בלאט 2 פון 5

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:30 am
דורך מכטי1
SPUSMN האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:אמת טאקע אז הרב מאיר שפירא האט אויסגערופן דעם רעיון פון דף היומי אבער די עצם רעיון שטאמט דאכט זיך פונעם טשארטקובער וואס כידוע איז הגר"מ שפירא געווען מגדולי חסידיו.

געהערט אז דער ראיון האט רבי מאיר שפירא זצ"ל געהערט פון זיין רבי הרה"ק רבי שלום משאץ זצ"ל.

כ'האב אויך אמאל געהערט אזוי.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:45 am
דורך שויתי'ניק
כ'האב געהערט אז דאס איז געווען דער רעיון פון א ברסלבער חסיד ר' בן ציון אפטער ז"ל וואס האט דאס אים פארגעשלאגען ביים קיבוץ פון חסידי ברסלב ר"ה אין ישיבת חכמי לובלין.

דאס האט מיר יענער אויך צוגעלייגט אז דאס איז לכאור' געבויט אויף א שיחה אין שיחות הר"ן אז א מענטש זאל האבן א קביעות יעדן טאג צו לערנען כך וכך...

קען זיין אז עס איז נישט קיין סתירה די אלע מקורות...

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 11:31 am
דורך דעפרעסט
די ווערסיע פון שויתי האב איך אמאל געזען אין די אידישע אשר בנחל פון מוהרא"ש.
גיי ווייס..

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 1:44 pm
דורך ישלהוסיף
SPUSMN האט געשריבן:איך מיין אז הרב וואזנער איז נאך געווען א אינגעל פאר דער בר מצוה ר"ה תרפ"ד און נאכנישט געלערענט דענמאלץ און יח"ל.

דער איד וואס איך האב פריער דערמאנט וואס האט אנגעהויבען אינדערמיט פון די צווייטע סדר, איז דענמאלץ אלט געווען 11 יאר. ער האט און די מלחמה יארען געלערענט וויפיל ער האט געקענט אבער בערך צוויי יאר נישט געהאט מער ווי געציילטע גמרות און נישט דווקא וואס די דף היומי האט געלערענט.

הגר"ש וואזנער האט געלערנט אין יח"ל חמשה עשר בשבט תרצ"א בעת ס'פארגעקומען דער ערשטע סיום הש"ס, ווארשיינדלעך האט ער נישט אנגעהויבען לערנען דעם דף היומי בשנת תרפ"ד, אבער ביים סיום בשנת תרצ"א האט ער זיך משתתף געוועהן.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 1:46 pm
דורך תרנגול
אין ויקיפדיה שטייט אז הגר"ש וואזנער שליט"א איז געבוירן תרע"ג. איז דאס ריכטיג? איז הרב וואזנער שוין 99?

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 2:56 pm
דורך SPUSMN
מכטי1 האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:אמת טאקע אז הרב מאיר שפירא האט אויסגערופן דעם רעיון פון דף היומי אבער די עצם רעיון שטאמט דאכט זיך פונעם טשארטקובער וואס כידוע איז הגר"מ שפירא געווען מגדולי חסידיו.

געהערט אז דער ראיון האט רבי מאיר שפירא זצ"ל געהערט פון זיין רבי הרה"ק רבי שלום משאץ זצ"ל.

כ'האב אויך אמאל געהערט אזוי.

כדי צו געבען האפט צו דער ידועה, וועל איך צולייגען איין מקור דערצו, און דאס איז פון דער קאסינער רבי פון אכטצענטע עוועניו (היינט און בני ברק) וואס זיין רביצען ע"ה איז געווען אן אייניקל פון הרה"ק רבי שלום משאץ זצ"ל. ווען ביי אים און בית מדרש האט מען געמאכט א סיום האט ער דאס דערציילט.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:00 pm
דורך ישלהוסיף
אינטרעסאנטע זאך, ווער איז דער בעל הרעיון פונעם דף היומי?

1) רבי ישראל פריעדמאן משורטקוב
2) רבי אברהם מרדכי אלתר מגור
3) רבי בן ציון אפטער מחסידי ברעסלאוו
4) רבי שלום משאץ

הייסט דאס רבי מאיר שפירא'ס רעיון זיכער נישט, ער איז פשוט געוועהן דער פאסט טרעגער.
קאם-אן.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:08 pm
דורך SPUSMN
רבי מאיר שפירא איז דאך געווען א תלמיד פון רבי שלום משאץ און דער מוציא אל הפועל, ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה.

א גיטע זאך האט א סאך טאטעס, זאגט דער וועלט.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:13 pm
דורך SPUSMN
אז מען רעדט שוין איז כדי צו באמערקען אז רבי שמשון רפאל הירש'ס מהלך האט ער פשטות אויך נישט אליין מחדש געווען, נאר עס גענומען פון זיין רבי, חכם יצחק בארנייס רב פון האמבורג, וואס האט עס פשטות גענומען פון זיין רבי, רבי אברהם בינג רב פון ווירצבורג (א חבר פון חתם סופר).

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:37 pm
דורך יוראפ
קוקט אויס אז ס'קען פשוט זיין אז אסאך רבי'ס האבן עס געוואלט איינפירן און ס'האט זיך זיי נישט איינגעגעבן
ביז עס איז געקומען מהר"ם שפירא וואס ער האט אסאך זאכן אויפגעטון, אין אונזער שפראך, א טוהער / א אנדרייער, און ער האט דאס אהערגעשטעלט

_____________
פליז שיסן נאר קליינע שטיינער

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 4:52 pm
דורך לכתחילה אריבער
ישלהוסיף האט געשריבן:אינטרעסאנטע זאך, ווער איז דער בעל הרעיון פונעם דף היומי?

1) רבי ישראל פריעדמאן משורטקוב
2) רבי אברהם מרדכי אלתר מגור
3) רבי בן ציון אפטער מחסידי ברעסלאוו
4) רבי שלום משאץ

הייסט דאס רבי מאיר שפירא'ס רעיון זיכער נישט, ער איז פשוט געוועהן דער פאסט טרעגער.
קאם-אן.

די ווייסט וויפיל אירע האבן אנגעהויבן אזא זאך ווי די "שאפערס רוט" געשפיגען בלוט, און דערנאך האט זיך עס אפגעשפארט, דאן איז געקומען הרב שאפערס רוט, געמאכט א נייע עד מאגעזין, און האט אויסערגעווענדליך מצליח געווען.

איז קען זיין אז ער האט געטאן עפעס אנדערשט ווי די אנדערע, א נייע קנייטש (נא פאן אינטענדעט) וכדו', אבער פאקט בלייבט אז ער האט עס געמאכט.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 5:42 pm
דורך שויתי'ניק
דעפרעסט האט געשריבן:די ווערסיע פון שויתי האב איך אמאל געזען אין די אידישע אשר בנחל פון מוהרא"ש.
גיי ווייס..

דאס האב איך נישט געוויסט אז אין אשר בנחל ווערט דאס געברענגט

ישלהוסיף האט געשריבן:אינטרעסאנטע זאך, ווער איז דער בעל הרעיון פונעם דף היומי?
1) רבי ישראל פריעדמאן משורטקוב
2) רבי אברהם מרדכי אלתר מגור
3) רבי בן ציון אפטער מחסידי ברעסלאוו
4) רבי שלום משאץ
הייסט דאס רבי מאיר שפירא'ס רעיון זיכער נישט, ער איז פשוט געוועהן דער פאסט טרעגער.
קאם-אן.

וואס שטערט דיך אז עס איז נישט זיין אייגנס?

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 5:48 pm
דורך מאטקע
שויתי'ניק האט געשריבן:כ'האב געהערט אז דאס איז געווען דער רעיון פון א ברסלבער חסיד ר' בן ציון אפטער ז"ל וואס האט דאס אים פארגעשלאגען ביים קיבוץ פון חסידי ברסלב ר"ה אין ישיבת חכמי לובלין.

דאס האט מיר יענער אויך צוגעלייגט אז דאס איז לכאור' געבויט אויף א שיחה אין שיחות הר"ן אז א מענטש זאל האבן א קביעות יעדן טאג צו לערנען כך וכך...

קען זיין אז עס איז נישט קיין סתירה די אלע מקורות...

ישיבת חכמי לובלין איז נתייסד ערשט ווען ער איז געווארען רב אין לובלין, דוכט זיך דאס וואר נאך תרפ"ג ווי ער האט פארגעשלאגען דעם פלאן פון דף היומי.

נישט באקאנט אז חסידי ברסלב פלעגען זיך צוזאמנעמען נאך פון פאר דעם אין שטאט לובלין.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 5:54 pm
דורך SPUSMN
עס זענען געווען ברעסלאווער חסידים און פוילין.

מיין שווער דערציילט אז זיין טאטע האט זיך אינטער געהאלטען אויף א באן און פוילין נאכען צושמעטערען זיין נאגעל און לוזענסק, און איז שיעור אויס געגאנגען פון יסורים אויב נישט די ברעסלאווער חסידים וואס האבען געטאנצט די גאנצע וועג. ווען דער באן איז אנגעקומען קיין פשעווארסק האט ער טאקע געחאלישט.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 6:08 pm
דורך מאטקע
אוודאי איז געווען ברעסלאבער חסידים אין פוילן אין גאר אסאך, אין זיי האבען זיך טאקע צאמגענומען ראש השנה אין ישיבת חכמי לובלין, נאר לכאורה איז דאס געווען אסאך נאך דער רעיון פון דף היומי וואס מ'האט שוין פארגעשלאגען בשנת תרפ"ג כמדובר.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 6:11 pm
דורך SPUSMN
דער מעשה מיט מיין שווער'ס טאטע איז געווען און שנת תרפ"ד.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 6:26 pm
דורך מאטקע
אבער דאנס מאל ווייס איך נישט צו א ישיבת חכמי לובלין איז שוין געשטאנען.

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2012 9:43 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
יש לעיין לדעת אותם גדולים שהתנגדו לדף היומי בשעתו, ועיקר הטעם היה מחמת כי זה היה הדגל של האגודה אז, [אם כי הוסיפו עוד טעמים, אך נראה כי זה היה עיקר ההתנגדות], ובזמנינו אלה שזולת הסיום אין לזה שום שייכות לשום מפלגה, ונלמד על ידי אלפי ישראל, אם שייך עוד אותו הטעם שחששו לזה גדולי ישראל בשעתם.
במיוחד שרבתה תוהו ובוהו בעולם, ועיקר ההצלה הוא על ידי למוד התורה, המשפיעה על נפש האדם.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:06 am
דורך מי חכם
נו אלא מאי? די חתונה תקנות האט דען יא מהר"א (מ'סאטמאר) אליינס געטראכט? ער האט עס דורך געפירט איז עס נקראת על שמו. בכלל, סאיז לא ימלט אז עס איז נישט געווען עפעס א פשוטער איד אין ווארשע וועמען דער רעיון איז איינגעפאלן בעפאר שאצער אדער טשארטקאווער רבי האבן געטראכט דערוועגן. דער איד איז נאר פשוט געגאנג עט ן וויטער און גארנישט געטון דערמיט. עקטשולי, עז ווי ספיק פאלט מיר אויך ביי דער רעיון. סאו וואט?

-----

יח"לס חנוכ תם הבית איז געווען תר"צ.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:58 am
דורך msp
פאלט מיר יעצט נישט איין ווער עס איז געווען
נאר עס איז געווען א רב וואס האט מציע געווען אין א ספר צו לערנען א דף א טאג
און עס זענען דא בריוו שרייבערס צו די צייטונגען וואס זענען אים כסדר מזכיר

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:01 am
דורך msp
יעצט געטראפען
עס איז געווען הרב משה מנחם שפיוואק ז"ל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 5&pgnum=65

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:57 am
דורך מיללער
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:יש לעיין לדעת אותם גדולים שהתנגדו לדף היומי בשעתו, ועיקר הטעם היה מחמת כי זה היה הדגל של האגודה אז, [אם כי הוסיפו עוד טעמים, אך נראה כי זה היה עיקר ההתנגדות], ובזמנינו אלה שזולת הסיום אין לזה שום שייכות לשום מפלגה, ונלמד על ידי אלפי ישראל, אם שייך עוד אותו הטעם שחששו לזה גדולי ישראל בשעתם.
במיוחד שרבתה תוהו ובוהו בעולם, ועיקר ההצלה הוא על ידי למוד התורה, המשפיעה על נפש האדם.

כמוני כמוכם, מ'זעהט דאך אז אנדערע קרייזען האבן דאך שוין היינט איינגעפירט אן ענליכע סדר הלימוד איבערהויפט סאטמאר (ישראל ואורייתא בראשות האדמו"ר [מהרי"י] מסאטמאר ויסודי התורה בראשות האדמו"ר [מהר"א] מסאטמאר) איז פשט אז יעדערער האט איינגעזעהן נאך 10-11 מאל וואס אנדערע אידען האבן מסיים געווען ש"ס אז אפשר איז צייט מזכה צו זיין אנדערע אידען אויך מיט לימוד התורה באופן קבוע חק ולא יעבור.

ביי אונז אין סקרענטאן זענען פארהאן צענדליגער אידען וואס זענען מסיים ש"ס קומענדיגע וואך, סיי מיט חברותות און אויך דורך שיעורים ברבים, די אלע אידען האבן נישט קיין שייכות מיט אגודת ישראל אדער חלילה ציונות ואביזרייהו, זיי זענען מקיים דעם יצא אדם לפעלו און דערנאך דעם קבעת עתים לתורה באופן חוקי און בקובץ על יד גרייטען זיי זיך בעזהשי"ת צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, אשרי חלקם.

איז נאך דא היינט עמיצער וואס האלט אז עס איז 'אסור' צו לערנען דף היומי?

מי חכם האט געשריבן:נו אלא מאי? די חתונה תקנות האט דען יא מהר"א (מ'סאטמאר) אליינס געטראכט? ער האט עס דורך געפירט איז עס נקראת על שמו

מי חכם? וואס א מין דמיון מילתא למילתא, קודם ווי איז עס נקראת על שמו? נאכדעם ער האט דען איינגעפירט א וועלטליכע תקנה, ער האט דאך עס געמאכט פאר זיין קהלה, יעדעס אשכול מוז מען בע"כ אריינשלעפן צו 'סאטמאר', ס'איז דאך דא אנדערע אידען אויך דא.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:40 pm
דורך אויפריכטיג
מיללער האט געשריבן:

נו, אפשר הייבן מיר אן א שיעור דא אויף אייוועלט.... (שששש)

געשריבן: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:00 pm
דורך מאטקע
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:יש לעיין לדעת אותם גדולים שהתנגדו לדף היומי בשעתו, ועיקר הטעם היה מחמת כי זה היה הדגל של האגודה אז, [אם כי הוסיפו עוד טעמים, אך נראה כי זה היה עיקר ההתנגדות], ובזמנינו אלה שזולת הסיום אין לזה שום שייכות לשום מפלגה, ונלמד על ידי אלפי ישראל, אם שייך עוד אותו הטעם שחששו לזה גדולי ישראל בשעתם.
במיוחד שרבתה תוהו ובוהו בעולם, ועיקר ההצלה הוא על ידי למוד התורה, המשפיעה על נפש האדם.

מ'זאגט נאך פון כ"ק מהר"א זי"ע מבעלזא, אז היינט האט מען פאדרייט דער וועלט.

אמאל האט מען געלערנט תורה שבכתב מיט א גבול וסדר, יעדער וואך זיין פרשה, לעומת זה תורה שבעל פה האט נישט געהאט קיין גבולות, יעדער האט זיך געלערנט ווי ס'האט זיך איהם געגלוסט.

היינט צו טאג'ס, לערנט מען תורה שבכתב נישט לויט דעם פרשה, נאר פרשה נאך פרשה דהיינו אן קיין סדר און גבול, און תורה שבעל פה האט באקומען א נייע סדר און א גבול, א בלאט א טאג.

נ.ב. זיצענדיג אמאל ביי א שבע ברכות, ווי יעדע בעל דרשן האט געזאגט, מ'האט היינט/נעכטען געלערנט אין דער דף היומי, האט זיך דערנאך אויפגעשטעלט א איד (היינט געווען זיין יארצייט), און הייבט אן צו דרשנ'ן אזוי, ס'שטייט אין דף היומי פון פאר צוויי האלב יאהר צוריק...

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 5:10 pm
דורך מיללער