משפחת קעסטענבוים מט. אוילאק ומאקאווע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

משפחת קעסטענבוים מט. אוילאק ומאקאווע

תגובהדורך איך גלייב » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:36 pm

איו מאקעווע איז דא א אהל און דארט ליגט איינער הרה"ח ר' שמאול קעסטענבוים ווייסט איינער עפעס מער פון אים איז ער געוועזן א רב וכדומה ?פארוואס האט ער א אהל ?האט ער געהאט קינדער אייניקלעך ?
לעצט פאראכטן דורך איך גלייב אום דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:51 pm

א בילד פון די מציבה
צוגעלייגטע
מצבה.jpeg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:54 pm

איך גלייב האט געשריבן:איו מאקעווע איז דא א אהל און דארט ליגט איינער הרה"ח ר' שמאול קעסטענבוים ווייסט איינער עפעס מער פון אים איז ער געוועזן א רב וכדומה ?פארוואס האט ער א אהל ?האט ער געהאט קינדער אייניקלעך ?


געווען באשריבן נישט לאנג צוריק אין "אוצרות" דורך זיין טאכטער תבדלחט"א מרת וויינבערגער הי"ו.

ער איז געווען א שו"ב און נאך די קריג איז ער געווען דער אומאפיציעלער שיינער איד אין מאקאווא, ער האט מרביץ תורה געווען פאר די בחורים פליטי השואה, ביז ער איז פלוצים אוועק דארט אין מאקאווא, מ'האט אים געלייגט הארט נעבן דעם אהל פון מאקאווא רב הרב פארהאנד, לימים האט מען געמאכט א שטיקל אהל מיט זיינע סוכה ברעטערע, און לעצטענס וועט די פארהאנד משפחה האט איבערגעבויעט דעם אהל, האט מען צוגעבויעט א קליינעם אהל'כל לכבודו.

ער האט א ריזן משפחה, דריי טעכטער לעבן נאך, צו לאנגע געזונטע יארן, און ער האט געהאט עטליכע גאר חשוב'ע זון שכבר שחל"ח; ר' אהרן צבי, ר' חיים ברוך און ר' משה עליהם השלום

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:58 pm

איך גלייב האט געשריבן:א בילד פון די מציבה

בילד



דאס איז אן אלטער בילד, נאך מיטן האלצערנעם אהל, און די אלטע מצבה, דא האט איר א שפעטערע בילד.

(אגב, זיין אשת חיל ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, זי האט זוכה געווען צו א שיבה טובה, און ליגט אויפן סאטמארען ביה"ח אין קרית יואל)
צוגעלייגטע
Shmuel of Mako.jpg

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:05 pm

מיללער האט געשריבן:ער האט א ריזן משפחה, דריי טעכטער לעבן נאך, צו לאנגע געזונטע יארן,


אשת ?

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:08 pm

מיללער האט געשריבן:
(אגב, זיין אשת חיל ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, זי האט זוכה געווען צו א שיבה טובה, און ליגט אויפן סאטמארען ביה"ח אין קרית יואל)

געטראפן דא אויף איי וועלט
צוגעלייגטע
2167.jpg
2167.jpg (39.23 KiB) געזעהן 3966 מאל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:32 pm

קעסטענבוים דער שוחט אין בודאפעסט איז ממשפחתו?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:39 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:קעסטענבוים דער שוחט אין בודאפעסט איז ממשפחתו?

יא

ר' אהרן צבי קעסטנבוים שו"ב בן ר' שמואל דוד שו"ב מוויען ז"ל בן הגאון ר' אהרן צבי קעסטנבוים ז"ל-הי"ד דומ"ץ טיסא-אוילאק אחיו של רבי שמואל קעסטנבוים ז"ל ממאקאווא בני ר' אברהם יעקב קעסטנבוים ע"ה שו"ב בט. אוילאק חתנו של הרה"ק רבי אהרן צבי טויב מבריד זצ"ל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:58 pm

אה ייש''כ.

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:21 pm

איך מיין אז מען האט אים געריפען ר' שמואל פייער, איינער ווייסט די סיבה?

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:27 pm

הרב מיללער,
ווער זענען די דריי טעכטער?

מרת וויינבערגער תחי אמו של להבח"ל ר' יצחק אייזיק ע"ה.
אפשר פאזען?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:45 pm

משתוקק האט געשריבן:הרב מיללער,
ווער זענען די דריי טעכטער?

מרת וויינבערגער תחי אמו של להבח"ל ר' יצחק אייזיק ע"ה.
אפשר פאזען?

1. אשת ר' חיים שמעון וויינבערגער ע"ה
2. אשת ר' פנחס פאזען לאויט"א
3. אשת ר' ליפא ראזענפעלד ע"ה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:49 pm

משתוקק האט געשריבן:איך מיין אז מען האט אים געריפען ר' שמואל פייער, איינער ווייסט די סיבה?

ער האט קודם געוואונט אין ברעזנא דארט האט זיין שווער הרה"ח ר' אייזיק וויינבערגער ז"ל-הי"ד משמש געווען אלס שו"ב, ביי די ערשטע קריג האט ער זיך געדארפט ארויסדרייען פון מיליטער האט ער געטוישט זיינע שריפטן צו 'פייער' און איז אנטלאפן קעין מאקאווא וואו עס האבן געוואונט די רובינשטיין משפחה, משפחה פון זיין שוויגער.

דער נאמען 'פייער' האט אים זייער געפאסט זייענדיג א שטיק פייער, אן אש קודש, חסיד אדוק לרבו הגה"ק בעל מנח"א זצ"ל ממילא איז ער פארבליבן באקאנט אלס 'ר' שמואל פייער'.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:32 pm

מיללער האט געשריבן:ער איז געווען א שו"ב און נאך די קריג איז ער געווען דער אומאפיציעלער שיינער איד אין מאקאווא, ער האט מרביץ תורה געווען פאר די בחורים פליטי השואה, ביז ער איז פלוצים אוועק דארט אין מאקאווא, מ'האט אים געלייגט הארט נעבן דעם אהל פון מאקאווא רב הרב פארהאנד


ער איז געווען שו"ב תחת כהונתו של הגה"ק רבי משה נתן נטע לעמבערגער זי"ע אב"ד מאקאווא בעל מחבר ספרי עטרת משה, וואס האט מכהן פאר געווען אין מאקאווא עד חורף תשי"ב ווען ער האט עולה געווען לשכון כבוד בארצנו הקדושה. פארדעם איז ער געווען דומ"ץ מאקאווא נאך די פטירת פון הגה"צ רבי חיים יהודא דייטש זצ"ל בעל אהבת חיים ועוד ספרים

הגה"צ הנ"ל איז געווען ממלא מקום חו"ז הגה"ק רבי משה פארהאנד זי"ע בעל מחבר ספרי אהל משה

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:36 pm

מיללער האט געשריבן:
משתוקק האט געשריבן:איך מיין אז מען האט אים געריפען ר' שמואל פייער, איינער ווייסט די סיבה?

ער האט קודם געוואונט אין ברעזנא דארט האט זיין שווער הרה"ח ר' אייזיק וויינבערגער ז"ל-הי"ד משמש געווען אלס שו"ב, ביי די ערשטע קריג האט ער זיך געדארפט ארויסדרייען פון מיליטער האט ער געטוישט זיינע שריפטן צו 'פייער' און איז אנטלאפן קעין מאקאווא וואו עס האבן געוואונט די רובינשטיין משפחה, משפחה פון זיין שוויגער.

דער נאמען 'פייער' האט אים זייער געפאסט זייענדיג א שטיק פייער, אן אש קודש, חסיד אדוק לרבו הגה"ק בעל מנח"א זצ"ל ממילא איז ער פארבליבן באקאנט אלס 'ר' שמואל פייער'.


לידיעתי האט מען איהם גערופען פייער ווייל ער איז געווען א שטיק פייער זיין דאווענען זיין לערנען וכו'

מען האט געזאגט א ווערטעל ווען ער האט זעך משדך געווען מיט דעם שאפראנער רב ז"ל, ער פלעגט אייביג זאגען א פחד דער הייליגער רב, און אזוי אויכעט דער שאפראנער רב, פון יעצט וועט זיין פחד פחדים

משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 29, 2013 9:53 am

תגובהדורך משתוקק » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:11 pm

ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:29 pm

משתוקק האט געשריבן:ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?

א ווייטע קרוב, דער פאטער פון ר' אברהם יעקב קעסטנבוים מט. אוילאק הנ"ל האט געהייסן ר' מרדכי גימפל קעסטנבוים פון א דארף בשם עססען אין אונגארן (היינט אוקראינא אין די מונקאטשער אומגעגנט).

דער ר' מרדכי גימפל האט געהאט נאך א זון ר' דוד וואס איז געווען דער זיידע פון ר' הערשל קעסטנבוים.

(נישט אלע איו די משפחה האבן געהאלטן פון די טעאריע, אנדערע האבן געהאלטן אז די צוויי משפחות זענען גענצליך נישט פארבינדן, וצריך עיון)

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:33 pm

מיללער האט געשריבן:
משתוקק האט געשריבן:ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?

א ווייטע קרוב, דער פאטער פון ר' אברהם יעקב קעסטנבוים מט. אוילאק הנ"ל האט געהייסן ר' מרדכי גימפל קעסטנבוים פון א דארף בשם עססען אין אונגארן (היינט אוקראינא אין די מונקאטשער אומגעגנט).

דער ר' מרדכי גימפל האט געהאט נאך א זון ר' דוד ווכס איז געווען דער זיידע פון ר' הערשל קעסטנבוים.

(נישט אלע איו די משפחה האבן געהאלטן פון די טעאריע, אנדערע האבן געהאלטן אז די צוויי משפחות זענען גענצליך נישט פארבינדן, וצריך עיון)

שמעתי אז ר' דוד איז געווען א ברודער פון ר' מרדכי גימפל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:37 pm

איך גלייב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
משתוקק האט געשריבן:ר' הערשל קעסטענבוים ע"ה וואס איז פארגאנגענע יאר נפטר געווארן, איז געווען א קרוב?

א ווייטע קרוב, דער פאטער פון ר' אברהם יעקב קעסטנבוים מט. אוילאק הנ"ל האט געהייסן ר' מרדכי גימפל קעסטנבוים פון א דארף בשם עססען אין אונגארן (היינט אוקראינא אין די מונקאטשער אומגעגנט).

דער ר' מרדכי גימפל האט געהאט נאך א זון ר' דוד ווכס איז געווען דער זיידע פון ר' הערשל קעסטנבוים.

(נישט אלע איו די משפחה האבן געהאלטן פון די טעאריע, אנדערע האבן געהאלטן אז די צוויי משפחות זענען גענצליך נישט פארבינדן, וצריך עיון)

שמעתי אז ר' דוד איז געווען א ברודער פון ר' מרדכי גימפל

קען זיין, איך האב געשריבן פון זכרון.

וויאזוי האט געהייסן דער פאטער פוןר' מרדכי גימפל און ר' דוד?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:47 pm

viewtopic.php?p=818288#p818288
מצבות שטעלער האט געשריבן:1234
ר' אהרן צבי ב"ר שמואל קעסטענבוים - ד' אלול תשנ"ט
1224

בילד



viewtopic.php?p=881865#p881865
מצבות שטעלער האט געשריבן:1871
ר' חיים ברוך ב"ר שמואל קעסטענבוים - י"ב אדר א' תשס"ח
2839

בילד




viewtopic.php?p=881870#p881870
מצבות שטעלער האט געשריבן:1875
ר' משה ב"ר שמואל קעסטענבוים - ט"ו טבת תשס"ט
2939
בילד


אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:42 pm

מיללער האט געשריבן:וויאזוי האט געהייסן דער פאטער פוןר' מרדכי גימפל און ר' דוד?

כבר נשתברו הרבה........ על זה די ארגענעזאציע אבותינו האט געהאט פארשפרייט א לאנגע צייט צוריק אז זיי האבן געטראפן די מצבה פון ר' מרדכי גימפל אין עססען למעשה איז עס נישט די ריכטיגע ווייל עס שטומט נישט מיט די יארן הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים נכד ר' דוד קעסטענבוים אחי ר' גימפל האט געהאט צוגעזאגט 10,000 פאר עס קען געוואיר ווערן מיט א ברירות די עלטערן פון ר' מרדכי גימפל און ר' דוד ביז דער ווייל לפי ידיעתי איז מען נאך נישט געוואיר געווארן עכ"פ ווער עס וויל מאכן געלט קען זיך אריין לאזן דערין
לעצט פאראכטן דורך איך גלייב אום דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 1:51 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:47 pm

מצבות פון די איידומער
צוגעלייגטע
2958.jpg
2958.jpg (39.48 KiB) געזעהן 3832 מאל
3083.jpg
3083.jpg (42.61 KiB) געזעהן 3832 מאל

אוועטאר
איך גלייב
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:08 pm

תגובהדורך איך גלייב » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:49 pm

זיין איידים ר' חיים שמעון איז געווען זיין שוואגער ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:43 pm

איך גלייב האט געשריבן:זיין איידים ר' חיים שמעון איז געווען זיין שוואגער ?

יא, בזווג שני

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:44 pm

מיללער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:קעסטענבוים דער שוחט אין בודאפעסט איז ממשפחתו?

יא

ר' אהרן צבי קעסטנבוים שו"ב בן ר' שמואל דוד שו"ב מוויען ז"ל בן הגאון ר' אהרן צבי קעסטנבוים ז"ל-הי"ד דומ"ץ טיסא-אוילאק אחיו של רבי שמואל קעסטנבוים ז"ל ממאקאווא בני ר' אברהם יעקב קעסטנבוים ע"ה שו"ב בט. אוילאק חתנו של הרה"ק רבי אהרן צבי טויב מבריד זצ"ל

מציבת הרה"ח ר' אברהם יעקב שו"ב קעסטנבוים בטיסא-אוילאק
צוגעלייגטע
AYKestenbaum.jpg


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט