בארא פארק און איר אידישע היסטאריע

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

קיקיון האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: פון א דרוק סארט איז שווער מכריע צו זיין, למשל דער רבי אלעזר טווערסקי, דער פאלטיטשאנער רב האט פאר לאנגע יארן געהאט א דרוק-סארט וואס איז געשטאנען אלעזר טווערסקי מסקווערי, כאטש דער גאס האט איהם גערופען 'פאלטיטשאנ'ער רבי'. אין דער טיטול סקווערי האט ער גענומען זייער ערנסט זייענדיק א זוהן פון ר' שלמה ב"ר דוד (מזוו"ר) מסקווירא. אבער איינמאל ער האט איינגעזעהן אז זיין קוזין רבי יעקב יוסף... האט ער דאס מיט א ביטער הארץ אפגעלאזט.

הרהגה"ה ר' מצ"א ביק זצ"ל וואלט זיך ראויג געקענט חתמנ'ן אבד"ק מעזשיבוזש ער איז דאך געווען דער רב אלס בחור ווען דער פאטער איז געקומען קיין ארה"ב, און ווער
וואלט געהאט טענות
----------
הרהגה"ק דער פאלטישאנער זח"ע איז נישט געווען א פלימעניק פון הרה"ק ר' י"י זי"ע נור א קוזין
אביו הרה"ק ר' שלמה איז געווען א זון פון הרה"ק ר' דוד סקווירא זי"ע
אגב ער איז געווען מער בעלזא חסיד ווי טשערנאבעל ער איז דאך דורט מגודל געווארען


פון א בריעוו געשריבען אין די שפעטער כ' יארן.
אטעטשמענטס
סקווערי פאלטיטשאן.jpg
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

איך האב יעצט געפרעגט איינע פון די ערשטע תלמידים, ער זאגט ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין בישטינא. ער האט נאר געלערנט אין 12 שטיבל דאן אין 15 אין 43. ער געדענקט נישט אז מ'זאל ניצען בישטנא, אבער ער איז נישט מכחיש. דאס יא, ער זאגט אז 14 און 44 איז געווען פאר די קלענערע קינדער.

בענין נאווארדיקער חדר, איך ווייס נישט ווען עס האט זיך פארמאכט, אבער איך האב בפירוש געהערט אז עס איז התייסד געווארן בשנות התש"י.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געשריבן:איך האב יעצט געפרעגט איינע פון די ערשטע תלמידים, ער זאגט ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין בישטינא. ער האט נאר געלערנט אין 12 שטיבל דאן אין 15 אין 43. ער געדענקט נישט אז מ'זאל ניצען בישטנא, אבער ער איז נישט מכחיש. דאס יא, ער זאגט אז 14 און 44 איז געווען פאר די קלענערע קינדער.

בענין נאווארדיקער חדר, איך ווייס נישט ווען עס האט זיך פארמאכט, אבער איך האב בפירוש געהערט אז עס איז התייסד געווארן בשנות התש"י.

הא הא קאסט מיר א לאך
ווען מען איז געווען אין בישטינא איז ער אין געווען איו כתה ג אדער ד א יאר שפעטער איז ער ארויף א כתה און גילערנט אויף 15
'
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אויף 983 48th Street איז אמאל זעווען א היימיש בהמ"ד
ווער איז געווען דער מרא דאתרא (האראוויץ) ? עס האט א המשך?

deed to Maimonides
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

קיקיון האט געשריבן:אויף 983 48th Street איז אמאל זעווען א היימיש בהמ"ד
ווער איז געווען דער מרא דאתרא (האראוויץ) ? עס האט א המשך?

deed to Maimonides

דאכט זיך דאס איז די עטשעדער בית המדרש, היינט צוטאגס און שוין פאר אסאך יאר.
דרך אגב, דער וואך אין דער איד איז געווען א מודעה פון שנת תשכ"א אז דער טשעטשנאווער רב גייט פירן א יארצייט סעודה פונם דברי שמחה, אין זיין בית המדרש אין בארא פארק. ער איז לכאורה געווען די ערשטע רב אין זיין שטייגער אין בארא פארק.
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
דער רב האט געשריבן: אינטרעסאנט צו באמערקן, בארא פארק האט געהאט א חשוב'ע תלמוד תורה נאך משנת תרפ"א, געגרונדערט דורך מוה"ר יקיר ביגלייזן ע"ה מוכר ספרים היידועה. עס האט געהייסן תלמוד תורה תורת אמת. יארן שפעטער האבן זיי זיך צוזאמגעשטעלט מיט די קאמיניצער ישיבה, און ביז פונף און צוואנציג יאר צוריק האט עס נאך עגזעסטירט. זייער לעצטע בנין איז געווען אויף 56 צווישן 16 און 17'סטע עוו. היינט איז דאס הרב אייזנבערגער'ס שוהל. זייער ערטשטע בנין איז געווען אויף 15 און 43 ביים קארנער.

זייער לעצטער בנין אין ב"פ כצ"ל
דער מוסד איז היינט אין FLATBUSH
Yeshiva Toras Emes Kamenitz. ... 1904 Avenue N
היינט איז דארט ישיבה תפארת אלימלך דער מנהל איז הרב יעקב שמשון ראוויצקי א ראחאמסטריווקער חסיד
און א שיינער מספר מלמדים זענען חסישידע
די אנדערע ערנסטע ישיבישע
הרב אייזנבערגער'ס חבורה דינגען דעם חדר האוכל פון דעם מוסד
אויפען דריטען שטאק אז דא א קאמעניצער כולל
עס איז מיר אמאל אויסגעקומען דאווענען דארט מעריב מוצש"ק א ריכיטיג ישיביער דאווענען
----
לפי זכרוני האט מען נישט געקענט הרהגה"צ ר מצ"א ביק זצ"ל אלס מעזיבוזשער רב
נאך די חתונה האב איך געוואינט בשכונתו אין מען האט געוויסט פון רב ביק'ס בה"מ נישט מעזיבוזשער בה"מ
שאלות האט מען געפרעגט אדער פון דעברעצינער רב אדער הרב ביק
דא האסט די זיין דרוקסארט אין בראנקס
בילד
זיין חתימה אלס אבד"ק דקהל בני משה
איך געדענק אז זיין בה"מ האט באקומען דעם נאמען בני משה מזשעבוזש א סך נאף זיך אריינציען אין ב"פ

דא האסט א הסכמה פון תשי"ט אין ברוקלין
ווי אין ברוקלין האט ער געוואינט פאר ב"פ ?

די הסכמה איז לכאורה א טעות:
אין המאור תמוז תשכ"ב, באריכטן חתונה פון זיין איידם דער טענקער רב שליט"א שטייט אויף אים ברונקס. דער זעלבע בחודש סיון תמוז שנת תשכ"ד ווען זיין טאטע האט נפטר געווארן, און אזוי נאך.
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

אנטשולדיגט, דאס איז נישט די טעשעדער בית המדרש [עס געפינט זיך אויך אויף 48, אבער נישט דאס].
דאס איז געווען די סריזעווער בית המדרש, דער אלטער סריזשעווע רבי הרה"צ ר' חיים שלמה האט דארט געהאט זיין בית המדרש.
דרך אגב, ער איז געווען א ריכטיגע רבי, געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, אויך א גרויסע ת"ח.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געשריבן:אנטשולדיגט, דאס איז נישט די טעשעדער בית המדרש [עס געפינט זיך אויך אויף 48, אבער נישט דאס].
דאס איז געווען די סריזעווער בית המדרש, דער אלטער סריזשעווע רבי הרה"צ ר' חיים שלמה האט דארט געהאט זיין בית המדרש.
דרך אגב, ער איז געווען א ריכטיגע רבי, געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, אויך א גרויסע ת"ח.


אינציווישען האב איך געטראפען דא


בילד

----------
איך האב יעצט געפרעגט איינע פון די ערשטע תלמידים, ער זאגט ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין בישטינא. ער האט נאר געלערנט אין 12 שטיבל דאן אין 15 אין 43. ער געדענקט נישט אז מ'זאל ניצען בישטנא, אבער ער איז נישט מכחיש. דאס יא, ער זאגט אז 14 און 44 איז געווען פאר די קלענערע קינדער.

לאמיר זעהן צי ער האט טאקע אזא גוטען זכרון
ווער פון די איז געווען דער מנהל אין זיין צייט ?
הרב יצחק יודא ה...
הרב יוסף חיים פ,,
הרב יעקב קאפיל ב...
הרב עגקב יחדקי' א...
הרב משה ה.....
הרב יעקב צבי ש....

ווער האט געקאבט ? א מאן אדער א אידענע?
וועחכע יאר איז מען אריין אין דעם בנין אויף 43
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

59
אין תשל"ט האט דער דעמאלטיגער סטאלינער בית שרה לחינוך הבנות(נתיסדה ?) אפגעקופט דעם בנין
5801 16th ave DEED TO STOLIN נאך געציילטע יארען זעהנדיג אז נתרבו קינדער פון שטיבער ניש לפי רוחם האבען זיי עס פערמאכט
אין די צווייטע העלפט תש"ל (בערך דאמאלט ווען תוי"י סקווירא) האט זיך ג'עפענט די ת"ת ישיבה תפארת אלימלך און
האבען עס געניצט ביז _?_ ווען זיי זענען אריבער אין דעם בנין פון תורת אמת-קאמעניץ (5801 האבען זיי אפגעקויפט אין תשמ"ב )
היינט איז אין 5801 דער תומר דבחרה היי סקול וואס איז אהינגעקומען פון דעם בית שמוא' בנין אויף 50 נאך א תקופה אין עזרת נשים פון
בה"מ תורת חמ"ד אויף 50
נאך תומר דבורה האט געניצט דעם בית שמוא' בנין א נייער בית שרה (נישט סטאלין) וואס האט היינט אן אייגענם הערליכען בנין אויף 16 ביי 60 אינטערסאנט איז אז זיי ניצען נישט נור דעם אידישען נאמען
אויך דעם לעגאלען נאמען BETH SARAH SCHOOL FOR GIRLS EDUCATIONAL CORP

בית ברכה לבנות קארלין - סטאלין נציסדה ב _?_ און געפינט זיך אויף 4314 10th Ave, ווי עס איז געווען בה"מ תורת משה ווי הרה"צ ר חיימ מרדכי הלי טווערסקי זצ"ל
יאיז געווען רב פון די תש"י__ יארען לעת זקנתו איז דער בית המדרש געווארען בה"מ טשערנאבעל און ער טשערנאבעלער רב

וויפיל מוסדות זענען דורכגעגאנען דעם בית שמוא' בנין ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

הרב משה הערצל איז געווען דער מנהל פון סקווירא.

תומר דבורה איז געווען פאר היבש יאר אין באר שמואל אויך וויזניץ ביז זענען אריבער קיין ווילחאוויץ.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הרב הערצל איז געווען מנהל אבער נישט מהוסדה, ווער איז געווען דערמנהל פון וו"ב וואס האט
געםירט ב"פ די ערטע יאר צוויי?
דיין ידי האט נאך דעם תהלים?
Untitled.gif

ווער זענען די אנדערע נעמען?
-----------------------------------------
ווי איז געווען דאס בהמ"ד פון הרה"צ ר' שלו' מיכעלאוויטש בראדער רב זצ"ל?
פון הרה"צ אלימלךהאראוויץ יארטשאוור זצ"ל
פון הרה"גה"צ ר יצחק אייזיק ליבערמאו אבד"ק בעסערמין זצ"ל ווען ער איז געקומען קיין ב"פ
פון טשיקאגא?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

הרב מיכאלאוויטש בראדער רבי, אויף פארט העמלטען און 47.
איך ווייס נישט אז דער יארטשיבער זאל האבן א בית המדרש.
דער בעסעמינער רב האט נישט געהאט קיין בית המדרש ער האט געדאווענט אין סאטמאר. זיין זון הג"ר מיכל האט געגרונדערט א בית המדרש. איינער פון הג"ר נתנאל ליבערמאן'ס קינדער האבן מיר געזאגט אז ר' נתנאל איז די ממלא מקום פון זיין טאטע, ער איז בעסעמינער רב אן א בית המדרש.
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

לאמיר זעהן צי ער האט טאקע אזא גוטען זכרון
ווער פון די איז געווען דער מנהל אין זיין צייט ?
הרב יצחק יודא ה...
הרב יוסף חיים פ,,
הרב יעקב קאפיל ב...
הרב עגקב יחדקי' א...
הרב משה ה.....
הרב יעקב צבי ש....

ווער האט געקאבט ? א מאן אדער א אידענע?
וועחכע יאר איז מען אריין אין דעם בנין אויף 43

הרב יצחק יודא היימאן, מלמד נאך היינט
הרב יוסף חיים פריעדמאן, שפעטער געווארן א ספרים האנדלער
הרב יעקב קאפיל ברילובסקי, היינט מלמד אין רבינו חיים ברלין
הרב יעקב חזקי' אונגער, מלמד
הרב משה הערצל, מנהל
הרב יעקב צבי שווארץ, מלמד

מענן האט אריין צום נייעם יאר פון תשמ"ו.
קעכער געווען א איד אן א בארד, א שטיק צייט שפעטער לויבער פון סקווירא.

לסוף הענין דער אשכול איז פאר היסטוריא פון ב. פ. ווילט איר זיך פארהערן מיטן זכרון גייט ערגעטץ אנדערשט, אדער זיכט אייך א צווייטן, עס איז מיר גענצליך נישט אינטרעסאנט...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געשריבן:הרב מיכאלאוויטש בראדער רבי, אויף פארט העמלטען און 47.
איך ווייס נישט אז דער יארטשיבער זאל האבן א בית המדרש.
דער בעסעמינער רב האט נישט געהאט קיין בית המדרש ער האט געדאווענט אין סאטמאר. זיין זון הג"ר מיכל האט געגרונדערט א בית המדרש. איינער פון הג"ר נתנאל ליבערמאן'ס קינדער האבן מיר געזאגט אז ר' נתנאל איז די ממלא מקום פון זיין טאטע, ער איז בעסעמינער רב אן א בית המדרש.

פון בראדער בה"מ יעצט געוואיר געווארען איך געדענק ווען ער האט געוואינט אויף 52 ציווישען NU &13
לזקנתו פון יארטשיבער האט מען פון דעם וואלק אין פון זיין הויז געמאכ א בה"מ
צי עס געווען משום כבודו אדער חולשתו ווייס איך נישט
די קינדער האבען דארט נישט געדאווענט
דער זון איז דאך דער רב פון טעלזער מנין
און דער איידעם וואינט אין פלעטבוש
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

דער בראדער האט אסאך יארן נישט געהאט א בית המדרש פלעגט דאווענען אין סאטמאר 53, שפעטער האט ער דארט געהאט א בית המדרש.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געשריבן:.......מוסדות סקווירא איז געווען אין דעם בנין פאר זיי האבן געבויעט זייער חדר אויף 14 אין 43 בשנת תשמ"ה בערך [א קליין שטיקל צייט זענען זיי געווען אין 14 אין 44 [קאסאנער ישיבה לשעבר, היינט ווינער ברכת אברהם בית המדרש]. ........


אביסעל אינטערשטעליג
הייינט דורכגעפארען
יעצט איז דארט כתה מכינה למתיבתא פון ראחאמסטריווקא
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דער רב האט געשריבן:
רבבה האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:הרב מיללער,

אינז זעמער געקומען קיין באראפארק בערך 55 יאהר צוריק.
מיין טאטע'ס שוואגער, ר' יעקב טובי ווייזער'ס טאטע, איז שוין דא געווען פאר אינז און זיי האבען געדאווענט און באבובער שטיבעל האמער אויך דארט געדאווענט אויף 14 עוועניו.
ר' הערשל טויבער ז"ל(ר' חיים יעקב'ס פאטער), דער טורנער רב ז"ל, ר נחום מאייער ע"ה( ר' וואלף אלי'ס פאטער) האבען דארט געדאווענט.

ווען דער באטור רב ז"ל איז געקומען קיין באראפארק, זעמער אריבערגעגאנגען דאווענען ביי אוהם.
מיין בר מצוה איז שוין געווען ביים באטור רב און בית מדרש.

דערנאך וען אויווארער רב ז"ל האט זיך אריבער געצויגען קיין באראפארק, האט ר' משה בראווער ע"ה אהין געשלעפט מיין טאטען.

איך געדענק נישט דאס יאהר פינטלעך, אבער און תש"ל ווען איך האב חתונה געהאט איז שוין אויווארער רב ז"ל געווען דא און מיין אויפריף איז שוין געווען ביי אוהם און בית מדרש.

דער אויווארער רב האט געמופט תשכ''ח ....אבער דעמאלטס האבען שוין געוואינט א פאהר ווילי רבנים דער קראסנער רב .דער סיגעטער רב .דער אמשינאווער רבי האט געמופט תשכ''ה
הרב קאפעלמאנ'ס ישיבה וואס האט נאך נישט געהייסען שערי-יושר נאר סתם הרב קאפעלמאנ'ס ישיבה האט געמופט אין תשכ''א קודם אין פועלא אגודת ישראל ביהמד''ר אויף 16 אין 49 אין דיא שיעורים זענען געזאגט געווארען אריין דיא קארנער אין טשערנאבלער רעבינ'ס ביהמד''ר אויף 49 ביט.15-16 .דער בלוזשאווער רבי האט געמופט פין טעילאר סטריט אין תש''כ .


דער בלוזשיבער רבי האט געמופט בשנת תשכ"ה.
דער קאפישניצער רבי, בשנת תשכ"ו
הרב ביק מעזשיבוזשער רב, בשנת תשכ"ז.
אינטרעסאנט צו באמערקן, בארא פארק האט געהאט א חשוב'ע תלמוד תורה נאך משנת תרפ"א, געגרונדערט דורך מוה"ר יקיר ביגלייזן ע"ה מוכר ספרים היידועה. עס האט געהייסן תלמוד תורה תורת אמת. יארן שפעטער האבן זיי זיך צוזאמגעשטעלט מיט די קאמיניצער ישיבה, און ביז פונף און צוואנציג יאר צוריק האט עס נאך עגזעסטירט. זייער לעצטע בנין איז געווען אויף 56 צווישן 16 און 17'סטע עוו. היינט איז דאס הרב אייזנבערגער'ס שוהל. זייער ערטשטע בנין איז געווען אויף 15 און 43 ביים קארנער.

ישיבה תפארת אלימלך
הרב איזנברגר דינגט א חלק פון די בעיסמענט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דער רב האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:פון וועליכע יאהר רעדט מען?

מיין בני בית געדענקט אויך נישט פון אזא חדר.
זו האט געמופט קיין באראפארק 53 יאהר צוריק פון באלטימאר.

i give up
איך וועל נישט גיין יענעם אויסזיכען
ע"פ חשבון פון זיין בערכדיגען גיל 40 יאר צירוק
סקווירא ת"ת תוי"י האט ג'ניצט יענעם בנין במשך א יאר בערך תשמ"ג
און עס ג'ווען א פערטיגע מוסד בנין קען זיין אז נאך מיט דעם אלטען סיין

דעברעצינער חדר 44 און 14 שנות ?? עד תשל"ח-ט??

מוסדות בית אייזיק צבי

עץ חיים 13th avenue 49-50

שולמית לבנות

ייסוד סאטמער ת"ת גדענקסט די יא?


דער בנין איז געווען תלמוד תורה תורת אמת, נווארדיק, איז דאכט זיך געווען העכער זייער בית המדרש אויף פופציג'סטע סט.
סקווירא האט זיך געעפנט באמצע שנות תשל"ה יותר קרוב לסופו, כן שמעתי מא' מתלמידיו הראשונים.
'מוסדות' בית אייזיק צבי, איז סך הכל א פלעי גרופ-פרי סקול.
עץ חיים איז געווען א אידישיסטישע תלמוד תורה, ממש געפערליך.
די זעלבע מיט שולמות, איך האב געזעהן בילדער פון זיי מיט יארן צוריק, ממש ערגער ווי די גוים בימים ההם, בלי גוזמא.
סאטמאר, בריש שנות תש"ך, אין די יסוד תרה ויראה ביכלעך, איז דא א קאפיע פון א באשרייבונג בנות תש"י רעכענען זיי פיר מוסדות, איסט סייד, וויליאמסבורג, ברוקנס, קראון הייטס.
בשנות תש"ך, נפל ברונקס ובא בארא פארק במקומו.

טראכט פאר די שרייבסט, אני כשלעצמי קען א שיינע קומץ יראים ושלמים שלמדו שם.
לא כדורות האחרונים דורות הראשונים...
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

הר' נחום, טראכט וואס די ליינסט:
אמת, עס האבן געלערנט דארט א קומץ קטן פון יראים ושלמים, עס זענען געווען נאך אסאך אזעליכע תלמוד תורות, אבער די גייסט איז געווען דארט אידישיסטיש, די מלמדים זענען געווען עפ"י רוב שרעקליך, כמה מהם מחללי שבת שלא מדוחק, וכמה וכמה מהם כופרים בדברי חז"ל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מיין זיידע ז"ל [עדיין תוך השנה] איז גיווען א בארא פארקער געבוירענער פאר 80 יאר צוריק און דא געוואוינט ביז פאר 19 יאר צוריק. ער איז געבוירן אין די אלטע בית ישראל הישפעטאל 15&45 און גילערנט און פאבליק סקול אין נאכמיטאג אין עץ חיים [עס איז גיווען א תלמוד תורה אין נישט א חדר דהיינו נאר א after school program אבער פאר א גוטע פאר שעה יעדען טאג] זיין זיידע איז גיווען דע ערשטע שומר שבת גישעפט אין ב"פ נאך אין די אנהייב 1920's עס ליגט נאך ערגעץ אין די משפחה די אלע FINES וואס ער האט באקומען פארן זיין אפן זונטאג און פארמאכט שב"ק.
אינטרעסאנט צו באמערקען אז א געוויסע מאגאזין האט אמאל באשריבען א געוויסע געשעפט אלס די ערשטע אבער למעשה איז יענער גיווען די צווייטע אין מיין עלטער עלטער זיידע די ערשטע, לימים האט זיך געשאפט א חברותא צווישען מיין זיידע און די אייניקעל פון די (ערשטע) [צווייטע] שומר שבת געשעפט אייגנטומער.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

די לעצטע יאר צייט בערך איז דא כמעט יעדע וואך אין די ענגלישע המודיע איבער ב"פ פון אמאל און אסאך גאנץ אינטרעסאנטע ידיעות אויך. הרב פרנס לדוגמא איז אמאל דארט שטארק אויסגעשמועסט ועוד.



מאוד תמהני ווי קען מען אויסלאזען בית המדרש ותלמוד תורה בני יהודה אויף 16&53 אקעגען איבער אונגוואר [משפחת עהרמאן פון כובע פלעגען דארט דאוונען]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נחום וואהלינער האט געשריבן:די לעצטע יאר צייט בערך איז דא כמעט יעדע וואך אין די ענגלישע המודיע איבער ב"פ פון אמאל און אסאך גאנץ אינטרעסאנטע ידיעות אויך. הרב פרנס לדוגמא איז אמאל דארט שטארק אויסגעשמועסט ועוד.
מאוד תמהני ווי קען מען אויסלאזען בית המדרש ותלמוד תורה בני יהודה אויף 16&53 אקעגען איבער אונגוואר [משפחת עהרמאן פון כובע פלעגען דארט דאוונען]


פונקט די וואך זיך געטראפען מיט ר' שמחה ניימאן אן אייניקעל פון הרב פרנס און ער האט זיך אפגערעדט אז אלכסנדר וואס האט אפגעקויפט דעם בנין ווי ער אין דער ברידער האבען
אויפגעהאלטען דעם זיידענס בה"מ אויפען דריטען שטאק אז זיי האבען קובע געווען דעם כולל אויף דעם צווייטען שטאק און דעם דריטען שטאק פאר אפיסעס
---
KIRZNER.gif

קיקיון האט געשריבן: איך געדענק נאך ווען... ביי א שבע ברכות ווי עס איז געווען א היפשער עולם בני תורה און מען האט מכבד געווען
הרב ר׳ אליעזר זאב קירזנער ז"ל , רב דבהכ״נ בני יהודה, (16 און 53 ב"פ)
און דער אלטער האט זיך ציגעכאפט און געזאגט א לאנגען לומדישען שיעור נאך זייענדיג יארען לאנג ארומגענימען
מיט קוים קוים שתו"מ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

מיין זיידע ז"ל [עדיין תוך השנה] איז גיווען א בארא פארקער געבוירענער פאר 80 יאר צוריק און דא געוואוינט ביז פאר 19 יאר צוריק. ער איז געבוירן אין די אלטע בית ישראל הישפעטאל 15&45 און גילערנט און פאבליק סקול אין נאכמיטאג אין עץ חיים [עס איז גיווען א תלמוד תורה אין נישט א חדר דהיינו נאר א after school program אבער פאר א גוטע פאר שעה יעדען טאג] זיין זיידע איז גיווען דע ערשטע שומר שבת גישעפט אין ב"פ נאך אין די אנהייב 1920's עס ליגט נאך ערגעץ אין די משפחה די אלע FINES וואס ער האט באקומען פארן זיין אפן זונטאג און פארמאכט שב"ק.

איך האף אז איר מיינט דאס נישט אלץ א פירכא לדברי, ווייל אויב אזוי דארף דאך פובליק סקול אויך זיין ערליך, אידיש, היימיש, דער פאקט איז כמ"ש אז עס איז געווען זייער שוואך ר"ל, איך וויל דיר נישט ברענגן אויפן שריפט וואס מלמדים האבן געזאגט פאר קינדער ר"ל מהאי דעתא. אדרבא דאס געט צו צו אייער זיידעס מסירת נפש.
אגב, וועלעכע געשעפט איז דאס?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רב האט געשריבן:.........
אינטרעסאנט צו באמערקן, בארא פארק האט געהאט א חשוב'ע תלמוד תורה נאך משנת תרפ"א, געגרונדערט דורך מוה"ר יקיר ביגלייזן ע"ה מוכר ספרים היידועה. עס האט געהייסן תלמוד תורה תורת אמת. יארן שפעטער האבן זיי זיך צוזאמגעשטעלט מיט די קאמיניצער ישיבה, און ביז פונף און צוואנציג יאר צוריק האט עס נאך עגזעסטירט. זייער לעצטע בנין איז געווען אויף 56 צווישן 16 און 17'סטע עוו. היינט איז דאס הרב אייזנבערגער'ס שוהל. זייער ערטשטע בנין איז געווען אויף 15 און 43 ביים קארנער.

איינער פון די גידולים איז געווען הרה"ח ר' דניא' גאלדשטיין זצ"למפארי שיכון סקווירא מנהל בית חינוך לבנות ועוד ועוד
REALLY.GIF

-------------------
געהערט פון א ידיד בשם נאך איינער מגידולי ב"פ מיקירי סקווירא דוכט זיך הרה"ח ר יוסף שלמה ביסטאן ז"ל
איינמאל פאר סוכות אלס בחור איז ער געגאנגען שניידען סכך אין די גלילות ב"פ וואס זענען
נאך געעוען פארמס אויפען וועג צירוק פונקט אינמיטען די פארנימעננסטע גאס האט דער פערד וואס
האט געשלעפט דעם וואגען געפגרט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

דער רב האט געשריבן:
מיין זיידע ז"ל [עדיין תוך השנה] איז גיווען א בארא פארקער געבוירענער פאר 80 יאר צוריק און דא געוואוינט ביז פאר 19 יאר צוריק. ער איז געבוירן אין די אלטע בית ישראל הישפעטאל 15&45 און גילערנט און פאבליק סקול אין נאכמיטאג אין עץ חיים [עס איז גיווען א תלמוד תורה אין נישט א חדר דהיינו נאר א after school program אבער פאר א גוטע פאר שעה יעדען טאג] זיין זיידע איז גיווען דע ערשטע שומר שבת גישעפט אין ב"פ נאך אין די אנהייב 1920's עס ליגט נאך ערגעץ אין די משפחה די אלע FINES וואס ער האט באקומען פארן זיין אפן זונטאג און פארמאכט שב"ק.

איך האף אז איר מיינט דאס נישט אלץ א פירכא לדברי, ווייל אויב אזוי דארף דאך פובליק סקול אויך זיין ערליך, אידיש, היימיש, דער פאקט איז כמ"ש אז עס איז געווען זייער שוואך ר"ל, איך וויל דיר נישט ברענגן אויפן שריפט וואס מלמדים האבן געזאגט פאר קינדער ר"ל מהאי דעתא. אדרבא דאס געט צו צו אייער זיידעס מסירת נפש.
אגב, וועלעכע געשעפט איז דאס?

יא און ניין. איך האב ביי מיר אין באזיץ א YEAR BOOK פון מיין זיידען'ס GRADUATION עס זעט נישט אזוי געפערליך ווי איר האט דאס געמאכט, אבער פאר אונז איז די מהלך זיכער נישט כשר ועל זה כוונתי לא כדורות וכו'
אינטרעסאנט עס איז גיווען דארטן איין יאר א מלמד א ברסלבר און ער האט פארכאפט/מקרב גיווען די גאנצע כתה. אין זיי זענען אלע טאקע געבליבען/געווארען יראים ושלמים איינער פון זיי קען איך ער איז א ברודער פון מיינער א עלטער מומע [גאר גאר מאדערען] ער וואוינט און סנהדרי' מורחבת בעיה"ק ירושלים און האט אויפגעשטעלט גאר שיינע דורות.
לגבי די געשעפט גידענק איך נישט די נאמען דאכט זיך מיר א שניידער עס איז דארט ווי די גערער מתיבתא איז אויף OLD NEW UTRACHT.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”