בדיעבד האט געשריבן:הרה"ח ר' טובי' פרייינד ז"ל איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע פארן קריג און האט געדאוווענט אין ביהמ"ד חרדים אין דער איסט-סייד (וואו הרה"צ ר' חיימ'ל טשעחויב'ער זצ"ל פלעגט דאווענען)
ר' טובי' איז געווען אלס קינד אין שינאווע, עפעס א מעשה איז דא מיט אים מיט שינאווא'ער רב, כ'געדענק נישט פונקליך, ער איז געשטאנען מיט נאך קינדער אין דער הייעך (אויפן פענסטער) ביים טיש שב"ק, און שינאווער רב האט יעדן געהייסן אראפגיין אויסער אים האט ער געלאזט דארט בלייבן
ער האט געהאט א זוהן וואס איז לעצטענס אוועק הרה"ח ר' אברהם בער פריינד ז"ל פון לעיקוואד, ויבלחט"א האט ער נאך א טאכטער אין וויליאמסבורג מרת פיש שתחי' (אשת?)
אשת ר' יושע פיש ע''ה