אלכסנדר מוקדון- חלק א' וב'

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:להערה בעלמא די מטבעות זענען בדרך כלל פון א שפעטערדיגע תקופה דורכאויס תקופת בית שני זעט מען צורת אלכסנדר אפילו פון שפעטער מזמן מלכי רומי ווייל די מלכות מצרים מלכות סוריא זענען גלגולים פון מלכות יון און אפילו מלכות רומי טו ען עקסטענט. טאקע מזמן בית שני אבער לאו דוקא ווען ער האט נאך געלעבט.
אויף פרסישע מטבעות זעט מען טאקע זייער אסאך די לייבן אין א מלחמה מיט א מענטש אבער ביי אלכסנדר איז עס סתם אנגעטון ווי א היינטיגע הודי hoody וואס די בני חם גייען כהיום און נישט בדרך מלחמה.


קודם כל, רוב מאכטפולע קעניגן פלעגן זיך לאזן גיסן מטבעות מיט זייער געשטאל נאך בחיים חייתם.

שנית, דא האסטו א בעסערע בילד פון אלכסנדר מיט די לייב.http://www.livius.org/pictures/greece/a ... ions-pelt/
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שכוח ממי שאמרו פארן באשיינען די וועלט, איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריקער צו אריינרעדן אבער איך גלייך זייער צו עס אפליינען, זע צו שרייבן ווי מער, איך פריי מיר אז איך האב אויפגעברענגט די אשכול, יעדע נייע תגובה ברענגט מיר א הנאה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ביידע זענט עטץ גערעכט; מטבעות מיט דער צורה פון אלכסדר מוקדון האט מען געמאכט אין גרויסען נאך מיט 150 יאר שפעטער, אבער ווען די רוימער האבען פיינעלי באצווינגען און איבעגעשטיגען יון (זעה די גמרא אין ע"ז דף ח'), איז שוין ווייניג געמאכט געווארען מיט זיין בילד.

די מטבעות וואס זענען געמאכט געווארען בחייו רופט מען "lifetime issues" און זענען טאקע חשוב'ער אינעם עולם העתיקות. די בילד פון אלכסדר איז נישט דא קיין גרויס ממשות'דיגע חילוק.
--
ס'דא דריי ערליי קרוינען וואס אלכסדר מוקדון טראגט אויפען קאפ (צו דערשרעקען - ווי די אינדיאנער טשיעף'ס פלעגען טוהן). דאס ערשטע איז דער קאפ פון א לייב, און מען קען אפילו ארויס זעהן די פענגס. די צווייטע איז דער קאפ פון א עלעפאנט, ווי מען קען זעהן די טאסקס; און די דריטע איז דער קאפ פון א אקס ווי מען קען זעהן די הערנער.
--
ואגב, עס איז דא נאך א פאר סארט קרוינען אין ענטיקוועטי (אין די אלטע צייטען), חוץ דער שפיציגע קרוין וואס יעדער איז צוגעוואוינט (וואס מיט דעם קען מען בעסער פארשטיין וואס מען דאווענט און אויך א פאר גמרות); ועוד חזון למועד בל"נ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל אלצווייסער »

ישר כח ממי שאמרו. א רייכער אשכול דאס.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

טויזענט פראצענט גערעכט.

נאך מער, די סיבה פארוואס זיי האבן אויפגעהערט צו רעדן פון אלכסנדר איז געווען צולים דעם וואס ער איז געווארן אן עבודה זרה, און דער עולם גולם פלעגט אים דינען ביי די גרויסע בנין וואס תלמי הראשון (די טאטע פונעם תלמי וועלכע האט געצווינגען די חכמים איבערצוטייטשן די הייליגע תורה) האט געבויעט אויף זיין קבר ווי ער איז געליגן.

פאר די רוימים האט דאס קיינמאל נישט געשמעקט. עס איז באקאנט א יוליוס קייזער ווען ער איז געווען אין אלכנסדריה האט ער גע'גנבט גאלד פון אלכסנדר מוקדון'ס קבר, צו קענען פינאנצירן די מלחמה וואס ער האט געהאלטן אינמיטן.

ווען זיין נעפיו און שטיף זין, דער ערשטע עמפראר (ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידיש??) אוגוסטוס (אוקטאוביען איז געווען זיין ארגינעלעם נאמען) איז געווען אין אלכסנדריה צוליב זיינע מלחמות איז ער אויך געגאנגען באזיכן דעם קבר פון אלכסנדר. צוויי פיקאנטישע מעשיות האט דאן פאסירט. איינס ווען אוגוסטוס האט זיך אראפגעבויגן צו קושן די קאפ פון אלכסנדר האט ער בטעות צובראכן דעם נאז פונעם טויטן אלכסנדר. (איך האב זיך אייביג געווינדערט ווי אזוי האט ער רעאגירט? אוווופס און ווייטער געגאנגען, אדער שלמזל'דיג פראבירט צוריקצולייגן ווי אזוי מיר וואלטן פראבירט ווען מיר מאכן אזא טעות...).

די צווייטע אויפן וועג ארויס האט ער געזאגט: איך בין געקומען קוקן א קעניג, נישט א רייע פון טויטע קערפער. דאס איז אויך געווען א שטארקע באליידיגונג פאר די מצריים.

על כל פנים, מיט די יארן שפעטער ווען קריסטינטום האט איינגענומען יענע גאנצע חלק וועלט און עבודה זרה איז געווארן גע'אסר'ט איז אלכנסדר מוקדון'ס קבר נעלם געווארן אויף אייביג. טייל זאגן אז עס איז פארברענט געווארן און טייל זאגן אז די קריסטן האבן פשוט געטוישט די נאמען פונעם קבר אויף איינע פון זייערע שמייליגע וועלכע האט גע'פייגער'ט פאר 350 יאר פארדעם. און ווען עטליכע הונדערט יאר שפעטער די קריסטן האבן אריבערגעפירט די קבר פון יענעם שמייליגן קיין ווינעציע ווי זיי האבן אויפגעבויעט א נייע גרויסע קבר פאר יענעם, דאס איז גאר געווען די גוף פון אלכסנדר מוקדון און נישט פון יענעם שמייליגן. און זיי האבן ראיות והוכחות אויף דעם און זיי טענה'ן אז די קריסטליכע פירער ווייסן היינט צוטאגס אז אינעם קבר ליגט נישט יענער שמייליגער נאר אלכסנדר מוקדון, נאר עס פאסט זיי נישט צו מודה זיין אז פאר טויזענט יאר מאכן זיי פורים פון זייער עולם וועלכע גייט אהין מיט אן ערענסקייט.

משגיחים, ביטע פארעכטן אויב עס איז צו ווייט געפארן אדער עס דארף אן הגהה.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

גא"מ.

ייש"כ ממי שאמרו, שפושמן, און די אנדערע באטייליגער. זייער באלערנד און אינטערעסאנט.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אלכסנדר מוקדון- חלק א' וב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

ווי נעמט מען אזאנע היסטארישע ווערק דיזע טעג??
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”