בלאט 2 פון 3

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2013 12:31 am
דורך בןהרחמן
יוראפ האט געשריבן:202
הרה"צ ר' אהרן צבי ב"ר ישראל חנינא - כ' טבת תרמ"ג

ה"ה הרה"צ ר' אהרן צבי טויב\טערקילטויב זצ"ל הידוע בשם בריד'ער רבי, שתקע אהלו בסוף ימיו בעיר מונקאטש

scy4851 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:204
הגה"ק רבי יצחק אייזיק מסוואליווא זצללה"ה

יוראפ האט געשריבן:203
ר' שמואל צבי בן מהרי"א - י"ג טבת תרכ"ה

אויפען מציבה 203 נאך דעם נאמען פון פאטער פון נפטר שטייט אבדק"ק סוואליווא
איז דער ר' שמואל צבי א זוהן פון סאוואליווא רב?

יא
אבער דער אנגעגעבענער דאטום פון שנת תרכ"ה איז לכאורה א טעות, ווארשיינליך איז דאס תרפ"ה, נאר עס איז נישט גוט אנגעפילט די טינט אינעם מצבה

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2013 10:05 am
דורך מיללער
scy4851 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:204
הגה"ק רבי יצחק אייזיק מסוואליווא זצללה"ה

יוראפ האט געשריבן:203
ר' שמואל צבי בן מהרי"א - י"ג טבת תרכ"ה

אויפען מציבה 203 נאך דעם נאמען פון פאטער פון נפטר שטייט אבדק"ק סוואליווא
איז דער ר' שמואל צבי א זוהן פון סאוואליווא רב?


יא, רבי שמואל צבי ווייס ראב"ד מונקאטש איז געווען דער פאטער פונעם אמרי יוסף מספינקא זצ"ל

זעהט דא מער איבער די משפחה
-

לידעה בעלמא, רוב פון די אלטע מצבות אויפן 'נייעם' ביה"ח אין מונקאטש, זענען מצבות פון מענטשן וואס מ'האט מפנה געווען פונעם אלטן ביה"ח דורכאויס די קאמוניסטישע תקופה ווען די רעגירונג האט חרוב געמאכט דעם אלטן ביה"ח. ליידער האט מען דעמאלס נישט געקענט מפנה זיין דעם גאנצן ביה"ח, מ'האט מפנה געווען די רבני העיר לבית שושלת מונקאטש און נאך אנדערע גדולי ישראל פון מונקאטש, דערונטער הרה"ק רבי אהרן צבי מבריד זצ"ל וואס מ'זעהט אין די בילדער וואס דער יוראפעאישער צדיק'ל האט דא געשטעלט.

ועוד, עס איז דא א גוטע וועב-סייט וואו מקען זיין די מצבות פון מונקאטש, און נאך אסאך פרטים איבער מונקאטש והמסתעף

-

יוראפ, וואטס נעקסט?

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2013 10:44 am
דורך נחוניא
יוראפ האט געשריבן:204
הגה"ק רבי יצחק אייזיק מסוואליווא זצללה"ה

אפשר לייגט מען דאס אין א באזונדערן אשכול?
איך האב זיך שוין כמעט ארויסגעלאזט אויפן וועגן קיין ניו זשערסי מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פונעם סוואליעווער רב זצ"ל

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2013 10:48 am
דורך נחוניא
יוראפ האט געשריבן:208
הרבנית הצדיקת מרים ב"ר ישכר בעריש - ח' תשרי תר"צ

אשת הרה"ק בעל חקל יצחק זי"ע הי"ד.
א קורצע צייט איידער איר פטירה האט זי באזוכט א קוזינע וואס האט אויך געוואוינט אין מונקאטש, און די רביצין זאגט איר, איך זעה אז עס וועט בקרוב זיין ביי אייך א שמחה, זאלסטו געבן א נאמען נאך מיר. די קוזינע האב זיך באלד אנגערופן, חלילה די רביצין זאל נישט אזוי רעדן...
וכך הוה, א קורצע צייט נאך וואס די רביצין איז אוועק, איז געבוירן געווארן א מיידעלע ביי די קוזינע, און זי איז לכאורה די ערשטע נאמען נאך די רביצין.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2013 2:41 pm
דורך יוראפ
בילד

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2013 3:17 pm
דורך יהיה כן
לפי זכרוני, האט מען לבסוף דעם אלטן ביה"ח נישט חרוב געמאכט, נאר באדעקט אינגאנצן מיט זאמד (דאכציך די מצבות אויך אראפגענומען)
האב איך א זיידן אויפן אלטן ביה"ח, און הה"ח ר' יעקב חיים רוטנער זצ"ל ממונקאטש האט מיר געגעבן א בילד פון די מצבה פארן קריג

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2013 5:26 pm
דורך פישל
יוראפ האט געשריבן:202
הרה"צ ר' אהרן צבי ב"ר ישראל חנינא - כ' טבת תרמ"ג


דאס איז הרה"ק מבריד זצ"ל וועלכער איז געווען ידוע אלס איש מופת, די הרבנים ממשפחת טויב זענען זיינע אייניקלעך.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 2:15 pm
דורך מיללער
יהיה כן האט געשריבן:לפי זכרוני, האט מען לבסוף דעם אלטן ביה"ח נישט חרוב געמאכט, נאר באדעקט אינגאנצן מיט זאמד (דאכציך די מצבות אויך אראפגענומען)
האב איך א זיידן אויפן אלטן ביה"ח, און הה"ח ר' יעקב חיים רוטנער זצ"ל ממונקאטש האט מיר געגעבן א בילד פון די מצבה פארן קריג

דער זיידע אייערער ווערט דערמאנט אויף ר' יעקב חיימ'ס ליסטעס? ווייל ביי אונז איז דא א זיידע וואס ר' יעקב חיים האט נישט אויף די ליסטעס, וברור שמנו"כ במונקאטש, וחבל על דאבדין

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 4:50 pm
דורך יהיה כן
וואס איז דאס ר' יעקב חיים'ס ליסטעס?
אין וועלכן פון זיינע ספרים האט ער דאס געדרוקט?

דע בילד האט מיר ר' יעקב חיים פערזענליך געגעבן ביי זיך אינדערהיים

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 4:53 pm
דורך מיללער
יהיה כן האט געשריבן:וואס איז דאס ר' יעקב חיים'ס ליסטעס?
אין וועלכן פון זיינע ספרים האט ער דאס געדרוקט?

דע בילד האט מיר ר' יעקב חיים פערזענליך געגעבן ביי זיך אינדערהיים


ער האט ארויסגעגעבן עפעס א בוך אויף אידיש, אין יענעם בוך האט ער אריינגעדרוקט ליסטעס

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 10:59 am
דורך נחוניא
מיללער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:204
הגה"ק רבי יצחק אייזיק מסוואליווא זצללה"ה

יוראפ האט געשריבן:203
ר' שמואל צבי בן מהרי"א - י"ג טבת תרכ"ה

אויפען מציבה 203 נאך דעם נאמען פון פאטער פון נפטר שטייט אבדק"ק סוואליווא
איז דער ר' שמואל צבי א זוהן פון סאוואליווא רב?


יא, רבי שמואל צבי ווייס ראב"ד מונקאטש איז געווען דער פאטער פונעם אמרי יוסף מספינקא זצ"ל

זעהט דא מער איבער די משפחה

דער רבי שמואל צבי איז א זון פון סוואליווער רב
דער אמרי יוסף איז געווען א זון פון רבי שמואל צבי ווייס דער ברודער פונעם סוואליווער רב - קינדער פון רבי אברהם ראב"ד מונקאטש שמנו"כ בעיה"ק טבריא.
בזיוו"ר איז רבי שמואל צבי ב"ר אברהם געווען אן איידעם ביי רבי צבי הירש אסטרייכער מדראהביטש-מונקאטש.

מציבת בעל המלבוש

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:45 pm
דורך נחוניא
האט מען אויך אריבערגעפירט דעם בעל המלבוש?
איז דא א בילד פון די מציבה?

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2014 7:44 pm
דורך פלאחותיך
יוראפ האט געשריבן:204
הגה"ק רבי יצחק אייזיק מסוואליווא זצללה"ה


איך זעה אז אויפן בילד קעמען נישט אויסליינען דעם דאטום, זיין יארצייט איז כ"ב אדר ב'

געשריבן: דינסטאג מארטש 25, 2014 9:45 am
דורך תמהואומר
יוראפ האט געשריבן:216
רבי דוד ב"ר משה יהודא שליססעל



דאס איז דאך דער באקאנטער ראש בית דין פון מונקאטש הגאון הצדיק ר' דוד שליסל זצ"ל מח"ס רבים

געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:47 am
דורך בני יששכר
אין די אלטע ביה''ח

געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:48 am
דורך בני יששכר
פון אינדרויסן

רבי שמואל צבי ווייס דיין ממונקאטש

געשריבן: זונטאג יולי 26, 2015 2:51 pm
דורך נחוניא
ווייסט איינער אויב עס איז דא די מציבה פון רבי שמואל צבי ווייס פאטער פונעם אמרי יוסף?
ווי אויך די מציבה פון זיין זון רבי בנציון?

הדיין המצוין מו' צבי ב"ר יוסף

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 8:02 am
דורך הרב ר' אשר
וויסט איינער מער פרטים אויף דעם דיין???
Mukacheve-Cemetery-stone-445.jpg
Mukacheve-Cemetery-stone-445.jpg (231.17 KiB) געזען 4722 מאל

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:04 pm
דורך תג נוצער
הרב ר' אשר האט געשריבן:וויסט איינער מער פרטים אויף דעם דיין???
Mukacheve-Cemetery-stone-445.jpg

נאר א השערה
אין די הקדמה פון ספר דברי דוד על פרקי אבות (ר' דוד זאלצער דומ"ץ מונקאטש) שרייבט דער בן המחבר "ואם אמי היא זקינתי הצדיקת מרת אסתר ע"ה ביתה בת הגה"צ מוה"ר צבי זאלצבערגער זצ"ל שהי' דומ"ץ פה בימי הגה"ק הרבי ר' צבי אלימלך זצוק"ל זי"ע, והי' תלמיד הגה"ק החוזה מלובלין זי"ע, ואמר עליו אשריך אברהם אבינו שיצא זה מחלציך, והי' ג"כ תלמיד הגה"ק הרבי ר' צבי מזידיטשוב זי"ע והי' מכיר לערך שלשים בעלי רוה"ק, ומקודם שהי' דומ"ץ דפה הי' לערך שנה אחת בבית הגה"ק מקאליף זי"ע והי' לומד עם בניו, וקודם הסתלקותו שלח לאא"ז ד' מאות כסף שיאמר בעבורו קדיש אחר הסתלקותו)".

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 8:21 am
דורך הרב ר' אשר
תג נוצער האט געשריבן:
הרב ר' אשר האט געשריבן:וויסט איינער מער פרטים אויף דעם דיין???
Mukacheve-Cemetery-stone-445.jpg

נאר א השערה
אין די הקדמה פון ספר דברי דוד על פרקי אבות (ר' דוד זאלצער דומ"ץ מונקאטש) שרייבט דער בן המחבר "ואם אמי היא זקינתי הצדיקת מרת אסתר ע"ה ביתה בת הגה"צ מוה"ר צבי זאלצבערגער זצ"ל שהי' דומ"ץ פה בימי הגה"ק הרבי ר' צבי אלימלך זצוק"ל זי"ע, והי' תלמיד הגה"ק החוזה מלובלין זי"ע, ואמר עליו אשריך אברהם אבינו שיצא זה מחלציך, והי' ג"כ תלמיד הגה"ק הרבי ר' צבי מזידיטשוב זי"ע והי' מכיר לערך שלשים בעלי רוה"ק, ומקודם שהי' דומ"ץ דפה הי' לערך שנה אחת בבית הגה"ק מקאליף זי"ע והי' לומד עם בניו, וקודם הסתלקותו שלח לאא"ז ד' מאות כסף שיאמר בעבורו קדיש אחר הסתלקותו)".


דארט ווי איך האב גענומען די בילד שרייב'ן זיי אז ער האט גיהייסן עסטרייכער, אבער אן א מקור, פאר דעם האב איך געפרעגט

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2018 11:00 am
דורך היימישע יודיש
האט איינער א בילד פון די מציבה פון פייגא ברכה שעהנפעלד אדער איר מאן ר' שמעון שעהנפעלד

זי דארף ליגן און Section 1 Row 14 איך ווייס נישט צו אין די אלטע אדער נייע פשטות אין די אלטע

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2018 1:22 pm
דורך בשבילי נברא
היימישע יודיש האט געשריבן:האט איינער א בילד פון די מציבה פון פייגא ברכה שעהנפעלד אדער איר מאן ר' שמעון שעהנפעלד

זי דארף ליגן און Section 1 Row 14 איך ווייס נישט צו אין די אלטע אדער נייע פשטות אין די אלטע

אויב ליגן זיי אינעם אלטן בית החיים, דעמאלטס איז קיין מציבה נישט פארהאן.

די אלטע בית החיים אין מונקאטש איז אינגאנצן ליידיג פון מציבות אחוץ אפאר געציילטע מציבות וואס זענען געבליבן און מ'האט עס אויסגעשטעלט ביים גדר פון בית החיים.

געשריבן: זונטאג פעברואר 03, 2019 12:47 am
דורך כבוד
הרב ר' אשר האט געשריבן:וויסט איינער מער פרטים אויף דעם דיין???
Mukacheve-Cemetery-stone-445.jpg



אינעם ספר מדרש אהרן אינעם הקדמה ברענגט ער א אריכות איבער דעם דיין רבי צבי הירש אסטרייכער זצ"ל
ער איז געווען דער שווער פון הגה"צ רבי שמואל צבי ווייס זצ"ל דער פאטער פונעם אמרי יוסף מספינקא זצ"ל.
דאס איז קלאר ער ווי מען זעהט די יום הפטירה.
אויך שרייבט ער דארט איבער די צורה פון א פיש וואס מען האט געלייגט אויף זיין מציבה.

Re:

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 1:46 pm
דורך ירום הודו
כבוד האט געשריבן:
הרב ר' אשר האט געשריבן:וויסט איינער מער פרטים אויף דעם דיין???
Mukacheve-Cemetery-stone-445.jpg



אינעם ספר מדרש אהרן אינעם הקדמה ברענגט ער א אריכות איבער דעם דיין רבי צבי הירש אסטרייכער זצ"ל
ער איז געווען דער שווער פון הגה"צ רבי שמואל צבי ווייס זצ"ל דער פאטער פונעם אמרי יוסף מספינקא זצ"ל.
דאס איז קלאר ער ווי מען זעהט די יום הפטירה.
אויך שרייבט ער דארט איבער די צורה פון א פיש וואס מען האט געלייגט אויף זיין מציבה.


היינט די יארצייט. זכותו יגן עלינו
קען איינער ברענגן מער פרטים איבער די ציור פון די פיש?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2022 10:07 am
דורך ליפשיטץ
אין א אנדער 'אשכול' האבן מיר שוין געזען אז איינער האט געמאכט פון דעם א 'ויהי לאחד'.
רבי צבי הירש זאלצבערגער - עסטרייכער דיין מונקאטש... און שווער פון רבי שמואל צבי ווייס ממונקאטש.

קען דאס זיין ריכטיג? אדער איזעס סתם גיהאקט...