בלאט 7 פון 9

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 4:46 pm
דורך יעניגער
ווייסט איינער וועגן א מנהג נישט צו שרייבן אויף א מציבה פון א ווייב דער שבח "יראת ה'" ?

נאר די מאמעס נאמען?

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 5:56 pm
דורך יקים
צו שרייבן נאר די מוטערס נאמען האט אויך א מקור?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 12:14 pm
דורך farshlufen
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איינער ווייסט ווען מען האט אנגעהויבן בכלל מיט שרייבן ווערטער אויף א מציבה? איז עס אלס אזוי געווען? למשל אז אין די תורה ווערט דערמאנט אז מען האט געשטעלט א מציבה א שטיין, מיינט דאס אז מען האט אריינגעקריצט נעמען?

ווייסט איינער צו די היסטאריע פון מציבות איז ערגעץ פארשריבן?

בין איך נישט באקאנט מיטן "מושב זקינים" הנ"ל, אבער דער "מטה משה" בספרו "באר התורה" [הואיל משה] אנהויב פרשת שמות שרייבט כמעט די זעלבע:

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:40 pm
דורך וואץ
יקים האט געשריבן:צו שרייבן נאר די מוטערס נאמען האט אויך א מקור?

כן הוא בהרבה מצבות באונגארן

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 12:39 pm
דורך farshlufen
א שמועס בין האחים מסערדאהעלי והאב"ד וויען על בעמח"ס נשמת ישראל, בנוגע יום הקמת המציבה:
זמן הקמת המציבה2.jpg
זמן הקמת המציבה2.jpg (354.03 KiB) געזען 3053 מאל

זמן הקמת המציבה1.jpg
זמן הקמת המציבה1.jpg (178.51 KiB) געזען 3053 מאל

מגילות אויף מציבות

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:45 pm
דורך ישרן
מען מוז דערגיין איינמאל פאר אלעמאל ווען האט זיך אנגעפאנגען אז "יעדע" מציבה מוז האבן חרוזים.
גייסט אין אייראפע האבן רובא דרובא מציבות נישט קיין חרוזים. בלויז אפאר שורות.
אפילו ביי רוב גרויסע רבי'ס איז עפ"י רוב נישט דא קיין חרוזים. און עס איז מובן מאליו, גדול מרבן שמו. א מציבה איז נישט קיין "ביאגראפיע" עס איז א "דיסקריפציע" ודו"ק.
די בליק אז וויפל מער ווערטער שטייט אויף די מציבה מאכט דעם מענטש גרעסער איז געפערליך קטנות'דיג.
אלזא וואו און ווען האט זיך דאס אנגעפאנגען?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 8:48 am
דורך אוהב ספרים
ישרן האט געשריבן:מען מוז דערגיין איינמאל פאר אלעמאל ווען האט זיך אנגעפאנגען אז "יעדע" מציבה מוז האבן חרוזים.
גייסט אין אייראפע האבן רובא דרובא מציבות נישט קיין חרוזים. בלויז אפאר שורות.
אפילו ביי רוב גרויסע רבי'ס איז עפ"י רוב נישט דא קיין חרוזים. און עס איז מובן מאליו, גדול מרבן שמו. א מציבה איז נישט קיין "ביאגראפיע" עס איז א "דיסקריפציע" ודו"ק.
די בליק אז וויפל מער ווערטער שטייט אויף די מציבה מאכט דעם מענטש גרעסער איז געפערליך קטנות'דיג.
אלזא וואו און ווען האט זיך דאס אנגעפאנגען?

פארגעס נישט אמאל איז קריצען געווען א גרויס עסק, מען האט ממעט געווען פאר דעם פשוטע סיבה.

איך מען אז מען קען זאגן אז רוב ככל פון אלע מצבות אדמורים רבנים וגאונים האבין נישט קיין חרוזים.

אדמור"י דינוב מונקאטש
אדמור"י סיגוט
אדמור"י קאמרנא
חתם סופר וצאצאיו

ועוד רבות אפילו א חלק פון זיי האבן לאנגע נוסחאות אבער עס בכלל נישט בחרוזים.

לדוגמא ר' דניאל פרוסטיץ איז דא ביידע.

אבני בית היוצר לדוגמא קען מען זעהן מצבות פון פרעשבורג, יש עם חרוזים ויש בלי וכו'. עכ"פ דאס איז זיכער אז שלא כמו היום אז אלע מאכען חרוזים איז נישט געווען אזאנס אמאל, איינער יא איינער ניין וכו'.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 8:59 am
דורך ישרן
אוהב ספרים האט געשריבן:

איך מיין אז אין פרעשבורג ביי די חלקת הרבנים איז די "איינציגסטע" פלאץ וואו מטרעפט גאנצעטע דרשות אויף די מציבות.
ס'איז נישט נאר דער חת"ס, ה"ה רעק"א הראשון, ר' דניאל פרוסטיץ וכו' וכו'. עס איז א זעלטנהייט וואס מ'זעהט נישט ערגעץ אנדערש

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:13 am
דורך אוהב ספרים
מצבת בעל שמע ישראל אין בדומה לו כמדומני.
אבל יש עוד מקומות שמוצאים דרשות, אולי לא בכמות זה של מצבות, אבל יש.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:07 am
דורך נזר הנבונים
א אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט זייענדיג אויף קברי צדיקים באירופה אז זייער אסאך מקומות מ'קען אפשר זאגן אז רוב זיינען די מציבות אויסגעדרייט, ד"ה אז די נוסח איז לצד חוץ און ווען מ'שטייט ביים קבר שטייט מען לצד ראש המת.
לדוגמה: קראקא, רימנוב, חת"ס, (מונקאטש), אונגוואר, קערעסטיר, בעלזא, פרמישלן, וכו' וכו'
ווייסט איינער וואס ס'פשט? און פארוואס זעט מען דאס נישט דא?

ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:24 pm
דורך אלט מאנרא
דארף מען און ק"י בית החיים מאכן די ברכה אשר יצר אתכם בדין יעדע מאל וואס מען גייט אהין אפילו און די זעלבע חודש צליב וואס אויב עס קימען צי נאך 3 נפטרים דארף מען עס איבער מאכן?

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:52 pm
דורך Kollel
אלט מאנרא האט געשריבן:דארף מען און ק"י בית החיים מאכן די ברכה אשר יצר אתכם בדין יעדע מאל וואס מען גייט אהין אפילו און די זעלבע חודש צליב וואס אויב עס קימען צי נאך 3 נפטרים דארף מען עס איבער מאכן?

לכאורה

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:52 pm
דורך farshlufen
א מקור ביטע.

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:54 pm
דורך אלט מאנרא
farshlufen האט געשריבן:א מקור ביטע.

ביים סיין אינדרויסן שטייט אויב קימט צי 3 פרישע נפטרים דארף מען נאכאמאל מאכן די ברכה אפילו און די זעלבע חודש

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:59 pm
דורך farshlufen
דער סיין איז א מקור?

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:06 pm
דורך סיז מסודר
farshlufen האט געשריבן:דער סיין איז א מקור?

ניין די סיין איז לכאורה געשריבן געווארן אין די וועלט אריין

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:41 pm
דורך פארפלאנטערט
אלט מאנרא האט געשריבן:דארף מען און ק"י בית החיים מאכן די ברכה אשר יצר אתכם בדין יעדע מאל וואס מען גייט אהין אפילו און די זעלבע חודש צליב וואס אויב עס קימען צי נאך 3 נפטרים דארף מען עס איבער מאכן?

האב מיטגעהאלטן א לוי' אין די הייסע קאראנא צייט ווי מען האט אויסגערופן אז ווער עס איז נישט געווען אין דעם ביה"ח זייט נעכטן נאכט... דארף איבערמאכן די ברכה

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:47 pm
דורך farshlufen
ווער האט אזוי גע'פסק'נט?

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:20 am
דורך כבוד
farshlufen האט געשריבן:ווער האט אזוי גע'פסק'נט?

איך ווייס נישט ווער עס האט אזוי גע'פסק'ט, אבער די הכרזה (אויב רעדן מיר ביידע פון די זלעבע לויה...) איך געווען פארנט פון כמה דיינים וגם הדומ"ץ קרית יואל שליט"א, איך גלייב אז דאס געווען נאכן פרעגן

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 8:40 am
דורך farshlufen
לאו דוקא, אבער ווייס מיר שוין ווער ס'פסק'נט אזוי.

אבער, וואו איז דער מקור, ווער איז די שיטה וואס האלט אז ווען 3 קומען צו ל"ע מאכט מען ווידער א ברכה?

די אנדערע שיטות ווייס איך, פשטות בלייבט עס א ספק ברכה.

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:15 am
דורך פארפלאנטערט
כבוד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער האט אזוי גע'פסק'נט?

איך ווייס נישט ווער עס האט אזוי גע'פסק'ט, אבער די הכרזה (אויב רעדן מיר ביידע פון די זלעבע לויה...) איך געווען פארנט פון כמה דיינים וגם הדומ"ץ קרית יואל שליט"א, איך גלייב אז דאס געווען נאכן פרעגן

ניין ליידער נישט פון די זעלבע לוי'
מסתם געווען עטליכע מאל פסח צייט...

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 3:42 pm
דורך farshlufen
אלט מאנרא האט געשריבן:ביים סיין אינדרויסן

אגב, דאס גאנצע מאכן די ברכה אינדרויסן צע"ג סי' י"ג

Re: ברכת אשר יצר אתכם בדין

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 9:40 am
דורך אלט מאנרא
farshlufen האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:ביים סיין אינדרויסן

אגב, דאס גאנצע מאכן די ברכה אינדרויסן צע"ג סי' י"ג

דאכציך אז מען האט טאקע אריין געלייגט די סיין פון די ברכה אינעווייניג ווי מען זעהט די קברים עס ליגט שוין נישט אינדרויסן

Re: נאר די מאמעס נאמען?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 10:25 am
דורך כבוד
יקים האט געשריבן:צו שרייבן נאר די מוטערס נאמען האט אויך א מקור?

אזוי איז די מנהג הספרדים

Re: דיונים איבער מציבות און מנהגי בית החיים

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 9:39 am
דורך farshlufen
א פסק פון ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל, לגבי איבער זאגן "אשר יצר אתכם בדין" תוך ל' על קברים אחרים [וה"ה על החדשים ה"י] דאס איז געבויעט אויפן תניא אין סידור.