בית הכנסת בן עזרא - פוסטאט קאירא - קאירא גניזה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:56 am

שעמעדיגער האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
2017-11-22_10.30.38.jpg

גאר אינטערעסאנט
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט די שריפט איז דאך כתב העברי, ניין?

מיינסט כתב עברי עתיק. פאר די אויגן קוקט עס מעגליך אויס, ווייל עס איז אביסל ארומגעטוישט, אבער עס איז נישט די זעלבע. עס האט גאר קליינע ענלעכקייטן. די ו' איז "פיניקי". די ח' אביסל, די ע' איז "פניקי". עס קוקט אויס ווי א אומבאקאנטע אדער אייגן געמאכטע כתב צו פארהוילן איהר אינהאלט.

בילד
דא האט זיך פארמירט דורכאויס די בלעטער אן אינטערעסאנטע באלערענדע שמועס איבער די היסטאריע פון כתב עברי. viewtopic.php?p=146334#p146334

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:17 am

Screenshot 2018-01-14 02.14.12.png
Screenshot 2018-01-14 02.14.12.png (232.22 KiB) געזעהן 299 מאל


איהר האט אפשר הנאה געהאט פון מיר? א קליין טובה, שרייבט'ס אייך איין דא: https://express.google.com/invite/LHP5932JU

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 15, 2018 5:35 am

כבר האריך בזה הרב בענקעל

בילד

viewtopic.php?p=1385525#p1385525
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג ינואר 15, 2018 9:35 am

וגם בזה viewtopic.php?p=1352850#p1352850
ובזה viewtopic.php?p=1358475#p1358475

לקוראים תמידים בפארום זה אין כאן חידוש, ידענו יותר משנה.

אבל תודה רבה חזון-איש'ניק!!

למעלה משבעים האט געשריבן:דארף מען נאר דא אנמערקן די ווערטער פונעם רמ"א אין יו"ד (סי' קע"ט סט"ז) [וואס גייט ארויף אויף וואס די מחבר זאגן מעשה שדים אסור] וע"י השבעה שמשביע אותם ע"י שמות, יש מתירין בכל ענין, (ב"י בשם ר"י ושם בהגה הנ"ל), מ"מ רוב העוסקים בזה אינן נפטרים מהם בשלום, על כן שומר נפשו ירחק מהם. וראה עוד ברמ"א (סי' רמ"ו סכ"א) שי"א דהא דאמרו חז"ל ודאשתמש בתגא חלף דזהו המשתמש בשמות [וראה עוד בש"ך (סי' קע"ט סקי"ח)].

א דאנק "למעלה".

מ'ברויך נאר אין אכט נעמען, כאטש נישט אלע כתבים זענען דאטירט, זענען די אידן וואס האבן געלעבט אין די תקופה פון די גניזה על פי רוב געלעבט אסאך יאהר פאר די צייטן פון די בעלי תוספות, זיי האבן נישט פארמאגט די טויזנטער ספרים וואס מיר לערנען היינט. נישט קיין טור ושלחן ערוך און אוודאי נישט קיין רמ"א מיט די אחרונים. זיי האבן געלערנט תנ"ך תלמוד בבלי ירושלמי און כתבי גאונים וואס האבן דאן אנגעהויבן ווערן פארשפרייט.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:02 am

קינדליין די וואך באשרייבט עס די וואך
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג ינואר 15, 2018 4:41 pm

שוין, נתגלה קלוני אז איך האב נאכנישט עספיעט דורך לערנען דער גאנצער אשכול


איהר האט אפשר הנאה געהאט פון מיר? א קליין טובה, שרייבט'ס אייך איין דא: https://express.google.com/invite/LHP5932JU

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג ינואר 15, 2018 4:44 pm

הידען נפלא הכהן קוואדראט איז דער שרייבער?
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

יזדעזעו כל מי שומע - נגר יהודי וחנותו פתוח בעצם יום השבת ויו"ט

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך ינואר 17, 2018 10:10 pm

עס איז שבת בייטאג אינמיטן יו"ט, א ציבור אידן גייען אריבער דעם מארק-פלאץ, און זעהן ווי א פירמע וואו טישלער פראדוצירן דעפינירטע שרענק, איז אפען אין שבת קודש. עס האט זיי זייער ווייגעטוהן. בי"ד איז געוואויר געווארן דערפון און אויסגעפארשט די זאך. עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז א איד וואוינט אין די פאדערשטע טייל פון די געשעפט, אבער זיינע געצייג זענען אינווייניג אין די געשעפט און די סחורה איז פארבויט אונטער זיין טיש (רעדזשיסטער?) און פארדעקט מיט א טעפעך. עס איז געווארן קלאר פאר בי"ד אז אזוי איז דער געשעפט אויסגעשטעלט שוין פון אנפאנג יו"ט און אויך שב"ק.

ווען בי"ד האט געפרעגט דעם איד וואס דא גייט פאר, האט ער מודה געווען אז די זאכן אין געשעפט באלאנגען טאקע צו איהם, אבער האט נישט געוואוסט אז ער טוט עפעס אן עברה.

צומארגנס ווען מען האט איהם גערופן צום בי"ד שטיבל, האט ער געגעבן פאר בי"ד גאר אן אנדערע תירוץ. עס איז טאקע זיין געשעפט, אבער ער האט אן אפמאך מיט די אייגנעטומער פונעם געשעפט, אז די טעג וואס מען בויט און פאררעכט די שרענק, נעמען זיי נישט פון איהם קיין שכירות (כהיתר מכירה לעכו"ם). האט איהם בי"ד געפרעגט צו ער האט עדות אויף דעם, האט ער געזאגט: ניין!!

עס האט אנטשטאנען א העפטיגע וויכוח צווישן די חברי בי"ד, וואס פסק'ענט מען אין אזא פאל.

טייל האבן געזאגט אז מען זאל איהם מחייב זיין מיט מלקות ווידוי (משנה תורה שערי מדע הלכות תשובה פרק א הלכה ד'), עס זאל למען ישמעו ויראו. אנדערע האבן געטענהט אז אנשטאט מלקות זאל מען איהם מחייב זיין מיט א קנס. עטליכע פון די בני תורה האבן געהאלטן אז ער איז גארנישט חייב. ווידער אנדערע האבן געטענהט אז מען מוז איהם - סיי לייגן אין חרם סיי געבן מלקות און אויך קנס'ענען.

אזוי ווי בי"ד האט זיך נישט געקענט פאראייניגן איבער א פסק, האט מען אפגעשריבן דעם בריוו צום ראש הישיבה ער זאל מכריע זיין דעם פסק דין אויף דעם איד.

T-S 8J7.18r.jpg
T-S 8J7.18r.jpg (163.49 KiB) געזעהן 192 מאל
T-S 8J7.18v.jpg
T-S 8J7.18v.jpg (129.58 KiB) געזעהן 192 מאל


מא יקול סיידנא אלריס ש"צ פי רגל סאכן פי דכאן פי סוק אן
שארע פלמא כאן יום אלסבת אלדי הוה וצט אלעיד ראו גמאעה מן
ישראל אלדכאן מפתוחה ופיהא נגארין יעמלו דפוף פקלקו לדלך
ואתצל דלך בבית דין וכשף ען אלחאל פוגד אן בראני אליהודי ואתאתה
דאכל [אל]דכאן וקד סתר עליהם בחצור וצנדוקה מבני פי מוצעה
{פלמא} וצח אנה עלי מתל הדא כאנת אלדכאן מן יום פי אלעיד ופי אלסבת
פלמא חצר אליהודי וסואל ען הדה אלקצה פאעתרף אן אלרחל אלדי
דאכל אלדכאן לה ואנה לם יעלם אן עליה פי דלך שי פלמא כאן גד דלך
חצר פי בית דין ודכר אן מולאך אלדכאן ואקפוה עלי אן לא יאכדו
מנה אגרה איאם אן יעמלו פיהא אלדפוף ואלתגיר פאגאבה בית דין
לך בהדא עדים יוקבלו פי בית דין קאל לא פאוגב עליה בית דין
מלקות ווידוי {פק} כדי לעשות סיג פראו {אלגי} בעץ אלחאצרין אן
ילזמה ען קנס עוץ [ ] אלמלקות// ו[ב] ורכר בעץ בני תורה אן לא
ילזמה שי ובעצהם קאל ילזמה נדוי ומלקות וקנס

[ . . ] עמרם
יפת הלוי בר טוביה נ"ע
דויד הלוי בר אהרן
שלמה בר עלי
מברך בר דויד
חיים בר משה
צביאן הכהן בר סעדיה נ"נ
פרח בן דנש
שלמה בר סעדיה ישהד פי אלנסכה
אלדי תעמל להדה
אלורקה



מה תאמר אדוננו ראש (הישיבה), שמרך צור, על אודות אדם המתגורר בחנות הפונה לשוק; ובהיות יום השבת באמצע המועד ראו ציבור מישראל שהחנות פתוחה ובה נגרים עושים מדפים: ופגע בהם הדבר. הדבר נודע לבי"ד ובררו את הענין ומצאו שהיהודי בחוץ, ואילו חפציו הם בחנות פנימה, אלא שהסתירם תחת מחצלות ואילו דלפקו בנוי במקומו. והיה ברור שכך היתה החנות ביום החג וגם בשבת. וכאשר בא היהודי ושאלוהו על מעשה זה הודה כי הסחורה אשר בחנות פנימה היא שלו. אבל, לא ידע שהוא עובר עברה כלשהי. למחרת היום בא לבי"ד ואמר שהיה מוסכם עם בעלי החברה שלא יקחו ממנו שכר (חנותו) בעד הימים שבהם מורכבים את המדפים ונערכים השינויים. אז אמר לו בי"ד האם יש לך על כך עדים שיופיעו בבי"ד אמר לא. אז חייבוהו בי"ד מלקות ווידוי כדי לעשות סייג. ואולם אחדים מן היושבים בדין היו בדעה שיחייבוהו במקום המלקות בקנס. ואילו כמה מבני תורה אמר שאינו חייב דבר, ואחרים אומרים שהוא חייב בנידוי ומלקות וקנס.

[ . . ] עמרם
יפת הלוי בר טוביה נ"ע
דויד הלוי בר אהרן
שלמה בר עלי
מברך בר דויד
חיים בר משה
צביאן הכהן בר סעדיה נ"נ
פרח הן דנש

שלמה בר סעדיה הוא עד בהעתקה שנעשית מן הגליון הזה.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט