אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

אידישקייט אין אמעריקא: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 4:19 pm

תרנגול האט געשריבן:בילד

די בילד איז ביי די חתונה פון הג"ר אברהם ניסן ניימאן שליט"א דומ"ץ וויזניץ במאנסי. מ'זעהט דעם וויזניצער רבי לאויט"א און דערנעבן איז כפי הנראה להבחל"ח הרחי"מ מווישיווא זצ"ל.

וועלכע יאר איז די חתונה געווען - וויאזוי האט געהייסן דער פאטער פון רבי אברהם ניסן?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 4:30 pm

דער דיין ר' אברהם ניסן האט חתונה געהאט אין יאר תשי"ב
זיין פאטער להבחל"ח ר' הערשל ז"ל איז אוועק אין אן עקסידענט ל"ע עטליכע חדשים פריער
איך האב געמאכט א טעות זעה איך, דער וואס שטייט לעבן וויזניצער רבי שליט"א איז ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל (שווער פונעם ריבניצער זי"ע), א שוועסטער-קינד מיט ר' אברהם ניסן שליט"א
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 4:35 pm

תרנגול האט געשריבן:דער דיין ר' אברהם ניסן האט חתונה געהאט אין יאר תשי"ב
זיין פאטער להבחל"ח ר' הערשל ז"ל איז אוועק אין אן עקסידענט ל"ע עטליכע חדשים פריער
איך האב געמאכט א טעות זעה איך, דער וואס שטייט לעבן וויזניצער רבי שליט"א איז ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל (שווער פונעם ריבניצער זי"ע), א שוועסטער-קינד מיט ר' אברהם ניסן שליט"א


יישר כח

ווער איז ר' ברוך ב"ר אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישאווא וואס האט געוואונט אין ניו יארק בשנת תרע"א און ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה על הספר "אמרי ברוך" ?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=228

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 5:06 pm

ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים.
זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.
עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו...

אט איז א בילד פון 5 פון די ניימאן ברידער אין יאר תר"ע דא אין אמעריקא. מימין לשמאל: ר' יצחק, ר' ברוך (אביו של ר' שלמה ניימאן ז"ל), ר' זונדל, ר' יעקב (אביו של ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל), ר' מיכל (חותנו בזוו"ר של ר' בערל פרידמאן ז"ל ראה"ק סאטמאר)
צוגעלייגטע
ניימאן ברידער.JPG
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 5:26 pm

ר' ברוך נפטר בשנת תש"ג - ר' יחיאל מיכל נפטר בשנת תש"ח
ביידע ליגן אין ניו ג'רזי נישט ווייט פון סאטמאר ספינקא וכו'

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 6:14 pm

ישר כח תרנגול, דאס בילד איז הערליך שיין און היסטאריש.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 7:16 pm

יישר כח קרא-הגבר, אשרי הגבר



יוראפ האט געשריבן:ר' ברוך נפטר בשנת תש"ג - ר' יחיאל מיכל נפטר בשנת תש"ח
ביידע ליגן אין ניו ג'רזי נישט ווייט פון סאטמאר ספינקא וכו'


איז דא די בילדער פון די מצבות?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 10:32 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כח קרא-הגבר, אשרי הגבר



יוראפ האט געשריבן:ר' ברוך נפטר בשנת תש"ג - ר' יחיאל מיכל נפטר בשנת תש"ח
ביידע ליגן אין ניו ג'רזי נישט ווייט פון סאטמאר ספינקא וכו'


איז דא די בילדער פון די מצבות?

א שאלה? מארגן בעז"ה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 11:57 am

תרנגול האט געשריבן:ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים.
זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.
עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו...

א שוועסטער פאר האחים ניימאן איז געווען מרת וועג ע"ה די שוויגער פון ר' בנציון געלבמאן ע"ה והבחל"ח פון ר' ליפא מערץ לאויט"א

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 12:39 pm

מיללער האט געשריבן:
ווער איז ר' ברוך ב"ר אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישאווא וואס האט געוואונט אין ניו יארק בשנת תרע"א און ווערט דערמאנט אין די מעות קדימה על הספר "אמרי ברוך" ?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=228


תרנגול האט געשריבן:זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.



די רעקארד פון פטירת ר' ברוך ברא"נ ניימאן:
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:2WY5-Q6H


לויט די רעקארד איז ער אלט געווען 59 יאר ווען ער איז אוועק אנהייב שנת תש"ג, ער האט געוואונט אין וויליאמסבורג אויף 143 ראדני סט. (היינט איז דארט ביהמ"ד חרדים-זידיטשוב) אויפן רעקארד שרייבן זיי אז ער איז געוען א "רב", יש דברים בגו?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 1:00 pm

ר' יחיאל מיכל ובנו ר' אברהם ניסן וזוגתו
צוגעלייגטע
IMG_2966.JPG
IMG_2964.JPG
IMG_2965.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 1:01 pm

ר' ברוך [וזוגתו?]
לפי דברי ידידינו הרב קיקיון איז עס נישט זיין ווייב
צוגעלייגטע
IMG_2967.JPG
IMG_2969.JPG
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום דינסטאג אוקטובער 27, 2015 1:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 1:11 pm

יוראפ האט געשריבן:ר' יחיאל מיכל ובנו ר' אברהם ניסן וזוגתו

דער אילאקער רב איז דאכט זיך מיר אויך שוין דא געווען פאר די קריג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 1:15 pm

יוראפ האט געשריבן:ר' ברוך [וזוגתו?]

יישר כחכם - זייער אינטערעסאנט די מציבה פון ר' ברוך מן הסתם עפ"י צוואתו

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 4:26 pm

נאך די ערשטע וועלט קריג האט ר' ברוך ניימאן געשיקט פון אמעריקא קיין גרויסווארדיין פאר'ן אהבת ישראל די סכום פון 500 דאלער, א הון רב אין יענע צייטן. דער אהבת ישראל האט איהם דאן צוריקגעשיקט א דאנק בריוו אז ער האט איהם ממש מחיה געווען און ער האט איהם געשריבן דארט אז ער זאגט איהם צו עולם הבא. ר' ברוך האט געהאלטן דעם בריוו אין א סעיף און באפוילן אז לאחר פטירתו זאל מען עס איהם מיטלייגן אין קבר. (למעשה האט מען פאר די קבורה נישט געטראפן דעם בריוו אין די סעיף און מען האט איהם מקבר געווען אהן די בריוו).

ר' ברוך ניימאן
צוגעלייגטע
ברוך ניימאן.JPG
הנותן לשכוי בינה...

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג אוקטובער 27, 2015 4:41 pm

סוף שנת תש"ו איז אנגעקומען קיין אמעריקא דער ווישעווער רב הרה"צ ר' חיים יהודה מאיר זצ"ל. לכבודו האט די ניימאן משפחה, וועלכע זענען געווען ווישעווע אפשטאמיגע, אפגעראכטן א קבלת פנים. (דער ווישעווער רב זיצט אינדערמיט)
צוגעלייגטע
קבלת פנים ווישיווער רב.JPG
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 10:48 am

אלטס א 'ניימאן אייניקעל' איז דער אשכול כמים קרים על נפש עייפה. איינטרעסאנטע ידיעות וואס איך האב נאכנישט געהערט. א גרויסן דאנק פאר אלע משתתפים, און פאר הרב יוראפ פאר די בילדער פון די מציבות.
@תרנגול, עני איפאו וועט זיין עפרישיעיטעד.
@יוראפ, דו האסט נאך בילדער פון מציבות פון די ניימאן גזע? אדער האסטעס שוין ארויפגעלייגט ערגעץ אנדערש דא אויפן וועלטעל?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 11:05 am

וואו ליגן די איבריגע ברודער?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:09 pm

יוראפ האט געשריבן:וואו ליגן די איבריגע ברודער?

אין בית משה סעמעטערי אין לאנג איילענד
איין ברודער ר' יעקב איז אוועק אין עלטער פון 33 יאר, ער ליגט אין ביה"ח אין מיטל-ווישיווא
דער ברודער ר' זונדל ליגט אין א"י אין בני ברק
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:32 pm

ר' צבי און ר' ישראל
צוגעלייגטע
IMG_0263.JPG
IMG_0276.JPG

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:32 pm

די שוועסטער טויבא מיט איר מאן
צוגעלייגטע
IMG_0279.JPG
IMG_0271.JPG

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:42 pm

שכח יוראפ.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:12 pm

ר' זינדל [אין בני ברק]
צוגעלייגטע
IMG_1694.JPG

אוועטאר
moishy56
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:29 pm

יוראפ האט געשריבן:ר' צבי און ר' ישראל


ר' ישראל ניימאן ז״ל, איז די טאטע פון:

הנגיד הרה״ח ר׳ פנחס ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ אברהם ניסן ניימאן הי״ו
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג

אשת הג''ר אפרים פישל סענדעראוויטש ז״ל
מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג
--

האט ער געהאט נאך קינדער?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:41 pm

יוראפ האט געשריבן:ר' זינדל [אין בני ברק]

זוגתו
צוגעלייגטע
IMG_1714.JPG


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט