שינאווער חסידים אין די בראשית יארן פון אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 6:20 pm

מיללער האט געשריבן:שלום עליכם הרב שתוקא, [אויב מיללער איז בסלע איז דאך שתוקא בתרין]

וואו איז געווען די "בני יחיאל" שטיבל?

דאס יאר פונעם התיסדות איז זיך סותר צווישן די ענגלישע זויל אויף רעכטס וואס שטייט 1906 דאס איז תרס"ו-ז און אויף די אידישע זויל אויף לינקס שטייט תרנ"ז. דער פרעזידענט פון די סאסאייעטי ווערט דערמאנט אלס ר' אברהם קורץ, אין די חלקה ליגט א געוויסער ר' יצחק ב"ר אריה קורץ יליד סאניק, לויט די טיטלען אויף די מציבה איז ער געווען א חשוב'ער איד, ער איז נפטר געווארן בשנת תשנ"ה, אויף די מציבה איז אויסגעקריצט אז ער איז אן אייניקל פון "בעל אותות ומועדים".

דער אותות ומועדים האט מחבר געווען א פריערדיגער פריסטיקער דיין בשם רבי יהושע אייזנבאך, דאס איז ווארשיינליך די שייכות פון די קורץ משפחה מיט די פריסטיקער חלקה, כאטש עס איז מיר דרווייל אומבאקאנט דעם סדר היחס פון ר' יצחק הנ"ל צו רבי יהושע מפריסטיק.

עליכם השלום הרב מילער. עס כאפט מיר אן א ציטער צו שטיין אין פארבינדונג מיט אזעלכע גרויס ידענים!
בנוגע אייער שאלה. איך ווייס נישט צו עס איז געווען א שטובל אדער נישט, ער האט דאס אנגערופן "דער פריסטיקער סאעסייטי". אזוי ווי אלעמאל כאפט מען זיך נישט אז יעדעס ווארט וואס מען הערט פון אן עלטערע יוד פון פאר'ן קריג איז אוצרות וואס דארף ווערן אריינגעקריצט אין מח, און עס איז מיר נישט איינגעפאלן אים אויסצופרעגן אז דאס וועט נאך זיין אינטרעסאנט פאר'ן נייעם דור.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 7:25 pm

מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:.
דער אויבנדערמאנטער בריוו פון ר' מענדעלע פריסטיקער קיין אמעריקא איז געשיקט צו הנגיד ר' משה טרוים.

צווישן די פריסטיקער פרענומעראנטן אויפן ספר אותות ומועדים הנ"ל ווערט דערמאנט איינער בשם "יקותיאל טראם"
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=72

דא קענט איר זען דעם כתב יד פון ר' מענדעלע פריסטיקער, מיר קוקט עס אויס "טרוים" [מל' חלום], מעגליך געוואלט שרייבן "טראם".
זע אויך ווי ר' מענדעלע שיקט דעם בריוו פאר ר' משה צוזאמען מיט ר' יחיאל ניימאן, זע איך טאקע אין די מעות קדימה צווישן יושבי פריסטיק ר' יחיאל ניימאן.
צוגעלייגטע
New Picture (2)_1600x543.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 7:28 pm

מיללער האט געשריבן:
דאס יאר פונעם התיסדות איז זיך סותר צווישן די ענגלישע זויל אויף רעכטס וואס שטייט 1906 דאס איז תרס"ו-ז און אויף די אידישע זויל אויף לינקס שטייט תרנ"ז. דער פרעזידענט פון די סאסאייעטי ווערט דערמאנט אלס ר' אברהם קורץ, אין די חלקה ליגט א געוויסער ר' יצחק ב"ר אריה קורץ יליד סאניק, לויט די טיטלען אויף די מציבה איז ער געווען א חשוב'ער איד, ער איז נפטר געווארן בשנת תשנ"ה, אויף די מציבה איז אויסגעקריצט אז ער איז אן אייניקל פון "בעל אותות ומועדים".

דער אותות ומועדים האט מחבר געווען א פריערדיגער פריסטיקער דיין בשם רבי יהושע אייזנבאך, דאס איז ווארשיינליך די שייכות פון די קורץ משפחה מיט די פריסטיקער חלקה, כאטש עס איז מיר דרווייל אומבאקאנט דעם סדר היחס פון ר' יצחק הנ"ל צו רבי יהושע מפריסטיק.

אין די מעות קדימה אויפן אותות ומועדים זעט מען אז אין פריסטיק גופא האט געוואוינט א איד "ר' אשר זעליג קורץ".

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 7:34 pm

שלום עליכם הרב שתוקא בתרין יהא בואכם לברכה,
נישטא וואס צו ציטערן וואלט רב מיללער געזאגט..
מ'זעט פון אייערע ערשטע תגובות אז איר האט אסאך וואס צו פארקויפן און ס'דא היבש וואס צו נאשן פון אייך, נא שארט אייך ארויף דעם ארבל און לאמיר הנאה האבן פון אייער אוצר.

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 7:46 pm

ווילוויסן האט געשריבן:שלום עליכם הרב שתוקא בתרין יהא בואכם לברכה,
נישטא וואס צו ציטערן וואלט רב מיללער געזאגט..
מ'זעט פון אייערע ערשטע תגובות אז איר האט אסאך וואס צו פארקויפן און ס'דא היבש וואס צו נאשן פון אייך, נא שארט אייך ארויף דעם ארבל און לאמיר הנאה האבן פון אייער אוצר.

יישר כח פאר די ווארעמע אויפנאמע. דערווייל וואנדער איך נאך דא ארום פון איין אשכול [א פרישע ווארט וואס איך האב מיך אקורשט אויסגעלערנט] צום אנדערע, און ווי אזוי צו שרייבן תגובות.
אז איך וועל האבן וואס מוסיף צו זיין וועל איך מיך אי"ה לאזן הערן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 3:55 pm

לויט אן ארטיקל אינעם לעצטן ענגלישען המודיע, געשריבן דורך הרב גור אריה הערציג, איז ארויסגעקומען אין די תר"ן א איד בשם יושע גאלדבערג, ער איז געווען א זון פון ר' מרדכי דוב גאלדבערג וואס איז געווען דער ראה"ק אין לימינוב.
ווען די משפחה האט געזעהן אז דער זון פארט אוועק פון אידישען וועג, כדרכם פון די אמעריקאנער אידן בימים ההם, זענען זיי געגאנגען זיך אויסרעדן צום הייליגען שינאווער רב, דער שינאווער רב האט מייעץ געווען אז זייער אנדערער זון יצחק זאל ארויספארן און פרובירן "מקרב" צו זיין דעם ברודער יושע.
למעשה איז פון יושע גאדלבערג גארנישט געבליבען 0וואס מ'ווייסט) אבער פון ר' יצחק גאלדבערג איז געבליבען א הערליכער דור יראים ושלמים.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

אפשר טאקע ??

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:12 pm

נושא: ק"ק שארית עדת ישרא' "99ער"

קיקיון האט געשריבן:אין די וואכעדיגע HAMODIA שרעעבט ר' גור ארי' הערציג נ"י וועגען א אינגערמאן וואס איז ג'קומען
קיין אמעריקא בפקודת דעם שינאווער זי"ע אין איז געווארען א חבר אין די 99ער
ער פלעגט זאגען
איך בין ניט אזא פרומער איך וויל יא עסען ביי מיינע קינדער
עס איז כדאי אז די חברי "מורשת אמעריקא" זאלען זיך פארבינדען מיט ר' ארי' נ"י
און לאדענען אהער , א זיסער איד
, זיין אידיש שרייבען האב איך ניט ג'זעהן, אבער שמיעסען האב
איך אים ג'הערט (געווען א תקופה וואס איך בין ג'פארען מיט אים צי די ארבייט)

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:20 pm

אפשר קען מען זיך פארבינדן דורך די המודיע אפיס ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:26 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:אפשר קען מען זיך פארבינדן דורך די המודיע אפיס ?

דא איז אן אדרעס
בילד

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג פאברואר 03, 2014 4:57 pm

קריינא דאיגרתא ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 3:54 pm

מציבה פון הרב ר' יוסף לאער ז"ל רב דק"ק נחלת צבי בניו יארק:
http://kevarim.com/rabbi-yosef-lauer/
רבי יוסף איז געווען א זון פון רבי נתנאל לאער אב"ד מאלציב, דאס איז א דארף נעבן בארדיוב, ר' יוסף איז געווען א שינאווער חסיד ער האט געלערנט אינעם קלויז אין שינאווא ביים הייליגען שינאווער רב זצ"ל.
בשנת תרס"ד איז ער געקומען קיין אמעריקא, דאהי האט ער געטאן אסאך פאר אידישקייט במיוחד אהאט ער פארארבייט איינצוהאנדלען די ד' מינים פאר סוכות אין די צייטן פון ערשטן וועלט קריג, וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דערפאר א הון תעופות בימים ההם.

אינעם דערמאנטן לינק שרייבט זיינס אן אייניקל אינטערסאנטע פרטים איבער אים אוןן די משפחה.

יהא זכרו ברוך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:59 pm

מיללער האט געשריבן:מציבה פון הרב ר' יוסף לאער ז"ל רב דק"ק נחלת צבי בניו יארק:

ר' חעזקל אויף קברים.קאם האט מוסיף געווען דעם פאלגענדן לינק:
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... raroza.htm
דארט איז פארהאן נאך אינפארמאציע איבער די לאער פאמיליע, דער פאטער ר' נתנאל אב"ד מאלצוב איז אריגינעל געווען פון באבוב.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג מאי 05, 2014 1:02 am

זאמלער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:דער איד ר' אברהם יצחק לינד וועמענ'ס מציבה כ'האב פאטאגראפירט פון די פוילישע שטיבל אפטיילונג אין בית דוד סעמיטערי, איז געקומען אויף אמעריקא מיט די גוטהייסונג פונעם שיניעווער רב זי"ע, ער האט איבערגעלאזט בנים ובני בנים שותומ"צ וחסידים.

ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין יאר 1914
ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, און פארמאגט א פלייש געשעפט אויף "סאוט 9" קארנער "בעדפארד".
איך שטעל דא ארויף א בילד פון אים ווי מען זעהט אים מיט די פולע חסידישע טראגע

דא האט חברינו 'מצבות שטעלער' געברענגט א בילד פון זיין טאכטער'ס מצבה אין סקווירא. מרת חנה אשת ר' משה וויינבאום.

ר' אברהם יצחק לינד האט געלייגט תפילין ביים שינאווער רב, און זיך געדרייט במחיצתו.
די באקאנטע פרוי זעלדא [זעלדא'ס געשעפט אויף טעילאר פון קרית יואל אשת ר' זושא גרינבערג, חותן ר' אלי' פלאהר מקרית יואל], איז געווען זיינס א טאכטער אדער אייניקל.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג מאי 05, 2014 8:04 am

http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?159454&lang=eng

איך זע מען האט געשמועסט וועגן מיין עלטער זיידע הרב פתחי' לאם שו"ב
איך האב ניט איבערגעליינט אלץ וואס מען האט געשריבען
און איך בין ניט זיכער אויב מען האב געבראכט א לינק צו דעם ספר וואס מיינער א שוועסטער קינד
נתנאל רוזענבלאט האט געשריבן
שטייט דארטען אז דער שינאווער האט עם יא געזאגט אז ער קען פארן קיין אמעריקה און עס וועט אים ניט שאטען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 05, 2014 8:46 am

זאמלער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה

רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת,
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,

מצבת בתו בשיכון סקווירא
מצבות שטעלער האט געשריבן:22

בילד
מרת ריזל שרה ב"ר אהרן שטערן, אשת ר' שלמה מנחם מענדל ארט - ט' אלול תשע"ג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 28, 2014 10:58 am

מיללער האט געשריבן:מציבה פון הרב ר' יוסף לאער ז"ל רב דק"ק נחלת צבי בניו יארק:
http://kevarim.com/rabbi-yosef-lauer/
רבי יוסף איז געווען א זון פון רבי נתנאל לאער אב"ד מאלציב, דאס איז א דארף נעבן בארדיוב, ר' יוסף איז געווען א שינאווער חסיד ער האט געלערנט אינעם קלויז אין שינאווא ביים הייליגען שינאווער רב זצ"ל.
בשנת תרס"ד איז ער געקומען קיין אמעריקא, דאהי האט ער געטאן אסאך פאר אידישקייט במיוחד אהאט ער פארארבייט איינצוהאנדלען די ד' מינים פאר סוכות אין די צייטן פון ערשטן וועלט קריג, וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דערפאר א הון תעופות בימים ההם.

אינעם דערמאנטן לינק שרייבט זיינס אן אייניקל אינטערסאנטע פרטים איבער אים אוןן די משפחה.

יהא זכרו ברוך

היינט באמערקט אז מאך מיט פינף יאר צוריק האבן מיר געהאט אן אשכול לזכרו:
viewtopic.php?p=212890#p212890
וועלן מיר דארט ממשיך זיין מיט די נייע געפונסן באדיבות חברי מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מאי 28, 2014 1:51 pm

צו ווייסט איינער ווער עס איז דער איש ירא אלוקים המפורסם ר' חיים גראססמאן, וואס ליגט אין דער אלט שינאווער חלקה אויפן מט. חברון בית עולם?
צוגעלייגטע
IMG_0364.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מיטוואך מארטש 11, 2015 2:50 pm

שינאווער רבי ר אלי' תאומים פרענקל אין נוא יארק אין תרפא מי הוא זה ?
צוגעלייגטע
shinev.pdf
(33.12 KiB) דאונלאודעד 202 מאל

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מיטוואך מארטש 11, 2015 3:00 pm

אן אייניקל פין שיניאווער רב
צוגעלייגטע
GetImage9YZWC5BC.png
GetImage9YZWC5BC.png (14.31 KiB) געזעהן 3815 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 11, 2015 3:54 pm

פעלדמאן האט געשריבן:שינאווער רבי ר אלי' תאומים פרענקל אין נוא יארק אין תרפא מי הוא זה ?

viewtopic.php?p=995853#p995853

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מיטוואך מארטש 11, 2015 4:36 pm

מיללער האט געשריבן:
פעלדמאן האט געשריבן:שינאווער רבי ר אלי' תאומים פרענקל אין נוא יארק אין תרפא מי הוא זה ?

viewtopic.php?p=995853#p995853

יש״כ

real estate
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » מיטוואך מארטש 11, 2015 5:11 pm

ווילוויסן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:.
דער אויבנדערמאנטער בריוו פון קיין אמעריקא איז געשיקט צו הנגיד ר' משה טרוים.

צווישן די פריסטיקער פרענומעראנטן אויפן ספר אותות ומועדים הנ"ל ווערט דערמאנט איינער בשם "יקותיאל טראם"
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=72

דא קענט איר זען דעם כתב יד פון ר' מענדעלע פריסטיקער, מיר קוקט עס אויס "טרוים" [מל' חלום], מעגליך געוואלט שרייבן "טראם".
זע אויך ווי ר' מענדעלע שיקט דעם בריוו פאר ר' משה צוזאמען מיט ר' יחיאל ניימאן, זע איך טאקע אין די מעות קדימה צווישן יושבי פריסטיק ר' יחיאל ניימאן.
דאכט זיך מיר אז מארגן כא אדר איז אויך די יארצייט ר' מענדעלע פריסטיקער אידן שרייבן זיי האבן געזען גרויסע ישיעות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 2:31 pm

מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:אקעי. יעצט געהערט.
דער הרב פעלדשטיין וואס דאווידעל רעדט וועגן איז הרב ר' שלמה ירוחם פעלדשטיין שנולד בשינאווע וגר בלאנצוט והיגר לארה"ב אחר המלחמה ונתקבל לרב בשינאווע שול [פיפט סטריט]. ער איז אוועק תש"ך און ליגט אין שינאווע חלקה אין וועלוואוד סעמעטערי אין לאנג אייסלענד.

מצבתו ומציבת בנו (ממלא מקומו) ר' אליעזר יהושע זענען היינט ארויף אויפן וועלטל באדיבות מאורינו מיוראפ, (און פון בעפאר איז עס שוין געוועזן אויף קברים.קאם)
בילד
בילד
דארט ליגט אויף א טאכטער פון ר' שלמה ירוחם בשם מרת שרה רבקה זאלצמאן.

ר' שלמה ירוחם פעלדשטיין איז געווען א זון פון ר' אהרן שאול פעלדשטיין, און אן אייניקל פון הצדיק רבי דוד מקריפטש, לויט קאמענטארן אויף קברים איז פארהאן א באבובער חסיד בשם ר' יעקב מאיר פעלדשטיין וואס איז זיינס אן אייניקל און א גרויסער ידען.

אינעם בעלזא חלקה אויפן בית משה ביה"ח אין לאנג איילאנד ליגט אן אנדערער זון פון רבי שלמה ירוחם (קרעדיט: מצבות שטעלער)
viewtopic.php?p=1131706#p1131706
בילד

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

הרה"ח ר' טובי' פריינד ז"ל

תגובהדורך בדיעבד » זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:17 pm

הרה"ח ר' טובי' פרייינד ז"ל איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע פארן קריג און האט געדאוווענט אין ביהמ"ד חרדים אין דער איסט-סייד (וואו הרה"צ ר' חיימ'ל טשעחויב'ער זצ"ל פלעגט דאווענען)

ר' טובי' איז געווען אלס קינד אין שינאווע, עפעס א מעשה איז דא מיט אים מיט שינאווא'ער רב, כ'געדענק נישט פונקליך, ער איז געשטאנען מיט נאך קינדער אין דער הייעך (אויפן פענסטער) ביים טיש שב"ק, און שינאווער רב האט יעדן געהייסן אראפגיין אויסער אים האט ער געלאזט דארט בלייבן

ער האט געהאט א זוהן וואס איז לעצטענס אוועק הרה"ח ר' אברהם בער פריינד ז"ל פון לעיקוואד, ויבלחט"א האט ער נאך א טאכטער אין וויליאמסבורג מרת פיש שתחי' (אשת?)

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:39 pm

נא גוט...

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט