בלאט 1 פון 3

זכרונות: ר' יוסף צבי [יאססי] ב"ר אהרן הכהן פאללאק ע"ה

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 2:38 am
דורך אליעזר גרינפעלד
אן קיין גרויסע הקדמות איז אריינגעקומען די שרעקעדיגע בשורה:
אונזער אלעמען באקאנטן: יוסי פאללאק איז מער נישט צווישן אונז.

אט אזוי האב איך געקריגן די מעלדונג:
בד״ה יוסי פאלאק לאנגיעריגע שמייכלדיגע דרייווער, געטרייע שומרים מעמבער, איבערגעגעבענע מענידזשער פון בית רחל אויף העיווארד איז שוין נישט דא.

פאר מיר מיינט דאס מער ווי סתם א שומרים מעמבער, א שטיק בינטל זכרונות קומט ארויף צו שווימען אין מיין זכרון ווען דעם נאמען יוסי פאללאק ווערט ארויס געזאגט
איך האב טאקע נישט געלערנט אין חדר דארט, אויך נישט געפארן מיט זיין באס קיינמאל אבער ווי וואונדערליך האט מיר דער רוסישער באן....
איך מיין דער געלע באס - צאמגעברענגט מיט ר' יוסי.

וואוינענדיג צוזאמען בשכנות דארט ביים ברעג פון וויליאמסבורג, ווען נאך העיווארד איז נאך געווען די גוישע געגענט ווי קיין איין יוד האט נישט געוואוינט
און נאך מארטאן סט. פאלט מען אראפ פון די וועלט, ווייל דארט איז שוין גארנישט דא. האבן מיר שוין איינמאל גוט געקענט דעם יוסי'ן

אלס לאנג יעריגער שכן האבן מיר עם געקענט אלס "יוסי פאללאק" מיר זענען אויפגעוואקסן מיט יוסי אלס א קערעקטער! א וואוילטעטיגער יונגערמאן
און א באס דרייווער - אן די נאז! פארשטייט זיך אז מיר קינדער האבן שוין איינמאל געמאכט א לעבן מיט עם.

מיין מוטער זאל זיין געזונט טעהנ'ט אז פון מיינע ערשטע ווערטער וואס איך האב אנגעהויבן רעדן אלס קליין קינד איז געווען - יוסי פאללאק
נישט נאר וואס ער איז געווען א שומרים מעמבער און ער האט אונז געמאכט פילן וויכטיג - עס קומט מיר אויפ'ן געדאנק ווען איינמאל:
אלס יונגל האב איך געדרייווט א 2'ווילער' - מיין פאטער זז"ג פלעדט אונז אהיים ברענגן בייקס, מיר אלע געשוויסטער האבן געהאט בייקס ביז די בר-מצוה
ווען די פאפא באזאר האט אריינבאקומען א נייע שיפמענט פון אלטע בייקס, האבן מיר אלע באקומען א בייק.

מאכט זיך אמאל אז א שכן האט באקומען א נייע בייק א 18-20 ספיד - פאר אונז איז דאס דאן געווען א מין עשירות, א לוקסוס וואס געשעהט איינמאל אין לעבן!
יעדער וויל עס בארגן - איך וויל נאר איינמאל ארום פארן די בלאק..... איך וויל נאר ריקן די ספידס..... א בחינה פון סענדי קענדי.... (קרעדיט ליפא)
ווען עס איז געקומען מיין רייע עס צו בארגן - איך פאר מיר אזוי פאמליך ארום די גאס ווען פלוצלונג.... קומט מיר א שווארצער שגץ אנטקעגן, ער כאפט מיך אן און זאגט:

Gimmi the bike!

איך האב פרובירט אוועק צו פליען (איך האב גוט געציטערט אין די הויזן) די טשעין איז פונקט אראפגעפאלן....
בקוציר המעשה.... דער גוי האט גענומען דעם בייק - איך בין געווען פארלוירן ווי א..... און אלע יונגלעך קלאפן אריין ביי יוסי פאללאק.....
מען גייט מאכן פינגער פרינטס... מע גייט כאפן די גוי.....

פארשטייט זיך אז ער איז פונקט נישט געווען אינדערהיים, נו נישקשה...... געגאנגען שפילן ווייטער!

נאר אויך פלעגט ער געבן ריידס פאר די קינדער ווען ער פלעגט אריין בעקן די באסעס דארט אויף העיווארד ביי בית רחל גאראדזש
אוי האבן מיר געווארט אויף יוסי זאל קומען פארקן די באסעס, ער פלעגט ארויין בעקן אלע באסעס פונקטליך מיט א סדר, אויף די אינטש!
ער פלעגט טיילן 'פאקסיס' דורך אויס די זומער, אין די היצן. אלע קינדער פלעגו שטיין אין די רייע...

איך וועל קיינמאל פארגעסן ווי יעדעס מאל ער פלעגט אונז אדורך גיין, ווען מיר קינדער פלעגן שפילן באלי
פלעגן מיר אויסשרייען.... יוסי.... יוסי פאללאק איז דא.... יוסי שטויס די באל ארויף..... (איינער ווייסט וואס איך רעד?)

דער פלעגט שטויסן די באלי.... אזוי מין הויעך.... קיינער אין מיין כתה אדער אפי' און די גאנצע חדר האט אזוי הויעך נישט געקענט ארויף שטויסן דעם באלי
מיר קינדער פלעגן שטיין פארגאפט ווי הויעך עס פלעגט פליען... כמעט יעדעס איינציגע מאל איז עס ארויף געפלויגן אויף די סקווירא ישיבה/חדר דאך פונעם בנין
אזוי בין איך היפשע פאר מאל געווען אויף די סקווירא דאך.... גאנץ אינטערעסאנט פאר א קינד צו זיין אזוי הויעך.... אין אראפקוקן.

איך געדענק איינמאל ווען עפעס איז געווען אין זיין הויז - דאכט זיך א וואך נאכט (נישט זיכער) אבער איך געדענק אלע קינדער זענען געווען דארט
ער האט זיך גענומען מאכן די קולות פון א דאגי, אלע קינדער זענען ארויס געלאפן! איך לויף נאך יעצט.....

***

איינמאל חול המועד זעמיר געפארן חלע-מועד האלטן צוזאמען מיט א מומע וכל יוצא חלציה, אונז קינדער האמיר געווארט אונטן אויף די גאס
ווען מיטאמאל לויפן דורך אפאר שרצימ'ליך, מיט ראלער-בלעידס און בייקס

איין קליינער שגצ'ל האט אזוי נישט מיר נישט דיר נישט, דורך געפלויגן מיין קוזין מיט א שנעלקייט, ווען אין די זעלבע צייט האלט ער איין האנט אויסגעשטרעקט
שטייסטעך אז סע האט וויי געטון, אבער מיר קליינע האבן גארנישט געקענט טון - מיר זענען געווען אונטער די בר-מצוה

פלוצלונג הערט מען - וואו וואו... יוסי פאללאק איז פונקט דורך געפארן און אלעס באמערקט, ער נעמט אונז אלע אריין און זיין קאר
ער האט אראפ געבעקט העיווארד ביז מארסי, גוט אנגעשריגן דעם קליינעם, מער האט ער נישט געשלאגן קיינעם!

****

אבער נישט נאר פאר א שומר האבן מיר עם געקענט, ער איז געווען אונזער חבר, יעדעס מאל מען האט עפעס געברויכט פון בית רחל
אדער סיי וואס מען האט נאר געטראכט אז ער קען העלפן, איז ער געווען די אדרעסס. ער האט אונז אלעמאל געהאלפן מיט א שמייכל.

אפי' ווען איך בין שוין געווען א בחור און א יונגערמאן האט ער מיר געדענקט, ווען איך פלעג דורך גיין סיי ווען ער איז געווען אויפן באס
פלעגט ער עפעס ארויס שרייען פון זיין מייק. ער איז געווען מלא ענערדזי....

יאפ עס איז א פארלוסט, מיר טוהן זיך בענקן נאך דיר יוסי..... יהא זכרו ברוך

מער איבער דעם אדם היקר

בילד

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 3:09 am
דורך מה פתאום???
יהא זכרו ברוך

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 3:55 am
דורך מונאוויטש
אוי, יוסי פאללאק איז שוין נישט דא!

ר' יוסף צבי בן הרה"ח ר' אהרן הכהן (סופר סת"ם) ע"ה איז געווען אן אייגנארטיגן טיפ פון א מענטש; מ'קאן פון אים שרייבן גאנצעטע ביכער.

יוסי איז געווען א מיטגעמאכטע מענטש; געלעבט עלנד אליין און געליטן אויף א לונג מחלה פון ווען אן ער געבוירן. אבער די שטראלן פון שמחה איז אלץ געוועהן אויסגעגאסן אויף זיין פנים. ער האט ליידער נישט זוכה געווען אויפצושטעלן אן אייגן שטוב, אבער ער האט קיינמאל פארפעלט זיך צו משתתף זיין בלב ובנפש ביי די שמחות אין די משפחה און באקאנטע. מיט יארן צוריק האט ער זוכה געווען צו לאזן שרייבן אן אייגענעם ספר תורה, וואס ער האט אריינגעגעבן בצפרא דשבתא צום ביהמ"ד פון מורו ורבו אדמו"ר מספינקא זצ"ל אויף קיעפ סטריט.

פון איין זייט איז ער געוועזן באקאנט מיט זיין זיסע ווערטלעך און קאמישע גריסמאסן וואס האט אטאמאטיש ארויסגעברענגט שמייכלען ביי די ארומיגע, אבער פון די אנדערע זייט איז ער געווען אן ערענסטער פונקטליכער מענטש, און א בעל אחריות אויף וועם מ'האט זיך געקענט פארלאזן. זייענדיג פון די פירערס פון די חברה שומרים אין וויליאמסבורג, איז אים אויסגעקומען מער וויי איין מאל זיך צו באפאסן מיט הייקעלע און שווערע ענינים. ואכמ"ל

יהא זכרו ברוך.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 5:57 am
דורך עירמאנט'ער
ישר כח הרב גרינפעלד, הערליכן ארטיקל דאס

האסטעמער געמאכט שמייכלען מיט דיינע ערשטע ווערטער...

יעצט ווייס איך שוין פון וואנעט די שמיעה אלס קינד אז ער האט א דאגי אינדערהיים שטאמט.
מיר האבן אלס געציטערט נאנט צו גיין צו זיין הויז...


בינעך אבער געבליבן נייגעריג וואס איז געווארן מיטן צווייער ווילער? געכאפט? באצאלט?
לאמיר הערן

שקויעך נאכאמאל

יהא זכרו ברוך

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 6:09 am
דורך סמארט גאי
איבערגעלאזט דורות ?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 10:07 am
דורך בענקעל
זיין כיבוד אם איז געווען מיט א אויסערגעווענליכע געטריישאפט. האב מיר אמאל מיט געהאלטן פון דער נאנט, ווי ער האט זיך אפגעגעבן מיט איר.

די עקסטערע געדולד און רואיגקייט. ער האט גערעדט צו איר ווי א קליין קינד רעדט צו איר מאמע, מיט די פילסטע הכנעה.

יהא זכרו ברוך.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 10:36 am
דורך אליעזר גרינפעלד
עירמאנט'ער האט געשריבן:יעצט ווייס איך שוין פון וואנעט די שמיעה אלס קינד אז ער האט א דאגי אינדערהיים שטאמט.
מיר האבן אלס געציטערט נאנט צו גיין צו זיין הויז...

בינעך אבער געבליבן נייגעריג וואס איז געווארן מיטן צווייער ווילער? געכאפט? באצאלט?
לאמיר הערן

יהא זכרו ברוך


אה! וואס? ווען? ווי?
קיינער כאפט נישט - קיינער קומט נישט.....
איך וואלט וועהן באצאלט אבער.... אכמ"ל

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 10:53 am
דורך לא לנו
מיט די גרעסטע גדולה זעמיר געפארן אין חדר אריין ווען יוסי פאלאק איז געווען דער דרייווער מיט זיין מעכטיגע לאנגע באס אן דעם נאז, מיט'ן לייט אויפ'ן דאך.....

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:20 am
דורך בענקעל
IMG_20160909_111629.jpg
IMG_20160909_111551.jpg
IMG_20160909_101304.jpg

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:25 am
דורך פאליק
נישט געקענט פערזענליך דעם איד

אבער געטראפן אפאר שיינע בילדער

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:38 am
דורך פון_צייט_צו_צייט
אוי! יוסי איז שוין אויך נישט דא :-(
זעמיר געווען א שכן טוב דארט אויף העיווערד סט. יעצט רעדענדיג מיט מיין מאמע זז"ג זאגט זי מיר אז דער חידוש איז אז אף על פי ער איז געווען א הויך ברייט ביינערדיגער מענטש וואס געווענדליך שרעקט עס א קינד, אבער קיין איין קינד האט נישט מורא געהאט פון אים! אונז קינדער אויף העיווערד סט. ביים גבול פון וויליאמסבורג/בעד-סטיי האמיר דאך געהאט יעדען צווייטען טאג א ברעיק אין אדער לאס דאגס זענען דאך געווען אנגעלייגטע געסט.. האמיר געוויסט אז דער אייבערשטער האט אונז געשטעלט א שומר הגבול ! אבער א שומר ! איז מען געווען אויסגעשפארט נאך א חתונה ? וועם קלאפט מען אריין ? יוסי, ער איז שוין אנגעקומען עפעס בדרך לא דרך.. איי די כאפצעמס מיט יוסי בראש , פיינע פרישע נייעס געוועזען.. דער פלעגט זיך ארויף זעצן בכבודו ובעצמו אויפען ערל אז סהאט זיך שוין אים מער נישט פארגליסט.. ער פלעגט אייביג פארלאנגען פון די שכנים צו לייגען די גארביג' לויטען געזעץ אבער ער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים ! הערטס א מעשה נאך דער יאר פסח שוין מיטען פייפ אויפען נאז איז ער ביים שכן'ס סדר(מיט קליינע קינדער) אריין שפאצירט ביי שפוך חמתך מיט א ווייסע בארד און געזיפט פונעם כוס של אלי' .. טיפיקעל יוסי.. מלא ענערג'י מיט איין ווארט: עי רילי נייס גאד הערטעד פערסען.
יהא זכרו ברוך.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:45 am
דורך פון_צייט_צו_צייט
בענקעל האט געשריבן:
IMG_20160909_111629.jpg
IMG_20160909_111551.jpg
IMG_20160909_101304.jpg

אוי איז דאס גוטע בילדער ! ווער געדענקט נאך די גרויסע רעידיאס .. ?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:05 pm
דורך ישמחו
יאסי פאללאק ע"ה

איי איי איי, א שטיק "פורניטשער" פון די אמאליגע וויליאמסבורג!

מיר בעטן מחילה פון דיר.
וויפיל 'פאן' האסטו אונז געמאכט, און מיר האבן אסאך מאל נישט געלאכט, ווייל דו האסט עס אזוי גוט געמאכט, אז מיר זענען געווען דערשראקן..

מכאובים און יסורים האסטו געליטן, אבער פאר אונז קינדערלעך האסטו געטון אלעס אין די וועלט אז מיר זאלן האב א 'גוט טיים'.

דער ערשטער דרייווער מיט די "באס אן די נאז"..... ווי גליקליך ביסטו געווען אז די קינדער רייסן זיך צו גיין אויף דיין באס...

עפעס קומט מיר ארויף אין זכרון,
געהאקט אין קאפ א גוי מיט א האמער, אויף לי הופער
וויליאמסבורג פארט אויף רעדער.
ווער ס'ווייסט וואך איך מיין, זאל ביטע שרייבן

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 9:47 pm
דורך אדיר איום
קען איינער דא לינקן איבער די טעיפ וואס ער האט ארויסגעגעבן

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 10:46 pm
דורך וואסערפאל
א קלייניקייט אבער א גרויסע זאך וואס וועט מיר אלץ בלייבן אין זכרון, אלץ קינד זענען אלע סאטמארע ברענטשעס געפארן חוה"מ צו ענטווענטשער-לענד, קום איך אזוי, און כ'שטעל זיך אין ליין ארויף-צוגיין אויף דעם טרעין-רייד וואס איז ארום געפארן דעם גאנצן פארק, שטיי איך טאקע אליין, פלוצים קומט צו מיר מיט א שמייכל ר' יוסף, און פרעגט מיר מעשה פרענד, 'בוזט שוין געווען אויף א רייד?' וכו. ער האט מיר געמאכט פילן העפפי ביזן הימל.

יהא זכרו ברוך.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 11:53 pm
דורך נגיד
א גוט ווארט וואס מיר האבן געהערט פון יוסי ע"ה: הע! דערוילעם צאלט פאר קאנטרי און איך האב די וועקעישאן (דא אין שטאט)...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:27 am
דורך אדיר איום
נאך א בילד אין פראנט פון בית רחל אויף העיווארד

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:23 pm
דורך בענקעל
IMG_20160918_122103.jpg
IMG_20160918_122100.jpg

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:32 pm
דורך נא_שכל
המצבה נכתב עפ"י צוואתו?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:42 pm
דורך מיסטעריעז
יא, ער האט עס פארגעשריבן. (איין שינוי, ער האט נאך געשריבן תחי׳ אויף זיין מוטער ע"ה...)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:45 pm
דורך משה יענקל
די נוסח איז דאך ממש יוסי...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:51 pm
דורך עירמאנט'ער
ער ליגט אין פראנט פון זיין ברידער?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:53 pm
דורך איש חמודות
עמעצר קען אפשר שרייבן עפעס מער פרטים איבער דאס וואס ער האט געהייסן שרייבן "היה דבוק וחביב לרביה"ק"?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:07 pm
דורך מיסטעריעז
[עס מיינט ר' הערשעלע׳ן ז"ל.]

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:09 pm
דורך יאנקעלע קליגער
עירמאנט'ער האט געשריבן:ער ליגט אין פראנט פון זיין ברידער?

אזוי זעט אויס,
אינטערעסאנט אז ביידע זענען אוועק ה' אלול,

---------
אין וועלעכע חלקה איז דאס? ספינקא?.