בעל שם טוב'ס מקוה - בעיר ראנשבורג - סגולה גדולה לעקרות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

בעל שם טוב'ס מקוה - בעיר ראנשבורג - סגולה גדולה לעקרות

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:25 pm

א גאר גרויסע שטורעמישע אויפדעקונג איז באקאנט געווארן לעצטענס, פון א גאר אלטע קוואל מקוה, וואס געפינט זיך אין די לאנד טשעכיי ביים גרעניץ מיט דייטשלאנד, בערך א שעה אנטערהאלבן פון פראג אין די שטאט ראנשבורג, היינט פאבעזאוויטץ - pobezovice, די שטאט ווי עס האט געדינט ברבנות די משפחה פון ר' בצלאל ראנשבורגער, וואס זיינע הגהות זענען געדריקט אויפן דף אין די ווילנא ש"ס. ושם מנו"כ.

אין די מקוה האט זיך דער הייליגער בעל שם טוב געטובלט ש"י פעמים אין א קאלטע טאג אין יאר תק"ד אין האט געזאגט אז די מקוה איז מסוגל צי אלע ישועות אין בפרט לעקרות. אין די פנקס הקהילה פון די גאנצע אומגעגענט וואס רופט זיך פעלזן, וואס גייט שוין צוריק צי ווייטע יארן (וואס איז נאך אגב די אריגענעלע פנקס) שטייט אז הונדערט אין פופציג יאר פאר די בעל שם טוב איז דארט געווען האט זיך די מהר"ל פום פראג דארט געטובלט. עס איז נישט באקאנט די סיבה פארוואס די בעל שם טוב איז געווען אין טשעכיי - דייטשלאנד אין די יאר תק"ד, קען זיין וועגן זיין מערכה מיט די פראנקיסטען וואס האבן געהאט א באזע פון נאכפאלגערס אין דייטשלאנד, איז די בעל שם טוב אהינגעפרן מתווכח צי זיין מיט זיי, כ"ז בדרך אפשר.

די מנחת אלעזר איז דער וואס האט עס גאטראפן אין זיינער צייט, א מעשה באריכות, ווי ער איז געווען אויף אפרוה אין די בעדער אין מארינבאד וואס איז אין די אומגעגענט פון ראנשבורג, דעמאלטס זענען געקומען צי עם די שטאט מענטשען פון ראנשבורג, אז זיי האבן איבער געבויט די מקוה אין זיי האבן געטראפן אין די קוואל וואס דינט זיי פאר די מקוה א ציבראכענע שטיין וואס שטייט אויסגעקריצט אויף דעם ווערטער וואס איז שווער געווען צי ליינען. די מנחת אלעזר האט צוזאם געשטעלט די שטיין אין ס'איז געשטאנען אויף דעם "במקוה הזה טבל הבעל שם טוב ש"י פעמים ביום קר בשנת תק"ד ואמר שהוא מסוגל לישועה כללית וגם לעקרות‚ הבנין על המקוה נבנה בשנת תקע"ד". די מנחת אלעזר  פלעגט אהין שיקען מענטשען  וואס זענען אים געקומען בעטן א ברכה פאר קינדער, אין אויך אלס א סגולה געהאלפן צי ווערן מיט ישועות. אין האט פאר חביבות אויף געהאנגען א בילד פון די שטיין אין זיין סוכה. נאך גדולים פון יענע צייט האבן געשיקט אידן צי די מקוה‚ ווי מטרעפט אין זייערע ספרים(פאטא קאפיס וועלן נאכפאלגען). סאיז דא אידן וואס לעבן נאך ‚ אין זענען געווען אין די די. פי. לאגערן נאכן קריג‚ אין יענע אומגעגענטן‚ אין זיי האבן דארט חתונה געהאט זענען זיי פאר זייער חתונה געגאנגען אין די מקוה.

אויף די קוואל איז שפעטער אויפגעבויט געווארן די גרויסע בית המדרש פון די שטאט דורך הג"ר יואל ראנשבורגער א זין פון הג"ר בצלאל. אין די קוואל האט געדינט אלס מקוה טהרה אין די קעלער פון בית מדרש, די בית מדרש האבן די נאציס חרוב געמאכט ביים צווייטען וועלט קריג.

אין דאס וואס די בעל שם טוב האט געזאגט זעהט מען טאקע, איך האב געהערט נאכזאגען אז יונגעלייט וואס זענען אהינגעפארן זענען ווינדערלעך געהאלפן. אויך הרב דשינסקי האט אהין געשיקט א גרופע פון יוגעלייט וואס זענען געווען מצפים לישועה אין ער איז פונקט געווען אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים אין יוראפ איז ער מיט געגאנגען מיט זיי זיך טובלן, אין ווי ווינדערלעך זענען אלע געהאלפן געווארן.

די מקוה איז געווען פארשפארט אסאך יארן מטעם השלטון וואס האט געקוקט מיט א קרום אויג אויף דעם וואס אידן קומען אין זייער לאנד אין קריכען אריין אין א מערה ווי ס'געפינט זיך א בור פול מיט וואסער (אזוי מאדנע איז עס פאר א ערל), האבן זיי פארארדענט צי פארמאכן די מקוה. אבער אידן וואס האבן געוויסט צי זאגען דערוועגן זענען דאך געגאנגען אהין ביי זייער נסיעות למקומות הקדושים קיין יוראפ, אין פלעגן קומען אין זיך אריינגנבענען אהין. האט די רעגירונג פארשטאפט מיט זאמד די גאנצע אריינגאנג צים מקוה, אין די גאנצע שטח האט אויסגעקוקט ווי א גרויסע ליידיגע פעלד אין ווינטער א גרויסע שניייגע פעלד,אין צוביסלעך איז די זאך פארגעסן געווארן.

פאראיאר זענען א גרופע עסקנים אראפ געפארן אהין אין געפארשט די מקור אין די פלאץ פון די מקוה אין בסייעתא דשמיא איז די זאך אנדעקט געווארן. אין מיט די הילף פון די ציגיינירישע שכינים וואס האבן פארבארגט זייער טרעקטער איז די מקוה אויפגעגראבן געווארן, אין עס איז אפען פאר יעדעם איינעם וואס איז אינטערעסירט אין איז אנגעוויזען דערויף,

די מקוה איז לויטער קלארע וואסער, זייער קאלט, מיט א פאדער צימער זיך אויסציטוהן, אין צוויי לייטערס אריין ציקריכען.

די אדרעסס איז
ה261,345 masarykova 22 pobezovice

נאך אינטערעסאנטע פרטים אין בילדער וועלן נאכפאלגען אי"ה
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:28 pm

די רעגירונג איז שוין מסכים עס צו האלטן אפן?

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:34 pm

ווייס איך נישט, אבער במציאות איז שוין אפען א גיטע פאר חדשים.

די עסקנים וואס האבן אויפגעדעקט דאס פלאץ, האבן געדינגען גויאשע שכנים אכטונג צי געבן אויפן פלאץ. זיי האבן געבויט א שטיקל בודקע אויף די אריינגאנג. אין אריינגעלייגט א באנק צי זיצען, אין א קארפעט אויף די ערד, אריינגעצויגען לעקטער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:35 pm

עס איז געווען א שיינע ארטיקל אין "דער אוצר" עטליכע חדשים צוריק איבער דעם באריכות

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:41 pm

די ציגיינערישע שכינים שטעלן צי האנטעכער. (פאר א מינימאלע אפצאהל... לויט די דארטיגע השגות)

די קוואל איז קעלטער ווי די מקוה האר"י אין צפת.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:46 pm

,ר' בינער פון אנטווערפן האט שוין געטראגן מענטשען צו די מקוה פאר צען יאר צוריק , און ער האט געארבעט דעמאלטס אז מ'זאל עס איבערבויען .אבער לא עלתה בידו.ין

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:09 pm

וואס פונקטלעך האט מען יעצט געפונען?
מ'ווייסט שוין פון די מקוה לכה"פ 20 יאר, און ווי דערמאנט האט מען דעמאלטס פרובירט צו איבערבויען וכו',
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:15 pm

מסתם אן הכנה צום קומענדיגען קאמפיין אין די סעריע פון כולל חצות, תהלים כולל, קופת העיר וכו'

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:21 pm

א זאך וואס איז פארגעסן געווארן די לעצטע 10 יאר איז יעצט פריש אויפגעדעקט געווארן.

די בית החיים אין די שטאט שטייט מיט די מציבות אין איז אין א גיטע צישטאנד. ערגעץ אונעם וועלטעל ווערט געברענגט א לינק ווי מען קען זעהן בילדער פון די מציבות.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:23 pm

פלעכטער האט געשריבן:א זאך וואס איז פארגעסן געווארן די לעצטע 10 יאר איז יעצט פריש אויפגעדעקט געווארן.

די בית החיים אין די שטאט שטייט מיט די מציבות אין איז אין א גיטע צישטאנד. ערגעץ אונעם וועלטעל ווערט געברענגט א לינק ווי מען קען זעהן בילדער פון די מציבות.

viewtopic.php?p=686026#p686026

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:25 pm

מיללער האט געשריבן:מסתם אן הכנה צום קומענדיגען קאמפיין אין די סעריע פון כולל חצות, תהלים כולל, קופת העיר וכו'


דאס אז אשכנז'ישע אידן פון דייטשלאנד, וואס מען האט זיי נישט געקענט דערציילען סתם חסידישע מעשיות, האבן פארשריבן די מעשה אין די פנקס הקהילה אין אויפגעקריצט אויף א שטיין אין מקוה ווייזט אויך אויף די קראנטקייט פון די זאך.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:50 pm

מער פרטים .דער איד הייסט ר' חיים משה בינער אן איידעם ביי ר' דוד פריעדלענדער וואוינט היינט אין קרית יואל
ס"ב-ס"ג האט ער געוואלט איבערבויען די מקוה מיט ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א . ער האט שוין געארבעט מיטן ערל וואס די מקוה איז אין זיין הויף מ'האט שוין גערעדט פון ערענסטע פלענער . אבער דא איז אריינגעקומען דער אזויגערופענער מומחה פון מקוואות נ"ר און אלעס חרוב געמאכט.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:05 pm

אים געהערט דרש'נען איבער די מקוה פאר בערך 17 יאר צוריק (דוכציך) אין נעפענאק אין ביהמ"ד שערי חיים.,אז מ'האט געטראפן א גאנצע קעלער א מקוה מיט א וויין שטיבל מיט באטלעך וויין וכו'

ער האט דאן געוויזן א צווייג פון א פרוכטבוים אין פארעם פון א V און האט מסביר געווען די טבע פון דיצווייגן אז זיי ציען צי וואסער, און אויב איז דא א אינטערערדישע וואסער דאן בייגט זיך אראפ די שפיץ פון די V צי די וואסער, און אז זוי האט מען געטראפן די מקוה וכו'.
נאט אייך א גרינע...


ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:24 pm

דער מנחת אלעזר איז איינמאל בדרך אגב אנגעקומען אהין, און גענומען צייט צוזאם צושטעלן דער שטיינער, און וואונדערליך באקומען דער גאנצע נוסח האבן,
און אויך גענומען א בילד בימים ההם נאר פונעם שטיין? און געהאנגען און זיין סוכה? ווייסט מען אז ס'איז געוועהן אזא בילד? ווי איז עס היינט?
ווער איז דער עדות און מקור צו דער מעשה?

דער מנחת אלעזר האט זיך געמוטשעט מיט קינדער, תלמידו חביבו הגאון רבי שלמה צוקער ז"ל אב"ד האלאס האט זיך געמוטשעט מיט קינדער,
ווייסט מען פון זיי עפעס אז דער מנחת אלעזר האט עפעס געזאגט פון דער מקוה?

קען איינער אהער שטעלן דער ארטיקעל פונעם מאגאזין דער אוצר?

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:50 pm

אין ספר אגרות שפירין איז דא א בילד פונעם שטיין מיט נאך אינפאמאציע.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 10:32 am

ביי מיין פאטער איז געווען אזא בילד וואס מיין זיידע ע"ה האט איינגעהאנדלט דארט נאכן קריג, אבער לעצטנס ווען כ'האב דאס געזוכט האב איך עס נישט געפונען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 11:07 am

אין "דער אוצר" עטליכע חדשים צוריק איז געווען די בילד

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 2:00 pm

צים פינטעל האט געשריבן:אין "דער אוצר" עטליכע חדשים צוריק איז געווען די בילד

חודש סיון תשע"ג
איך האב דעמאלטץ געכאפט א בילד עס דא ארויף צוברענגן האביך פארגעסן לייג איך עס יעצט ארויף
צוגעלייגטע
Tuesday, October 01, 2013 (3).jpg
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 2:03 pm

פון אינעווייניג אונעם אוצר
צוגעלייגטע
Tuesday, October 01, 2013 (5).jpg
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 2:04 pm

איז דער שטיין מיט די איינגעקריצטע ווערטער דערויף נאך דארט?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 2:22 pm

האט עמיצער וואס איז דארט געווען קלארערע בילדער?
אגב, איך וואלט עס נישט גערופן "די בעש"ט'ס מקוה", סך הכל זיך איין מאל דארט געטובל'ט. און אפשר דער מהר"ל'ס מקוה?
ענדערש די טייך נעבן מעזשיבוז (ביי די גרויסע פעסטונג) וואו דער בעש"ט האט זיך טעגליך געטוב'לט וואלט איך גערופן די בעש"ט'ס מקוה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 2:42 pm

בן בוזי האט געשריבן:ביי מיין פאטער איז געווען אזא בילד וואס מיין זיידע ע"ה האט איינגעהאנדלט דארט נאכן קריג, אבער לעצטנס ווען כ'האב דאס געזוכט האב איך עס נישט געפונען.

קוק לעבען דעם טאכובער בילד! ער האט עס געקויפט צוזאמען
viewtopic.php?f=31&t=17179&hilit=%D7%99%D7%90%D7%A8%D7%A6%D7%99%D7%99%D7%98+%D7%9E%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%95%D7%AA&start=50
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 3:10 pm

שוועמל האט געשריבן:האט עמיצער וואס איז דארט געווען קלארערע בילדער?
אגב, איך וואלט עס נישט גערופן "די בעש"ט'ס מקוה", סך הכל זיך איין מאל דארט געטובל'ט. און אפשר דער מהר"ל'ס מקוה?
ענדערש די טייך נעבן מעזשיבוז (ביי די גרויסע פעסטונג) וואו דער בעש"ט האט זיך טעגליך געטוב'לט וואלט איך גערופן די בעש"ט'ס מקוה.


מיר רעדן דערפון היינט ווייל די בעל שם טוב האט געזאגט דערויף גרויסע זאכען, וועגן דעם איז עס נקרא על שמו.

איך האב שוין געזעהן קלארערע אין שענערע בילדער, איך האף עס ארויפצילייגען בקרוב.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 6:23 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ביי מיין פאטער איז געווען אזא בילד וואס מיין זיידע ע"ה האט איינגעהאנדלט דארט נאכן קריג, אבער לעצטנס ווען כ'האב דאס געזוכט האב איך עס נישט געפונען.

קוק לעבען דעם טאכובער בילד! ער האט עס געקויפט צוזאמען
viewtopic.php?f=31&t=17179&hilit=%D7%99%D7%90%D7%A8%D7%A6%D7%99%D7%99%D7%98+%D7%9E%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%95%D7%AA&start=50

wow, גוט קעפל!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג אוקטובער 01, 2013 8:15 pm

די מקוה האט מען שוין געטראפן פאר בערך 20 יאר צוריק!!!!!!!!!!!!!!! ר' חיים בערגער ע"ה פון שיכון סקווער האט שווער געארבעט דאס צו טרעפן און מיט די הילף פון -ווי קאמיש עס הערט זיך- נחום ראזענבערג האט מעןעס געפונען.... (קען זיין אז עס זענען געווען נאך וואס האבן גע'עסקן'ט פאר דעם)

איך בין צופעליג געווען דעמאלט ביי ר' חיים אין שטוב, ווען נחום האט אריין געקאלט מיט די בשורה אז מען האט געפונען די מקוה!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט