שינאווער חסידים אין די בראשית יארן פון אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 19, 2019 3:17 pm

לצבאותיכם האט געשריבן:המשך למה שסיפר הרה"ח ר' אהרן שטערן

לא זכיתי להבין הקשר בין " ישמחו" למה שקרה להרה"ח ר אהרן

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג אפריל 30, 2019 4:12 am

monroe10950 האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:
זאמלער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה


רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת,
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,


ווער איז די משפחה פין ר אהרן שטערן האט עס שייכות מיט ר חיים שטערן פין די בראנקס ? ווייל זיין משפחה האט בלאנגט קיין סטרפקאוו אין די משפחה איז דא א מעשה אויך וועגען שינאווע


ער האט איבערגעלאזט עטליכע קינדער
צווישען זיי ר' יעקב שטערן ז"ל פון שיכון סקווירא - [בניו ר' אברהם יוסף -ר' קלמן יונתן]

ר' אהרן שטערן איז געווען א איש חסיד פון 'דער אלטער היים'.
ער האט פארציילט אז ער געדענקט אז שינאווער רב ז''ל איז געטאנצן ביי ישמחו במלכותך, אז די פוס זיינע האט מען געזעהן פון אונטן העכערן טיש!
ער האט זיך געדרייט ביי ר' אלעזר ריישער זי''ע אין שטוב, אין די תולדות פון הרה''ק ר' אלעזר זי''ע ווערן געברענגט עטליכע מעשיות פון הר''ר אהרן ז''ל
איינמאל איז ר' אהרן געפארן מיט א חסידישן יונגערמאן אויף מעיפל אין מאנסי (דער יונגערמאן להבחל''ח הגה''ח ר' א.מ.ק. פלעגט אינאיינעם מיט ידידו וריעו הגה''ח ר' א.ש. מותיקי תושבי ק''י שעפן פון ר' אהרן דברי תורה וחסידות) און אינמיטן געבט זיך א עפן די טיר, און ר' אהרן איז שיעור ארויסגעפלויגן רח''ל, די לעצטע מינוט האט ער זיך צוריקגעכאפט. שפעטער האט ער פארציילט, אז בימי שהותו בבית הרה''ק ר' אלעזר זי''ע, איז איינמאל איז ער קראנק געווארן, און ר' אלעזר האט אים געזאגט, ''ביי מיר אין שטוב וועסטו נישט שטארבן'', האט ר' אהרן מסביר געווען, ''וואס האט דער רבי געמיינט צו זאגט מיט דעם? זיכער האט ער געמיינט אז איך וועל נישט שטארבן אן קיין תשובה. יעצט פארענדיג אין קאר האב איך געפילט ווי איך גיי שטארבן, האב איך שנעל ''נישט'' תשובה געטון, אזוי בין איך געבליבן לעבן''....

ר' אהרן שטערן'ס מאמע, מרת רבקה איז געווען בת ר' אברהם אמסעל מסטראפקוב

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 4:07 pm

בן בוזי האט געשריבן:צוויי מציבות וואס כ'האב זיי פאטאגראפירט אינעם שיניעווער חלקה.

האדמו"ר ר' דוד'ל סאקאלאווער

הרה"ח בנש"ק ר' אלעזר געווירץ


1940 - די פלייש יאטקע פון ר' אלעזר געווירטץ אויף 174 ראדני סטריט

איז דאס ער ביים ווינדע? א איד א בעל צורה
צוגעלייגטע
174 rodney.png
174 rodney.png (740.54 KiB) געזעהן 495 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 4:29 pm

שיין!

היינט טייל פון סאטמאר בוטשער צוויי און אכציג ליע עוועניו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נזר הנבונים
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 01, 2020 1:36 am

תגובהדורך נזר הנבונים » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:17 pm

ווייסט איינער די נאמען פונעם שינאווער שוחט וואס מנו"כ בסביבות הה"צ הרב הכולל ?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:58 am

נזר הנבונים האט געשריבן:ווייסט איינער די נאמען פונעם שינאווער שוחט וואס מנו"כ בסביבות הה"צ הרב הכולל ?


נישט בסביבות רב הכולל, נאר אינעם זעלבן בית עולם. אבער מסתמא כוונתך לרבי פתחי' לאם, ער ליגט דוקא אין ארה"ק. אבער אינעם שינאווער חלקה אין רידזשוואוד ליגט ר' אלעזר געווירץ הנ"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נזר הנבונים
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 01, 2020 1:36 am

תגובהדורך נזר הנבונים » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:33 am

ייש"כ פאר די אינפארמאציע


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט