וואס זענען די גרעניצן פון די תקופות; גאונים, ראשונים ואחרונים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
מסתמא זענען דאס געווען די רבנן סבוראי
עס איז דא עטליכע פלעצער אין ש"ס ווי מען נעמט אהן אז געוויסע ציטאטען זענען פון די רבנן סבוראי
למעשה איז דאס א שווערע מקצוע ווייל נישט קיין סאך איז געבליבען פון דעם
בכלל תשובות הגאונים איז שווער צו פארשטיין ווייל עס איז אין א שווערע ארמית

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
קיקיון האט געשריבן:חסידישער יוד האט געשריבן:יש אגרת מחזו"א בה כותב שהגר"א היה מעותד להיות "ראשון" בדורות האחרונים.
אפשר ביסט די דאס מסביר?
וואס מיינט מעותד? אפשר ראוי?
וואס מיינט "ראשון" בדורות האחרונים ?
אולי "אם הי' בימי הראשונים הי' כאחד מהם"
בכל אופן ווי אזוי העלפט דאס ארויס און די מבוכה "ווען האבען זיך אנגעהויבען די תקופות?"
החזו"א כותב שהגר"א הוא בעצם "ראשון" שהיה מעותד לישתל בדורות אחרונות להאיר עיני הגולה ולהיות בתראי לכל הראשונים - ולכן הלכה כמותו כשחולק על הראשונים - לדעת החזו"א.
ראוי לעיין בפנים האגרת [אני לא יודע כעת היכן היא] כי אולי לא כיוונתי כאן לעומק כוונתו של החזו"א.
...כי אם ליראה וגו'
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
אין THE ENGLISH THREAD האב איך
ארויסגעשטעלט מיט וואס הרב הערשיל גאלדווארם ז"ל
איז מסיים זיין שרייבען וועגען תקופת הגאונים
__
צו חסידישער יוד
איך בעט דיר און איך מיין אז איך בין א שילוח פון א סך
1 שרייב נישט וואס עס דוכט זיך דיר אז די האסט געזען אדער געהערט
2 האלט זיך צו די טעמא פון דעם שמיעס
דא פריווט מען דערגרינטעווען וועגען תקופות און הגדרות
וואס זענען אנגענומען ביי די וועלט
און ניט וועגען פרטיותדיגע נעמען
דאס וואס די האסט געשריבען בשם דעם חזון איש שטייט ניט אין קובץ אגרות מאת חזון איש - חלק שני פריוו אויסזיכען א חלק א'

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 649
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
- פארבינד זיך:
אויב מעגליך א לינק אדער קאפי פעסט
מיסטעריעז האט געשריבן:עבודת_הבורא האט געשריבן:די זעלבע מיט די ראשונים
מיר ווייסן אז דאן איז אויך פארגעקומען א וואנדערינג פון די תורה פון דייטשלאנד/פראנקראך אריבער צו פוילן אבער ווידער די זעלבע קשיא ווער האט דאס געטוישט אזוי מיט א נאמען אז גאנץ כלל ישראל ווייסן אז דער ביז אהער ווערן אינזערע רביס געריפן ראשונים און פון דא אין ווייטער אחרונים.
עי' בּמבּוא לתשו' מהרי''ק הוצאת אורייתא
נאכגייענדיג די זאך שוין נישט פון היינט, איז מיר אלעס קלאר געווארן זייער פשוט, אויסער די הגדרה צווישן ראשונים און אחרונים, אויף דעם האב איך איבסל געמוטשעט. ביי א געוויסע סטעפ האב געהאט מחליט געווען אז דאס איז זיכער פארבינדן מיט דרויסענדיגע היסטאריע, האב איך מיך דערפאר געמוזט באנוצען מיט נאכפארשטן אביסעלע זייטיגע היסטאריע, וואס עס האט זיך אלץ אפגעטאן אויפן כדור הארץ אין דעם תקופה פונעם אריבערפיר פונעם תקופת הראשונים צו אחרונים. נאך אלעמען האט זיך ארויסגעשטעלט אז די חכמת הדפוס דאס האט אנגעווערטשאפט די גאנצע אפטיילונג, ווייל ביז סוף תקופת הראשונים זענען די ספרי מפרשי התלמוד און ספרי הלכה געווען בלויזע העתקות וואס יעדער האט זיך פאר זיך מעתיק געווען איינער פונעם צווייטן, ווען עס האט זיך אנטוויקלט דעם דרוק האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען ספרים וואס האבן זיך באצויגן צו יענער מחברים [טייל האבן דאן גערופן די ראשונים מיטן נאמען "מחברים"] אדער אייגענע פירושים פון אחרונים, און פון דאן אן איז געווארן די שפראך איבער די נייע חיבורים וואס זענען שוין נתחבר געווארן אויפן טעכנעלאגישן דרוקעריי "אחרונים", און די פריערדיגע מיטן נאמען "ראשונים".
דאס איז דאכצעך צום קאנסידערן אלץ אן ערענסטע סיבה אויפן אריבערגאנג פון ראשונים צו אחרונים.

קיקיון האט געשריבן:צושויער האט געשריבן: גאונים בארץ ישראל היו כל הזמן אף מאוחר מבבל. פלא שלא ידעת.
איך זעה אז הרב הערשיל גאלדווארם ז"ל האט אויך ניט געוויסט
ער האט א רשימה פון 3 בלעטער און רעכענט נור אויס פרוז שבור,פומבדיתא און סורא
זאג שוין אויס דעם סוד
---
אז דער סמיכה צו גאונות איז געווען נישט פון דעם ריש גלותא ביסט די גערעכט
איך האב בינתיים געטראפען אין מאירי אויף אבות
מאירי אבות
---
גיב א מיש צוויי בלעטער וועסט די זעהן אז נאך די גאונים האט זיך אנגעהוייבען דער סדר "רבנים"
גיב עס ביטע א גוגל אדער א וויקי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 649
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
- פארבינד זיך:
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4071
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1162
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ווען דער פרעס איז ערפינדן געווארן איז שוין געווען א שיינע פאר יאר אריין אינעם תקופת האחרונים דאכט זיך
לויטן חזון איש אז דער נמוקי יוסף האט זיך נאך מיטגעכאפט, ער איז אוועק אין די מיטעלע ק' יארן. דער אנדערער תלמיד פון ר'"ן איז געווען דער ריב"ש איז אוועק קס"ח.
ר' חסדאי קרשקש תלמיד הר"ן איז אוועק בערך ק"ע.
און דער דרוק האט זיך אנגעהויבן רכט-רלה.
-
- שר האלף
- תגובות: 1162
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am
די דור פון חכמי אשכנז וצרפת וואס האבן חותם געווען תורת אשכנז און מנהגים.
מהרי"ל נפטר קפז
חברו בעל ספר המנהגים ר' יצחק אייזיק טירנא בערך באותו זמן או מאוחר קצת.
מהר"י ווייל בערך רי
תרומת הדשן נפטר רכ
בעל איסור והיתר תלמיד התרומת הדשן. נפטר ?
המהרם מינץ תלמיד התרוה"ד נפטר בערך רמ
מהרי"ק נולד בצרפת נפטר רמ בערך
מהרי"ל נפטר קפז
חברו בעל ספר המנהגים ר' יצחק אייזיק טירנא בערך באותו זמן או מאוחר קצת.
מהר"י ווייל בערך רי
תרומת הדשן נפטר רכ
בעל איסור והיתר תלמיד התרומת הדשן. נפטר ?
המהרם מינץ תלמיד התרוה"ד נפטר בערך רמ
מהרי"ק נולד בצרפת נפטר רמ בערך
-
- שר האלף
- תגובות: 1162
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am
המשך אחרוני פוסקי אשכנז הנזכרים בשו"ע ורמ"א.
מהר"י מברונא תלמיד המהר"י ווייל והתרומת הדשן נפטר רמ לערך
דער אגור ר' יעקב לאנדא וואס ווערט נאך געברענגט אין שו"ע, איז שוין געווען שפעטער פון אלע און בזמן הדפוס, ער האט שוין צוזאמגענומען פון די אלע מהרי"ל מהרי"ק תרומת הדשן און מהר"י ווייל און אוועק נאך רן. ס'דא ספרי הדפוס וואס ער האט געדרוקט און מגיה געווען.
מהר"י מברונא תלמיד המהר"י ווייל והתרומת הדשן נפטר רמ לערך
דער אגור ר' יעקב לאנדא וואס ווערט נאך געברענגט אין שו"ע, איז שוין געווען שפעטער פון אלע און בזמן הדפוס, ער האט שוין צוזאמגענומען פון די אלע מהרי"ל מהרי"ק תרומת הדשן און מהר"י ווייל און אוועק נאך רן. ס'דא ספרי הדפוס וואס ער האט געדרוקט און מגיה געווען.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
רבי עובדיה ספורנו נחשב כראשון או כאחרון
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
לויט די "ידענים????" בני בלי שלם
איז דער ברטנורא געווען אן אחרון דאס זעלבע וואס זיי שרייבען אויף דעם ספורנו

דאס פאלגענעד איז א טעאריע:
די תקופות האבן זיך געטוישט, ווען די תורה צענטערן זענען געגאנגען אין גלות אריין, די חתימת המשנה והש״ס, איז געווען א רעזולטאט, און נישט קיין סיבה.
תקופת התנאים, האט זיך געענדיגט ווען די תורה צענטערן האבן זיך געצויגן קיין בבל - דעריבער ווען רבי האט געזעהן וואס עס געשעהט, האט ער געשלאסן די משנה.
תקופת האמוראים, האט זיך געענדיגט ווען די תורה צענטערן האבן זיך געשלאסן אין בבל, כידוע, איז צווישן די ימי האמוראים און די ימי הגאונים געווען א גאר א שווערע תקופה פאר די דארטיגע יודן, און די ישיבה׳ס זענען געווען פארשלאסן פאר אן ערך פון 80 יאר. דעריבער האט מען געשלאסן דעם תלמוד.
ווען מען האט צוריק געעפנט די ישיבות אין בבל, איז עס שוין געווען א נייע עפאכע, די תקופת הגאונים. א גאון איז נישט קיין ריש גלותא, און א ריש גלותא אין נישט קיין גאון, מען האט געקענט זיין א גאון אין נישט קיין ריש גלותא, און ליידער אויך פארקערט.
תקופת הגאונים האט זיך געענדיגט ווען די ישיבות האבן זיך געשלאסן אין בבל, און זיי האבן זיך געצויגן קיין ספרד און אשכנז.
תקופת הראשונים האט זיך געענדיגט, מיט גירוש ספרד, און די פילע גירושים אין אשכנז איז יענע יארן, און די תורה צענטערן האבן זיך געצויגן קיין פוילן. עס קען זיין אז ווען דער בית יוסף האט געזעהן ווי די תקופת הראשונים ענדיגט זיך צוליב דען האט ער געשלאסן דער שולחן ערוך, אבער למעשה איז עס שוין פאררעכנט אלס אן ארבעט פון די ערשטע אחרונים (אזויווי ר׳ יוחנן מיט׳ן תלמוד ירושלמי). ר׳ יעקב פאללאק איז שוין מראשוני אחרונים, צוליב׳ן זיין דער ערשטער גדול בישראל אין פוילן.
תקופת הראשונים, האט זיך דעריבער געשלאסן מיט׳ן ערשטן וועלט׳ס קריג, וועט די תורה צענטערן אין פוילן זענען געקומען צו א שטילשטאנד.
היינט ווען די תורה צענטערן געפונען זיך אין ארץ ישראל און אין ניו יארק, איז שוין לענ״ד אויך א נייע תקופה.

ביי רבי איז מען נישט אוועק פונקט פארקערט די בעסטע צייט געווען.
די זעלבע זאך ביי רב אשי.
מימות רבי ועד רב וכו'
און אפילו ביי די גאונים איז מען נישט אוועק.
כאטש וואס גזירת מלכות איז יא געווען.
אשכנז סוף ראשונים איז געווען א שריפת התלמוד.
חתימה פון א תקופה איז ווען דער גדול הדור זעט איין אז ס'איז שוין נישט דא בדור הזה ווער ס'קען קריגן מיט די פריערדיגע. אויס בר פלוגתא. ועיי' רא"ש מס' סנהדרין בסוגי'' דשיקול הדעת.

ביי רבי איז מען נישט אועק? די קומענדיגע דור, זיינע אייגענע תלמידים, רב און שמואל זענען שוין געווען אין בבל!
הוא הדבר מיט רב אשי, דאס קומענדיגע דור זענען שוין געווען סבוראים.
אזוי אויך מיט די גאונים, רב שרירא מיט רב האי זענען געווען די לעצטע גאונים, זיי אליינס שרייבן שוין ווי דער מצב טויג נישט אין בבל, און מיט זייערע פטירה, האט זיך געשלאסן די תקופה.