בית החיים בלודמיר

בתי חיים איבער די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

בית החיים בלודמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין לעצטענס אין לודמיר ביים ציון פון רבי שלמה קארלינער און בעל 'קול יהודה' אב"ד קאוולא, האב איך געוואלט דורכטוהן דעם נושא פון מקום קבורת רבי שלמה קארלינער און דער 'קול יהודה'.

און דעם בית החיים ליגן אפאר צדיקים:
הרה"ק רבי שלמה קארלינער
הרה"ג ר' יודא (יודל) אב"ד קאוולא בעל 'קול יהודה'
הרה"ק רבי ישראל חיים מלודמיר (חתן רבי שלמה קארלינער)
הרה"ג ר' יצחק ר' בצלאל'ס אב"ד לודמיר (זיידע פונעם ט"ז)
הרה"ג ר' שמואל הלוי פו"מ בלודמיר (טאטע פונעם ט"ז)

נאך א מחקר פון 'מכון בית הלוי' האבן זיי אויסגעפונען אז דער טאטע און זיידע פונעם ט"ז זענען געלעגן און אן אוהל.
בנוסף איז באקאנט אז רבי שלמה קארלינער און דער 'קול יהודה' זענען געלעגן צוזאמען און אן אוהל.

לויט ווי מ'ווייזט היינט ליגן דער קארלינער מיטן 'קול יהודה' אין א גרויסן אוהל - וואס דאס איז געבויעט אויף די אריגינעלע יסודות - מיט נאך מציבות ארום (נישט זיכער אז די מציבות וואס ליגן דארט זענען פון מענטשן וואס ליגן טאקע דארט אדער מ'האט דאס געטראפן אויפן ביה"ח, אבער לכה"פ איז דא נאך פלאץ אינעם אוהל פאר אפאר מענטשן), וואס לויט ווי כ'האב געהערט קען דאס נישט זיין ווייל דער אוהל פונעם קארלינער איז געווען גאר קליין און נאר בדרך נס האט מען אים געקענט לייגן נעבן דעם 'קול יהודה' (ע"פ צוואתו) און אוודאי איז נישט געווען קיין פלאץ אריינצוגיין אין אוהל.

בעת וואס איך בין געוועזן דארט האט מיר דער שומר געוויזן יסודות פון אן אוהל וואס מען האט לעצטענס אנדעקט און דאס איז גאנץ קליין.
לפי עניות דעתי זעט מיר אויס אז די קלענערע אוהל דאס איז פונעם קארלינער און דער 'קול יהודה', און דער גרעסערער אוהל (וואס דארט געפינט זיך היינט די מציבות פונעם קארלינער און דער 'קול יהודה') דאס איז פונעם טאטע און זיידע פונעם ט"ז (אדער אנדערע רבנים).

ווער ס'האט עפעס ידיעות אין דער נושא זאל ביטע ארויסהעלפן.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

דער גרויסער אוהל מיט די מציבות פון רבי שלמה קארלינער און דער 'קול יהודה'.
אטעטשמענטס
SAM_6530 (2).JPG
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

די ניי אנדעקטע יסודות פון א קלענערע אוהל.
אטעטשמענטס
SAM_6531 (2).JPG
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

ווי ווייט איז די קליינע פון די גרויסע?

און דוכט זיך אז דאס איז אין בעק פון א סקול, איא? יעך בין דארט געווען פאר בערך 15-16 יאר צוריק
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

your friend האט געשריבן:ווי ווייט איז די קליינע פון די גרויסע?

און דוכט זיך אז דאס איז אין בעק פון א סקול, איא? יעך בין דארט געווען פאר בערך 15-16 יאר צוריק

ס'איז גאנץ נאנט מ'דארף גיין א 100 פיס ווייטער אויפן אויסגעטרעטענעם וועג - אנגעצייכנט אויפן בילד:
(די פונקטליכע פלאץ איז פארשטעלט אינעם בילד)
אטעטשמענטס
לכידה.PNG
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איינער האט אפשר די אדרעס פונעם בית החיים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שאינו יודע האט געשריבן:איינער האט אפשר די אדרעס פונעם בית החיים

Drahomanova Street, 19
Volodymyr-Volyns'kyi, Volyns'ka oblast, Ukraine

https://goo.gl/maps/USy3Nsy1bX62

בצד של הבנין הגבוה נכנסים לשביל (חצי דקה) עד שרואים את האוהל מצד שמאל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וויאזוי איז די גרעניץ דארט צו פוילן? לאנגע מעשה?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

טריסקער האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין לעצטענס אין לודמיר ביים ציון פון רבי שלמה קארלינער און בעל 'קול יהודה' אב"ד קאוולא, האב איך געוואלט דורכטוהן דעם נושא פון מקום קבורת רבי שלמה קארלינער און דער 'קול יהודה'.

און דעם בית החיים ליגן אפאר צדיקים:
הרה"ק רבי שלמה קארלינער
הרה"ג ר' יודא (יודל) אב"ד קאוולא בעל 'קול יהודה'
הרה"ק רבי ישראל חיים מלודמיר (חתן רבי שלמה קארלינער)
הרה"ג ר' יצחק ר' בצלאל'ס אב"ד לודמיר (זיידע פונעם ט"ז)
הרה"ג ר' שמואל הלוי פו"מ בלודמיר (טאטע פונעם ט"ז)

נאך א מחקר פון 'מכון בית הלוי' האבן זיי אויסגעפונען אז דער טאטע און זיידע פונעם ט"ז זענען געלעגן און אן אוהל.
בנוסף איז באקאנט אז רבי שלמה קארלינער און דער 'קול יהודה' זענען געלעגן צוזאמען און אן אוהל.

לויט ווי מ'ווייזט היינט ליגן דער קארלינער מיטן 'קול יהודה' אין א גרויסן אוהל - וואס דאס איז געבויעט אויף די אריגינעלע יסודות - מיט נאך מציבות ארום (נישט זיכער אז די מציבות וואס ליגן דארט זענען פון מענטשן וואס ליגן טאקע דארט אדער מ'האט דאס געטראפן אויפן ביה"ח, אבער לכה"פ איז דא נאך פלאץ אינעם אוהל פאר אפאר מענטשן), וואס לויט ווי כ'האב געהערט קען דאס נישט זיין ווייל דער אוהל פונעם קארלינער איז געווען גאר קליין און נאר בדרך נס האט מען אים געקענט לייגן נעבן דעם 'קול יהודה' (ע"פ צוואתו) און אוודאי איז נישט געווען קיין פלאץ אריינצוגיין אין אוהל.

בעת וואס איך בין געוועזן דארט האט מיר דער שומר געוויזן יסודות פון אן אוהל וואס מען האט לעצטענס אנדעקט און דאס איז גאנץ קליין.
לפי עניות דעתי זעט מיר אויס אז די קלענערע אוהל דאס איז פונעם קארלינער און דער 'קול יהודה', און דער גרעסערער אוהל (וואס דארט געפינט זיך היינט די מציבות פונעם קארלינער און דער 'קול יהודה') דאס איז פונעם טאטע און זיידע פונעם ט"ז (אדער אנדערע רבנים).

ווער ס'האט עפעס ידיעות אין דער נושא זאל ביטע ארויסהעלפן.

עטליכע תיקונים און הוספות:
א. דער וואס ליגט לעבן דער הייליגער קארלינער (אזוי איז ער גערופן געווארן ביי די פארצייטישע צדיקים - ווייזט אויס ווייל ער איז גע'הרג'עט געווארן) איז בפירוש נישט דער קול יהודה (ער ליגט אין קאוול, דער ביה"ח איז ליידער חרוב) נאר א צדיק נסתר מיט'ן נאמען ר' לייב םון שטאט קאוועל וואס איז נסתלק געווארן איידער רש"ק איז געקומען וואוינען אין לודמיר און רש"ק האט געבעטן מ'זאל איהם לייגן לעבן איהם.

ב. ס'איז נישטא קיין מקור אז אין אוהל איז נישט געווען פלאץ, (אגב דער קול יהודה איז אוועק נאך רש"ק ממילא איז די מעשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן) אדרבה, ס'איז פאראן א באשרייבונג פון דעם ריי"צ פון ליובאוויטש וואס האט באזוכט דארט אין די תר"צ יאהרן און דארט שרייבט ער ווי ער אריין אין דעם אוהל און ס'איז נאך געווען פלאץ, נאר פאר'ן מקום מנוחתם איז געווען א ווענטל וואס מ'האט נישט געקענט אריבער גיין און אין דעם א פענסטערל צו אריין ווארפן קוויטלאך. ער פארצייכנט אויך אז דער אוהל איז געווען נידריגער ווי קומת אדם און מ'האט זיך געמוזט דארט איינבויגן.

ג. די "נייע" יסודות זיינען גאר נישט אזוי ניי נאר ר' אלימלך שוחט פון לעמבערג וואס האט אנטפלעקט די יסודות האט אויך געטראפן יענע יסודות, אבער ס'שטימט נישט מיט די פארשטעלונגען פון דעם ריי"צ (כנ"ל) און פון זיין איידים דער לעצטער ליובאוויטשער רבי וואס האט אויך באשריבן דעם מסע וואס ער איז געפארן צוזאמען מיט'ו שווער (זיי שרייבן אז דאס איז געווען ווייל דער ריי"צ האט נישט געהאט קיין ערלויבעניש אריין צו גיין אין רוסלאנד נאך וואס ער איז פארטריבן געוואן פון דארט, איז ער געפארן דארט אנשטאט די ציונים פון בעל התניא און זיינע אנדערע זיידעס "און מ'האט טאקע געשפירט דארט מעין די הרגשה ביי די זיידעס") ווי אויך מיט פארשטעלונגען פון יוצאי לודמיר.

ד. ביי די באשרייבונגען פון חב"ד הנ"ל איז דא א סתירה, דער ריי"צ שרייבט אז ער איז געגאנגען "לקברי אבי הט"ז וחותן (דאס מיינט דער ט"ז'ס זיידע) אביו וכן גיסו ר' יצחק ב"ר בצלאל רבה של לודמיר" (ר"י בר"ב איז געווען א שוואגער פון ט"ז און נישט ווי ס' שטייט אויבן), דער איידים דער רמ"ש שרייבט "משם הלכנו לאוהל אבי הט"ז".ס'קען זיין אז א אוהל איז געווען נאר אויף ציון אבי הט"ז און די אנדער זיינען געלעגן אינדרויסן, לויט דעם פארשטייט מען דעם קליין אוהל וואס איז פאראן די יסודות פון דעם.

ה. ווער איז דאס "מכון בית הלוי?"
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

שאינו יודע האט געשריבן:וויאזוי איז די גרעניץ דארט צו פוילן? לאנגע מעשה?

ס'האט נישט קיין כלל, אמאל געדויערט דאס א האלבע שעה און אמאל אפילו 4 שעות!!!! ווייל אוקראינה איז נישט אין "איחוד אירופי" און פולין יא,לודמיר איז 20 מינוט נסיעה םון גראניץ (דער גרעניץ פון אוסטילא)
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

אין קארלין פיהרט מען זיך אז מ'גייט אריין אין אוהל אן קיין שיך (בדומה צו חב"ד ביי אלע זייערע צדיקים און אזוי ווי מ'האט זיך אלע יאהרן געפיהרט ביים הייליגן בעש"ט און ביים גרויס'ן מגיד) נאר אין לודמיר און נישט ביי די אנדערע צדיקים ווי דער בית אהרן וכדומה
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אני הייתי שם לפני 25 בערך איך שגדלה האהל מאז ווי אויף הייווען
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אני הייתי שם לפני 25 בערך איך שגדלה האהל מאז ווי אויף הייווען
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

אוהב ספרים האט געשריבן:אני הייתי שם לפני 25 בערך איך שגדלה האהל מאז ווי אויף הייווען

איני יודע היכן היית... אבל לא שם, דער אוהל אין לודמיר איז געבויעט געווארן תש"ס און דעם טרעפן דעם ארט איז געווען איין יאהר פריער, דאס איז דער זעלבער אוהל פון דענטסמאל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

Scan_0001 (Medium).jpg
Scan_0001 (Medium).jpg (252.79 KiB) געזען 2053 מאל



דא בין איך געווען
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אוהב ספרים האט געשריבן:
Scan_0001 (Medium).jpg



דא בין איך געווען

און היינט איז דער אהל נאך גרעסער?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

בתמונה אי אפשר לראות האהל, אני מחפש אם יש לי תמונה גם מהאהל מאז
גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער יחסן »

אוהב ספרים האט געשריבן:
Scan_0001 (Medium).jpg



דא בין איך געווען

לויט ווי איך קען דעם פלאץ איז נישטא אזא סארט בנין נעבן דעם אוהל (סיי דעם באקאנטער אוהל און סיי דער "נייער" פלאץ), ווייזט אויס אז מ'האט אייך געפירט אויף אנאנדער ארט
שרייב תגובה

צוריק צו “בתי עלמין”