אין לך..עשב..שאין לו מזל..שמכה אותו ואומר לו גדל - היסטאריע.

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און די "האניקריספ" (Honeycrisp) ערפינדן אין 960', און געברענגט צו מארקעט אין 991'.

(אגב, די "האניקריספ" איז לדעתי די בעסטע רויטע עפל אויף די מארקעט! אויב האט איר נאכנישט געגעסן א "האניקריספ" עפל, האט איר נאך נישט געגעסן א פיינעם עפל! (פארשטייט זיך פון די רויטע, פון די גרינע און געלע איז דא אנדערע אויך, און אויב איינער האט ליב גרינע אדער געלע בעסער איז א צווייטע מעשה). אלזא נעקסטע מאל ווען איר גייט קויפן עפל, זיכע האניקריספ, און קומט אהער ריפארטן צו כ'בין נישט גערעכט!)

עס קען זיין אז עס איז צייט פאר די האני-קריספ זיך צו רוקן אין א זייט.

עס קומט די וואך אן אין די געשעפטן א נייע סארט עפל גערופן "קאסמיק קריספ". די עפל פארשפרעכט צו האבן די מעלות פון די האני קריספ עפל - קריספי און זיס - און די דויערהאפטיגקייט פון די "ענטערפרייז" עפל.

די האני קריספ עפל האט די מעלות אז עס איז זייער גוט און זיס, אבער איז זייער א האקעלע עפל, פארדעם ווילן עס נישט אלע געשעפטן ארייננעמען, עס ווערט ברוין און צוקלאפט זייער שנעל פון יעדע קליינע קלאפ. דאס איז אויך פארוואס די עפל איז אזוי טייער רעלאטיוו.

די נייע עפל איז א צוזאמענשטעל פון די האני קריספ און ענטערפרייז עפל. עס זאל הייסן אז אין א פרידזשידער קען די עפל האלטן פאר א גאנצע יאר צייט!

עס האט גענומען פאר פארשער אין וואשינגטאן סטעיט אוניווערזיטעט יארן עס צו פערפעקטן.

מען האט געפלאנצט פון די בוים 600,000 שטיק, און פון דעם איז ערווארטעט די וואך אנצוקומען אין די געשעפטן 450,000 40 פונקט קעסטלעך פון די עפל.

זינט די ערשטע ביימער געפלאנצט, האט מען שוין געפלאנצט נאך 10 מיליאן נייע ביימער, און עס נעמען דריי יאר פאר די ביימער ארויסצוגעבן עפל.

פאר די קומענדיגע 10 יאר וועלן פארמער אין וואשינגטאן סטעיט - די שטאט וואס פלאנצן די מערסטע עפל אין די פאראייניגטע שטאטן - האבן די אויסשליסליכע רעכט אויף צו פלאנצן די סארט עפל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Interesting news

Good to see u
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יעצט געליינט צום ערשטן מאל דעם ארטיקעל

יישר כח חילי פאר דעם עפל-זאפטיגן ארטיקעל און פאר די פרישע אפדעיט איבערן נייעם עפל
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

האב מיר לכתחילה דא!

זאלסטו וויסן אז אפילו דו פערזענליך האסט אונז איבערגעלאזט (נאר ציטווייליג? הלוואי!) האב איך נאך היינט צוטאגס א געוואלד הנאה פון די ידיעות וואס דו האסט איבערגעלאזט דא, יישר כח פון טיפן הארץ!
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

ווען איך האב געליינט אין די נייעס וועגן דעם עפל, האב איך געטראכט אז דא קען זיין א זעלטענע שאלה פון ערלה בחוץ לארץ.
ווייל בעצם גייט אן ערלה בחו"ל מדאורייתא נאר ספק ערלה איז מותר, ממילא סתם אזוי אז מ'קויפט פרוכט דארף מען נישט חייש זיין לערלה.
אבער דא וואס בהכרח קומט דאך עס פון א פרישע בוים איז דאך עס וודאי ערלה.
נאר ווי שוין דערמאנט געבט עס נישט קיין פירות פאר דריי יאר איז דאך עס שוין נישט קיין ערלה.
די שאלה איז נאר די מציאות הדברים, ווייל גווענדליך פרישע ביימער פלאנצ'ט מען איין אין א טאפ אין א נורסערי, און ערשט שפעטער לייגט מען עס אריין און דער ערד. און אויב פארלירט עס די יניקה מקרקע ביני לביני הייסט דאס א פרישע בוים, איז קען זיין אז ס'איז יא דא א שאלה פון ערלה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יעצט געליינט די אשכול צום ערשטן מאל
העמיר לויפן צום פרוכט געשעפט...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

חילי, די וואסער איז ווארעם, קענסט רואיג געהעריג צוריק אריינקומען.

ישר כח פאר די ידיעות.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

איי חילי איז בעק!


כ'האב ביי מיר עטליכע העפטן מיט ארויסגעפרינטע מאמרים פון חילי אין צענדליגער נושאים.
חילי מיר דארפן נאך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

הבוחר בטוב האט געשריבן:ווען איך האב געליינט אין די נייעס וועגן דעם עפל, האב איך געטראכט אז דא קען זיין א זעלטענע שאלה פון ערלה בחוץ לארץ.
ווייל בעצם גייט אן ערלה בחו"ל מדאורייתא נאר ספק ערלה איז מותר, ממילא סתם אזוי אז מ'קויפט פרוכט דארף מען נישט חייש זיין לערלה.
אבער דא וואס בהכרח קומט דאך עס פון א פרישע בוים איז דאך עס וודאי ערלה.
נאר ווי שוין דערמאנט געבט עס נישט קיין פירות פאר דריי יאר איז דאך עס שוין נישט קיין ערלה.
די שאלה איז נאר די מציאות הדברים, ווייל גווענדליך פרישע ביימער פלאנצ'ט מען איין אין א טאפ אין א נורסערי, און ערשט שפעטער לייגט מען עס אריין און דער ערד. און אויב פארלירט עס די יניקה מקרקע ביני לביני הייסט דאס א פרישע בוים, איז קען זיין אז ס'איז יא דא א שאלה פון ערלה.

אינטערעסאנטע חידושים
...
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

חילי אנבעליוועבל סטאף ווארפט איר דא ציזאם. נאך נישט געהאט געליינט די אשכול. גאר אינטרעסאנט שטארק הנאה געהאט יישר כח

מיין פעוואריט איז
גאלא
מעקינטאש
האני קריספי נאר אראפ פון בוים נאך נישט אינגאנצן רייף

עס ווי ספיק גיימער אפשיילן א פיינעם "גאלא" עפעלע
Liberalism is a mental disorder
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס קען זיין אז עס איז צייט פאר די האני-קריספ זיך צו רוקן אין א זייט.

עס קומט די וואך אן אין די געשעפטן א נייע סארט עפל גערופן "קאסמיק קריספ". די עפל פארשפרעכט צו האבן די מעלות פון די האני קריספ עפל - קריספי און זיס - און די דויערהאפטיגקייט פון די "ענטערפרייז" עפל.

נישט אזוי שנעל!

די קאסמיק-קריספ איז נישט אזוי גוט ווי די האני-קריספ.

אבער קיין איינער פון זיי קומען נישט צו צום SugarBee צוקער-בין עפעל, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט פארזוכט פאר דאס יאר, ס'איז פיין זיס, זאפטיג, קריספי. סאך בעסער פון קאסמיק-קריספ און האני-קריספ. ס'איז צוזאמגעשטעלט פון האני-קריספ, מיט פאללן פון א אומוויסענדע בוים, וואס א בין האט געברענגט.
אטעטשמענטס
צוקער-בין.jpg
צוקער-בין.jpg (22.71 KiB) געזען 1190 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אין לך..עשב..שאין לו מזל..שמכה אותו ואומר לו גדל - היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך האב דאס געליינט אין דעם "שרייבער". באמת הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. זייער רייך און הערלעך שיין באשריבן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אין לך..עשב..שאין לו מזל..שמכה אותו ואומר לו גדל - היסטאריע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

קודם כל א הערליכער שיינער אינפארמיטיווער ארטיקאל, שכוח!
כ'מיין אז איך גלייך ענדרעש רעבע גרענע סמיט, זיין הארטע שאלאכטץ (דארפסט נישט אזויפיהל קייען), און זיין ביסעל ביטערע טעסט,
אבער על טעם וריח וכו'
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”