היסטארישער ווידעאו פון די כנסיה הגדולה - וויען תרפ"ג

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך פאברואר 25, 2015 10:24 pm

וואס איין ריר מיט די האנט קען באדייטן.

דער איד וואס פארדעקט די קאמערא די לעצטע מינוט ווען דער חפץ חיים קומט נאנט, דער האט נישט גע'חלומ'ט וויפיל טויזענטער אידן ער גייט אויפרעגן און מצער זיין, כהאף אז ער האט אמת'דיג געהאלטן דערביי, אז נישט בין איך אים נישט מקנא...

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך פאברואר 25, 2015 10:51 pm

האט איינער באמערקט די "סדרן" לאטע'ס אויף די ארעמ'ס פון טייל וואס דרייען זיך דארט ארום, וואס שטייט דארט?
צוגעלייגטע
סדרן2.jpg
סדרן1.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך פאברואר 25, 2015 11:09 pm

האדריכל ישראל גודוביץ, בן נינו של מרן בעל ה'חפץ חיים', מגיב בראיון מיוחד ל'כיכר השבת' לסרטון הנדיר של סבו בדרכו לכנסייה הגדולה
http://www.kikar.co.il/164885.html
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

להודיע
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך פאברואר 25, 2015 11:27 pm

נעבעך נעבעך, כהאף ער איז א שומר שבת.

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:15 am

חסידישער ארטיסט מאלעוועט נאך דאס נייע אנטדעקטע פילם פונעם חפץ חיים און אנדערע גדולים ביים ערשטען אגודה קאוועקשאן.


בילד
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

להודיע
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:47 am

מיהו זה?

טייטל
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:50 am

פלעכטער האט געשריבן:חסידישער ארטיסט מאלעוועט נאך דאס נייע אנטדעקטע פילם פונעם חפץ חיים און אנדערע גדולים ביים ערשטען אגודה קאוועקשאן.


בילד

מקען גארנישט זעהן!

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:14 am

טייטל האט געשריבן:
פלעכטער האט געשריבן:חסידישער ארטיסט מאלעוועט נאך דאס נייע אנטדעקטע פילם פונעם חפץ חיים און אנדערע גדולים ביים ערשטען אגודה קאוועקשאן.


בילד

מקען גארנישט זעהן!
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:23 am

מ'זעהט א ארטיסט מאלן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 11:05 am

די "צירקוס רענץ" פון אינעווייניג - יישר כח יציב פתגם פארן צושטעלן !
Circus Renz inside.jpg
Circus Renz inside.jpg (17.08 KiB) געזעהן 2116 מאל


מערקט אויפ'ן קליפ די זעלבע זאל, נאר ארויסגענומען די "פארענטשעס" פון ארום און אריינגעשטעלט איינפאכע טישן מיט בענק. (אינטערעסאנט פארוואס מען האט צוגעדעקט די גאלעריע און די חלק אונטער איהר)
inside1.JPG


inside2.JPG
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 11:21 am

אמאל געהערט אז ס'זענען געווען דארט ווייבער, און די דייטשע יודען האבן געוואל ט ס'זאל זיין אפען, און די חסידים האבען געוואלט א מחיצה, און די חפץ חיים האט אויף דעם געזאגט "ווי פלאצט נישט די יודיש הארץ פון די עונש פן ושב מאחריך" ווען יודן זענען נישט בצניעות , און מ'האט געללייגט די טישטיכער

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:02 pm

Der Yid Front.jpg

טייטל
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:04 pm

דא איז דא א פינקטלעכע באריכט ווער און וויאזוי ס'איז געפונען געווארן די פילם.
http://hamodia.com/2015/02/25/hidden-tr ... impse-past

כ'האב נישט געהערט דעם אינטערוויא אין ק"מ, ס'איז מיט דעם מענטש?
עכ"פ ער זאגט דארט אז ס'איז ממש בגדר נס דאס טרעפן דעם פילם... גיי ווייס וואס נאך מ'קען טרעפן דארט

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:20 pm

d48e1c005febf338ec39f60fb81f94b7ad13cddf55029574f824463e6f6b10b6.jpg
Here he is clearly rushing towards the camera

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:21 pm

f1182d96eb63d82cbb85d7d0d751032cc0aeb89d0caf36bced51fb61a1f546ea.jpg
This fellow rushes back seemingly to block or stop bow tie, but he pushes through

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:22 pm

afe264ba113df0889d5557f565cb144ec1788daefb46987e29b3750bfc8c80f3.jpg
And here he is about to ruin the footage

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:25 pm

טייטל האט געשריבן:דא איז דא א פינקטלעכע באריכט ווער און וויאזוי ס'איז געפונען געווארן די פילם.
http://hamodia.com/2015/02/25/hidden-tr ... impse-past

כ'האב נישט געהערט דעם אינטערוויא אין ק"מ, ס'איז מיט דעם מענטש?
עכ"פ ער זאגט דארט אז ס'איז ממש בגדר נס דאס טרעפן דעם פילם... גיי ווייס וואס נאך מ'קען טרעפן דארט


שכוח אייך, טאקע אינטערסאנט
(און איינוועגס, איז דארט אויך דא א פונקטליכערע דיאגנאזע אויף אלע רבנים וועמען מען זעהט)
נחסם!

נייעס1
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 9:05 pm

תגובהדורך נייעס1 » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:32 pm

חיים האמבורג האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:אין כאן לא רבי מאיר שפירא ולא רבי מנחם זעמבא ולא רבי חיים עוזר ולא רבי אלחנן ולא אמרי אמת, אבל יש כאן חפץ חיים, טשארטקוב וכו' די אלע וואס זייערע נעמען זענען פארעפנטליך געווארן תיכף אין אנהויב. די אלע פרישע נעמען זענען בלויז טעאריעס אן קיין שום האפט, וואס מענטשן שיסן סתם אין די וועלט אריין,[b


דער ליאזשנער איז דער גרעסטער פארלירער אין די פרשה. אנשטאט אויפהייבן די הענט אויף זיין אלטער נארישער טעות - אז דער חפץ חיים איז געווען א הויכער מיט א לאנגע ווייסע בארד און איז געגאנגען מיט א פלאכן ביבער הוט - טענה'ט ער ווייטער אזעלכע נארישקייטן, אז ער האט פארלוירן קרעדיביליטי אויף אלעס איז זיין מוזיאום. איך בין שוין נישט נייגעריג אין זיינע 'מרכבות פרעה' און זיין זאלץ פון לוט'ס ווייב.

דער יונגערמאן מארך פון וויליאמסבורג וואס זאגט אז ער האט געטראפן דעם פילם (איך הער אז זיין פרוי איז די עכטע היסטאריון, און ער איז נאר געשיקט געווארן רעדן צו קול מבשר) וואלט אפשר געצויגען אביסל רעקאגנישען, ווען נישט וואס ער רעדט צוזאם אזעלכע שטותים אז מען קען ברעכן. דער טשורקובער רבי איז גאר ר' אהרן לוין פון ריישע! לא עלינו. מען זעט אזוי קלאר דער טשורטקובער, מיט דעם זון ר' בערנ'יו, ובכלל איז דאס אפילו נישט דומה שבדומה צו ר' אהרן לוין.

דער אינטערוויוער אויף קול מבשר מאכט זיך אויך צונאר. נישט נאר גיט ער א פלעטפארם פאר אזעלכע 'היסטאריקער' ווי דער ליאזשנער און מארך, נאר ער ברענגט א איד ר' פנחס לאזאר, וועפ ער שטעלט פאר אז דער איד געדענקט דעם חפץ חיים 'פון יענע כנסי''. דער איד קומט ארויף. ער זאגט אז ער איז געבוירן יענעם יאר - תרפ"ג. און ער געדענקט נישט דעם חפץ חיים...

ער ברענגט אויך א איד פון א גאליציאנער שטעטל, זעט אויס א שטיקל בעל דמיון, וואס האט שוין איינמאל דערציילט אין אן אינטערוויא אז ער געזען דעם חפץ חיים פארקויפן ספרים אין זיין שטעטל אין די תר"צ יארן, ממש א יאר-צוויי פאר זיין הסתלקות!... נישטא ווער עס זאל לאכן. דער ח"ח איז דעמאלט געווען דער רשכבה"ג, עטליכע אין ניינציג יאר אלט, און ער האט געפעדעלט ספרים. אנשטאט דער אינטערוויוער זאל זען די לעכערליכקייט, מאכט ער זיך צונאר דורך אים פריש אויפברענגען.

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:40 pm

איי עם וויז יו אן די סעים פעידזש

להודיע
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:41 pm

יהיה כן האט געשריבן:
שכוח אייך, טאקע אינטערסאנט
(און איינוועגס, איז דארט אויך דא א פונקטליכערע דיאגנאזע אויף אלע רבנים וועמען מען זעהט)


כ'זעה אז זיי זאגן אויך אז מען זעט רבי אלחנן ז"ל

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:43 pm

צווייפעל האט געשריבן:וואס איין ריר מיט די האנט קען באדייטן.

דער איד וואס פארדעקט די קאמערא די לעצטע מינוט ווען דער חפץ חיים קומט נאנט, דער האט נישט גע'חלומ'ט וויפיל טויזענטער אידן ער גייט אויפרעגן און מצער זיין, כהאף אז ער האט אמת'דיג געהאלטן דערביי, אז נישט בין איך אים נישט מקנא...

ער האט זיך פשוט אנגענומן פארן כבוד פון זיין רבין וואס ער האט נישט געוואלט מזאל נעמען בילדער פון עם

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:46 pm

נייעס1 האט געשריבן:
חיים האמבורג האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:אין כאן לא רבי מאיר שפירא ולא רבי מנחם זעמבא ולא רבי חיים עוזר ולא רבי אלחנן ולא אמרי אמת, אבל יש כאן חפץ חיים, טשארטקוב וכו' די אלע וואס זייערע נעמען זענען פארעפנטליך געווארן תיכף אין אנהויב. די אלע פרישע נעמען זענען בלויז טעאריעס אן קיין שום האפט, וואס מענטשן שיסן סתם אין די וועלט אריין,[b


דער ליאזשנער איז דער גרעסטער פארלירער אין די פרשה. אנשטאט אויפהייבן די הענט אויף זיין אלטער נארישער טעות - אז דער חפץ חיים איז געווען א הויכער מיט א לאנגע ווייסע בארד און איז געגאנגען מיט א פלאכן ביבער הוט - טענה'ט ער ווייטער אזעלכע נארישקייטן, אז ער האט פארלוירן קרעדיביליטי אויף אלעס איז זיין מוזיאום. איך בין שוין נישט נייגעריג אין זיינע 'מרכבות פרעה' און זיין זאלץ פון לוט'ס ווייב.

דער יונגערמאן מארך פון וויליאמסבורג וואס זאגט אז ער האט געטראפן דעם פילם (איך הער אז זיין פרוי איז די עכטע היסטאריון, און ער איז נאר געשיקט געווארן רעדן צו קול מבשר) וואלט אפשר געצויגען אביסל רעקאגנישען, ווען נישט וואס ער רעדט צוזאם אזעלכע שטותים אז מען קען ברעכן. דער טשורקובער רבי איז גאר ר' אהרן לוין פון ריישע! לא עלינו. מען זעט אזוי קלאר דער טשורטקובער, מיט דעם זון ר' בערנ'יו, ובכלל איז דאס אפילו נישט דומה שבדומה צו ר' אהרן לוין.

דער אינטערוויוער אויף קול מבשר מאכט זיך אויך צונאר. נישט נאר גיט ער א פלעטפארם פאר אזעלכע 'היסטאריקער' ווי דער ליאזשנער און מארך, נאר ער ברענגט א איד ר' פנחס לאזאר, וועפ ער שטעלט פאר אז דער איד געדענקט דעם חפץ חיים 'פון יענע כנסי''. דער איד קומט ארויף. ער זאגט אז ער איז געבוירן יענעם יאר - תרפ"ג. און ער געדענקט נישט דעם חפץ חיים...

ער ברענגט אויך א איד פון א גאליציאנער שטעטל, זעט אויס א שטיקל בעל דמיון, וואס האט שוין איינמאל דערציילט אין אן אינטערוויא אז ער געזען דעם חפץ חיים פארקויפן ספרים אין זיין שטעטל אין די תר"צ יארן, ממש א יאר-צוויי פאר זיין הסתלקות!... נישטא ווער עס זאל לאכן. דער ח"ח איז דעמאלט געווען דער רשכבה"ג, עטליכע אין ניינציג יאר אלט, און ער האט געפעדעלט ספרים. אנשטאט דער אינטערוויוער זאל זען די לעכערליכקייט, מאכט ער זיך צונאר דורך אים פריש אויפברענגען.



דער ליאדזשנער, אויב מען האט געטראפן עטליכע אלטע פארשימלטע רעדער פון א וואגן אין ים, מוז דאך א ודאי זיין אז דאס איז די מרכבות פרעה, און אויב איז עס מרכבות פרעה מוז דאך זיין אז מדבר סיני איז נישט ווייט פון דארט.... איי ס'שטימט נישט מיט די אנגענומענע מאפע, קיין פראבלעם, ער 'באשאפט' א נייע מאפע, מדבר סיני איז גאר אין סאודי אראביע, און הר סיני איז ערגעץ כ'ווייס נעבן תימן, דער עיקר אז עס זאל זיין אין די געגנט פון די גילוי פון די מרכבות פרעה.... אזוי זעהען אויס אלע זיינע חלומות.....
איך בין אמאל געווען ביי אים אין מוזעאום, האט ער איבעראשט דעם עולם מיטן ווייזן 'דריוש'נס שטעקן'..., ממש מען האט די זכיה אנציכאפן דריוש המלך'ס שטעקן (וואס לויט טייל דיעות איז ער געווען א זון פון אסתר), למייסע קלער איך אז עס איז פון דריוש דער דריטער, וועלכער האט געלעבט א צוויי הונדערט יאר שפעטער פונם דריוש פון פסוק...., וכן הלאה
נחסם!

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:08 pm

און וואס איז מיט זיינע קטורת און אבני חושן וואס קאסט אפאר הונדערט דאללער?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:20 pm

נייעס1 האט געשריבן:ער ברענגט אויך א איד פון א גאליציאנער שטעטל, זעט אויס א שטיקל בעל דמיון, וואס האט שוין איינמאל דערציילט אין אן אינטערוויא אז ער געזען דעם חפץ חיים פארקויפן ספרים אין זיין שטעטל אין די תר"צ יארן, ממש א יאר-צוויי פאר זיין הסתלקות!... נישטא ווער עס זאל לאכן. דער ח"ח איז דעמאלט געווען דער רשכבה"ג, עטליכע אין ניינציג יאר אלט, און ער האט געפעדעלט ספרים. אנשטאט דער אינטערוויוער זאל זען די לעכערליכקייט, מאכט ער זיך צונאר דורך אים פריש אויפברענגען.

די רעדסט אזוי שארף כאילו די קענסט גוט די היסטאריע פון חפץ חיים, יא דער חפץ חיים האט ביז סוף ימיו אליינס געפעדעלט זיינע ספרים.
און זיין ספר משנה ברורה איז בכלל נישט געווען אזוי באקאנט, און אין אונגארן מאן דכר שמיה?
און קיינער איז נישט צונאר נאר די אליינס. נעקסט טיים פארן אנגרייפן יענעם טראכט פון די מאמר חז"ל, "מילי בסלע שתוקא בתרין"!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:30 pm

איינער זאגט מיר א השערה, אז דער וועלכער מען זעהט אויף 4:00-4:08 (ער לייגט אריין א האנט אין טאש, און דרייט זיך אויס), איז הג"ר אהרן וואלקין אבד"ק פינסק

זעהט דא: http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%99%D7%9F

און זאגט א מיינונג
נחסם!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט