שותק האט געשריבן:הי׳ אדם חשוב ונשוא פנים הי׳ נוסע לבעלזא ארבעים וחמש שנים על חג השבועות - נפטר יום ד׳ דחנוכה תרצ״ה ומנו״כ בטעטש. שם אביו הי׳ ר׳ יצחק ז״ל שהי׳ בן או נכד ר׳ ישראל יעקב הנ״ל
אין די מעטריקאל רעקארדס פון מונקאטש טרעפט מען אז אין יאר 1863 (תרכ"ג) איז געבוירן לייביש בער ב"ר יצחק האלפערט, זיין מאמע איז טעמא האלפערט.
ווייטער טרעפן מיר אין די מעטריקאל פון סיגוט, אז ר"ח חשון תרמ"ט איז געווען די חתונה פון די אלמנה טעמא בת ר' מענדל אהרן האלפערט פון מונקאטש מיטן אלמן ר' וואלף בער קראטץ. ווי עס שטייט איז זי דאן אלט געווען 42 יאר, ד"מ אז זי איז געבוירן אין יאר תר"ו.
קומט פון דעם אויס, אז טעמא בת ר' מענדל אהרן האלפערט [ב"ר ישראל יעקב האלפערט], געבוירן תר"ו, חתונה געהאט בזיוו"ר [אין יאר תרכ"ב בערך] מיט ר' יצחק האלפערט [ב"ר ????]. געהאט א זון לייביש בער אין יאר תרכ"ג. [זי האט אויך געהאט א זון מענדל אהרן]. נאך די פטירה פון איר מאן האט זי אין חשון תרמ"ט חתונה געהאט מיט ר' וואלף בער קראטץ.
יתכן אז ר' לייביש בער האלפערט פון טעטש, איז א זון פון ר' יצחק און טעמא.
בייגעלייגט אז בילד פון די מציבה פון ר' לייביש בער ב"ר יצחק אין טעטש.