זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

גם אני זוכר זאת


גמאני.

געדענק מיר נאך די נעטווארק פון פארבארגענע היילן און טונעלן וואס האבן ארומגעפירט און פארבינדען די כיתות צווישן די הויכע תפיסה שטאקן.. . ביז מהאט דאס פארשטאפט.. וואס איז טאקע פשט פון די טונעלן?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

מיללער האט געשריבן:דמיות פון טרופ:
ר' משה מנהל, ר' אברהם שייע, יאסל רייך, ראביי סעבא, מר. דן-בלאו, מר. געביוף, סאבארי, מר. גרינבערג, מר. אבערגאז, אוליי, פרענקי, הענרי, ר' קליין דער פלאמבער.



מר. שאצקעס האסטו אויס געלאזט, גרינבערג פלעגט אויס לערנען די מולד און שאצקעס סי פי אר. . די מצויינים האבן זיך געריסן אריינצוגיין צו גרינבערג'ן. . .

די וואטשערס ביי די מעין לאבי. וואס האבן אכטונג געגעבן אז קיינער זאל זיך נישט ארויס כאפן פאר ענגליש. . די גראבע יונגלעך האבן זיך ארויסגעריסן פונעם געביידע מיט געוואלד. . די רשות צעטלעך פאר ענגליש מהאט געדארפט צאלן געלט צו קענען אהיימגיין פאר ענגליש. .
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

ידיד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מר. דן-בלאו

דאמבליי בלע"ז...

אוי וואס דער האט זיך נעבעך אנגעליטן דארט. די קינדער האבן מחמת איזה סיבה אים אפגעסטעמפעלט אלץ א ציוני, און האבן פארשטייט זיך דאס נישט פארשוויגן.. איין יאר איז אפי' פארגעקומען א פראטעסט קעגן אים אום ה' אייר, נאכדעם וואס עטליכע קינדער האבן עדות געזאגט אז מען האט אים געזען זאגן הלל...


דוב הייקינד דערמאנט מיר פון דאמבליי. . נאכיינער??
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

נעע.
דאמבליי איז געווען א נידעריגער, די גלעזער געהאנגען מיט א בענדל...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עלטערע מלמדים אין טרופ געדענק איך רבי שייע יאנקל און רבי יעקב אליעזר,געווען נאך?

אין זופניק געדענק איך ר' ליפא יאקאבאויטש, ר' אהרן הערש, ר' יצחק גרינבוים, ר' זלמן בינער, ר' חיים לייב וואלטער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעמיצער האט מיר דערמאנט אז ר' מאיר אברהם פלעגט אויסקלאפן 'אשרי יושבי ביתך' און די קינדער האבן ווי אין א כאר צוגעברימט 'עוד יהללוך סלה'.

#ליבערטי טרעוול
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

אוי איז דעס זיכרונות..
מיללער, keep it coming
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויפן ערשטן שטאק קעגן איבער די מעין שטיגן האט ר' אברהם רייכמאן געהאט זיין אפיס, קעגן איבער, צווישן די צוויי סטעיר-קעיסעס איז געווען עפעס אן אפיס איך ווייס נישט גענוי וואס יענס האט געדינט, געליגן דארט אסאך ענגלישע טעקסט ביכער.
רעכטס באלד נאך די שטיגן איז געווען די ענגלישע אפיס מיט די קאפי מאשינען. געדענקסט נאך די טרעיסינג פעיפער וואס מ'האט געדארפט נוצן צו מאכן דערפון די ענגלישע בלויע-טינט קאפיס? אלעס געווען געשריבענע טעסטס.

אגב, בלעק-באורדס האט יעדע חדר קודם געהאט די שארבן שווארצע באורדס אין וועלכע די טשאוק האט געמאכט טשילס, לימים האט מען רוב ריפלעיסט מיט נייע באורדס געמאכט פון האלץ באדעקט מיט אזא פלאסטישע מאטריאל.

די מעקער געליגן אזוי אויפן באורד, מיט אפאר שטיקלעך טשאוק, געביוף אזוי ווילד געשריבן אלס סאבסיטוט וועלכע ווארט מ'זאל שרייבן הונדערט מאל אויף אן איינגעקנייטשטע צעטל פון פיר קאלומס.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיללער האט געשריבן:יעמיצער האט מיר דערמאנט אז ר' מאיר אברהם פלעגט אויסקלאפן 'אשרי יושבי ביתך' און די קינדער האבן ווי אין א כאר צוגעברימט 'עוד יהללוך סלה'.

#ליבערטי טרעוול


חחח... ס'עסען דרייט זיך מיר איבער אין די געדערים.

****
איינער געדענקט ווען דער מנחת יצחק ז"ל האט באזוכט דארט בשנת תשמ"ח?
(דערעוילם געט ארויס גרויסע גילויים בן השורות...)
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ"ח געדענק איך נישט אין טרופ, איך געדענק אבער די קבלת פנים פאר די חברי הביד"ץ יענע יאר אויף בעדפארד עוו.

איך געדענק להבדיל דער שחור עד טאונס קומען באזוכען טרופ.

אגב, ווער געדענקט די הנחת אבן הפנה פאר בנין עטרת אברהם אויף ראסס סט.? דאס איז געווען תשמ"ט
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

חחח דער גאביוף.. הוי האמיר געהאט סחורה מיט'ם...

ווען א טיטשער האט געפעלט איז ער געווען דער שוועל פארטרעטער.. טייל מאל אין עטליכע קלאסן אויפאמאל, וואנעט מ'אט געהערט צווישנרופן ארויספראלען פון אונטער די שווערע טירן האט מען געוואוסט אז גאביוף איז היצט סובסיטוט און איז נישט אין קלאס היצט..
די מערסט באנוצטע ווערטער אויף זיינע הענדרייטינג פעפערס איז געווען די ווארט "האוז"..

פלעגט אייביג אריינלויפן אינמיטן ענגליש ווען די טיטשער איז יא דארט געווען און געלאפן פרעגן איעדן איינעם "ווי האלט מען"...


איינמאל אין אונזער קלאס אלס סובסיטוט האט'ר פארראכטען זיין גרינע טשערי לייט און זיך אויפגעטאהן "איך בין אן הצלה, איך בין שטאRק"...

יעע, די ספעציעלע פאפירן וואס די טיטשער האבן געברויכט פארשרייבען זייערע טעסטס און געגיבן פאר זאב צו מאכן קאפיעס אויף יענע בלויע טינט מאשין.. עפעס א מין צוריקגעשטאנענע קאפיע מאשין דאס...

מיללער,דערמאנסט מיר פון די אשרי, יושבי, ביתך...

און ווען מעליצער רבי פלעגט דאווענען מנחה פארן עמוד, הוי האט דאס געדינערט! דוכציך ער פלעגט ארויסגיין אין הויף שפאצירן צווישן די קינדער, מעגליך?

די דאללאר אפצאל צי קענען אהיים גיין פאר ענגליש.. די טעגליכע חקירה ודרישה אויב איינער האט געפעלט ביי ענגליש אבער איז נישט געשטאנען אין די רשות באאק..

פראנצאז און זכרי'ס ברויט.. נאר נישט סאנדערס מיט די ווייסע פאפיר בעגס..

די ריקעדיגע סאבוועי טירן ביי די קאוט קלאזעטס..

מיללער, געדענקסט אפשר יענע יאר ווען מ'אט איינגעטוישט די לעקטער, פון פיר באלבס פער ליניע צו צוויי פער ליניע, און נידעריגער געברענגט?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

עד טאונס האט דאן געשריגען:
Tell your mommy we are going to build houses!
מסיים גנווען מיט א וואונטש אויף אידיש: זייטץ געזונט, געזונט געזיין....

די הנחת אבן הפינה מיט פישל באב"ד'ס האנט געמאלענע סיין מיט א סקיצע פונעם בנין.. נעבעך געשטאנען ווי א מציבה פאר א גוטע פאר יאר..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאפ, איך געדענק די לעקטערס טויש

מעליצער רביס חדר האט געהאט טיילס אויף די פלאר, אנדערש ווי אלע חדרים וואס האבן געהאט האלצערנע פאדלאגעס מיט לאנגע שפאלטנס, אך און וויי ווען א קוגעלע איז געפאלן צווישן די שפאלטן.

דערמאנסט מיר פון קוגעלעך... מיין חבר יואלי... אוי האט ער געקענט ציען אלע 24 חלקים, איך בין געווען גוט צו צייגן ביי איזה ואיזה בשעת וואס יענער מאכט תל אביב-חיפה ווי א מייסטער שפילער.

פארוואס, פוטס און טשעינזשיס האבן באקומען ענגלישע נעמען?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די לאנגע אייזן וואס מען האט ארויסגע'גנב'ט פון די געיטס כדי צי קענען אופמאכען די פענסטער פון די הייעך...

די עיר קאנדישאן'ס פלעגן טויגן א כפרה..
זומער האט מען קוים געקענט אטעמען אין ביהמ"ד, מען פלעגט דאווענען אין די כיתות, איעדע כיתה ח' האט געדאווענט ביי איין כיתה ט'...

האללא, די ל"ג בעומר סעודות אין די כיתות ווען אלע קינדער האבן געקענט עפעס ברענגען פאר די סעודה...
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

וואס דא גייט נישט פאר. גייטס שלאפן די באס קומט שוין באלד

פליגל קויף מיר א טשו טשו פאר די קומסט צום באס סטאפ
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
מיללער האט געשריבן: דערמאנסט מיר פון קוגעלעך... מיין חבר יואלי... אוי האט ער געקענט ציען אלע 24 חלקים, איך בין געווען גוט צו צייגן ביי איזה ואיזה בשעת וואס יענער מאכט תל אביב-חיפה ווי א מייסטער שפילער. פארוואס, פוטס און טשעינזשיס האבן באקומען ענגלישע נעמען?

וועגן קוגעלעך, פרעג איך ביז היינט וואס מיינט "יעס פולי פולי פאך." אויך, פאטש-חוזר, פאטש-אינו-חוזר. דער בעסטער קוגעלעך מייסטער ביי אונזער חדר איז געווען --- און אמאל האט ער געצויגן אין איין צי פון אנהויב ביז די פערטע חלק. אה, און די פלעי-מאני, ביזנעס קארדס, אלע מיני געשעפטן, נו שוין.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'פלעג ארויסראללען טוילעט פאפיר פונעם פערטן שטאק צום הויף, איינע פון די אקטיוויטיס.

די ל"ג בעומר סעודות... דערמאנסט מיר גוטע זכרונות, אינגלעך אהיימגעגאנגען מיט בזיונות ווייל קיינער האט נישט ליב געהאט זייער מאמעס קוגל... יאסל רייך אין קאך האט מען געהאלטן די פריזשירעיטאר אייטעמס.

איין יאר האב איך געברענגט א באטל סעלצער פאר די רבי, מהאמיר אים נישט פארגינען קאלירטע סאדע....
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מיללער האט געשריבן: דערמאנסט מיר פון קוגעלעך... מיין חבר יואלי... אוי האט ער געקענט ציען אלע 24 חלקים, איך בין געווען גוט צו צייגן ביי איזה ואיזה בשעת וואס יענער מאכט תל אביב-חיפה ווי א מייסטער שפילער. פארוואס, פוטס און טשעינזשיס האבן באקומען ענגלישע נעמען?

וועגן קוגעלעך, פרעג איך ביז היינט וואס מיינט "יעס פולי פולי פאך." אויך, פאטש-חוזר, פאטש-אינו-חוזר. דער בעסטער קוגעלעך מייסטער ביי אונזער חדר איז געווען --- און אמאל האט ער געצויגן אין איין צי פון אנהויב ביז די פערטע חלק. אה, און די פלעי-מאני, ביזנעס קארדס, אלע מיני געשעפטן, נו שוין.


פולי פולי פאך פאך איז א שרעקליכע רול, מקען ווערן אוט ביים לעצטן חלק און דארפן אנהייבן פון אנהייב.

די שאלה פון פאטש חוזר אדער אינו חוזר, ווענד זיך צו דער פאטש נאך קוגעלעך פאר טשעינזשיס איז א חלק פון קוגעלעך, וממילא אויב ווערט מען אוט איז חוזר לראש קוגעלעך, אדער ניין עס באלאנגט נישט צוזאמען ואינו חוזר....

וואן טו טרי, נאריט
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ביי ר' לוי יאקאבאווטש'ן האט מען געקויפט בר מצוה מתנות, איעדער האט געברענגט 3 דאללער, 10 קינדער איז געווען 30 דאללער. אגאנצע וואק אין קלאזעט מיט ספרים. ווי א אינגל איז געווען דער קעשיער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פליגל האט געשריבן:ביי ר' לוי יאקאבאווטש'ן האט מען געקויפט בר מצוה מתנות, איעדער האט געברענגט 3 דאללער, 10 קינדער איז געווען 30 דאללער. אגאנצע וואק אין קלאזעט מיט ספרים. ווי א אינגל איז געווען דער קעשיער.



נאך די בר מצוה איז דער בחור ארומגעגאנגען מיט א אינגל צו אלע אלטע מלמדים, געגעבן א שטיקל קעיק מיט א גלעזל ברוינפן
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

נאך לאנטש, דייקא אינמיטן לערנען...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיללער האט געשריבן:מ"ח געדענק איך נישט אין טרופ, איך געדענק אבער די קבלת פנים פאר די חברי הביד"ץ יענע יאר אויף בעדפארד עוו.

איך געדענק להבדיל דער שחור עד טאונס קומען באזוכען טרופ.

אגב, ווער געדענקט די הנחת אבן הפנה פאר בנין עטרת אברהם אויף ראסס סט.? דאס איז געווען תשמ"ט


מעגליך אז דער מנח"י האט נישט באזוכט, און כ'מיש ארום מיט א באזוך פונעם ברך משה זצ"ל.


געדענק מיר ב"ה די הנחת אבן הפינה.

די טרעילאר - אויבן אן איז געלאפן לענגאויס ראסס. סט. דאכדזיך, מ'האט געגראבן א שיפע לאך און דארט איז דער ברך משה אראפגעגאנגען און מ'האט געגאסען אביסל צעמענט. (שפעטער ביים אנהייב בויען, האביך עטליכע מאל געזוכט דעם שטיקל צעמענט, כ'האב געוואלט זען אויב מ'האט עס דארט געלאזט, אבער לא עלתה בידי. מ'האט עס אדער פארדעקט מיט די צעמענטע ערד אדער האט מען אראפגעגראבן טיפער).

ר' אברהמ'למע ווערצבערגער ע"ה האט פיגורירט אויפן אויבן אן ביים הנחת אבן הפינה (מעגליך אז נישט... האמיר דעמאלט'ס נישט געהאט צופיל שכל - {נא_שכל} צו באטראכטען די ענינים)

דערנאך האט זיך אנגעהויבן די גראבעריי, מאסען זאמד טראקס פלעגען קומען און גיין יעדען צופרי, דערנאך גיסט מען צעמענט, און דערנאך די גרעסטע אייזענע ביעמ'ס.
און דערנאך האבן זיך אנגעהויבן די פארלענגערטע "ציגעל קאמפיינ'ס" לטובת קרן הבנין (כ'ווייס נישט אויב ס'געווען א בנין מיט מער קאמפיינ'ס ווי יענע בנין).

****
כ'מיין אז פאר מ'האט אנגעהויבן בויען דעם תלמוד תורה, איז די וואלד אין יענע גאס געווען דער גרעסטער שריפת חמץ צענטער פון ווילאמסבורג, רעדער, אלטע קאר'ס, וכו' וכו'
און די כלבים נובחים דארטן, אוי זיי פלעגען ארומלויפן אויף יענע גאס און דערנאך צו ווייט עוו. ביי די יעצטיגע ברוקלין ווילאס און דערנאך צו קליימער מארטען, וחוזר חלילה, מיר האבן פיין געקענט דעם "הונט הונט די ביסט עשיו קינד וכו'" נוסח, מען האט עס כסדר געדארפט זאגן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מיללער האט געשריבן: דערמאנסט מיר פון קוגעלעך... מיין חבר יואלי... אוי האט ער געקענט ציען אלע 24 חלקים, איך בין געווען גוט צו צייגן ביי איזה ואיזה בשעת וואס יענער מאכט תל אביב-חיפה ווי א מייסטער שפילער. פארוואס, פוטס און טשעינזשיס האבן באקומען ענגלישע נעמען?

וועגן קוגעלעך, פרעג איך ביז היינט וואס מיינט "יעס פולי פולי פאך." אויך, פאטש-חוזר, פאטש-אינו-חוזר. דער בעסטער קוגעלעך מייסטער ביי אונזער חדר איז געווען --- און אמאל האט ער געצויגן אין איין צי פון אנהויב ביז די פערטע חלק. אה, און די פלעי-מאני, ביזנעס קארדס, אלע מיני געשעפטן, נו שוין.


קוקנדיג אויף צוריק, קען איך אנצייכענען אויף עטליכע געלונגע טרעידער'ס פון חדר וואס זענען היינט גרויסע נגידים, און א געוויסע זין איז עס אריינגעקריצט פון געבורט, ס'נאטורליך ביי די חברה, ג'עהאנדעלט פון רעכיל צו מעכיל די ביזנעס קארד'ס, געהאט די דיקסטע און מערסטע אלבום'ס דערפון, וכו'. די זעלבע ביי די פלעי מאני.
ס'געווען צייטן.

****

מ'האט אינגאנצען פארגעסען פון די שרעקליכע סנעעעעפפפפפס אין חודש אדר.

"וועם מ'וועט כאפען מיט א סנאפ, וועט מען עס אוועקנעמען און מ'וועט וואטעווער" גלייך נאכדעם טרראךךךךךךך, א סנעפ האט געקראכט...

בכלל אדר איז געווען געפערליכע אנגעצויגענע באציאונגען צווישען די קינדער און ר' מ' מנהל. נישט אזוי? מ'טאר נישט אהער מ'טאר נישט אהין, וועם מ'וועט כאפן בלא בלא בלא ....
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

איך בין ממש געגאנגען אין גלות לחלח דערמאנענדיג זיך די אלטע גוטע צייטן כד הוינא טליא.
ביי דן-בליי האב איך אויסגעשאסן.
אוי איז דאס גוט געווען. מ'האט א גאנץ יאר געווארט אויף דעם אייגנארטיגן ה' אייר יו"ט ווען מ'האט זיך אפגערעכנט מיט אים. מ'האט אים קלאר געזען זאגן הלל.... ערגעץ צווישן 4 און 5 נאכמיטאג
ר' משה בראך האט געשריבן "רשות צעטלעך" אהיימצוגיין פאר ענגליש. די קינדער פלעגן היימיש פראדוצירן האנט געשריבענע צעטלען פון די עלטערן....
די פענסטער וואס מ'האט ערזעצט יאר נ"ו אדער נ"ז, איז א שטיק היסטאריע.
וואס נאך לאמיר זיך דערמאנען...
אה...
ר' משה מנהל'ס קאפלעך גמ"ח
ר' מאיר אברהמ'ם ספרים פאר מצטיינים....
ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראסטעוו »

נא_שכל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מ"ח געדענק איך נישט אין טרופ, איך געדענק אבער די קבלת פנים פאר די חברי הביד"ץ יענע יאר אויף בעדפארד עוו.

איך געדענק להבדיל דער שחור עד טאונס קומען באזוכען טרופ.

אגב, ווער געדענקט די הנחת אבן הפנה פאר בנין עטרת אברהם אויף ראסס סט.? דאס איז געווען תשמ"ט


מעגליך אז דער מנח"י האט נישט באזוכט, און כ'מיש ארום מיט א באזוך פונעם ברך משה זצ"ל.


געדענק מיר ב"ה די הנחת אבן הפינה.

די טרעילאר - אויבן אן איז געלאפן לענגאויס ראסס. סט. דאכדזיך, מ'האט געגראבן א שיפע לאך און דארט איז דער ברך משה אראפגעגאנגען און מ'האט געגאסען אביסל צעמענט. (שפעטער ביים אנהייב בויען, האביך עטליכע מאל געזוכט דעם שטיקל צעמענט, כ'האב געוואלט זען אויב מ'האט עס דארט געלאזט, אבער לא עלתה בידי. מ'האט עס אדער פארדעקט מיט די צעמענטע ערד אדער האט מען אראפגעגראבן טיפער).

ר' אברהמ'למע ווערצבערגער ע"ה האט פיגורירט אויפן אויבן אן ביים הנחת אבן הפינה (מעגליך אז נישט... האמיר דעמאלט'ס נישט געהאט צופיל שכל - {נא_שכל} צו באטראכטען די ענינים)

דערנאך האט זיך אנגעהויבן די גראבעריי, מאסען זאמד טראקס פלעגען קומען און גיין יעדען צופרי, דערנאך גיסט מען צעמענט, און דערנאך די גרעסטע אייזענע ביעמ'ס.
און דערנאך האבן זיך אנגעהויבן די פארלענגערטע "ציגעל קאמפיינ'ס" לטובת קרן הבנין (כ'ווייס נישט אויב ס'געווען א בנין מיט מער קאמפיינ'ס ווי יענע בנין).

****
כ'מיין אז פאר מ'האט אנגעהויבן בויען דעם תלמוד תורה, איז די וואלד אין יענע גאס געווען דער גרעסטער שריפת חמץ צענטער פון ווילאמסבורג, רעדער, אלטע קאר'ס, וכו' וכו'
און די כלבים נובחים דארטן, אוי זיי פלעגען ארומלויפן אויף יענע גאס און דערנאך צו ווייט עוו. ביי די יעצטיגע ברוקלין ווילאס און דערנאך צו קליימער מארטען, וחוזר חלילה, מיר האבן פיין געקענט דעם "הונט הונט די ביסט עשיו קינד וכו'" נוסח, מען האט עס כסדר געדארפט זאגן.

פארן אויפגראבן דאס פלאץ איז דאס געווען די איינציגסטע פלאץ אין וויליאמסבורג וואס מ'האט געקענט שניידן ביימער פאר שבועות, יוי זעמיר דארט געקראכן, כלבים נובחים געדענק איך נאר ביי די ברוקלין ווילאס לאט קעגן פאז אויף ראס. זיי האבן נישט געלאזט שלאפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”