קינדער אין אינגעל קעמפ איז א ביטערע... פרשה פאר זיך).
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:36 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:א חדר אין וואלד

IMG_3732.JPG

יו דעי וועג מיט די שטיינער אוי גיטע זכרונות


;l;p- ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:39 pm

נא שכל גוט גוט...

טראץ וואס איך האב יא אביסל געוויסט פון די מאונטעינס וועגן, אבער די קלארקייט וואס איר לייגט עס אראפ איז ממש להפליא... איי איז דאס זכרונות...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:03 am

מיללער האט געשריבן:
אלתר,

קענסט דעם ניגון 'הוי ווי נעמט מען די אינגע יארן?'.......
דו האסט דיר אראפגשריבן נאוטס אין קעמפ, חדר, באס אא"וו? פרייטאג ביי מיטאג דעמאלטס ביי די מאסף טיש ווען מ'האט געגעבן ווארימע טשאקלאד-מילך מיט לאקשן-קוגל, די בענק זענען געווען פאר'זעגליכ'ט פון די רעגן אינדרויסן, ביי די שמאלע דורכגאנג צווישן דעם לאנטש-רום אין ביהכ"ס ווי בלעם'ס אייזל האט אים צוגעדריקט אל הקיר, האט אראפגע'מבול'ט וואסער על ראש כל אינגעל, האסטו נישט געהאט עפעס אנדערש אינזינען נאר אראפצושרייבן און נאטירן דיינע זכרונות.....

גוד פאר יור מעמארי!

נאדיר דאס בילד
IMG_3737.JPG
IMG_3737.JPG (404.98 KiB) געזעהן 1773 מאל

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:12 am

נא_שכל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:א חדר אין וואלד

IMG_3732.JPG

אוי וואוי ברענגט מען צוריק די זיסע קינדרישע יארן?!

האסט בילדער פון "פאללאק'ס ראוד"? אדער "FDR ראוד"? אדער "הירשפעלד'ס ראוד"?

פאר ווער ס'ווייסט נישט, דאס איז געווען אויסגעטרעטענע וועגן ארויפצוגיין ביזן שפיץ בארג פון די "מאונטענס" גלייך ביים סוף קעמפ. (היינט איז עס שוין ליידער פארצוימט).

די וועגן צו עולה רגל זיין האבן די קינדער אליינס געמאכט, מיט רעק'ס און כל מיני כלים, אויסגעפליקט אלעס וואס איז געשטאנען אין וועג, און מ'האט באשפריצט די ביימער מיט ספרעי פעינט, און געלייגט רויטע בענדלעך.

"פאללאקס ראוד", דאכטזיך איז געווען ע"ש ר' אברהם יודל פאללק שליט"א, די תלמידים פון זיין כתה האבן עס צום ערשט געמאכט, און אנדערע קינדער פלעגן עס יערליך איבערארבייטן. דאס איז געווען זייער א שארפע ראוד, זייער גלייך ארויף און אראפ. הוי זעמיר געלאפען...

FDR ראוד, איז געווען די דרך המלך, ברייט אויסגעפלאסטערט, און געדרייעט אהין און אהער ס'זאל נישט זיין צו גראד ארויף, ס'האט געדויערט א גוטע 45 מינוט ארויפצוגיין דארט ביזן שפיץ בארג. אראפ ווענדיך זיך וואו שנעל מ'איז געלאפן...

"הירשפעלד ראוד" (אויס ס'בכלל געווען אזא זאך...) איז דאכטזיך ע"ש די כתה פון ר' חיים אלעזר הירשפעלד, וואס איז דאן געווען א מגי"ש/מלמד אין די באראפארקע מוסדות (די באראפארקע קינדער אין אינגעל קעמפ איז א ביטערע... פרשה פאר זיך).

;l;p-

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:01 am

יחזקאלע האט געשריבן:און אז מען רעדט פון מחנה רב טוב השוכן כבוד בעיר הבירה נעפאנעק ניי יארק יע"א, בין איך דאך אויך א מחותן (טאקע נישט אזא מחותן, ווי אונזער מחותן דא אויף אייוועלט אבער פארט.....) פארבראכענדיג דארט פיר פון מיינע קינדערישע יארן, אני הקטן בין שוין פון דעם דור חדש אשר לא ידע את יוסף, איך האב שוין ר' יודל'ן נישט זוכה געווען צו קענען לערנען אבער בניו ומעשי ידיו להתפאר יא.... וועלמיר פרובירן צו זוכן אונעם זכרונות קעמער'ל אולי וועט מען קענען געפינן דארט עפעס ווערטפולע סחורה...

הכלל האב איך פארברענגט און יונגל קעמפ די זומער'ס פון שנת נ"ח נ"ט ס' און ס"א ר' דוד האט שוין דעמאלט געפירט ביד רמה און לאמיר זיך טאקע קודם אפשטעלן ביי ר' דוד'ן, ס'מערסטע האב מיר אים פארשטייט זיך געזעהן און עס זאל (דאכט זיך אז ר' דוד פלעגט עס רופן דיינונג רום....) הגם די ערשטע יאר האב מיר געגעסן אינעם קליינעם עס זאל וואס איך באהאפטן צום גרויסן, ווי דארט האט ר' בעריש פריעד קאמאנדעוועט, אלס האט ער געהאט צו פארציילן מעשות פון טאנקען און באמבעס, איבערס יאר האמיר שוין געהאט די זכי' צו עסן אונעם גרויסן עס זאל, אונטער ר' דוד'ס אויפזיכט, די לאנטש רום אליינס איז דאך שוין אויסגעשמועס געווארן, נאר צו צולייגן עטליכע פרטים... די עבודה רבה וואס מיר האבן געהאט שלעפענדיג דעם וואגן מיט פרישע ברויט פון בעקעריי צום ברויט שטובל אין עס זאל, גאט זאל באהיטן מען האט געקענט פארן אויף מאקסימום 3 מ.פ.ש. צוליב די באמפס וכדו' אויפן וועג וואס האבן געקענט און יעדע ליאדע מינוט איבער דרייען דעם גאנצן וואגן, איך וויל אפילו נישט טראכטן ווייטער... אייער שפייז! אוי איז געווען א מערכה מיט אייער שפייז, ר' דוד פלעגן מתרה ומזהיר זיין אז מען זאל זייער אבאכט געבן נישט אראפצושלינגען קיין אייער שאלאכטס בינאזאם מיט די אייער שפייז ווייל אייער שאלאכטס ברענגט צו עפעס א געוויסע מחלה, איך געדענק שוין נישט דעם נאמען, איי געב אבאכט אז עס זאל נישט זיין קיין שאלאכטס און די אייער שפייז ??!! אבער אזוי קוקט עס אויס ווען 12-13 יעריגע קינדער קלאפן די אייער...

ר' דוד ר' דוד, אוי ווי עס בענקט זיך, דער אידל מיטן אפגעקראכענעם היט (במאמר המוסגר, דאכט זיך אז דורכאויס די פיר יאר וואס איך בין געווען אין נעפענאק, האב איך קיינמאל נישט געזען ר' דוד'ן אן א היט און רעקל...) שטייט ר' דוד אויף די טרעפ פון די סעטדזש, און די רעכטע האנט די מייק, די לינקע האנט דרייענדיג אונטערן טלית קטן אביסל אראפציר פונעם הארץ, און פארציילט א מעשה זאל דאס זיין פון רבי ר' בערעלע אדער ר' הערשעלע, כדי די קליינע קינדער זאלן זיך נישט דערשרעקן, אדער א מעשה ווי אזוי די רויטע טעלעפאון האט זיך צוקלינגען ר' אברהם ישעי' איז אויף די אנדערע זייט, די מרגלים זענען דא, אדער "פאר איך אויפן פיפטי טא...", וכו', דאס מערסטע האב איך פיינט געהאט טיסא עסלאר ווייל ער האט די מעשה קיינמאל נישט גענדיגט, אבער ליב געהאט האב איך יא די מעשה פון ר' אברהם (ר' מ.ב.) וואס האט זיך פארלוירן און וואלד מיט זיינע צוויי קליינע קינדער, די עמערדעזשענסי לייט האט געדינט ווי א מאפע פאר די וואלד, און ר' דוד האט פונקטליך געצייגט ווי ר' אברהם האט זיך פארלוירן ביז צו די פרייליכע ענדע, קינדערלעך, ווער וויל ר' הערשי זאל טיילן ?? ווער וויל ר' ברוך יודא זאל טיילן ? ווער וויל ר' ליפא לויפער זאל טיילן ? ווער וויל ר' לייבעלע ווייס זאל טיילן ?, הענט זענען געפלויגן און די הייעך... ר' דוד'ס צעטלעך ליינען ביי די מאלצייטן ווען מען האט געקענט אנפרעגן אלע מיני שאלות, דענק מיר צו זעהן נעמען א צעטל און די האנט, ליינען דעם אינהאלט און עס אנידערווארפן אויף דער ערד אומגענטפערט,אלס סקרן בטבע האב איך שפעטער אויפגעהויבן דעם צעטל, די שאלה איז געווען עפעס וועגן די מחלוקה צווישן נצח מיט שארמאש באסעס, הפנים ר' דוד האט נישט געוואלט אריינגיין און פאליטיק... ר' דוד'ס סלאגאן פון די לעצטע נאכט יעדעס יאר, קינדערלעך, איך וועלן אריינקומען מארגן און דיינונג רום מארגן און איך וועל וויינען, ווי זענען די קינדערלעך, (ששש מיינסט ער האט געוויינט ?? אפשר יא פאר גרויס שמחה אז סאיז אווער...)

עטליכע נישט מסודר'דיגע זכרונות, די מקוה: חושך איז געווען דארט ווי און מצרים בשלושת ימי אפילה, און שויער זענען מיר געגאנגען צוויי אדער דריי מאל א וואך, וואסער פון די שויער'ס איז גערינען ווינציגער ווי מים אחרונים, אבער די שלאף רבי האט געטיילט אזאנע טיקעטס פאר ווער עס האט עס געמאכט די שנעלסטע, הפנים ער האט נאך געהאלטן פאר נאכטמאל..., איך, און איך בין זיכער אז נאך צענדליגער אנדערע האבן זיך קיינמאל געזייפט דורכאויס דעם זומער, וועלענדיג באקומען די טיקעט...
יוסעלע סלוצקער: די לייבוש לאנגער טעיפ, האט געקנאקט נאכט נאך נאכט, עד כי יצא מאפכם...
עפעס ליגט מיר און קאפ אז ערגעץ וואו נעבן מיסיס זופניק'ס באנגעלאו איז געווען איין יאר א גאנצע שטייג מיט הינער, געדענקט איינער ?
מעליצער רבי שליט"א'ס חדר המיוחד...
ר' הערשל גאלדבערגער'ס כיתה, מיט די שיינע ספאטלייטס...
וואטער ליינס: עטליכע האבן שוין געשריבן דערוועגן, אבער קיינער האט נישט גערופן דעם קינד ביים נאמען...
ר' ברוך יודא שניצלער'ס באנק: ווער עס האט געהאט די זכי' דארט צו פארוויילן א זומער, ווייסט לכאורה פון וואס איך רעדט, דארט האט געהערשט א מיליטערישע דיסציפלין, אינמיטן באנק איז געווען א טיש מיט בענקלעך, מיט א וואזע פאלשע בלומען דערויף, די דאכענעס האט מען געברויכט צוזאמלייגן אונטער די קישן, גיי ווייס פארוואס...
די גרינע בריק: היתכן ער איז נאכנישט דערמאנט געווארן ???!! ער איז דאך אן אינטערגראלער טייל פונעם קעמפ, קודם איז דאס דאך געווען די סימן אז מען איז שוין דא!!! והשנית איז דאס ס'ווייטסטע פלאץ ווי די רבי'ס פלעגן אונז נעמען שפאצירן אויפן ראוד, ברם זכור לטוב איין מלמד, וואס פלעגט אונז אראפנעמען דארט אונטער בריק (א שאד מיר האבן נישט געזיכט ר' אייזיק ר' יעקל'ס אוצר...) דארט איז אראפגעהאנגען א שטריק פון איינע פון די ביימער, (און קאטשערס האט ער דאס נישט...) און איטליכער אונטער 75 פונט האט זיך געקענט ארויפציען אויפן שטריק און זיך סווינגען העכערן וואסער, הוה עובדא אז א 76 פונטיגער האט זיך פארגליסט א פראבע, און ער האט טאקע נעבעך געלאנדעט און וואסער...

געוואלד און געשריגן! ר' יודלטע!!! ווי קען מען פארגעסן פון ר' יודלטע ???!!! זיס געווען צו קוקן ווי די אלטיטשקע פרובירט נאכצולויפן די בחורים וואס האבן געכאפט א שפאציר אויף די ראוד קעגן איבער דעם קעמפ אויף ספארטסמען ראוד, דאכט זיך אז עס איז געלאפן דארט א שטיקל טייכל צו גאר א וואסער פאל, פארשטייט זיך אז זי האט זיי נישט געקענט דערשטרייטן, האט זי געשריגן צו מיין מלמד וואס האט אונז פונקט דענסמאל גענומען אויף א שפאציר, מיסטער... מיסטער... ברענגט זיי צירוק....

דער רבי'נס באזוכן: ר' לייבעלע ווייס ברענגט דעם בעכער, ר' דוד וואונטש אן דעם רבי'ן און ווען ער הייבט אויף די האנט דארף מען זאגן אמן, די רבי'ס תפילות און די ימים נוראים זאלן נתקבל ווערן...
ר' בנימין דוד וואלנער'ס מתמידים: די רעיס פון די צוויי כהנים, קטורת אין א שעפ לעפל פון קאך
ר' חזקי ראזענבערג ע"ה: ווי דער פלעגט קאמאנדעווען אויף די ערלים, זיך אריינגעלייגט אינעם אויוון עס צו פארעכטן, און פארברענט געווארן, אבער הצלה האט ער בשו"א נישט אריינגלאזט צו זיך און אפיס, און אז מען רעדט שוין פון דעם אפיס, איז כדאי צו דערמאנען די רשות צעטלעך וואס מען האט דארט געקענט קריגן אויף אהיימצופארן פאר סיי וואספארא סיבה, די צעטל איז געווען א גאנצע מגילה מיט הונדערט און פופציג פראגן כאילו מען פילט דאס אויס א פארם צו באקומען סיטעזענשיפ און אמעריקא...

שבת קודש: די נגינה אין בית שלמה האט מען שוין דערמאנט אבער איך ווייס איין זאך קיין גרעיפ דשוס האב איך קיינמאל נישט באקומען, די שווארצע חאלאטן, די אינגלעך האבן גענדיגט קבלת שבת ווען עס איז נאך געווען געהעריג ליכטיג, ווייל מען דארף ענדיגן די סעודה באצייטנס פאר די בחורים קומען, די ברויט אנגעשמירט מיט אביסל אייער פון אויבן ויקרא שמו בישראל חלה, די קאצקא פארפרוירענע געפילטע פיש, די כריין ביי די טשאלנט, ווייל די רבי ז"ל האט נישט געגעסן קיין כריין מיט די פיש... די חברת תהילים און שערי חיים מיט די א ב ג קארטלעך די אייסעס וואס מען האט דערנאך אויפגעפיקט פון ר' יודלטע'ס באנגאלא זאל מיר נישט היינט און חלום קומען... די מלוה מלכה'ס ווען מען האט געטיילט הייסע טיי פאר דרייצן יעריגע שטינקער'ס וואס האבן קיין טיי און זייער לעבן נישט פארזוכט
די קאקאש קעיק איז עפעס צו וואס איך בענק מיך עד היום הזה, אבער די פרוכט וואס מען האט געגעבן אינאיינעם מיט די קאקאש קעיק איז אלס געווען ציקוועטשט, פרייטיג פלעג מען געבן אייז קרים, אבער ביי די טיים עס איז אנגעקומען אויבן און חדר איז עס שוין געווען איין גרויסע שיסל מיט ווענילע יאגארט,
ר' ליפא יאקאבאוויטש זיצט ביים אריינגאנג.
הייסע מילך מיט מצה אלס נאכטמאל און די ניין טעג

ווי קען מען דען פארגעסן פון די מה אשיב געזינגאכטס און עס זאל ווען איין העלפט זינגט לך אזבח זבח תודה, און די אנדערע העלפט לויפט נאך...
איינס די מען שטעלט זיך אויף צוויי, די רעכטע האנט ארויף דריי, די לינקע האנט ארויף פיר ביידע הענט אראפ וכו'....
כאפן בעטן: אוי איז דאס געווען א מערכה וויפיל אידיש בלוט איז נעבעך פארגאסן געווארן דורכאויס די פראצעדור....
די מסודר'דיגע חכם עיניו בראשו'דיגע אינגלעך לייגן די אייער באקסעס גראד ביים אנקום אונטער די מאטראץ, ס'זאל זיין גרייט פארן אהיים פארן...
דאס זענען די זכרונות פאר איצט בל"נ אויב עס וועט נאך עפעס נתחדש ווערן וועלמיר פרובירן מיטטיילן מיטן עולם

וואו חזקל! איי איז דאס זכרונות! קורצע אבער זיסע דיטעילס.
האסט מיר אויפגעפרישט פארשטיפטע לאנג-פארגעסענע מעמאריעס זייענדיג דארט נאר איין יאר (פון יענע יארן וואס דו רעדסט).

סארי פאר'ן ארויפשלעפן, פשוט יעצט באמערקט צום ערשטן מאל.

היסטאריקער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:57 pm

ליפא האט געשריבן:די מעשה מיט א שלום זכר וואס די רבי האט אריבערגעשיקט א אינגערמאן 1 2 פארטאגס צו זאגן מז"ט, דער אינגערמאן איז אריינגעקומען - קוק אויף ר' דוד'ס אויגן - און די לעכט איז געלעגן אויפן טיש אין אנגעהויבן ברענען, ממש רוה"ק, (מאנכע איינגעשטעלטע האבן דעמאלט געזאגט אז ווי עס שיינט איז דער אינגערמאן געווען ר' דוד, גיי ווייס)


בני היכלא האט געשריבן:די מעשה מיט די שלום זכר איז געווען מיט ר' חנה ט"ב.


quotequote="ישמחו"]
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע מעשה פון זיין וואך נאכט אדער זכור א מופת פונעם בעל דברי יואל וואס האט געשיקט איינעם צום זכור נאכן טיש און געטראפן די קריפ ברענען און געראטעוועט באצייטענס


די מעשה איז געווען, רבי ליבוש ז"ל איז געבוירן געווארן אום שב"ק און זיין וואכנאכט איז געווען ליל שב"ק ביי זיין פאטער ר' חנא ט"ב ז"ל אין שטוב, יענעם פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פרעגט דער רבי ז"ל פון הרה"ח ר' אברהם ווערצבערגער דער מוהל אויב ער גייט נישט צום וואכנאכט, זאגט ר' אברהם פארן רבי'ן, אז ס'איז שוין גאר שפעט און ר' חנא ווארט שוין זיכער נישט אויף מענטשן, זאגט אים דער רבי, איך מיין אז דו זאלסט יא גיין.
אנקומענדיג צו ר' חנא אין שטוב האט ער אים געטראפן דרימלען ביים טיש, די טישטוך האט זיך שוין געהאט אנגעכאפט פון די לעכט און אנגעהויבן ברענען,
ס'איז קלאר אז ווען ר' אברהם קומט נישט אן אין יענע מינוט, וואלט ר"ל געקענט זיין... און זיי זענען ממש געראטעוועט געווארן אין זכות פון רבי'ן.[/quote]

אוועטאר
איינפאכער איד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:31 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:די מעשה מיט א שלום זכר וואס די רבי האט אריבערגעשיקט א אינגערמאן 1 2 פארטאגס צו זאגן מז"ט, דער אינגערמאן איז אריינגעקומען - קוק אויף ר' דוד'ס אויגן - און די לעכט איז געלעגן אויפן טיש אין אנגעהויבן ברענען, ממש רוה"ק, (מאנכע איינגעשטעלטע האבן דעמאלט געזאגט אז ווי עס שיינט איז דער אינגערמאן געווען ר' דוד, גיי ווייס)


בני היכלא האט געשריבן:די מעשה מיט די שלום זכר איז געווען מיט ר' חנה ט"ב.


quotequote="ישמחו"]
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע מעשה פון זיין וואך נאכט אדער זכור א מופת פונעם בעל דברי יואל וואס האט געשיקט איינעם צום זכור נאכן טיש און געטראפן די קריפ ברענען און געראטעוועט באצייטענס


די מעשה איז געווען, רבי ליבוש ז"ל איז געבוירן געווארן אום שב"ק און זיין וואכנאכט איז געווען ליל שב"ק ביי זיין פאטער ר' חנא ט"ב ז"ל אין שטוב, יענעם פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פרעגט דער רבי ז"ל פון הרה"ח ר' אברהם ווערצבערגער דער מוהל אויב ער גייט נישט צום וואכנאכט, זאגט ר' אברהם פארן רבי'ן, אז ס'איז שוין גאר שפעט און ר' חנא ווארט שוין זיכער נישט אויף מענטשן, זאגט אים דער רבי, איך מיין אז דו זאלסט יא גיין.
אנקומענדיג צו ר' חנא אין שטוב האט ער אים געטראפן דרימלען ביים טיש, די טישטוך האט זיך שוין געהאט אנגעכאפט פון די לעכט און אנגעהויבן ברענען,
ס'איז קלאר אז ווען ר' אברהם קומט נישט אן אין יענע מינוט, וואלט ר"ל געקענט זיין... און זיי זענען ממש געראטעוועט געווארן אין זכות פון רבי'ן.
[/quote]
די מעשה האט פאסירט די צווייטע נאכט שבועות שחל בשב"ק

יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:32 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אלתר,

קענסט דעם ניגון 'הוי ווי נעמט מען די אינגע יארן?'.......
דו האסט דיר אראפגשריבן נאוטס אין קעמפ, חדר, באס אא"וו? פרייטאג ביי מיטאג דעמאלטס ביי די מאסף טיש ווען מ'האט געגעבן ווארימע טשאקלאד-מילך מיט לאקשן-קוגל, די בענק זענען געווען פאר'זעגליכ'ט פון די רעגן אינדרויסן, ביי די שמאלע דורכגאנג צווישן דעם לאנטש-רום אין ביהכ"ס ווי בלעם'ס אייזל האט אים צוגעדריקט אל הקיר, האט אראפגע'מבול'ט וואסער על ראש כל אינגעל, האסטו נישט געהאט עפעס אנדערש אינזינען נאר אראפצושרייבן און נאטירן דיינע זכרונות.....

גוד פאר יור מעמארי!

נאדיר דאס בילד
IMG_3737.JPG

דאס שמעק קען מען נישט ברענגען אויף א בילד

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:35 pm

יציב פתגם האט געשריבן:די געוועזענער "ווייץ שטיבל" אין יונגעל קעמפ

IMG_3734.JPG

העליך דערציילן ווי די אלטע זקינים פון לאגער דערציילן....
טאקע אט דא האבן מיר געשלעפט 80 פונטיגע זעק ווייץ, לשם מצות מצוה, בפקודת ר' יודל זצ"ל, וועלכער האט מחנך געווען אונז בחורים'לעך, למצוות, וירק את חניכיו, אז מיר ישיבה קטנה בחורים זאלן מיר אפלאדענען דעם טרעילאר מיט די פריש געשניטענע ווייץ, אריין אין ווייץ שטיבל...
כ'געדענק נישט וואס ר' יודל האט אונז מטיב געווען פאר דעם, [סי'ז שוין א מייסע פון א צירקע 25 יאר צוריק]... אבער די רוקן ווייטאג פון די זעק-שלעפן, ליגט מיר נאך אין די ביינער ביז היינט.....

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:36 pm

יציב פתגם האט געשריבן:א חדר אין וואלד

IMG_3732.JPG


WOW
;l;p- ;l;p-

זכרונות...

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:28 pm

שיכון קויפמאן

IMG_3725.JPG
IMG_3725.JPG (589.56 KiB) געזעהן 1361 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:31 pm

די וועג אראפ צו ביהמ"ד בית שלמה ואסתר

IMG_3723.JPG
IMG_3723.JPG (676.83 KiB) געזעהן 1355 מאל

דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:56 pm

נא_שכל האט געשריבן:FDR ראוד, איז געווען די דרך המלך, ברייט אויסגעפלאסטערט, און געדרייעט אהין און אהער ס'זאל נישט זיין צו גראד ארויף, ס'האט געדויערט א גוטע 45 מינוט ארויפצוגיין דארט ביזן שפיץ בארג. אראפ ווענדיך זיך וואו שנעל מ'איז געלאפן...

FDR ראוד מיינט דרך המלך ברייט אויסגעפלאסטערט?????? נישט געויסט דאס :roll:

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:24 pm

יציב פתגם האט געשריבן:שיכון קויפמאן

IMG_3725.JPG

אויב דענק איך גוט, ביי יענע באנק'ס זענען פארגעקומען די וומ"ס-בארא פארק קריגערייען צווישן די קינדער.

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:28 pm

איש חמודות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:שיכון קויפמאן

IMG_3725.JPG

אויב דענק איך גוט, ביי יענע באנק'ס זענען פארגעקומען די וומ"ס-בארא פארק קריגערייען צווישן די קינדער.

דו רעדסט אוודאי ווי די סלאוגען איז געווען
BPF WH
וחוזר חלילה
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:42 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:שיכון קויפמאן

IMG_3725.JPG

אויב דענק איך גוט, ביי יענע באנק'ס זענען פארגעקומען די וומ"ס-בארא פארק קריגערייען צווישן די קינדער.

דו רעדסט אוודאי ווי די סלאוגען איז געווען
BPFH WHF
וחוזר חלילה

:x
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 9:55 am

די באנגס אין סאטמאר בחורים קעמפ, דערילענד נ.י.

IMG_3762.JPG
IMG_3762.JPG (689.22 KiB) געזעהן 744 מאל
IMG_3763.JPG
IMG_3763.JPG (641.16 KiB) געזעהן 744 מאל


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט