זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מארטש 02, 2016 7:36 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
צובארי פלעגט מאכן א ברכה על השחיטה, געדענקט איינער?
איינער געדענקט נאך דאס?:
אני מינעגין, מאטא מינעגין, טיזי טיזי טיזמורע...

פירוש:(אני מנגן,
מה אתה מנגן?
תזמורת...)
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 02, 2016 8:26 pm

ווער וויל שפילען גלח? רוב מאל פלעג איך שפילען טעשקער'ס מיט ביר דעקלעך

או ר' אברהם ישעי איז געווען אזוי שטרענג ביי ענגליש אבער עס קומט נישט צו צי ר' משה בראך פאר די 5טע קלאס

מיין באס דרייווער ר' מעכיל ראזענפעלד באס נאמבער 6
מיר פלעגן אראפ גיין ביי ראס סטריט צו קוקען ווי אזוי ר' פישל באבאד פענט אויף טראקס אדער סיינס

יא ר' מנשה ראזענבערג לוויה אויף בארלעט

ר' משה'ס שייגץ בייק דרשה

די ערגסטע איז געווען ווען א הינט האט אריינגעבלאנטשעט און הויף עס איז געווען קולות עד לב השמים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מיטוואך מארטש 02, 2016 9:27 pm

די שרעקעדיגע הונט ביי געלב'ס באסעס
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מארטש 02, 2016 9:31 pm

דארפסמאן, ביסט זיכער ר' מיכל איז געווען נומער 6? איך געדענק ר' יוסל וואקס אלס 6,און ר'מיכל אלס 3, מיטן באקאנטען סלאגאן: "דריי, דריי נישט קיין קאפ!"
נאט אייך א גרינע...


ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » מיטוואך מארטש 02, 2016 9:57 pm

אויף ראס פלעגט יחיאל חיימאוויטש אראפלייגן

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 02, 2016 10:10 pm

ס'צייט ארויפצוברענגען ר' משה מנהל מיט ר' מאיר אברהם מיט ר' אברם שייע וכו' מיט ר' שמואל זאוויל בלויזענשטיין די מנהל הבאסע'ס זיי זאלן איבערגעבן זייערע זכרונות פון די קינדער...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 12:58 am

טאקע פון ר' שמואל זאוויל בלאוזענשטיין ווער קען פארגעסן

א שטיק צייט איז ר' מעכיל געווען # 6F
ר' יחיאל פלעגט אראפ לייגען ראס איז לי און ר' מעכיל ראס און מארסי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 8:15 am

איך פלעג גיין אויף יאסי פאללאקס באס 46 די לאנגע באס אן די נאז וואס האט שוין דעמאלטס געהאט א בעק-אפ קעמערע. ער פלעגט קאווערן ליע עוו פון הופער ביז ווי וויליאמסבורג האצעך דעמאלטס גענדיגט ביי העיווארד/לינטש געגענט
אך און וויי אויב איינער איז געשטאנען אויף די נייע זיצן. אבער פון די אנדערע זייט האצעך געלוינט צו באקומען א פאטש ווייל ער פלעגט קויפן א מתנה נאכדעם אלץ א איבערבעטונג

יעדן חנוכה פלעגט דער ברך משה ז״ל קומען אין חדר טיילן געבענטשטע קוואדערס אין די לינקע לאנטש רום (דארט געדענק איך עס)
מפלעגט קאלן די קאמפאני פון די פארקער פענס פון די פאבליק טעלעפאונס צו באשטעלן נייע סידאך לייוו ווארענטי. יעדע צוויי וואכן האט מען געהאט א נייע פען אומזיסט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 2:14 pm

וויאזוי האט געהייסן די דרייווער וואס האט זיך געהאלטן פאר א חזן, מען האט אים גערופן קוויקי

יאסעלעס טעיפס האבן געהאמערט אויפן באס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 2:22 pm

שאינו יודע האט געשריבן:וויאזוי האט געהייסן די דרייווער וואס האט זיך געהאלטן פאר א חזן, מען האט אים גערופן קוויקי

יאסעלעס טעיפס האבן געהאמערט אויפן באס


וואס הייסט וויאזוי? חזן 52
דערנאך פלעגט ער יארן לאנג דרייוון א בארא פארק באס, דאכט זיך מיר ער הייסט דעמביצער

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 2:22 pm

ר' ישעי' ווייס (לקט בהיר) דרייווענדיג זיין באס געדענקט איינער ?

אוי פלעגט זיין קולות אויפ'ן באס ווען ער פלעגט זיך טענה'ן מיט א מלמד אויפ'ן וועג אויף א רש"י.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 2:23 pm

יא יא

דעמביצער

מרדכי?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 2:31 pm

שאינו יודע האט געשריבן:יא יא

דעמביצער

מרדכי?


מרדכי דעבלינגער
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 5:38 pm

געטראפן דא:

ר' ארי' לייב גלאנץ, ר' אברהם ישעי' ווייס, און ר' יאסי פאללאק.

לכאורה חול המועד אין א פארק.
צוגעלייגטע
ווער דערקענט.jpg
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
קאוטש
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
לאקאציע: פה גוגל וה'גוגל'ילות יצ''ו

תגובהדורך קאוטש » מאנטאג מארטש 07, 2016 8:07 pm

געווען א מצה בעקעריי אין בעיסמענט פון דיזע געביידע בשנים קדמוניות.
שמעתי

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 08, 2016 12:13 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:ביי ר' לוי יאקאבאווטש'ן האט מען געקויפט בר מצוה מתנות, איעדער האט געברענגט 3 דאללער, 10 קינדער איז געווען 30 דאללער. אגאנצע וואק אין קלאזעט מיט ספרים. ווי א אינגל איז געווען דער קעשיער.



נאך די בר מצוה איז דער בחור ארומגעגאנגען מיט א אינגל צו אלע אלטע מלמדים, געגעבן א שטיקל קעיק מיט א גלעזל ברוינפן

מען פלעגט ארום גיין מיט די אינגעל וואס גייט נעקסט בר מצוה האבן, די קעיק איז געווען פין די תפילין קעיק וואס איז געווען יענע יארן איינגעפירט


סאיז שוין בטל די הייליגע מנהג???
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מארטש 08, 2016 11:36 am

קאוטש האט געשריבן:געווען א מצה בעקעריי אין בעיסמענט פון דיזע געביידע בשנים קדמוניות.
שמעתי

מ'פלעגט שמועסן אז מ'ניצט'ס ערב פסח.
אפשר מעליצער רבי גאר?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג מארטש 08, 2016 12:11 pm

זיסע צייטן.
צוגעלייגטע
ווער דערקענט די בילדונג.jpg
ווער דערקענט די בילדונג.jpg (23.03 KiB) געזעהן 2860 מאל
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מארטש 08, 2016 1:39 pm

בס"ד
מונאוויטש האט געשריבן:זיסע צייטן.

אה, נישט סתם. 41 העיווארד...
הרב מרדכי ישעי' יאקאבאוויטש, הרב מענדל מאיר יאקאבאוויטש, הרב שלמה לויפער (אוהעל-מאנסי), הרב מאיר צוויבל, אה, נישט סתם דורכגעווייקטע בנין, יסוד ושורש העבודה, וכו' וכו'.
דוכט זיך מ'קען זאגן אין דעם בנין האט זיך אנגעהויבן די עפאכע פון "עוז והדר" גמרות, מסכת גיטין תש"ן, סאטמאר ישיבה קטנה.
לעצט פאראכטן דורך מזל מידיע אום דינסטאג מארטש 08, 2016 2:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מארטש 08, 2016 1:43 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מונאוויטש האט געשריבן:זיסע צייטן.

אה, נישט סתם.

הרב מרדכי ישעי' יאקאבאוויטש, הרב מענדל מאיר יאקאבאוויטש, הרב שלמה לויפער (אוהעל-מאנסי), הרב מאיר צוויבל, אה, נישט סתם דורכגעווייקטע בנין, יסוד ושורש העבודה, וכו' וכו'.

דוכט זיך מ'קען זאגן אין דעם בנין האט זיך אנגעהויבן די עפאכע פון "עוז והדר" גמרות, מסכת גיטין תש"ן, סאטמאר ישיבה קטנה.


געפאשעט דארט צוויי יאר,
אבער וואס איז די 'זיסקייט'???
שוין געקאסט זיסער'ס פון דעם....
אה, בחור'ישע יארן....., נעבעך נישט געהאט דעמאלט קיין שכל....

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 08, 2016 2:16 pm

ר' יאסל פראממער ע"ה פלעגט דאן זיין דארט קעכער - מענדזשער?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 08, 2016 2:39 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מונאוויטש האט געשריבן:זיסע צייטן.

אה, נישט סתם. 41 העיווארד...
הרב מרדכי ישעי' יאקאבאוויטש, הרב מענדל מאיר יאקאבאוויטש, הרב שלמה לויפער (אוהעל-מאנסי), הרב מאיר צוויבל, אה, נישט סתם דורכגעווייקטע בנין, יסוד ושורש העבודה, וכו' וכו'.
דוכט זיך מ'קען זאגן אין דעם בנין האט זיך אנגעהויבן די עפאכע פון "עוז והדר" גמרות, מסכת גיטין תש"ן, סאטמאר ישיבה קטנה.

* צ"ל קראלי

שפעטער איז רבי מרדכי ישעי' אריבער קיין קינגס-טערעס אונטער רבי אנשיל אשכנזי, אין יענע יארן האבן אין 41 העיווארד משמש געווען כרמ"י הישיבה:

הרב מאיר צוויבל, מנהל - פארמיטאג
הרב שלמה לויפער
הרב ירמי' בוכינגער
הרב חיים משה ווייסמאן
הרב שמעלקא פר"מ

הרב ישראל שלום מארקאוויטש, מנהל נאכמיטאג
הרב יוסף פריעדמאן
הרב הערשל פריעדמאן
הרב זלמן לייב גראס
הרב יעקב לייזער ווערצבערגער

הרב אבא חייא בוכינגער שואל ומשיב

נא_שכל האט געשריבן:ר' יאסל פראממער ע"ה פלעגט דאן זיין דארט קעכער - מענדזשער?



יענע יארן איז דאכציך געווען מענעזשער ר' אלטר יודל בערקאוויטש ב"ר שבתי מרדכי ע"ה מלפנים מנהל התאחה"ר

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 08, 2016 2:41 pm

אין דעם בנין פלעגט אויך זיין מתמידים פאר כיתה ח' (אויב איך געדענק גוט)

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 08, 2016 2:58 pm

מיללער האט געשריבן:אין יענע יארן האבן אין 41 העיווארד משמש געווען כרמ"י הישיבה:

הרב מאיר צוויבל, מנהל - פארמיטאג
הרב שלמה לויפער
הרב ירמי' בוכינגער
הרב חיים משה ווייסמאן
הרב שמעלקא פר"מ

הרב ישראל שלום מארקאוויטש, מנהל נאכמיטאג
הרב יוסף פריעדמאן
הרב הערשל פריעדמאן
הרב זלמן לייב גראס
הרב יעקב לייזער ווערצבערגער

הרב אבא חייא בוכינגער שואל ומשיב

נא_שכל האט געשריבן:ר' יאסל פראממער ע"ה פלעגט דאן זיין דארט קעכער - מענדזשער?



יענע יארן איז דאכציך געווען מענעזשער ר' אלטר יודל בערקאוויטש ב"ר שבתי מרדכי ע"ה מלפנים מנהל התאחה"ר


דענק איך נישט אזא איד. מיר ליגט אין קאפ ר' יאסל פראממער ע"ה

ר' שלמה יודא פרידמאן איז אויך געווען אין יענע צייט ביי די נאכמיטאג סדר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 08, 2016 3:05 pm

נא_שכל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

יענע יארן איז דאכציך געווען מענעזשער ר' אלטר יודל בערקאוויטש ב"ר שבתי מרדכי ע"ה מלפנים מנהל התאחה"ר


דענק איך נישט אזא איד. מיר ליגט אין קאפ ר' יאסל פראממער ע"ה

ר' שלמה יודא פרידמאן איז אויך געווען אין יענע צייט ביי די נאכמיטאג סדר.


ר' אלטר יודל באלאנגט אויך אין די שורה פון באס דרייווערס

ר' שלמה יודל פר"מ טאקע אויך געווען אין 41 /ישיבה קטנה

-

דער בנין האט אויך געהאט א מקוה, דאס ביהמ"ד איז געווען אין די לינקע העלפט פונעם בנין און די עס זאל אויף די לינקע זייט.

אין אונזערע חדר-יארן האט כתה ח' געהאט זומער "מתמידים" אינעם עס-זאל פון דעם בנין, ר' אברהם רייכמאן האט פארגעלערנט משניות (מסכת יומא - דאכציך) און געטיילט טיקעטס/גורלות. כתה ט' האט געהאט מתמידים זומער אין די אונטערשטע שטיבלעך פון אברכים זופניק אויף קיעפ סט. ר' אהרן מאשקאוויטש (אפשר נאך איין מלמד - געדענק נישט פונקט) פארגעלערנט די אגדתא בלעטער פון ערשטן פרק מס' קידושין.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט