למשפחותם לבית אבותם

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מים חיים האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
מדי דברי האט געשריבן:איך וויל יעצט מאכן די Y DNA מיט עטליכע משפחה.
מיין שאלה איז, אפאר קאמפעניס אדווערטייזן אז זיי האבן די גרעסטע דאטאבעיס פון DNA טעסטס, ואס איז דער אמת, האט נישט יעדער איין גרויסער דאטאבעיס, און פון ווייסט מען וועלכע קאמפעני צו נוצן.
צווייטנס, די פרייז וואס זיי בעטן איז פאר איין מענטש, לאמיר זאגן איך וויל בעטן, צען שטיק און געבן פאר צען קאזינס און יעדער שיקט אריין צוזאמען, קאסט עס עקסטער ?
ווער האט עקספיריענס בנושא?

בדרך כלל איז גענוג א 37 marker
איך וואלט ממליץ געווען עס צו קויפן פון Family Tree DNA
https://www.familytreedna.com/products/y-dna#/compare


מיט וואס איז familytreedna בעסער ווי 23andme ?

איך בין בקשר מיט צוויי גרויסע חוקרים אין דעם נושא, און זיי זענען ממליץ פעמעליטרי.
איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע בעסער אדער פשוט זיי האנדלען שוין מיט זיי.
בכל אופן, פון זיי ווייס איך אז פעמיליטרי איז זייער גוט.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

נחוניא האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג ווערט אוועקגעשטעלט DNA רעקארדס פון פארשידענע מיוחס'דיגע משפחות.
די טעסט איז א ספעציעלע טעסט פאר בן אחר בן, און מיט די צייט וועלן פיל משפחות קענען געוואויר ווערן זייער יחוס בן אחר בן.
לדוגמא, מען האט גענומען טעסטס פון עטליכע מענטשן וואס האבן א קלארע יחוס צו משפחת קאצענעלנבויגן, און די רעזולטאטן זענען אייניג. יעצט קען קומען איינער וואס האט נישט קיין ידיעות איבער זיין יחוס, און נאך וואס ער וועט אויך נעמען אזא DNA טעסט, קען זיין אז די רעזולטאט וועט זיין אז ער שטאמט גאר בן אחר בן פונעם מהר"ם מפאדווא.
לעת עתה ווערט געזוכט מענטשן וואס האבן א קלארע יחוס בן אחר בן צו פארשידענע גדולי ישראל פון די פריערדיגע דורות, אז אנדערע משפחות זאלן אויך קענען נהנה זיין און געוואויר ווערן אויב זיי שטאמען פון די דאזיגע גדולים.

https://independent.academia.edu/JeffreyMarkPaull

image20191124191627.jpg
image20191124191627.jpg (51.09 KiB) געזען 2507 מאל
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

נחוניא האט געשריבן:איבער די נייע בירורים אין יחוס דורך DNA

https://www.academia.edu/26048275/The_Y-DNA_Genetic_Signature_and_Ethnic_Origin_of_the_Twersky_Chassidic_Dynasty
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים
    הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז ולמעב"ק הרבי ר' הירץ
    הרה"ק בעל ישמח משה
    הרה"ק ר' יהודא ליב משפאלע
    הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב
    הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב
    הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל
    הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז ולמעב"ק להג"ר נתן נטע מהילדסהיים
    הרה"ק ר' פנחס מקאריץ
    הרה"ק ר' רפאל מבערשיד
    הרה"ק ר' שלום מבעלזא ולמעב"ק בעל מעשה רוקח
    הרה"ק ר' שמואל פאלאנסקי מקאלניבלאט
    הרה"ק ר' שמעון שלמה מסאווראן
    משפחת קאצנענלבויגן
    משפחת ראפאפארט הכהנים
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

איך האב לעצטענס גערעדט מיט א אינגערמאן וואס קען זיך אביסל אויס אין דעם. זאגט ער מיר אז ס'הערשט אביסל א שממה אין די נושא, ס' איז נישטא צו וועם צו רעדן דערוועגן. אסאך אידן וואלטן עס געמאכט ווען מ'ווייסט מער.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים

איז עס טאקע מבורר געווארען אז דער קונטרס הספיקות איז א בא"ב פון דער סמיכת חכמים ?
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים
    הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז ולמעב"ק הרבי ר' הירץ
    הרה"ק בעל ישמח משה
    הרה"ק ר' יהודא ליב משפאלע
    הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב
    הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב
    הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל
    הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז ולמעב"ק להג"ר נתן נטע מהילדסהיים
    הרה"ק ר' פנחס מקאריץ
    הרה"ק ר' רפאל מבערשיד
    הרה"ק ר' שלום מבעלזא ולמעב"ק בעל מעשה רוקח
    הרה"ק ר' שמואל פאלאנסקי מקאלניבלאט
    הרה"ק ר' שמעון שלמה מסאווראן
    משפחת קאצנענלבויגן
    משפחת ראפאפארט הכהנים

הג"ר יהודה כהנא מסיגעט בעל קונטרס הספיקות
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
    הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב

וואס איז געבליבן מיט ר' פנחס בראנדוויין, איז ער טאקע געוועהן א בא"ב לבית זלאטשוב ?
און דער אונגרישע משפחה (שכחתי שמם) וואס זענען זיך מתייחס ליאמפולא ?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים

איז עס טאקע מבורר געווארען אז דער קונטרס הספיקות איז א בא"ב פון דער סמיכת חכמים ?

די אייניקלעך פונעם קונטרס הספיקות האבן די זעלבע תוצאות ווי "איין" אייניקל פונעם סמיכת חכמים.
מען ווארט צו באקומען די ריזאלטס פון לכה"פ נאך א אייניקל וואס איז זיכער א בא"ב פונעם סמיכת חכמים, און אויב עס טאקע די זעלבע תוצאות פון די אנדערע אייניקל פונעם סמיכת חכמים, קען מען דעמאלט זאגן אז דער קונטרס הספיקות איז טאקע געווען א בא"ב פונעם סמיכת חכמים.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
    הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב

וואס איז געבליבן מיט ר' פנחס בראנדוויין, איז ער טאקע געוועהן א בא"ב לבית זלאטשוב ?

בראנדוויין איז בא"ב פון זלאטשוב.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים

איז עס טאקע מבורר געווארען אז דער קונטרס הספיקות איז א בא"ב פון דער סמיכת חכמים ?

די אייניקלעך פונעם קונטרס הספיקות האבן די זעלבע תוצאות ווי "איין" אייניקל פונעם סמיכת חכמים.
מען ווארט צו באקומען די ריזאלטס פון לכה"פ נאך א אייניקל וואס איז זיכער א בא"ב פונעם סמיכת חכמים, און אויב עס טאקע די זעלבע תוצאות פון די אנדערע אייניקל פונעם סמיכת חכמים, קען מען דעמאלט זאגן אז דער קונטרס הספיקות איז טאקע געווען א בא"ב פונעם סמיכת חכמים.

איך האב געטוהן די טעסט כדי באשטעטיגן צו בין איך אן אייניקל פון בעל קונטרס הספיקות.
די תוצאות האבן ארויס געברענגעט אז קיין אייניקל בין איך נישט, אבער א קרוב יא.
דאס הייסט אז איך מיט דער בעל קונטרס הספיקות האבן געהאט איין טאטע ארום 16 דורות צוריק.
לאט וואס הרב נחוניא שרייבט, אז ס'קען זיין אז דער בעל קונטרס הספיקות איז געוועהן אן אייניקל פון די סמיכת חכמים בא"ב.
פרעג איך צו איך וועל אויך האבן דער יחוס צו דער בעל קונטרס הספיקות, אדער נישט???
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכדי החוות דעת והחכם צבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

היינט איז צוריקגעקומען די רעזאלטס פון א לארבערבוים א בן אחר בן פונעם חוות דעת ולמעב"ק צום חכם צבי.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

משפחת קאצנעלנבויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אן ארטיקל וועגן די טעסט ריזאלטס פון די בא"ב אייניקלעך פון רבי שאול וואהל
https://www.academia.edu/22446913/The_Y ... al_Lineage
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

אונז האב מיר א ספק און משפחה אויף דריי צדיקים איז שייך געוואר צו ווערן ?
און וויאזוי ?
תודה למפרע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מנהיג הדורות האט געשריבן:אונז האב מיר א ספק און משפחה אויף דריי צדיקים איז שייך געוואר צו ווערן ?
און וויאזוי ?
תודה למפרע

איר רעדט פון בן אחר בן?
יחוס בא"ב קען מען מברר זיין אויב פון די אנדערע צדיקים זענען אויך דא אייניקלעך בא"ב וואס האבן גענומען א טעסט, און דאן זעט מען אויב אייערע ריזאלטס מעטשן צו איינער פון די דריי.
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

נחוניא האט געשריבן:
מנהיג הדורות האט געשריבן:אונז האב מיר א ספק און משפחה אויף דריי צדיקים איז שייך געוואר צו ווערן ?
און וויאזוי ?
תודה למפרע

איר רעדט פון בן אחר בן?
יחוס בא"ב קען מען מברר זיין אויב פון די אנדערע צדיקים זענען אויך דא אייניקלעך בא"ב וואס האבן גענומען א טעסט, און דאן זעט מען אויב אייערע ריזאלטס מעטשן צו איינער פון די דריי.

נישט בא''ב
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: למשפחותם לבית אבותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נאכגייענדיג מיין משפחה יחוס, בין איך אנגעקומען צו א זיידע וואס האט געהאט די משפחה נאמען יעבץ (שפעטער געטוישט אויף שעכטער), און עס איז געווען א קבלה אין די משפחה אז מען איז אייניקלעך פון רבי יעקב עמדינער זצ"ל. [דער באקאנטער סענעטאר דזשעוויטץ איז אויך פון די זעלבע משפחה].

די שאלה איז אבער געווען אויב מען איז א בן אחר בן פונעם יעבץ, אדער בלויז אן אייניקל און זיך בלויז גערופן מיט אזא משפחה נאמען.

נאך פיל הארעוואניע זענען מיר ענדליך אנגעקומען צו איינער וואס איז א בן אחר בן פון די משפחה, און ער האט גענומען א דנ"א טעסט. דערנאך האבן מיר אפירגעזוכט א לארבערבוים וואס איז באמת א בן אחר בן פונעם חכם צבי פאטער פון רבי יעקב עמדינער, און געווארט צו זען וואס די תוצאות וועלן זיין.

נאך עטליכע וואכן איז ענדליך צוריקגעקומען די רעזולטאטן און פעסטגעשטעלט אז עס איז נישט די זעלבע משפחה!

אבער, משפחת יעבץ-שעכטער האט אבער די זעלבע רעזולטאטן מיט אן אייניקל פון הג"ר דוד טעבלי אב"ד פעטערבורג וואס איז געווען מגדולי היחס.

דארף מען יעצט פראבירן צו זען וואו אונזער משפחה קניפט זיך אריין מיט זייער משפחה.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: למשפחותם לבית אבותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לובערבוים איז בן אחר בן ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: למשפחותם לבית אבותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:לובערבוים איז בן אחר בן ?

יא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים
    הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז ולמעב"ק הרבי ר' הירץ
    הרה"ק בעל ישמח משה
    הרה"ק ר' יהודא ליב משפאלע
    הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב
    הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב
    הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל
    הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז ולמעב"ק להג"ר נתן נטע מהילדסהיים
    הרה"ק ר' פנחס מקאריץ
    הרה"ק ר' רפאל מבערשיד
    הרה"ק ר' שלום מבעלזא ולמעב"ק בעל מעשה רוקח
    הרה"ק ר' שמואל פאלאנסקי מקאלניבלאט
    הרה"ק ר' שמעון שלמה מסאווראן
    משפחת קאצנענלבויגן
    משפחת ראפאפארט הכהנים

הרה"ק ר' יעקב יוסף מאוסטראה - רב ייבי
הרה"ק ר' ליבער מבארדיטשוב ולמעב"ק רבי שמשון מאסטראפאליע
הרה"ק ר' גדלי' מליניץ בעל תשואת חן
הגה"ק בעל ברוך טעם ולמעב"ק בעל קקיון דיונה
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים

איז עס טאקע מבורר געווארען אז דער קונטרס הספיקות איז א בא"ב פון דער סמיכת חכמים ?

די אייניקלעך פונעם קונטרס הספיקות האבן די זעלבע תוצאות ווי "איין" אייניקל פונעם סמיכת חכמים.
מען ווארט צו באקומען די ריזאלטס פון לכה"פ נאך א אייניקל וואס איז זיכער א בא"ב פונעם סמיכת חכמים, און אויב עס טאקע די זעלבע תוצאות פון די אנדערע אייניקל פונעם סמיכת חכמים, קען מען דעמאלט זאגן אז דער קונטרס הספיקות איז טאקע געווען א בא"ב פונעם סמיכת חכמים.

אינטערעסאנט.
ווייל לדעתי איז די יחוס פונעם קונטרס הספיקות בא״ב צו ר׳ יעקב יוסף חתן התוספות יו״ט נישט קראנט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
    הגה"ק בעל סמיכת חכמים
    הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז ולמעב"ק הרבי ר' הירץ
    הרה"ק בעל ישמח משה
    הרה"ק ר' יהודא ליב משפאלע
    הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב
    הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב
    הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל
    הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז ולמעב"ק להג"ר נתן נטע מהילדסהיים
    הרה"ק ר' פנחס מקאריץ
    הרה"ק ר' רפאל מבערשיד
    הרה"ק ר' שלום מבעלזא ולמעב"ק בעל מעשה רוקח
    הרה"ק ר' שמואל פאלאנסקי מקאלניבלאט
    הרה"ק ר' שמעון שלמה מסאווראן
    משפחת קאצנענלבויגן
    משפחת ראפאפארט הכהנים

הרה"ק ר' יעקב יוסף מאוסטראה - רב ייבי
הרה"ק ר' ליבער מבארדיטשוב ולמעב"ק רבי שמשון מאסטראפאליע
הרה"ק ר' גדלי' מליניץ בעל תשואת חן
הגה"ק בעל ברוך טעם ולמעב"ק בעל קקיון דיונה

אינטערעסאנט - האט מען פראבירט ביי די שווייצער ראבינאוויטשעס ווען מען האט געפארשט משפחת הרה"ק ליניץ?
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

Re: למשפחותם לבית אבותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

ווי קען מען טרעפן צוויי בא"ב אייניקלך פון ר' שמעלקע מניקלשבורג וואס זענען מסכים צו נעמען א DNA טעסט?
נישט קיין ברידערס, און לכתחילה ווי ווייטערע קרובים, כדי צו קענען פעסשטעלן).
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: למשפחותם לבית אבותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

משפחת הורוויץ מבאסטאן
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: למשפחותם לבית אבותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

mar0was האט געשריבן:ווי קען מען טרעפן צוויי בא"ב אייניקלך פון ר' שמעלקע מניקלשבורג וואס זענען מסכים צו נעמען א DNA טעסט?
נישט קיין ברידערס, און לכתחילה ווי ווייטערע קרובים, כדי צו קענען פעסשטעלן).

בני ר' דוד שמואל שמעלקא הורוויץ הלוי ז"ל [ר' דוד'ל]
להבל"ח בנו הרב שאול יצחק הלוי הורוויץ שליט"א מבני ברק
ובנו ר' אשר
ועוד

ויש עוד משפחת 'בלעדי' שהם נכדי הה"ק ר"ש בא"ב
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”