היינט אין אידישע היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 10, 2015 6:19 pm

קרעדיט
בילד
כ"ג סיון

ויקראו ספרי המלך בעת ההיא בחדש השלישי הוא חדש סיון בשלושה ועשרים בו ויכתב וכ"
--
בשעת'ן איינעמען א גרויס חלק פוילען ביי די מלחמה די רוסן האבן געהייסן די אידען אננעמען רוסישע בירגערשאפט, רבי איציקל און נאך צדיקים טשיבין, ביאלא ועוד האבן געהייסן אז נישט, די וואס האבן נישט אנגענומען האט מען איינגעזאמעלט ליל שב"ק כ"ג סיון ת"ש און פארשיקט קיין סיביר, האט רבי איציקל זיך אנגערופן אז ס'מיז זיין א טובה פאר אונז מרדכי הצדיק און אסתר המלכה האבן ארויסגעשיקט די אגרות שניות כ"ג סיון , ליידער זענען נאר האלב פון די האלב מיליאן אידן צוריק געקומען הרה"ק ר' סיני מ'זשימיגראד און הרה"ק ר' לייבוש'ל מ'טאמאמאשאוו זענען פון די באוואוסטע צאנז'ער אייניקלעך וואס זענען דארט אוועק, אבער א הצלה פורתא איז עס געווען

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג יוני 16, 2015 10:56 am

בס"ד

היינט איז די טאג וואס ציוניסטישע טעראריסטן האבן אומגעברענגט הקדוש רבי יעקב ישראל דע-האן ז"ל, א טאג פאר'ן ארויספארן קיין לאנדאן הבירה בשליחות פון די עדה החרדית ובראשם הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל גאב"ד ירושלים, צו שתדל'ן פאר'ן זעלבסטשטענדיגקייט פון יהדות החרדית אין ארה"ק און נישט אריינפאלן אונטער די "וועד הלאומי," און צו באקעמפן די ציוניסטישע הערשער בכלל.

אינטערעסאנט אבער אז איבעראל שטייט די יום הפטירה אויף כ"ט סיון (תרפ"ד), אבער די מקורות זאגן אויך אז די נסיעה האט געדארפט זיין יולי 1, און מען האט אים דערשאסן א טאג פריער, און דאס קומט אויס אויפ'ן לוח כ"ח סיון. אויף איין פלאץ שטייט מען האט אים אפגעווארט נאכ'ן דאווענען מנחה, וואס מיינט לכאורה עס איז שוין געווען ביינאכט כ"ט סיון.

אויך אין זעלבן טאג זיבעציג יאר שפעטער איז געווען דער קידוש שם שמים מסוף העולם ועד סופו, ווען כ"ק רבינו מרן הברך משה זי"ע איז אנגעקומען קיין ארצינו הקדושה אין די היסטארישע מסע המלכות פון תשנ"ד. אשרינו מה טוב חלקינו צו האבן מיטגעהאלטן די נסיעה פון היכל הישיבה אין ק"י, וואו עס איז געווען א הוקאפ פונעם אומבאשרייבליכן קבלת פנים, די דרשות, "דער פעטער, דער פעטער..." (מ'האמיר ב"ה זוכה געווען צו טאן אביסל עסקנות בשייכות מיט'ן כבוד המלכות יענע טעג.)

דער ניו יארק טיימס האט געהילכט, אויפ'ן "ערשטן זייט," King of Anti-Zion Hailed in Zion by 100,000 People. אלע נייעס קוועלער איבער די וועלט, צייטונגען, ווייערס, האבן עס געדעקט אלס א וועלט'ס געשעעניש, אין לכאורה די גרעסטע דעמאנסטראציע פון קידוש שם שמים קעגן די ציוניסטישן שר"י ווען אימער.

אה, זכרונות... די לעכטיגע יארן... אין ישיבה... ביים ברך משה...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 1:32 pm

היינט איז פורים באגדאד
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 2:09 pm

kyshtiper האט געשריבן:היינט איז פורים באגדאד

נשיט קיין גרויסער יו"ט "נישט תחנון אדער צדקתך" דעטס אלל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 11, 2016 4:10 pm

מארגען ב שבט איז 71 יאר פון דעם באפרייען דורך די רוסישער ארמיי פון דעם "אינטערנאציאלען" געטא וואס איז באשטאנען פון
וואלענבערג'ס שוץ הייזער
דער סענטראלער געטא איז ערשט באםרייט געווארען 2 טעג שפעטער

קאוד: וועל אויס אלע

The international ghetto was liberated by the Soviets on January 16, '45, and the central ghetto two days later. About 94,000 Jews remained in the two ghettos at the time of liberation. Another 20,000 came out of hiding from the city, and another 20,000 returned from labor camps and labor service detachments. Nearly fifty percent of Budapest's Jewish population died during the Holocaust.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 09, 2016 10:44 pm

ב' דראש חודש אדר א ת"ד איז געווען די ערשטע אסיפה פון די טובי ק"ק קראקע
מחזיר זיין עטרה לישנה פאר דעם תוספות יום טוב אלס אבד"ק קראקע נאך באפרייט
ווערען פון תפיסה און סכנת נפשות
מגילת איבה לרבינו התי"ט

Untitled2.gif

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:01 am

פון ווי קומט די בילדער פון די טעגליך היסטאריע אויף עמוד 1 זע דא > viewtopic.php?p=821126#p821126,

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 8:27 pm

כ'האב בייקריגען אן ענפער אין אישי אז ס'איז פון וועבזייט"ל פון חב"ד, הגם ס'קוקט מער אויס ווי א ספר,
פארוואס איז נישט דא אויף אלע טעג ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 16, 2016 8:55 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:כ'האב בייקריגען אן ענפער אין אישי אז ס'איז פון וועבזייט"ל פון חב"ד, הגם ס'קוקט מער אויס ווי א ספר,
פארוואס איז נישט דא אויף אלע טעג ?


עס איז יא דא אויף ידען טאג אבער ווייט פון א שלימות'דיגע זאך
אויך דא אירועים וואס אינטערסירט נור א געוויסען ציבור
און אמאל אזעלכע אירועים וואס ביי א סך איז דאס ...
ז אדר
ח אדר
ט אדר
י אדר
וכ' וכ'

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 29, 2016 10:46 am

Untitled.gif

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

היינט אין די אידישע היסטאריע

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:23 pm

קנקן האט געשריבן:
י״ח אב תשע״ט
היינט,מיט אומגעפער 2590 יאר צוריק, איז דער כהן אריין אינ׳ם היכל פיצן די מנורה, און צו זיין שאק און שוידער, זיך דערזעהן מיט אן אויסגעלאשענעם נר המערבי.
ביז דאן, ווען דער כהן איז אריינגעקומען אינ׳ם היכל פוצן די לעמפלעך פון די מנורה, האט ער אימער געטראפען דעם נר המערבי ברענען ע״פ נס, אפילו ווען מען האט דעם אוונט פריער אריינגעגעסן אין יעדער לעמפל בלויז א האלבן לוג (150מ״ל/5אונ.) איילבירטן בוימל.
דאס האט זיך אבער געטוישט אין די צייט פון אחז מלך יהודה, וועלכער האט געקעניגט צווישן די יארן ג׳קפ״ד-ר׳, ווען דער נס האט זיך געענדיגט אום י״ח אב.
מקור: מגלת תענית.

לעצט פאראכטן דורך געשיקטער אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:31 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:46 am

קנקן האט געשריבן:
י״ט אב תשע״ט

היינט, מיט 610 יאר צוריק, שנת קס״ט לפ״ק, זענען פארגעקומען אומרוען אין פראנקרייך, אין וועלכע צווישן די 20,000 גע׳הרג׳טע פראנצויזן זענען אומגעברענגט געווארן 200 יודן און פילע זענען גענומען געווארן אין געפענגניש אלס שקלאפן.
דער באריכט , וועלכע ווערט געברענגט אין שבט יהודה, באצועט זיך ווארשיינליך, צו דער אויפשטאנד וואס איז פארגעקומען אין יאנעווע (גענויאַ, ווי די יאנעווען אתרוגים פלעגן אנקומען), וועלכע איז בין דא געווען אונטער די הערשאפט פון די פראנצויזן און זיי האבן רעוואלטירט קעגן זיי.
מקור: שבט יהודה, מהדורת וויענער, עמוד 113

נ.ב. אזויווי מיר פארן בע״ה אויף קור, וועלן מיר נישט פויסטן קיין באריכט פאר די קומענדיג וואך צייט.


אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:46 am

קנקן האט געשריבן:
י״ט אב תשע״ט

היינט, מיט 610 יאר צוריק, שנת קס״ט לפ״ק, זענען פארגעקומען אומרוען אין פראנקרייך, אין וועלכע צווישן די 20,000 גע׳הרג׳טע פראנצויזן זענען אומגעברענגט געווארן 200 יודן און פילע זענען גענומען געווארן אין געפענגניש אלס שקלאפן.
דער באריכט , וועלכע ווערט געברענגט אין שבט יהודה, באצועט זיך ווארשיינליך, צו דער אויפשטאנד וואס איז פארגעקומען אין יאנעווע (גענויאַ, ווי די יאנעווען אתרוגים פלעגן אנקומען), וועלכע איז בין דא געווען אונטער די הערשאפט פון די פראנצויזן און זיי האבן רעוואלטירט קעגן זיי.
מקור: שבט יהודה, מהדורת וויענער, עמוד 113

נ.ב. אזויווי מיר פארן בע״ה אויף קור, וועלן מיר נישט פויסטן קיין באריכט פאר די קומענדיג וואך צייט.


אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:16 pm

קנקן האט געשריבן:
נ.ב. אזויווי מיר פארן בע״ה אויף קור, וועלן מיר נישט פויסטן קיין באריכט פאר די קומענדיג וואך צייט.


וועט מען פריווען אביסעל ממלא זיין
21 Av 5694 - August 2, ,934:

German President Paul von Hindenburg died, paving the way for Adolf Hitler ym”s', complete takeover, when the Reichstag appointed him head of state and commander in chief of the German armed forces.

21 Av 5702 - August 4, ,942:

First train with Jews deported from Belgium to Auschwitz.

The German SS murdered 2,750 jews of Lancut Poland in the Falkinia Forest. Hy"d.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:00 pm

דיקע בילדער?

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 9:34 pm

כ"ב אב ה' אלפים שנת נ"ח
רבינו הצדיק הגאון ר' מרדכי בן הלל הכהן באקאנט אלס 'המרדכי' זי"ע הי"ד


קטעים פון
בענקעל אין - פרעות רינדפלייש ה' אלפים שנת נ"ח - האט געשריבן:"ונ"ח לא מצא חן" - דאס זענען די ווערטער פון די חרוזים פון איינע פון די פינף קינות וואס איז פארפאסט געווארן אויף די ביטערע פאגראמען ביים אנהייב פונעם אלף השישי וואס ווערט אנגערופן 'דער רינדפלייש פאגראם'.

רינדפלייש פאגראם איז געווען א סעריע פאגראמען אויף די אידן אין די שטעט פון 'פראנקוניע' (פראנקן) 'בייערן' (באוואריע) אין 'אוסטריע' (עסטרייך). עס איז געווען די ערשטע שחיטה אויף א גרויסע פארנעם זינט די ערשטע קרייצצוג צוויי הונדערט פופציג יאהר בעפאר.

די אידן אין אנדערע שטעט האבן נישט געהאט דעם זעלב'ן שיקזאל. די פויערן אין אנדערע שטעט האבן גאר געהאלפן און זיך אנגעשלאסן מיט די רינדפלייש אטאקירער. אידן זענען גע'הרג'עט געווארן מיט מיתות משונות, נעמענדיג מענער פרויען קינדער בחורים און מיידלעך אויף די עקידה בשעת די יאמערליכע קולות און פארצווייפלטע געשרייען גייען עד לב השמים. טייל אידן האבן געדארפט אנטשיידן זיך צו שמד'ן אדער שטארבן אלץ איד. פרויען מיט קינדער האבן באנייעט דעם פארצייטישן ירושה פון דורי דורות און מיט טענץ און געזאנג מארשירט און זיך געווארפן אין פייער ווי איידער זיך שמד'ן. טייל האבן אונטערגעצונדן זייער הייזער און אריינגעווארפן זייער זוהן און טעכטער און דערנאך זיך אליין ווי איידער אריינפאלן אין די הענט פון די אכזר'ישע רוצחים.

אסאך אידן זענען אנטלאפן קיין נורמברג און מיט די הילף פון ארטיגע קריסטן זיך באהאלטן אין די וועלדער. אבער רינדפלייש האט זיי אנדעקט און אויסגעשאכטן אין כ"ב אב. ארום 146 קהילות הקדושות זענען פארלוירן געגאנגען און א געשאצטע איבער 100,000 אידן קדושים וטהורים זענען אומגעברענגט געווארן אין די קורצע צייט פון זוממער שנת נ"ח.



אין ספר הזכרת נשמות (מומרבוך) פון הרוגי ושרופי נורנברג, פון אב נ"ח, שטייט די נעמען פון 628 קדושים וואס זענען אומגעקומען עקד"ה. צווישן די, איז א גאר טייערע באקאנטע תלמיד פון מהר"ם מרוטנבורג, די רב פון נורנברג הצדיק הגאון ר' מרדכי בן הלל הכהן באקאנט אלס 'המרדכי', מיט זיין ווייב זעלדא און פינף קינדער הי"ד. אין איינע פון די קינות אויף פרעות רינדפלייש, "אבכה לקשה יום" איז דא איין סטראפע אפגעגעבן אויף צו באוויינען און באשרייען דעם אומקום פון דעם קדוש גאון וצדיק וועמענס פירושים דערלייכטן אונז ביזן היינטיגן טאג.

די הייליגער זמר אויף חנוכה וואס הייבט זיך אן "מעוז צור" וואס איז געשאצט אז עס איז פארפאסט געווארן אין די יארן פון די פאסירונג, וואו עס ווערט דערמאנט די ווערטער "לעת תכין מטבח מצר המנבח" "דחה אדמון בצל צלמון", הייבט זיך אן די ראשי חרוזים "מרדכי חזק". עס איז דא עטליכע השערות אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך - אדער אויף דעם אומקום פון דעם ר' מרדכי בר הלל הי"ד. איינע פון די השערות איז וויבאלד ר' מרדכי איז אליין געווען א פייטן און פלעגט אריינלייגן זיין נאמען אין די ראשי חרוזים אלס 'מרדכי חזק'. ווי די קינה "מה רב טובך" וואס ער האט פארפאסט אויף די הרוגי זינציבא (זינציג) און אויפ'ן אומקום פון רבי אברהם הגר כ"ב כסלו שנת כ"ה, וואס איז ארומגעפארן זיך מתווכח זיין מיט די נוצרים און זיי מגייר זיין. אין זינציבא האט ער ביי א וויכוח צובראכן צלמים וואס האט געפירט צו א ברוטאלע פאגראם אויף די אידן אין שטאט און ר' אברהם הגר האט מען געפירט אין קייטן קיין 'אוגשפורג' און דארט האט מען איהם ברוטאל געפייניגט און צום ענדע פארברענט על קידוש השם. לזכרון פון דעם אומקום פון דעם קדוש אברהם בן אברהם פלעגט די טאג כ"ב כסלו זיין באשטימט אלס א תענית ציבור, וואו מען האט געזאגט די נייע פארפאסטע סליחות און פון פריערדיגע.

בילד
Das Martyrologium des Nürnberger Memorbuches בלאט 173


אויך איז אומגעקומען אין די פאגראמען א שוואגער פון רבינו מרדכי, אויך א תלמיד פון מהר"ם מרוטנבורג, הרב רבי מאיר בן יקותיאל הכהן מרוטנבורג - בעל "הגהות מיימוניות" מיט זיין פרוי מרת חנה און זיין טאכטער יוטא הי"ד. ר' מאיר פלעגט לערנען מיטן מהר"ם אין זיין טורמע צעל אין אנזיסהיים. עס איז איז אויך געווידמעט אויף דעם קדוש ר' מאיר עטליכע חרוזים אין די פריער דערמאנטע קינה, ספעציעל פארפאסט אויף די רינדפלייש פאגראמען. "חם ליבי ונמס על הכהן המאיר". רבי מאיר בן יקותיאל הכהן מרוטנבורג איז אומגעקומען מיט זיין פאמיליע ווען א צאל אידן פון ראטענבערג האבן זיך פארשפארט אין א טויער - ווי דערמאנט שפעטער - און געפירט א שווערע קריג קעגן די רוצחים פאר דריי טעג. נאך דריי טעג האבן די רוצחים זיי בייגעקומען. אויך איז דארט אומגעקומען א תלמיד פון ר' מאיר, החבר ר' שניאור הי"ד.


אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 2:19 pm

np1.gif
np1.gif (137.07 KiB) געזעהן 2278 מאל


מער באריכות זעה דור דעה פון קאמעלהאאר

ווער איז קאמעלהאר?
זעה רבי יקותיאל אריה קאמעלהאר זצ"ל - י"ט אלול תרצ"ז
און ספרי ר' יקותיאל ארי' קאמעלהאר-בעמ"ח דור דעה ושא"ס

דא האס ט פון א ספר פון אן אדם גדול דער פאטער פון דעברעצינער רב זי"ע

מליצי אש

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

הצדיק הקדוש רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זיע"א,

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 2:46 pm

א שיינער ליקוט צו דאונלאדען
http://forum.otzar.org/download/file.php?id=30729

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:28 pm

mk 1.gif
mk 1.gif (72.6 KiB) געזעהן 2177 מאל

Dodo
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:24 pm

תגובהדורך Dodo » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:39 pm

On the 21st of the Hebrew month of Av in the year 5763, 23 people were killed and more than 130 wounded when a Palestinian suicide bomber detonated a five-kilogram device on an Egged bus #2 in the heart of the Beit Yisrael neighborhood of Jerusalem.

Beit Yisrael is a predominantly Haredi neighborhood in central Jerusalem, just north of Mea Shearim.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:13 am

כ"ג מנחם אב

Untitled.gif
Untitled.gif (486.9 KiB) געזעהן 2093 מאל

יד.gif
יד.gif (474.8 KiB) געזעהן 2093 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:47 am

כ"ג מנחם אב תשמ"ד

נפטר הרהגה"צ ר' יעקב ישרא' קנייבסקי ה"סטייפלער גאון" זי"ע


אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:52 pm

כ״ד בְּאָב תל״ה ?

Untitled  .gif
Untitled .gif (86.28 KiB) געזעהן 1999 מאל


כ"ד אב או כ"ד טבת ?

אב או טבת.gif
אב או טבת.gif (162.37 KiB) געזעהן 1999 מאל


--------------

הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות זיע"א
בעל מטה אפרים
בן הרה"ק ר' מנחם מאניש אב"ד דינאוויץ זעי"א
כ"ד מנחם אב תקפ"ח


הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
הגה"ק ר' אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים מבראד זי"ע אחי הגה"ק ר' חיים מרדכי מרגליות השערי תשובה זי"ע, נולד י"ט כסלו בשנת תקכ"ב בעיר ברודי לאביו הגה"ק ר' מנחם מאניש אב"ד דינעביץ זי"ע נכד רבינו הבעל תבואת שור זי"ע ולמעלה בקודש ובניהם הגה"ק ר' שמואל אליעזר איידליס המהרש"א זי"ע הגה"ק ר' משה איסרליש הרמ"א זי"ע, ורש"י הק', ודוד מלך ישראל חי וקים.

למד אצל דודו הגה"ק ר' סענדער מרגליות אב"ד סאנטוב זי"ע והסתופף בצל קודש של הרה"ק ר' יהושע העשל האוהב ישראל מאפטא זי"ע, רבינו הי' גאון אדיר, גביר עצום, הי' תורה וגדולה במקום אחד, פאר הדור, שמעו הולך מסוף העולם ועד סופה פוסק גדול, שנשענו עליו כל ישראל בדבר הלכה למעשה, וחכמי דורו קראוהו בשם הכבוד "השמש המאירה בתקפה בצהרים", בצעירתו נתנמה רבינו לכהן לאב"ד בעיר אוהנוב, ואחר כן שלח ידי במסחר, ובמשך הזמן הפך לעשיר גדול, וא"כ עזב את כתר רבנות בעיר אוהנוב וחזר לבראד לקלויז המפורסם שהוקם ע"י הגה"ק ר' יעקב באב"ד זי"ע ששם השקיע עצמו בלימוד התורה יומם וליל, ובמשך אותם ימים שקד על התורה, והחל לכתוב את ספריו הק', חיבוריו נתקבלו בכל העולם, וחוץ מספרים הרבה שעדיין בכת"י נדפסו שו"ת בית אפרים, יד אפרים, ראש אפרים, עוללות אפרים, שער אפרים, שם אפרים, מטה אפרים, טיב גיטין, זרע אפרים, מעלות היוחסין הספדים, דמעת אפרים, שערי אפרים, שארית אפרים ועוד הגהות וחי' הרבה מאד,

חוץ תורתו בנגלה הי' בקי בחכמת הקבלה כמו שהעידו עליו גדולי הדור וקדושי עליון שבזמנו,הגה"ק ר' משה סופר החתם סופר זי"ע כתב על רבינו בין השאר "קדוש ישראל צדיקו של עולם וכו' מי זה ואיזה אשר ירפרף או יצפצף מול דברותיו המכוונים".

בעירו של רבינו דר איזה משכיל אפיקורס, שלפנים היה נדמה לאחד משלומי אמוני בנ"י, אך שבע תועבות היה בלבו, הוא היה מלמד תשב"ר ובמלאכתו הזאת והסית והדיח תינוקות של בית רבן להשכלה רח"ל,

פ"א ראה בכתבי עת שרבינו מבקש רואה חשבון למסחרו, המלמד המשכיל הנ"ל חשב לעצמו שבוודאי אם יעמוד עצמו לפני רבינו ויאמר שהוא ראוי לאותו איצטלא יקח אותו, כי הוא היה בעל צורה בזקן ארוך וכ'ו וזה יהיה לחשיבות בעיני רבינו, ובזה יהא לו פרנסה בהרחבה, אומר ועושה, הלא בא לפני רבינו ואמר לו שהוא מוכן להיות רואה חשבון, כשרואהו רבינו אמר לו שהדבר נראה בטוב אבל בשביל שנצרך לו זאת בעיר המלוכה ווין הבירה, שאין מדרך ארץ שיהיה לי רואה חשבון עם זקן ופיאות ממילא אין זה בשבילכם, המלמד התבונן וחשב שלמעשה הרי זה משרת נכבד ויש לו הזדמנות עכשיו להרויח הרבה כסף, לכן הלך ונסתפר הפיאות והזקן, וסבור שרבינו לא יכיר אותו, לכן בא עוה"פ לרבינו בלא הזקן, וא"ל שהוא מוכן להיות רואה חשבון בעיר וויען, כשראה אותו רבינו אמר לו: תדע שלא היה נצרך לי כלל רואה חשבון בעיר ווין רק רצוני היה לגלות פניך ברבים שידעו הכל שהנך משכיל וכופר רח"ל ועכשיו תוכל לילך , הלה יצא מלפני רבינו אבל וחפוי ראש,

נסתלק לגנזי מרומים כ"ד מנחם אב בן ס"ו שנים תקפ"ח ומנ"כ בעיר ברודי זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן ..





הרה"ק רבי שלום הלפרין מוואסלוי זי"ע כ"ד אב תרצ"ט

שמואל'יק'יל האט געשריבן: אין רבי יעקב יוסף שלמה מוואסלוי - יא טבת תשמ"ה
.......................................................................
......................................................................

האדמו"ר הראשון לבית וואסלוי, הרה"ק רבי שלום הלפרין זי"ע, המכונה בפי החסידים "דער אלטער רבי" – האדמו"ר הזקן, בן בתו של סבא קדישא מריז'ין היה. הוא נולד בחצר המלכות בסאדיגורא כמה שנים לפני פטירת זקנו זי"ע, ששרוי היה בשמחה מיוחדת ביום הכנסתו בבריתו של אאע"ה וקרא את שמו של הרך הנולד על שם אביו רבי שלום מפרוהובישטש.
שם בסאדיגורא גם גדל והתחנך. אוירת הקודש והחינוך המיוחד אותם ספג וקיבל בחצר הקודש, בשנותיו הראשונות – תחת עינא פקיחא של הס"ק (שעד זקנה ושיבה של אדמו"ר רבי שלום זי"ע חקוקים היו צורתו ואף סגנון דיבורו של הריז'ינער הק' בזכרונו). ואחר כך בצל דודו הרה"ק רבי אברהם יעקב זי"ע, האדמו"ר הזקן מסאדיגורא, עיצבו את קומתו הרוחנית וטבעו בו את חותמה המובהק של ריז'ין לעד ולעולמי עולמים.
אמנם כן, לצד הסגנון המלכותי האצילי מבית אמא, סיגל רבי שלום לעצמו תכונות ודרכים משלו שנתנו לה לוואסלוי את גוונה המיוחד.
רבי שלום זי"ע, בדרך של קנאת ה' צבקות היה צועד, ונוהג בתקיפות יתירה כנגד פורקי עול ותופעות של פריקת עול, באופן שהיה שונה מההנהגה הריז'ינית הכללית שכל כולה חן וחסד ורחמים. אלא שבמלאכת מחשבת נשתלבו אצלו התקיפות והחמלה, הקנאות והרחמים כשהם משלימים זה את זה.
הנהגה זו באה לו – בין היתר – מבית אבי אבא. אביו, הרה"ק רבי דוד הלפרין זי"ע חתנו של הקדוש מריז'ין, מגזע היחס היה. אביו שלו, רבי יעקב יוסף הלפרין זצ"ל מבארדיטשוב , (שמרן רבי שלום שהה משך שנים מספר במחיצתו) - מדברנא דאומתיה היה, שתדלן בדברים שבקדושה ומנהיג ללא חת שעמד בגבורה במלחמה על שמירת מבצרי היהדות מול רוחות ההשכלה האיומות שאיימו להרוס כל חלקה טובה. אף אבותיו למעלה בקודש מנהיגים דגולים ותקיפים היו, שתורה וגדולה נתאחדו על שולחנם והיו עוסקים בצרכי ציבור. ותכונה זו של מנהיגות ברמה נמסכה בהנהגת האצילות המלכותית ומלאת החן שבאה לו לאדמוה"ז מוואסלוי מבית ריז'ין.
ואף כשנלקח אחר כבוד כחתן לבן דודו, רבינו אדמו"ר הזקן מבוהוש זי"ע , – ובוהוש הלא סמל ודוגמא של רחמים ו'ירידה אל העם' היתה - וספג עוד ועוד גינוני הנהגת צאן קדשים באורך רוח וסבלנות אין קץ, עם כל זה לא הועמה תקיפותו, במקום הצורך בלבד – כמובן.
בכל הנוגע להצלת היהדות מציפורני ההשכלה והציונות שעשו בה שמות עמד כצור חלמיש ולחם כארי – לעיתים כשהוא בודד במערכה – ואף כשנראה היה כי המאבק אבוד, לא נרתע.
עליו המליצו החסידים את לשון הפסוק: "בקנאו את קנאתי...הנני נותן לו את בריתי שלום!" . קנאות חריפה מחד, אך יחד עם זאת שלום, שכן כזקן מלא רחמים היה, וכדברי הכתוב: "שלום שלום לרחוק ולקרוב". מקרב ומרעיף נטפי ניחומים וטללי תחיה לכל יהודי באהבה ובחמלה עד אין קץ עד כי "אמר ה' ורפאתיו" בגשמיות וברוחניות. תלמדי חכמים מופלגים נמשכו אל גאונותו וקדושתו. והמוני העם פקדו בהמוניהם את חצרו בשל היחס החמים והמופתים הגלויים והמפעימים ש'התגלגלו' אצלו.
כשנפטר אביו הרה"ק רבי דוד זי"ע , הפצירו בו החסידים לעטות על עצמו אדרת הנהגה והוא סירב. אבל כעבור זמן לא רב, בתרנ"ה או בתרנ"ו, ציווהו חותנו הרבי מבוהוש זי"ע (סמוך לפטירתו) לילך ולהנהיג עדה בעיר 'ראדוקאנען'. וכה המליץ באזניו: "עליך קורא אני: "רדו – כנען", אף הוא הבטיחו שיהא אוירה של ארץ ישראל שרוי בראדוקאנען.
כיון שבא אדמוה"ז רבי שלום לראדוקאנען, שינתה העיירה את פניה לטובה לבלי הכר. מספר היהודים שבה עלה בהתמדה עד שהגיע לכפל כפליים ממספרם בתקופה שלפני שעלתה ראדוקאנען על מפת החסידות.

- - -

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:22 pm

הרה"ק רבי יעקב משולם אורנשטיין זצ"ל הישועת יעקב
בן הרה"ק רבי מרדכי זאב אב"ד לבוב
כ"ה מנחם אב תקצ"ט

Untitled.gif
Untitled.gif (73.34 KiB) געזעהן 1962 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:48 am

הרב ישעיה מנחם ב"ר יצחק אביגדורשׂ, המכונה רבי מנחם מענדל אביגדורס ונודע בכינוי מהר"ם
אב"ד ומרא דאתרא של העיר קראקא עד פטירתו.בכ"ה באב ה'שנ"ט,
ההוגה והמנסח הראשון של שטר היתר עסקה.
על אף שבדורו נחשב הרב לאחד מגדולי הפוסקים לא נשתיירו פרטים רבים אודותיו.
שם משפחתו, אביגדור'ש, ניתן לו על שם חמיו, בשל מנהגו לחתום על פסקיו "מנדל ב"ר יצחק ר' אביגדורש".


Untitled.gif
Untitled.gif (199.28 KiB) געזעהן 1864 מאל


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יציב פתגם און 8 געסט