פורל הארבער אטאקע - DEC. 7 1941

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

פורל הארבער אטאקע - DEC. 7 1941

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:45 pm

שבת קודש פרשת ויגש, למספרם דעצעמבער 7 - איז אפגעצייכענט געווארן די טאג וואס אמעריקע איז אפעציעל געווארען אינוואלוועד אין די צווייטע וועלט מלחמה. די טאג וואס האט געטוישט די וועלט אויף אייביג! און האט לויט רוב היסטאריקע אנגעהויבען די ענדע פון די מלחמה און געברענגט א סוף צי די פאשיסטישע טיראניי.

די טאג איז געווען 12/7/1941

ביז יענעם טאג איז די אמעריקאנע רעגירונג בלויז געשטאנען פון די זייט, און נישט אנטיילגענימען אין די מלחמה מיט מיליטערישע שריט, נאר ארויסגעהאלפן די בריטישע, און די אויפשטענדלער אין די נאצי אקופירטע לענדער מיט קריטישע כלי מלחמה און תכסיסי מלחמה. אבער זיי האבן נישט אנטיילגענימען אין קיין מיליטערישע אפעראציעס, נישט מיטן שיקען סאלדאטען אויף די פראנט, און נישט מיטן פלאנירען אטאקעס.

במציאות האט אמעריקע דאן בכלל נישט געהאט קיין מילטער וואס וואלט געקענט זיין גרייט צי גיין אין מלחמה, און אין אמעריקע האט די פאלק געוואלט בלייבען אינדרויסען פון די מלחמה, זיי האבען נישט געהאלטן ביים געבען די לעבען פון זיערע מענער, קענדער, ברידערס פאר אפאר איבערן-ים לענדער.

אבער אלעס האט זיך געטוישט יענעם טאג!

יענעם דעצעמבער 7, 1941.
7:48 אינדערפרי האט די יאפאנעזע נעיווי אטאקירט די אמעריקאנע באזע אין פוירל הארבער, האווייאי, מיט א מערדערליכען קראפט און א גוט פלאנירטע און אויסגעארבייטע "פריעמטיוו סטרייק", וואס האט געכאפט די אמעריקאנע פאלק אין א טאטאלען שאק, און אוועקגענימען יעדע ספק פון מלחמה!

---

*** אין די יארן פאר די אטאקע ***

זינט די יאר 1930 האט יאפאן געפירט א מלחמה מיט אירע שכנים וועלענדיג אויפבויען א ריזיגע אימפעריע אין אזיע. יאפאן האט געהאלטען אז אזיע מיז ווערען געפירט דורך אזיאנער, און נישט אז אירופעיאישע מלוכות ווי ענגלאנד און פראנקרייך זאלען הערשען אויף אזיע, (ענגלאנד און פראנקרייך האבן דאן געהערשט אויף גאנץ מזרח אזיע).

אנגעהויבען האט זיך עס מיט א אינוואזיע אין 'מענדשאריע' טשיינע, און במשך די קומענדיגע 10 יאר האבן זיי צוביסלעך איינגענימען מער און מער שטחים פון טשיינע.

די אטמאספער צווישען די מערב וועלט גרויסמאכטן (אמעריקא, ענגלאנד, פראנקרייך) מיט יאפאן זענען געווען היבש אנגעצויגען, אבער מען האט גארנישט געטוען עפעס ספעציעל דערוועגען.

אין 1940 האט יאפאן אטאקירט די פראנצויזישע קאלאניע גערופען "פרענטש אינדא-טשיינע" (דאס נעמט אריין חלקים פון די היינטיגע וויעטנאם און קאמבאדיע). די ציל איז געווען צי בלאקירען די סופליי ליפערונגען וואס איז געקומען דורך דארט פון אמעריקע צי טשיינע.

די אטאקע האט אנגעהאלטן בלויז אפאר טעג און געקומען צי א שנעלע ענדע נאך וואס די פראנצויזישע "ווישי" רעגירונג האט געשלאסען א אפמאך מיט יאפאן, אין וואס יאפאן האט באקומען קאנטראל אויף צפון אינדא-טשיינע און אזוי האבן זיי געקענט בלאקירען סופליי צי טשיינע, אריינגערעכענט מלחמה ארטיקלען וואס טשיינע האט געקויפט פון אמעריקע.

די אטאקע האט געברענגט אז אמעריקע זאל ארויסשטעלען א עמבארגא אז מ'זאל נישט מעגען פארקויפען אויל און אנדערע וויכטיגע רויע מאטריאל פאר יאפאן.

וויבאלד יאפאן איז א לאנד וואס איז ארומגענימען פון אלע פיר זייטען מיט ים, ברויכען זיי כסדר צוקימען צו רויע מאטריאלען - א שטייגער ווי אויל, רייז, ווייץ און אנדערע לעבענס וויכטיגע מאטריאלען - פון די דרויסענדיגע וועלט כדי צי קענען אנגיין מיטן לעבען.

אבער מער פון אלעם זענען זיי געווען שטארק אנגעוויזען אויף אויל פאר זייער מלחמה פלענער, די עראפלאנען, טאנקען, טראקס, שיפן, און וויבאלד אמעריקע האט ארויפגעלייגט די עמבארגא האט דאס געמיינט אז לויט'ן חשבון האבן זיי נאר געניג אויל אוועקגעלייגט פאר "צוויי יאר!" אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זיי קענען זיך געזעגענען פון זייער חלום צי האבן א ריזיגע קעניגרייך איבער גאנץ אזיע.

דעריבער זענען זיי געקומען צום באשלוס אז זיי דארפן באקומען קאנטראל אויף די ריזיגע נאטירליכע קוועלער פון די לענדער "מאלעיע", און די היינטיגע "אינדאנישיע". דאס זענען געווען גרויסע נאטירליכע קוועלער פאר אויל און ראבער, פון די זאכען וואס האט זיך וויכטיג אויסגעפעלט פאר אזא ריזיגע מלחמה מאשין וואס יאפאן האט פארמאגט.

און אנפאנג 1941 האט פרעזידענט רוזוועלט באפוילען אריבערציפירען די פאציפישע קריגס פלאטע וואס איז געווען סטאנציאנירט אין סאן דיעגא, קאליפורניע, צי פורל הארבער, האווייאי. און האט אויך געהייסען אויפבויען א מיליטערישע באזע אין די פילפפינס אינזלען מיטן ציל אז דאס זאל ברעכען יאפאנ'ס ווילען פון פראבירען איינעמען נאך לענדער/אינזלען צי מזרח זייט אינעם פאסיפיק.

יאפאן האט פארשטאנען דעם מעסעדש, אבער זיי האבן זיך נישט דערשראקען... אדרבה, זיי האבן זיך אנגעהויבען גרייטען אויף ערענסט ביזנעס...

יאפאן האט געוויסט אז אויב זיי אטאקירען די בריטישע קאנטראלירטע אינזלען אין יענעם געגענט וועט דאס אריינשלעפען אמעריקע אין א מלחמה מיט יאפאן אויף די זייט פון ענגלאנד, דעריבער זענען זיי געקומען צי א באשלוס אז די בעסטע אויסוועג איז צי צישמעטערען די אמעריקאנע באזע אין פורל הארבער, אין א "פריעמטיוו סטרייק" איידער זיי הייבען בכלל אן א אטאקע אנטקעגען די בריטישע אינזלען, און די אמעריקאנע פיליפפינס אינזלען.

זיי האבן געמאכט דעם פשוט'ן חשבון, אז אויב זיי קענען צישמעטערען די "פאסיפישע פלאטע" וואס איז סטאנציאנירט אין פורל הארבער, וואס דאס איז דאן געווען די איינציגסטע נעווי פלאטע וואס אמעריקע האט פארמאגט אויפן פאסיפיק וואס איז געווען גרייט פאר מלחמה, וועט אמעריקע נישט זיין גרייט צו קענען צוריק אטאקירען פאר א יאר, און אפשר צוויי ביז מען פאריכט די באזע. וואס דאס וועט געבען קריטישע צייט פאר יאפאן צי אויסשטאפירען איר נעיווי מיט מער שיפען און כלי זין, צי זיין גרייט פאר א קאמף מיט אמעריקע.

מען דארף וויסען, אז די גרעסטע חלק פון די אמעריקאנע - יאפאנעזע מלחמה איז געפירט געווארן אויפן ים. דעריבער איז פארשטענדליך אז די וויכטיגסטע זאך וואס סיי אמעריקע און סיי יאפאן האבן געדארפט און אן דעם וואלטן זיי נישט געקענט אנגיין מיט די מלחמה איז געווען די "נעיווי".

די "נעיווי" איז באשטאנען פון א ריזיגע ליסט פון אלע סארט שיפען:
- אנגעהויבען פון די ריזיגע מאיעסטעטישע "עירקרעפט קעריערס" וואס האט על פי רוב געהאט איבער 2,000 סאלדאטען אויף זיך, און איבער 100 עראפלאנען, פון די שיף זענען די עראפלאנען כסדר ארויסגעפלויגען צי אטאקירען דעם שונא.
- "מלחמה שיפן (Battleship)" וואס זענען געווען אויסשטאפירט מיט א מערדערליכען ארסאנעל פון די שטערקסטע קאנאנען וואס האט געקענט שיסען ביז אזוי ווייט ווי 14 מייל! און אויך אנדערע וואפען פאר נענטערע צילען,
- "דעסטרויערס",
- "קרוזערס"
- "סובמארינס"
- "סופליי שיפן",
- "אויל טאנקער שיפען",
- "טראנספארט שיפען" פאר די סאלדאטען,
- און נאך שיפען וואס האבן ציגעשטעלט אלעס וואס האט זיך אויבגעפעלט פאר יעדע אטאקע.

די הויפט ראלע, און די וויכטיגסטע אייטעם איז פארשטייט זיך געווען די "עירקרעפט קעריערס". וויבאלד דאס האט געגעבן די מאכט פאר סיי וועלכע זייט צי קענען אטאקירען דעם שונא סיי וואו, סיי ווען מיט די עראפלאנען, דעריבער איז דאס אייביג געווען די גרעסטע 'טארגעט' פון ביידע זייטען צי פארניכטען דעם אנדערענ'ס "קעריערס".


*** די אטאקע אויף פורל הארבער, האווייאי ***

"נאוועמבער 26, 1941"

יענעם טאג האט זיך ארויסגעלאזט פון יאפאן די "סטרייקינג פארס". די גרופע איז באשטאנען פון נישט ווייניגער ווי 'זעקס' עירקרעפט קעריערס (סתם פאר די פאן, די נעמען זענען געווען "אקאגי, קאגא, סיר-יאא, היר-יאא, שוקאגא, זאקאקא...), און נאך בערך 30 אנדערע מלחמה שיפן.

די עירקרעפט קעירערס האבען געטראגן א ריזען ציפער פון נישט ווייניגער ווי 408 עראפלאנען!!! וואס פון די עראפלאנען זענען 360 געווען וואס האבען געדארפט באמבעדירען פורל הארבער צוטיילט אין צוויי גרופעס, איינס אפגעריקט פון צווייטען מיט ווייניגער ווי א שעה. און די איבעריגע 48 זענען געווען קאמפס עראפלאנען, אפצישלאגען סיי וועלכע קעגנשטאנד פון אמעריקאנע קאמפס עראפלאנען.

די פילאטן זענען געווען פון די בעסטע פילאטען וואס יאפאן האט נאר פארמאגט! די ערשטע גרופע איז געווען די עיקר סטרייקינג פארס, די צווייטע איז געווען אין קעיס מ'דארף ציענדיגען וואס די ערשטע וועט נישט אניאגען.

די גרופעס זענען באשטאנען פון:
** טארפידאו עראפלאנען, געאייגענט צי אטאקירען שיפן, (די פילאטען האבן לויט די וויכטיגקייט פונעם שיף געדארפט באשליסען וועלכע שיף צי אטאקירען, עירקרעפט ערשט, מלחמה שיפן, קרוזערס, דעסטרויערס...)
** דייוו באמבערס, צי אטאקירען בילדינגס, מאגאזינען, באראקען אד"ג.
** פייטער עראפלאנען, צי אטאקירען אין דעמעדשען די מערסטע עראפלאנען שייך וואס זענען געווען פארקירט אינעם עירפארט. און אויך צי באשיצען די באמבארדיר עראפלאנען פון אמעריקאנע פייטער'ס.



"דעסעמבער 7, 1941 - פורל הארבער, האווייאי."

"4:00 פארטאגס"

א אמעריקאנע קרוזער איז געווען ציזאמען מיט נאך אפאר שיפען פאטראלירן די וואסערען אינדרויסען פון האווייאי, ווען פליצלינג האט איין שיף באמערקט א "פארדעכטיגטע זאך" אינעם ים וואס האט אויסגעזעהן ווי א סובמארין וואס איז אויפן וועג אריין צו פורל הארבער.

לויטן פלאן האט נישט געדארפט זיין קיין סובמארינען אין יענעם געגענט, און דער אמעריקאנער אפיציר וואס איז געווען געשטעלט אויף די פאטראל האט באקומען אנווייזונגען "אז יעדע סובמארין וואס שווימט אינדרויסען פון א באשטימטע זאנע דארף מען זינקען". די קרוזער האט געשאסען אויפן סובמארין, אבער האט נישט באוויזען צי צילען, און האט פארלוירען די סובמארין.


"6:37 צופרי"
ווידעראמאל האט איינער באמערקט די פארדעכטיגטע זאך, אבער יעצט איז שוין געווען קלאר אז דאס וואס מ'זעהט איז די "קאנינג טורעם פון א נישט באקאנטע סובמארין", (די קאנינג טורעם, איז מיט וואס א סובמארין קען זעהן וואס טיט זיך העכערן ים).

ווידעראמאל האט דער אפיציר באפוילען צי שיסען אויפן סובמארין... דאס מאל איז עס יא געלונגען, און מער האט מען נישט געזעהן דעם סובמארין. דער אפיציר האט געשיקט א טעלעגראם צי די באזע אז ער האט "אטאקירט, געשאסען, און געזינקען א פארדעכטיגטע סובמארין וואס האט זיך געדרייט אין די נישט ערלויבטע וואסערען".

די סובמארין איז געווען איינס פון פינעף סובמארינען וואס יאפאן האט געשיקט צי פורל הארבער פאראויס פון די אטאקע צי זיכער מאכען אז די אמעריקאנע שיפן אנטלויפען נישט.


אפאר מינוט נאך 7:00 צופרי:

א סאלדאט איז געזיצען ביי איינע פון די נייע אינסטאלירטע ראדאר סיסטעם וואס די ארמיי האט אינסטאלירט קוים א חודש פארדעם, און זיך טרענירט וויאזוי דאס דארף ארבייטען, ווען פליצלינג האט ער געזען אויפן ראדאר אז א ריזיגע גרופע עראפלאנען קומען אין ריכטונג פונעם אינזעל...

ער האט איבערגעגעבען דעם מעסעדש צי זיין אפיציר, אבער יענער האט עס אוועקגעמאכט, זאגענדיג אז ס'איז לכאורה אמעריקאנע B-17 עראפלאנען וואס קומען יעצט אן פריש פון אמעריקע צי פארשטערקערן די באזע, אדער איז עס עראפלאנען פון די אמעריקאנע עירקרעפט קעריערס וואס זענען געווען אינדרויסען אויפן ים דורכפירענדיג טעגליכע עקסערסייזעס.


** 7:48..... די ערשטע אטאקע! **

183 יאפאנעזע עראפלאנען האבן זיך פליצלינג באוויזען דרום זייט העכער האווייאי...
די ערשטע גרופע פון די יאפאנעזע פליגערס איז אנגעקומען צי זייער ציל, און מיט א טויטליכע פינקטליכקייט נאך חדשים טערנירונגען האבן זיי געכאפט די אמעריקאנע סאלדאטען אין טאטאלען סורפרייז!!!!

די גרופע האט אינקלודעט ווי פאלגענדע:
50 'קעיט' עראפלאנען טראגענדיג יעדע איינע 1,760 פונטיגע באמבעס! און 40 עראפלאנען מיט טארפידאס, מיטן ציל צי באמבעדירען און זינקען די מלחמה שיפן און די עירקרעפט קעריערס...
54 'וואל' דייוו באמבערס, טראגענדיג מיט זיך 550 פונטיגע באמבעס, געאייגענט צי באמבעדירען און חרוב מאכען די עירפיעלדס...
45 'מיטזובישי' פייטער עראפלאנען, צי צישטערען די אמעריקאנע פליגערס וואס זענען געווען פארקירט אויף די עירפיעלד'ס...

די יאפאנעזער האבן זיך א לאז געטון אויף זייערע צילען און אנגעזייט חורבן איבעראל, איין שיף נאכען צווייטען. האט אויפגעריסען פון די פינקטילכע טארפידאס, און באמבעס וואס די יאפאנעזער פילאטען האבן איר געשאנקען...


די גאנצע אטאקע האט געדויערט ווייניגער ווי 2 שעה!!! אבער די טרעינינג וואס די יאפאנעזע פילאטען האבן באקומען בעפאר די אטאקע, און די יארן וואס זיי זענען שוין געווען אין מלחמה, האט ציגעגעבן צי די שטוינענדע סוקסעס.

אויך האט די זעלבסט זיכערקייט וואס די אמעריקאנער האבן געהאט אז די אמעריקאנע נעיווי איז די שטערקסטע, (ווי א ניו יארק טיימס העדליין האט זיך געליינט יענעם צופרי "נעיווי סעקראטערי נאקס זאגט אז די יו.עס. נעווי איז די שטערקסטע פון אלע"....) דאס האט אויך שטארק ציגעגעבן אז מ'זאל נישט נעמען ערענסט די סובמארין אינצידענט פון צופרי, און די ראדאר ווארענונג. און דעריבער האט יאפאן געקענט כאפן אמעריקע אין טאטאלען סורפרייז.

די הויפט זאך וואס האט אבער געהאלפן יאפאן כאפן אמעריקע אין סורפרייז איז געווען די געלונגענע שפיל פון די יאפענעזע איינצירעדען די אמעריקאנע רעגירונג ביזן לעצטען מינוט אז "יאפאן וויל פארהאנדען מיט אמעריקע"... פרעזידענט רוזוועלט, און די העכסטע באמטע פון די סטעיט דעפארטמענט זענען געווען פארנימען מיטן אפליינען א לאנגע ענטפער פון יאפאן וואס איז אריינגעקומען ממש געציילטע מינוט פאר די אטאקע האט זיך אנגעהויבן.

מיטאמאל 1:28 וואשינגטאן צייט (7:58 האווייאי צייט), האבן זיי באקומען א מעסעדש פון די הויפט אדמיראל אין האווייאי "Air Raid Pearl Harbor STOP This Is Not A Drill" (ליפט אטאקע אויף פורל הארבער, דאס איז נישט קיין מיליטערישע עקסערסייז)....

---
די אטאקע איז געווען א שטוינענדע סוקסעס פאר יאפאן.

אלעס צוזאמען זענען א ערך פון 2,386 אמעריקאנע נעיווי און מארין פערסאנעל געהרג'ט געווארען, 1,193 זענען פארוואנדעט געווארען,
18 שיפען האבן געזינקען אריינגערעכענט 5 מלחמה שיפן!,
188 עראפלאנען חרוב, און 159 געשעדיגט.

צי אמעריקעס מזל זענען אבער אלע 3 אמעריקאנע פאסיפיק פליט עירקרעפט קעריערס (ענטערפרייז, לעקסינגטאון, סערעטאוגע) - די עיקר טארגעט און סיבה פארוואס יאפאן האט אינטערגענימען די אטאקע - נישט געווען דעמאלטס אין פורל הארבער... זיי זענען געווען איבער 100 מייל אוועק

די קימענדיגע טאג האט פרעזידענט רוזוועלט געבעטען פון קאנגרעס צי דערקלערען מלחמה אנטקעגען יאפאן, א זאך וואס קאנגרעס האט גלייך באשטעטיגט, ענגלאנד האט אויך דערקלערט קריג אנטקעגען יאפאן אינעם זעלבען טאג. 3 טעג שפעטער - דעצעמבר 11 - האט דייטשלאנד און איטאליע דערקלערט קריג אויף אמעריקע, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבען די "וועלט" מלחמה ווען אלע קאנטינענטען זענען געווען אין קריג.

באמת איז היטלער געווען געפערליך דיסעפוינטעט אויף יאפאן פארן זיך נישט רעכענען מיט אים און אים זאגען פאראויס וועגען די אטאקע. היטלער ימ"ש האט געהאלטן אז ווילאנג אמעריקע מישט זיך נישט פערזענדליך אריין אין די מלחמה האט ער נאך א טשאנס צי געווינען, און לויט וויאזוי די מצב איז דעמאלטס געווען איז ענגלאנד געווען צוקלאפט אין צפון אפריקע און איז נישט געווען גרייט פאר א מלחמה מיט דייטשלאנד, און נאר מיט א פאראייניגטע כוח מיט אמעריקע וואלט ענגלאנד געקענט עפענען א מערב פראנט אנטקעגען דייטשלאנד, דעריבער האט היטלער זיך גערעגט פארוואס יאפאן האט אריינגעשלעפט אמעריקע אין די קריג.

יאפאן האט אבער געלאכט פון דעם מטורף אין די פויסטען... זיי האבען געוואלט אריינפליקען א גוטס אין אמעריקע און זיי האבן געהאפט אז אזוי גייען זיי מארשירען צי א זיג, דערווייל האט דער באשעפער געפירט א וועלט... ס'האט טאקע געדוירט 6 ביטערע יאר אבער צום סוף האבן די צינדערס פון די בליטיגסטע מלחמה אין די וועלטס היסטאריע געליטען ביטערע מפלה'ס.

כן יאבדו כל אוביך ה'

אויב האב איך עפעס אויסגעלאזט, ביטע מעלדען, און מ'וועלמיר אי"ה צילייגען.
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום מאנטאג דעצמבער 09, 2013 4:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:50 pm

אין איינע פון די גרעסטע סודות פון די מלחמה אנטקעגען יאפאן האט אמעריקע געהאט געבראכען די יאפאנעזע נעווי סיקרעט קאודס, מען האט עס גערופען ביים נאמען JN26B (די אוקראנים פון י'אפאנס נ'עווי 26'סטע סעט קאודס) און אזוי האבן זיי פאר די לעצטע פאר יאר מיטגעהאלטן אלע געשפערכען צווישען יאפאן און אירע אמבאסעדעס ארום די וועלט.

אין די לעצטע טעג איז ווי אויבען דערמאנט פארגעקומען פארהאנדלונגען צווישען אמעריקע מיט יאפאן איבער אינדא-טשיינע, יענעם זינטאג האט יאפאן אין א 14 זייטיגען ענטפער אנגעגעבען זייערע סיבות פארוואס זיי קענען נישט איינגיין אויפן אפמאך, די סיבות זענען געווען אויף 13 בלעטער פון די 14.

די 14'טע בלאט האט ערהאלטען א מעסעדש פון טאקיא צו וואשינגטאן אז "אלע דיפלאמאטישע האנדלונגען ווערען אפעציעל אפגעשטעלט!". וואס דאס האט געמיינט אז יאפאן איז אין מלחמה מיט אמעריקע.

דער אמבאסעדער איז אנגעזאגט געווארען צי איבערגעבען די מעסעדש פאר וואשינגטאן א האלבע שעה פאר די אטאקע אויף פורל הארבער הייבט זיך אן, מיט דעם האט טאקיא געזאלט האבן דעקלערט קריג אנטקעגען אמעריקא.

למעשה ווי קאמיש ס'הערט זיך, בשעת דער יאפאנעזער אמבאסעדער האט נאך נישט געהאט איבערגעטייטש די בריוו, האבן אבער די קאוד ברעכערס אין וואשינגטאן שוין געהאט איבערגעטייטשט די קאודס מיט וואס די 14 זייטען באריכט איז געשריבען געווארן, און זיי האבן גלייך איבערגעגעבן די מעסעדש פאר א אפיציר וואס זאל מעלדען פורל הארבער אז אמעריקא גייט אריין אין קריג מיט יאפאן!!!

למעשה איז אבער די מעסעדש נישט אנגעקומען ביז א שעה נאך די אטאקע צוליב וואס די ארמי'ס רעדיאו ליינס זענען געווען פארנימען, און גענעראל מארשעל די ארמי טשיף אוף סטעף האט דעריבער געהייסען שיקען די מעסעדש מיט די רעיולער טעלעגראם כוואליעס, ממילא ווען ס'איז אנגעקומען אין פורל הארבער האט מען עס נישט געלייגט צווישען די "העכסט פריארעטי" מעסעדשעס.

דאס איז איין אינטערסאנטע זאך.

נאך א אינטערסאנטע זאך וואס אמעריקע האט געהאט מיט יאפאן איז געווען א נאיווע באפעל פון די יאפאנעזער מיליטער, אז יעדע שיף און אזוי אויך אלע זייערע איינגעשטעלט האבן יעדען פארנאכטס געברויכט אהיים שיקען א פינקטליכען באריכט פון זייערע אלע אקטיוויטעטן במשכ'ן טאג, און זייער פוינקטליכע פאזיציע... וואס די אמעריקאנער האבן פארשטייט זיך דאס מורא'דיג גוט אויסגעניצט... און יעדע נאכט האבן זיך די אמעריקאנע סובמארינען ארויסגעלאזט צי כאפן עפעס "צדה בדרך"... וואס איז אנגעקומען זייער גרינג וויבאלד זיי האבן געהאט פינקטליכע אינפארמאציע "וואו" יעדע שיף געפינט זיך.

איינע פון די וויכטיגסטע מענטשען איז געווען דער יאפאנעזער אמסאבעדער צי דייטשלאנד. וויבאלד אז דייטשלאנט איז געווען צוזאמען מיט יאפאן (און איטאליע) אנטקעגען די אליאירטע האט דער יאפאנעזער אמבאסעדער געהאט ציטריט צי די געהיימסטע פלעצער אין דייטשלאנד, און ווי איר פארשטייט אליין האט ער ווי א געטרייע בירגער געפאלגט דעם באפעל, און אהיימגעשיקט "יעדען נאכמיטאג" א באריכט פון "אלע זיינע אקטיוויטעטען" דורכ'ן טאג.

היטלער ימ"ש האט באפוילען אז מ'זאל ווייזען אלע מיליטערישע איינריכטונגען און פארבריקען פאר דעם יאפאנעזער אמבאסעדע, און מ'זאל אים איינתאדענען צי יעדע נאצי פאדי און פארברענג... היטלער האט אים גענומען אויף א טור צים "אטלאנטיש'ן וואנט", דאס איז געווען די דעפענסיווע פאזיציעס און איינריכטונגען וואס היטלער האט באפוילען צי אויפבויען ביים אטלענטיק אוישען, א שווערע פארפאנצערטע פאזיציע וואס איז געווען איבער 1,000! מייל לאנג!!

די אמעריקאנע האבן פארשטייט זיך מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם. אין פאקט איז דער יאפאנעזער געווען דער בעסטער קוואל פאר אלעס וואס די אליאירטע האבען געדארפט וויסען כדי ציי קענען אנגרייטען די גרויסע אינוואזיע אויף יוני 6, 1944!!! זיי האבן נאר געדארפט ליינען זיין טעגליכען באריכט, און זיי האבען געהאט א פונקטליכע בילד אויף "אלעם!" וואס טיט זיך אפ ביי דייטשלאנד!!!

א מענטש טראכט און גאט לאכט!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:53 pm

יישר כוח. מורא'דיג אינטערעסאנט און שיין געשריבן

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 1:11 pm

א ררררייייזזזייייגגגגעעעןןן ריזיגען ישר כח! הערליך קלאר אין געשמאק באשריבן! אבנארמאל שיין! כאניש נאך ווערטער....

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 1:21 pm

געוואלדיג באשריבען
צוגעלייגטע
די מעמאריעל.jpg
די מעמאריעל
די מעמאריעל.jpg (7.47 KiB) געזעהן 4801 מאל
images[6].jpg
צייטונגען באריכטען
images[6].jpg (14.77 KiB) געזעהן 4801 מאל
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 1:27 pm

געלעגער האט געשריבן:יישר כוח. מורא'דיג אינטערעסאנט און שיין געשריבן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 2:55 pm

הערליך, איפארמאטיוו, געשמאק צו ליינען, יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1986
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 3:08 pm

זייער שיין, יישר כח שמאטע.

דו האסט א רייכע פעדער, פון וואס ס'גיסט זיך מיט א קראפט זאפטיגע ארטיקלען און א ציענדיגע שפראך.

די ברויכסט עס אויך אריינלייגען אין די צווייטע וועלט מלחמה אשכול, ווי די האסט שוין געשריבן און די פארגאנגענהייט רייכע היסטארישע מאמרים.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 3:22 pm

באקאנט אלץ דער "מאמע פון אלע קאנספירעסיס"

קוק אויף דעם לינק, ווי מ'רעכנט אויס אז שוין פון מארטש, בערך דריי פערטל יאר פריער האט אמעריקא שוין געוויסט אז די יאפינעזער וועלן אטאקירן פערל הארבער.
http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... bXvNqxBwWQ

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

Documentary: Attack on Pearl Harbor

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 3:45 pm

קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 3:50 pm

בערקא האט געשריבן:א ררררייייזזזייייגגגגעעעןןן ריזיגען ישר כח! הערליך קלאר אין געשמאק באשריבן! אבנארמאל שיין! כאניש נאך ווערטער....
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 6:00 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:יישר כוח. מורא'דיג אינטערעסאנט און שיין געשריבן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 6:01 pm

הערליך באשריבן!

בייגעלייגט עטליכע בילדער פון די אטאקע
צוגעלייגטע
pearl-harbor-attack.jpg
hawaiian-airfield-attack.jpg
bombing-wheeler-airfield.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 6:02 pm

א ריזן דאנק!! זייער שיין באשריבן.

די פרעזידענט - רוזעוועלט - האט דערקלערט מלחמה פאר א געמיינזאמע סעסיע פון קאנגרעס. ביי די רעדע, האט ער געזאגט די ווערטער וואס איז פון די מערסטע באוויסטע פראזען אין אמעריקאנער פאליטישער היסטאריע:
a date which will live in infamy

כ'האב גענומען די מי איבערצוטייטשען די רעדע פון רוזעוועלט אויף אידיש.

דא האט איר א לינק צו "דראפבאקס" ווי מען קען זעהן די גאנצע דרשה פון רוזעוועלט. עס איז בערך 8 מינוט. עס איז כדי אויסצוהערן צו פארשטיין וואס האט געמיינט א "פירער" אין די אמאליגע יארן. די נוסח, די אויסשפראך, און אויסלאגע פון די רעדע, איז זייער מערקווערדיג.

מען הערט אויך אנהייב, ווי די ספיקער רופט אויס דעם פרעזידענט.

האט הנאה.

(כ'לייג קודם די ענגלישע - דאס קענט איר נוצן פאר א טרענסקריפט אויסצוהערן די רעדע - און דערנאך לייג איך די איבערטייטש)

Vice president, Mr. Speaker, members of the senate, of the House of Representatives.

Yesterday, December 7, 1941 - a date which will live in infamy - the United States of America was suddenly and deliberately attacked by naval and air forces of the empire of Japan.

The United States was at peace with that nation, and, at the solicitation of Japan, was still in conversation with its government and its Emperor looking toward the maintenance of peace in the Pacific.

Indeed, one hour after Japanese air squadrons had commenced bombing in the American island of Oahu the Japanese Ambassador to the United States and his colleague delivered to our Secretary of State a formal reply to a recent American message. And, while this reply stated that it seemed useless to continue the existing diplomatic negotiations, it contained no threat or hint of war or of armed attack.

It will be recorded that the distance of Hawaii from Japan makes it obvious that the attack was deliberately planned many days or even weeks ago. During the intervening time the Japanese Government has deliberately sought to deceive the United States by false statements and expressions of hope for continued peace.

The attack yesterday on the Hawaiian Islands has caused severe damage to American naval and military forces. I regret to tell you that very many American lives have been lost. In addition, American ships have been reported torpedoed on the high seas between San Francisco and Honolulu.

Yesterday the Japanese Government also launched an attack against Malaya.

Last night Japanese forces attacked Hong Kong.

Last night Japanese forces attacked Guam.

Last night Japanese forces attacked the Philippine Islands.

Last night the Japanese attacked Wake Island.

And this morning the Japanese attacked Midway Island.

Japan has, therefore, undertaken a surprise offensive extending throughout the Pacific area. The facts of yesterday and today speak for themselves. The people of the United States have already formed their opinions and well understand the implications to the very life and safety of our nation.

As Commander in Chief of the Army and Navy I have directed that all measures be taken for our defense. But always will our whole nation remember the character of the onslaught against us.

(Applause)

No matter how long it may take us to overcome this premeditated invasion, the American people in their righteous might will win through to absolute victory.

(Applause)

I believe I interpret the will of the Congress and of the people when I assert that we will not only defend ourselves to the uttermost but will make very certain that this form of treachery shall never again endanger us.

(Applause)

Hostilities exist. There is no blinking at the fact that our people, our territory and our interests are in grave danger.

With confidence in our armed forces-with the unbounding determination of our people-we will gain the inevitable triumph-so help us God.

(Applause)

I ask that the Congress declare that since the unprovoked and dastardly attack by Japan on Sunday, December 7, 1941, a state of war has existed between the United States and the Japanese Empire.

(Standing ovation)


וויצע פרעזידענט, הער ספיקער, מיטגלידער פון סענאט, און פון די "הויז".

נעכטן, דעצעמבער 7, 1941 - א דאטום וואס וועט לעבן אין שאנדע - [איז] די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע געווען פלוצלינג און [מיטן פולן] באוויסטזיין, אטאקירט דורך ים און לופט קרעפטן פון דער אימפעריע פון יאפאן.

די פאראייניגטע שטאטן איז געווען אין שלום מיט יענע (די יאפאנעזישע) פאלק, און, - ביי (נעמליך: צוליב) די ביטע פון יאפאן - איז [זי] (די פאראייניגטע שטאטן) געווען נאך אין [א] שמועס מיט איר רעגירונג און איר עמפעראר, קוקענדיג פאראויס צו די אויפהאלטונג פון פרידן אין דער פאסיפיק.

[און] טאקע, איין שעה נאך[וואס] יאפענעזע לופט גרופעס האט אנגעפאנגען באמבאדירן אין די אמעריקאנער אינזל פון אאהו, [האט] די יאפענעזע אמבאסאדער צו די פאראייניגטע שטאטן און זיין קאלעגע איבערגעגעבן צו אונזער סעקרעטארי פון שטאט א פארמאלער ענטפער צו א פרישע אמעריקאנער זענדונג. און, און די צייט [וואס] דער ענטפער [האט] אנגעזאגט אז עס קוקט אויס אומניצבאר פארצוזעצן די עקסעסטירענדע דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען, [האט] עס ערהאלטען קיין סטראשע אדער ווינק פון קריג אדער פון באוואפענטע אטאקע.

עס וועט זיין רעקאדירדט (נעמליך: עס איז כדי אנצוווייזן) אז די ווייטקייט פון האוואיו פון יאפאן מאכט עס קלאר ווי דער טאג אז די אטאקע איז געווען [מיטן פולן] באוויסטזיין פלאנירט פילע טעג אדער אפילו וואכן צוריק. דארעכאויס די זעלבע צייט [האט] די יאפענעזע רעגירונג [מיטן פולן] באוויסטזיין געזוכט צו נארן די פאראייניגטע שטאטן דורך פאלשע ערקלערונגען און אויסדרוקן פון האפענונג פאר ווייטערדיגע פרידן.

די אטאקע נעכטן אויף די האוואיואן אינזלען האט געפירט צו שווערע שעדיגענג צו אמעריקאנער ים און מיליטעריש קרעפטן. איך באדויערן צו זאגן [צו] אייך אז זייער אסאך אמעריקאנער לעבן זענען [געווארן] פארלוירן. נאך דערצו, אמעריקאנער שיפן זענען געמאלדן געווארן טראפידירט (נעמליך: געווארן אטעקירט מיט טראפידאוס, א סארט אינטערוואסער וואפן) אויפן גרויסן וואסער צווישן סאן פראנסיסקא און האנאלולו.
נעכטן [האט] די יאפענעזע רעגירונג אויך אנגעפאנגן א אטאקע קעגן מאלייא .

נעכטן נאכט [האבן די] יאפענעזע קרעפטן אטאקירט האנג קאנג.

נעכטן נאכט [האבן די] יאפענעזע קרעפטן אטאקירט גואם.

נעכטן נאכט [האבן די] יאפענעזע קרעפטן אטאקירט פיליפינע אינזלען.

נעכטן נאכט [האבן די] יאפענעזע קרעפטן אטאקירט וועקן אינזל.

היינט אינדערפרי [האבן די] יאפענעזע קרעפטן אטאקירט מידוועי אינזל.

יאפאן האט דעריבער, איונטערגענומען א איבעראשענדע אפענסיווע פארשפרייט דורכאויס די פאסיפיק געגנט. די פאקטן פון נעכטן און היינט רעדן פאר זיך. די מענטשן פון די פאראייניגטע שטאטן האבן שוין געשאפן זייער מיינונגען און פארשטייען גוט די ווירקונג צו די לעבן אליין, און זיכערקייט פון אונדזער לאנד .

אלס [די] קאמאנדער אין טשיף פון די ארמיי און ים פלאטע [האב] איך באפוילן אז אלע מיטלען [זאלן] ווערן גענומען פאר אונדזער פארטיידיקונג. אבער שטענדיג וועט אונשער גאנצער פאלק געדענקען די כאראקטער פון די אנגריף קעגן אונז.
(קלאטשערייען)

מאכט נישט אויס ווי לאנג עס קען נעמען [פאר] אונז צו איבערקומען דעם פלאנירטע אינוואזיע , די אמעריקאנער מענטשן אין זייער רעכטווערדיגער שטארקייט וועט געווינען דוראויס צו [א] אבסאלוטע זיג.

(קלאטשערייען)

איך גלויב איך איבערטייטש דעם ווילן פון דעם קאנגרעסס און פון די מענטשן, ווען איך [טו] פעסטשטעלן אז מיר וועלן נישט נאר באשיצן זיך צו די מערסטע מעגליך, נאר [אויך] וועלן מאכן זייער זיכער אז דעם פארעם פון פאראט וועט קיינמאל [נישט] ווידער אונז אין געפאר ברענגען.
(קלאטשערייען)

פארביטערונג [געפילן] עקסיסטירן. עס איז נישטא [קיין] בלינקינוג צו די פאקט (נעמליך: עס איז קיין ספק) אז אונזער מענטשען , אונזער טערעטאריע און אונזער אינטערעסן זענען אין [א] ערענסטען געפאר.

מיט פארזיכערונג אין אונזערע באוואפענטע קרעפטן - מיט די אומבוגזאמע אנטשלאסענקייט פון אונזער מענטשען - וועלן מיר געווינען די אומפארמיידליכע טריומפ - זאל אונז ג-ט העלפן.
(קלאטשערייען)

איך בעט אז די קאנגרעס [זאל] דערקלערן, אז זינט די אימפראוואזירטער און שלעכטע אטאקע דורך יאפאן זונטיג, דעצעמבער 7, 1941, א צושטאנד פון קריג האט עקזיסטירט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און די יאפענעזע אימפעריע.
(קלאטשערייען - אויפגעשטעלט)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 6:03 pm

נאך...
צוגעלייגטע
pearl-harbor-bombing.jpg
uss-arizona-burning.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 7:39 am

זייער אינטערעסאנט. א דאנק.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 8:55 am

זייער שיין באשריבן, א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:07 am

קעניגזאן האט געשריבן:http://www.zingmit.com/documentary-attack-on-pearl-harbor/

געבלאeט אויף JNET קען אפשר איינער דאס אראפנעמען פארן עולם, יישר כח
לעצט פאראכטן דורך עקבי הצאן אום דינסטאג דעצמבער 10, 2013 5:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:50 am

שכח שמאטע, שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 11:51 am

הערליך שיין שמאטע, באמת הנאה געהאט.
וכן לכתחילה.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 12:09 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:הערליך שיין שמאטע, באמת הנאה געהאט.
וכן לכתחילה.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 12:10 pm

גא"מ לכל השכח'ס פאר שמאטע און לכתחילה
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 12:43 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:הערליך שיין שמאטע, באמת הנאה געהאט.
וכן לכתחילה.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 7:12 pm

א ריזען דאנק פאר אלע מגיבים. ס'גיט חיזוק צי וועלען צישטעלען נאך.

אינאמת'ן אריין האב איך געהאט זייער א שווערע דילעמא ביים שרייבען די היסטאריע פון די אטאקע, ווייל ווי איר זעהט אודאי איז די אטאקע געקומען נאך 10 יאר פון קליינע פאסירונגען אויפן כדור העולם, דאס מיינט אז איך האב געברויכט (האב איך דען געברויכט?!... איך האב פשוט נישט געוויסט ) מחליט צי זיין וועלכע געשעניש יא אריינצישרייבען, און וועלכע נישט...

למעשה האב איך געשריבען די עיקר וואס איז די מערסטע נוגע פאר די אטאקע, אבער ס'איז עכט דא נאך אסאאאך וואס מ'קען אלס צילייגען וואס האט צוגעשפילט צי די אטאקע, און אויך נאך חלקים פון די אטאקע גופא. אבער אדערווייל וועט מען עס דא לאזען, און אדרבה, כל הכבוד פאר ווער ס'וויל בארייכען די ידועות.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » זונטאג דעצמבער 15, 2013 9:15 pm

זייער שיין און רייך באשריבן שמאטע, כ'האב נישט געוואוסט אז דו קענסט שרייבן ערנסט אויך, איך האב שטארק הנאה געהאט.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאלדגרוב און 6 געסט