אנדעקט אמעריקע! "קריסטעפער קאלומבוס"

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אנדעקט אמעריקע! "קריסטעפער קאלומבוס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנדערשט ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך, האט "קריסטעפער קאלומבוס" געהאלטן אז די וועלט איז רונדעכיג, און וויבאלד די "גרויסקייט פון די וועלט" האט ער אינטערגעשאצט, האט ער געהאלטן אז מען קען אנקומען פון שפאניע וואס איז אויף די לינקע עק פון אייראפע, צו די לענדער פון אינדיע, כינע, יאפאן ועוד, וואס איז אויף די רעכטע עק פון אזיע, דורכ'ן ים, וויבאלד פון די קאנטינענט פון אמעריקע האט מען דאך אין יענע צייט נישט געוואוסט, האט ער געהאלטען אז די וואסער וואס פאנגט זיך אן ביי די גרעניץ פון שפאניע, גייט גראד צו די עק פון אזיע.

וואס איז די אופטו?

איז אזוי, קודם אז פארן דורך וואסער, איז דאן געווען פיל גרינגער ווי פארן אויף די יבשה, ווייל דאס פארן מיט שיפען איז אין יענע יארן געווען אסאך מער פארגעשריטן ווי טראנספעטאציע איבער די יבשה.

און נאך מער, וויבאלד מען האט אין יענע צייט נישט געוואוסט די גרויסקייט פונעם וועלט, האט ער געהאלטען אז עס איז סך נאנטער ווי אויף די יבשה, און מיט איין "קאצן שפרינג", איז מען אין אזיע.

און וויבאלד גרויסע האנדלונגען זענען פארגעגאנגען צווישען די לענדער אויפן עק אייראפע, און די לענדער אויף די עק אזיע, וואלט געווען א גאר גרויסע אופטו צו פארקלענער די "ווייטקייט" פון די צוויי וויכטיגע האנדל'ס פלעצער.

(און איך שרייב שוין ווייטער, איך לייג נאר דא א מאפע מען זאל פארשטיין ביז אהער:

(אראפציער, איז דא א מער דיטעילטירטע מאפע)

די דריי "ערא'ס" זענען איינס פאר שפאניע, ווי קאלומבוס איז ארויסגעפארן, איינס איז די אנדערע עק אזיע, ווי ער האט געוואלט אנקומען, און די דריטע, איז אינדיע, ווי ער האט געמיינט אז ער איז אנגעקומען, און די "באקס" איז די קאנטינענט אמעריקע - פאראייניגטע שטאטען, קאנאדא, די לענדער פון סענטראל אמעריקע, און די לענדער פון זיד אמעריקע - וואס דערפון האט מען דאן נישט געוואוסט).
אטעטשמענטס
fff.jpg
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יולי 15, 2012 2:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאר אלע וואס ער האט פארגעשלאגען זיין פלאן, האט געהאלטען אז עס איז אומפראקטיש, און אז די ווייטקייט פון אייראפע ביז אזיע דורכ'ן ים איז סאך ווייטער ווי ער האט זיך פארגעשטעלט.

די קעניג פון פארטוגאל האט אים אינגאנצען אפגעזאגט פון פאנאציערן דעם נסיעה, און די קעניג און קענינגען פון שפאניע די רשע און מרשעת, פערדינאנט און איזעבעלע שר"י יש"ו, ביי וועמען קאלומבוס האט זיך געבעטן פאר געלט און אז מען זאל אים מאכן פאר א מיליטערישע הערשער אויף די ימים, ווייל אזוי וועט ער קענען פארן מיט שטיצע פון די מיליטער, האבן זיי - פאר די ספק אז אפשר איז ער יא גערעכט און א צווייטע וועט אים געבן די געלט, און אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז ער איז יא גערעכט, וועט יענע מדינה האבן די אויבערהאנט אויף דעם "האנדל רוט, - האבן זיי מסכים געווען איז צו גיבן א קליינע סומע געלט יעדן חודש, אנצוגיין מיט זיינע פארשונגען.

דאס האט פארזיכערט אז ער וועט נישט גיין ארבייטן פאר א צווייטען, ווייל דו ביסט דאך משעבד פאר אונז, אבער עס איז נישט ווייט נישט געווען גענוג פאר די פאקטישע נסיעה.

נאך עטליכע יאר שתדלנות, און ווען קאלומבוס האט שוין געהאט רוב געלט פאר די נסיעה צוזאם געקליבן פון פרייווייטע מענטשען, האט די קעניגרייך באשלאסן אים צוציזאגן אז ער וועט באקומען דעם טיטל אדמיראל פונעם ים, אויב ער וועט מצליח זיין, און אויב ער וועט אויפן וועג טרעפען אינזלען וועט ער קענען האבן גרויסע חלקים אין די פארמעגענס, חוץ פון א פראצענט וואס ער וועט באקומען פון אלע רווחים וואס די נסיעה וועט מיטברענגען, אבער קיין געלט האבן זיי נישט געוואלט געבן.

די ציזאג אליינס איז געווען זייער "ברייטהארציג", פון די קעניגריך אין שפאניע, און די אמת איז לכאורה געווען אז זיי האבן געהאלטען אז קאלומבוס וועט קיינמאל נישט איבערלעבן דעם נסיעה, און ער וועט קיינמאל נישט קומען אננעמען זיין באצאלדונג.

למעשה האט קאלומבוס באקומען זיין געלט פון עטליכע פריינד, און הויכראנגינגע רעגירונגס לייט און די קעניגרייך פון שפאניע, צווישען זיי "לואיס דע סאנטאנגעל", גאבריעל סאנטשעז", ביידע אידן, און רבינו דון יצחק אברבנאל, לאיס, איז געווען די פינאנס מיניסטער אין די פערדינאנט-איזעבעלע קעניגרייך, און געבריעל, איז געווען טרעזשערער אין די רעגירונג, און דער הייליגע אברבנאל, איז אויך געווען פינאנס מיניסטער אין די קעניגרייך פאר עטליכע יאר.

אויף דעם צענטען טאג חודש אב אין יאר רנ"ח, די גוי'שע דאטום איז עס דעם דריטען אוגוסט 1492 (אז איינער וועט פראבירן אויסצורעכענען מיט איינע פון די פראגראמען וואס געבן אידישע דאטומס פאר גוי'שע טעג, וועט עס נישט שטימן פונקטליך עס איז געריקט מיט צען טעג בערך, וועגן די גוים האט צוגעלייגט טעג צו זייער קאלענדער ווי באוואוסט, און וועגן דעם איז דא די פארשידענע ניטל'ען ואכמ"ל) , האט זיך "קריסטעפער קאלומבוס" ארויסגעלאזט אויף א נסיעה, מיט דריי שיפן.

אויפן וועג איז ער דורך צרות יגון ואנחה, מיט די שיפן און זיינע מיטארבייטער, (די נסיעה אליינס איז א געשיכטע פאר זיך, אפשר וועט מען דערפון פארברייטערן אויף אן אנדער געלעגענהייט) און ווי דאס ווארט גייט, "די איבריגע איז היסטאריע", ער האט אנשטאט טרעפען די אזיע'רע שטעט אנגעטראפן איינע פון די אינזלען וואס מען רופט היינט "די בהאמעס", אונטער פלארידא.

קאלומבוס האט געמיינט אז ער איז אנגעקומען קיין "אינדיע", וואס דאס האט די מערסטע געשטימט מיט זיינע חשבונות, לויט די "הויכקייט", ווי ער האט געטראפן די לאנד, וואס איז בערך די זעלבע "עלטעטוד" ווי אינדיע, און עד היום הזה ווערן די "נעטיוו אמעריקענ'ס" (ארגינאלע אמעריקאנער) גערופען "אינדיענס", אין פויער'ישען דזשארגאן.

קאלומבוס איז צוריק געקומען און פארציילט אז ער האט געטראפען נייע לאנד, ער איז למעשה געפארן נאך דריי מאל, און ער ווערט באצייכענט אין די היסטאריע אלס "דער וואס האט ערפינדען אמעריקע".

יעצט לאמיר צוקומען צום עיקר פארוואס איך שרייב דא די געשיכטע.

ווער איז געווען "קריסטעפער קאלומבוס"? דאס איז א פראגע וואס מוטשעט שוין היסטאריקער די אלע יארן פון ווען קאלומבוס האט געלעבט, ווער איז ער? פארוואס האט אים געברענט צו פארן אויף דעם מסוכנ'דיגע וועג (וואס ווי פריער געשריבן האט די קעניגרייך נישט געגלייבט אז ער וועט צוריק קומען)? פון ווי איז ער געווען אזוי זיכער אז די וועלט איז רונדיג (וואס דאס איז ערשט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן ביי זיין נסיעה טאקע)? און נאך אסאך פראגעס.

יארן לאנג איז שוין דא שפוקעלאציעס אז "קריסטעפער קאלומבוס", איז געווען א .... איד!! א מאראנא, וואס האט אויסערליך אנגענומען די קריסטליכע גלויבן, אבער באהאלטען איז ער געבליבן א איד, ווי יעדער קען די מעשה די אינקוועזיציע האט געפארשט און געפאניגט די מאראנא'ס, און אז איינער איז געפינען געווארן אלס א איד, איז זיין סוף געווען די אוטא דא פע הי"ד.

מער איבער די שפוקעלאציעס, און די סיבות פאר די שפוקעלאציעס, וועט נאכקומען אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך יולי 11, 2012 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

שיין באשריבן, שכח לכתחלה, מיר ווארטן מיט אינטערעסע פאר נאך.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער שיין אראפ געלייגט. העמער הערען די רעסט אוו די סטארי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

שיין אראפגעלייגט מיט לכתחילה'ס טאָטש.
מיר ווארטן מיט שפאנונג.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

א גרויסן ייש''כ לכתחילה.

איך וויל צולייגן א נקודה, אז למעשה איז אלאסקא, וואס געפונט זיך אויפ'ן נייעם קאנטינענט, גאר נאנט צו רוסלאנד, אזש, א קאצן שפרינג, און ס'איז זייער אינטערעסאנט אז מ'איז אלע יארן נישט אנגעקומען דורך סיביר, רוסלאנד, צו אלאסקא, נאוועדען, היות, סיביר איז אן ארץ לא זרועה, און אן ארץ אוכלת יושביה, האט מען זיך נישט אזוי געדרייט דארטן, און דעריבער איז יענער חלק וועלט געווען אומבאוואוסט, ועדיין צ''ע.

וואס איז למעשה געווען די מחלוקת צווישן קאלאמבוס און מלך פארטוגאל, צו די וועלט איז רונדכיג אדער צו די וואסער איז גענוג קליין???
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ס'איז אביסל מענין לענין, אבער אז דו האסט שוין אנגערירט, וועלמער זאגן א ווארט.

פונעם "שפיץ" פון אלעסקע, ביזן "שפיץ" פון רוסלאנד, איז דא א וואסער 53 מייל ברייט, וואס מען רופט "בערינג סטרעיט" (Bering Strait, א סטרעיט הייסט אזא רעלעטיוו שמאלער וואסער דורכגאנג, צווישען צוויי יבשה'ס).

אין די "בערינג סטרעיט", זענען דא צוויי אינזלען, איינס נעבן די צווייטע, איינס געהערט פאר אמעריקע, און די אנדערע פאר רוסלאנד, די ווייטקייט פון די צוויי אינזלען איז 2.4 מייל, דאס מיינט אז צווישען אמעריקע אין רוסלאנד, טערעטאריש גערעדט, איז דא אינגאנצען 2.4 מייל!! נאך מער, אין די ווינטער איז די וואסער צווישען די צוויי אינזלען געפרוירן, אזוי אז עס איז מעגליך אין ווינטער, צו "גיין מיט די פיס, פון אמעריקע ביז רוסלאנד"!!

עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

זייער שיין געשריבען א גרויסען דאנק אייך לכתחילה,

עס איז א פארגענוגען צו ליינען דיינע ארטיקלען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

שכוח לכתחילה, זייער אינטערעסאנט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אנדערשט ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך, האט "קריסטעפער קאלומבוס" געהאלטן אז די וועלט איז רונדעכיג,

איך מוטשע זיך שוין א צייט, האבן זיי דען נישט באמערקט אז די ביס אין די לבנה איז א רונדיגער? האבן זיי ניטאמאל געוואוסט די סיבה פארוואס די צורת הלבנה האלט זיך אין איין טוישן?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
קאפעליטש
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 3:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעליטש »

א גרויסען שכוח לכתחילה! זייער שיין באשריבן, איך שלינג מיט דארשט יעדעס ווארט, איך האף אז די וועסט אינז נישט לאזן ווארטן צו לאנג, ביז די נעמסט זיך צום קומעדיגן שטיקל
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויף דעם צענטען טאג חודש אב אין יאר רנ"ח, די גוי'שע דאטום איז עס דעם דריטען אוגוסט 1492 (אז איינער וועט פראבירן אויסצורעכענען מיט איינע פון די פראגראמען וואס געבן אידישע דאטומס פאר גוי'שע טעג, וועט עס נישט שטימן פונקטליך עס איז געריקט מיט צען טעג בערך, וועגן די גוים האט צוגעלייגט טעג צו זייער קאלענדער ווי באוואוסט, און וועגן דעם איז דא די פארשידענע ניטל'ען ואכמ"ל) , האט זיך "קריסטעפער קאלומבוס" ארויסגעלאזט אויף א נסיעה, מיט דריי שיפן.

עפ"י חשבון איז דאס א טאג נאכ'ן גירוש - ברגע קטן עזבתיך וברחמים גדולים אקבצך [כידוע מש"כ בחת"ס שהעזיבה רק לרגע היתה, ומשם והלאה כבר התחילה הקיבוץ].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה, ס'איז ממש א פלא אויב די ביזט נישט קיין מגי"ש, אין וועלכע נושא די שרייבסט נאר איז דאס מיט אזא קלארקייט, מיט אזא גוטן שפראך עפעס אויסערגעווענליך. איך ווארט אויפן המשך.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

א ריזען ישר כוח לכתחילה, אנחת צו ליינען, זיי ממשיך לתועלת בנ"י.
כ'האב אמאל געליינט ערגעץ אז קאלאמבאס האט געוואלט מיט זיין רייזע ראטעווען אסאך אידען, אבער כ'מיין אז ס'איז אפשוטע געבעקס
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

טייבעלע האט געשריבן:זייער שיין געשריבען א גרויסען דאנק אייך לכתחילה,

עס איז א פארגענוגען צו ליינען דיינע ארטיקלען.
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

שוטה האט געשריבן:איך מוטשע זיך שוין א צייט, האבן זיי דען נישט באמערקט אז די ביס אין די לבנה איז א רונדיגער? האבן זיי ניטאמאל געוואוסט די סיבה פארוואס די צורת הלבנה האלט זיך אין איין טוישן?

לידוע בעלמא די רונדיגער ביס האט נישט מיט די רונדעכיקייט פון די וועלט, עס קומט פון די רונדעכיקייט פון די זון וואס דאס האבן זיי זיכער געזען אז עס איז רונדעכיג
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

און יעך זאג: לכתחילה אריבער!

למעלה משבעים האט געשריבן:לכתחילה, ס'איז ממש א פלא אויב די ביזט נישט קיין מגי"ש, אין וועלכע נושא די שרייבסט נאר איז דאס מיט אזא קלארקייט, מיט אזא גוטן שפראך עפעס אויסערגעווענליך. איך ווארט אויפן המשך.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זייער שיין לכתחילה

רנ"ב נישט רנ"ח
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(איך בין נאכנישט אנגעקומען צו שרייבן דא ווייטער, כ'בין געווען אביסל פארנימען, אי"ה אין די נעקסטע טאג אדער צוויי וועל איך ממשיך זיין. אגב א עקסטער ישר כח פארן מנהל פארן מאכן ארדענונג.)

איך לייג דא א פרישע ווערסיע פון די וועלט מאפע, מיט פונקטליכערע צייכענעס, ווייל געוויסע האבן אנגעפרעגט אין אישי, און געבעטען, אז מען וויל בעסער פארשטיין.

די מאפע איז פון די גאנצע וועלט, און מען זעהט די זיבן קאנטינענטען.

1) "נארט אמעריקע"
2) "סאויט אמעריקע"
3) אייראפע"
4) "אזיע"
5) "אסטראליע"
6) "אפריקע"
7) "אנטארטיקע" (דאס זעהט מען נישט אויף די מאפע, דאס איז נאך "נידריגער", ווי די מאפע ווייזט).

פארוואס די וועלט איז אזוי איינגעטיילט, איז א שמועס פאר זיך, אבער אז מען וויל רעדען פון די וועלט אין גרעסערע פארציאנען ווי לענדער, רעדט מען פון די 7 קאנטינענטען.

יעצט צום ענין.

1) פון די צוויי אמעריקאנע קאנטינענטען, "נארט אמעריקע" "סאויט אמעריקע", האט מען דאן נישט געוויסט, די צוויי קאנטינעטען זענען אין די מאפע אין א שווארצע קעסטעל.

2) די גרינע "ערא", איז שפאניע, פון ווי קאלומבוס איז ארויסגעפארן.

3) די רויטע קליינע ערא, איז ווי ער האט געהאלטען אז ער גייט אנקומען.

4) די לאנגע שווארצע געדרייטע ערא, איז די וועג ווי ער האט געוואלט פארן, "פון אינטען" פארשטייט זיך, דורך ים, "אונטער" די קאנטינענט פון אייראפע און אזיע.

5) די רויטע לענגערע ערא, איז די וועג ווי ער איז למעשה פאקטיש געפארן.

6) די בלויע ערא, איז ווי ער האט געמיינט אז ער איז אנגעקומען.

7) די פערפיל ערא איז ווי ער איז פאקטיש אנגעקומען.

פון די צוויי וועגן, די פאקטישע וועג ווי ער איז געפארן, וואס איז רעלאטיוו קורץ, און די וועג וואס ער האט געפלאנט צו פארן, וואס איז סאך לענגער, און אז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע, האט ער געמיינט אז ער איז אין אינדיע, וואס איז אויף די אנדערע זייט "אזיע", קען מען פארשטיין ווי ווייט ער האט אינטערגעשאצט די גרויסקייט פון די וועלט, אז ער האט געמיינט אז די ווייטקייט פון די די לינקע זייט אייראפע, ביז צו די רעכטע זייט אזיע, איז נאר אזוי ווייניג, ווי פון אייראפע ביז אמעריקע.
אטעטשמענטס
map.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך פארשטיי נישט, מען האט שוין זיכער דאן געהאט א וועג צו וויסן אויף וועלכע ריכטונג מען פארט, ער האט נישט געזען אז ער פארט גראד אנשטאט ארום?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ער איז דאך געפארן סיי גלייך, און סיי ארום. כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

לכתחילה ס'איז זייער שיין וואס דו שרייבסט און די נושא איז אויך עפעס וואס אינטערעסירט מיר זייער ווען מ'רעדט דערפון
איין שאלה נאר: ביסטו זיכער אז ער איז געפארן דורכן אטלאנטיק גראד צו פלארידע?? עפעס האב איך אלץ געוואוסט אז קאלאמבוס איז געפארן אפאר חדשים וועג (וואס דאס איז קלאר אז פון פארטוגאל צו פלארידע דורך אטלאנטיק איז לכאורה גאנצע 2 וואכן) און אויך איז ער אדורך 3 אקעאנען אטלאנטיק אינדיען און פאסיפיק אויך האב איך אלץ געוואוסט אז ער איז אנגעקומען צו די לאנד קאלאמביע אין צענטראל אמעריקא און וועגן דעם הייסט דאס אזוי און וועגן דעם איז סענטראל און דרום אמעריקא רעדט מען ספאניש...
די לעצטע פון די 3 הגהות איז די ווייניגסטע קראנט פאר מיר אבער די ערשטע 2 געדענק איך עפעס זייער שטארק
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

סאכדעס האט געשריבן:ער איז דאך געפארן סיי גלייך, און סיי ארום. כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט.


קוק די צייכן וואס לכתחילה ווייזט, ער איז געפארן גראד פון שפאניע ביז אמעריקא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך בין שוין כמעט פערטיג שרייבן, עס האט גענומען לענגער, און עס איז געווען שווערער, ווי כ'האב מיך גערישט, אבער עס איז שוין כמעט פערטיג, און איך וועל עס נאך מן הסתם היינט ארויפלייגן, דערווייל וויל איך ענטפערען פאר די טייערע חבירים וואס פרעגען דא.

שנאפס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, מען האט שוין זיכער דאן געהאט א וועג צו וויסן אויף וועלכע ריכטונג מען פארט, ער האט נישט געזען אז ער פארט גראד אנשטאט ארום?


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט, אז מען שרייבט "געפארן גראד", מיינט עס נישט באמת גראד, עס קוקט נאר אזוי אויס אויפ די מאפע, אבער פארגעס נישט אז די וועלט איז באמת רינדיג, און פון שפאניע ביז דארט ווי קאלאמבוס האט געלאנדעט, איז כמעט 7,000 מייל, און אז מען פארט 7,000 מייל איבערען ים, פארט מען שוין איינמאל רינדיג, און דאס צו באמערקען אז עס איז נישט "גענוג" רינדיג, אויב די וועלט איז טאקע אזוי קליין, האט מען נאך דאן מן הסתם נישט געקענט אויסרעכענען.

שאהן הענניטי האט געשריבן:איין שאלה נאר: ביסטו זיכער אז ער איז געפארן דורכן אטלאנטיק גראד צו פלארידע?? עפעס האב איך אלץ געוואוסט אז קאלאמבוס איז געפארן אפאר חדשים וועג (וואס דאס איז קלאר אז פון פארטוגאל צו פלארידע דורך אטלאנטיק איז לכאורה גאנצע 2 וואכן) און אויך איז ער אדורך 3 אקעאנען אטלאנטיק אינדיען און פאסיפיק אויך האב איך אלץ געוואוסט אז ער איז אנגעקומען צו די לאנד קאלאמביע אין צענטראל אמעריקא און וועגן דעם הייסט דאס אזוי און וועגן דעם איז סענטראל און דרום אמעריקא רעדט מען ספאניש...


קאלאמבוס איז געפארן ארויס פון שפאניע, געמאכט א סטאפ (באמת צוויי דריי סטאפס) ביי א אינזעל "אונטער שפאניע, און פון דארט איז ער געפארן איבער די אטלענטיק אשען, ביז דארט ווי עס איז היינט די "בעהמעס", דערנאך דארט ווי עס איז "קובא", דאן צו ווי עס איז "העיטי", און צוריק קיין פארטוגאל, און פון דארט קיין שפאניע.

עס האט אים גענומען קנאפע 5 וואכען, פון אוגוסט 3, ביז סעפטעמבער 6, דאס וואס דו שרייבסט צוויי וואכן, איז מיט די היינטיגע שיפן, נישט מיט קיין פרעמעטיווע "זעגל שיפן".

און קלאמביע הייסט טאקע נאך אים, אבער ער איז דארט נישט אנגעקומען, אגב איז דאס נאר געווען די ערשטע פון 4 נסיעות, וואס קלומבוס האט געמאכט צו די "נייע וועלט".

איך לייג דא צי א מאפע פון די "ערשטע נסיעה".
אטעטשמענטס
first.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען דארף אפאר הקדמות.

אין שפאניע אין די צייט פון די אנקוועזיציע, איז געווארן די גזירה אז אלע אידן מוזן פארלאזען דעם לאנד, אדער אננעמען ח"ו די קריסטליכע גלויבן.

איז געווען דריי ערליי אידן, אזעלעכע וואס האבן טאקע ארויסגעוואנדערט, ווי איידער אנצונעמען דעם קריסטליכען גלויבן, צווישען זיי איז רבינו דון יצחק אברבנאל, אזעלעכע וואס האבן געזאגט אז זיי נעמען אן די קריסטליכען גלויבן, און האבן זיך געשמד'ט, און ביי די אליין איז געווען צוויי ערליי, אזעלעכע וואס האבן נאר געזאגט אז זיי נעמען אן די קריסטליכען גלויבן, אבער באמת זענען זיי געבליבן אידן באהאלטען, און אזעלעכע וואס האבן זיך ליידער באמת גשמד'ט, (אדער מען האט זיי קיינמאל נישט געכאפט, אז זיי זענען באהאלטענע אידן).

אגב, דאס זיך שמד'ן, האט זיך נישט אנגעהויבן דעמאלס ווען מען האט געמאכט די גזירה, נאר פריער האט מען שוין גערודפ'ט די אידן, און דאן האבן זיך שוין אסאך אידן געשמד'ט, באמת צו נישט, און למעשה האט מען זיי דורך די יארן נאך אלס גערודפ'ט ואכמ"ל.

די וואס האבן זיך פארשטעלט, האט מען גערופן "מאראנאס", וואס מיינט אויף שפאניש "חזיר" אדער שמוציג, און עס קומט פון די אראבישע ווארט "מעהוראם" וואס מיינט "פארבאטען", אדער ווי מיר וואלטען עס ארויס געזאגט "מוחרם" וואס מיינט אויף לשון הקודש אויך "פארבאטען" אין חרם, און וויבאלד חזיר איז געווען פארבאטען ביי די אידן און להבדיל די אראבער, איז די נאמען פון חזיר געווארן "מאראנא" די לאטיינישע ווערסיע פון מעהוראם, וואס מיינט פארבאטן, און אז מען האט געוואלט רופן די פאלשע קריסטען "חזירים" האט מען געזאגט "די מאראנאס".

די אנדערע וואס מען האט געגלויבט אז זיי האבן זיך יא געשמד'ט מיט אן אמת, האט מען גערופען "קאנווערסאס" דאס איז ווי די ענגלישע ווארט "קאנווערט", וואס מיינט, "איבערגעדרייט, אדער האט מען זיי גערופן "די נייע קריסטען".

און די ארבייט פון די אינקוועזיציע איז געווען, אויסצוגעפינען צו די אידן וואס האבן זיך גשמד'ט זענען באמת "קאנווערסאס", אדער "מאראנאס".

------

קאלומבוס, איז לויט רוב היסטאריקער געבוירן אין איטאליע, דארט ווי עס איז היינט די "ליגאריע" ראיאן פון איטאליע, און איז יענע צייט געווען די זעלבסשטענדיגע לאנד "דזשענוע", וואס איז היינט די נאמען פון די הויפט שטאט פון די "ליגאריע" געגענט פון איטאליע.

עס זענען דא נאך גרסאות, אבער רוב זענען ביי די מיינונג אז ער איז דארט געבוירן. אין פאקט שרייבט ער אליין אזוי אויף איין פלאץ, און זיינע קינדער שרייבן אויך אזוי, און חוץ אז מען זאל זאגן אז ער האט דווקא געוואלט בהאלטען פון ווי ער האט געשטאמט, מוז מען זאגן אז ער איז טאקע געבוירן אין דזשענוע.

------

יעצט וועלמיר צוגיין צו די שפוקעלאציעס, פארוואס זאל מען זאגן אז קאלומבוס, איז באמת געווען א איד, א מאראנא, אדער אפי' א קאנווערסא?

1) די נאמען פון קאלומבוס.

די נאמען קאלומבוס, איז אויף ענגליש. אויף איטאליעניש, איז די נאמען "קעלאמבא", און אזוי ענדליכע נעמען אויף אנדערע לאטיינישע שפראכן. לויט דעם חשבון וואלט זיין שפאנישע נאמען געדארפט זיין אדער קעלאמבא, אדער קעלאם. למעשה אין שפאניע ווי ער האט זיך אהין געצויגן, האט ער זיך גערופען "קריסטאבאל קאלון", די ערשטע נאמען שטימט, "קריסטעפאר" אין שפאניש זאגט מען קריסטאבאל, (א "ב", מיט א "פ", טוישט מען אויף), אבער די לעצטע נאמען שטימט נישט.

למעשה די נאמען "קאלון", איז א נאמען וואס אידן האבן גענוצט, מען טרעפט אין די טרויריגע שפאנישע היסטאריע, אז מען האט פארברענט אויפן "אוטא דא פע", א איד מיט דעם נאמען "קאלון", און נאך מער, די מחבר פון "שו"ת מהרי"ק" האט געהייסען " יוסף בן שלמה קולון".

2) זיין שפראך.

כאטש ווי געשריבן איז קאלומבוס געבוירן אין איטאליע, און האט געקענט שרייבן איטאליעניש – ווי מען זעהט אין געציילטע פון זיינע בריווען – האט ער למעשה אלס געשריבן אין שפאניש, אפי' זיינע פרייוואטע בריווען, שרייבונגען, און טאג בוך, איז אלס געווען אין שפאניש, בעסער געזאגט עס איז געווען אין א ווערסיע פון שפאניש, זייער ענדליך צו לאדינא, וואס איז געווען די "אידיש" פון די ספרד'שע אידן (פונקט ווי די אשכנזי'שע אידן האבן געהאט א אייגענארטיגע ווערסיע פון "דייטש" וואס איז אידיש, האבן די ספרד'שע אידן געהאט א אייגענארטיגע שפאניש, וואס האט געהייסען לאדינא, און דאס איז געווען זייער אידיש, אבער אנדערש ווי אידיש, איז היינט שוין נישטא קיין סאך מענטשען וואס רעדן לאדינא).

איז נישט פארשטאנדיג, ווי קומט צו א איטאליענישער געבורענער צו רעדן און שרייבן שפאניש? און פון ווי האט ער בכלל געקענט די שפראך?

חוץ אז מען זאגט אז ער ער איז געווען א איד, און אידן האבן אלס גערעדט "אלט שפאניש" - (קאסטיליען שפאניש) לאדינא - , נישט קיין נפק"מ ווי זיי האבן געוואוינט, און שפעטער האט קאלומבוס גענוצט זיין קענטעניס פון שפאניש צו זיין היימיש אין שפאניע.

3) די צוואה פון קאלומבוס.

אין זיין צוואה, שרייבט קאלומבוס, עטליכע מאדנע זאכן,. וואס פאסט זיך נישט פאר אן איטאליענער-שפאנישער גוי.

קודם שרייבט ער אז א צענטעל פון זיין פארמעגען זאל מען אוועק געבן פאר צדקה, דערמאנט אייך פון עפעס? אויך שרייבט ער אז מען זאל פון די געלט מאכן א פאנד, וואס זאל העלפען צאלן "נדן" פאר ארימע מיידלעך, דאס איז אויך לויט היסטאריקער אזאך וואס נאר א איד וואלט געטאן, אזוי אויך האט ער איבערגעלאזט געלט פאר א געוויסע "איד וואס וואוינט, ביי די אריינגאנג פון די אידישער געטא".

אויך לאזט ער איבער געלט וואס זאל "העלפען צו באפרייען ירושלים" פון די מוסלעמענער.

4) די טאג וואס קאלומבוס איז געפארן.

קאלומבוס, איז ארויס געפארן איין טאג נאך תשעה באב יענעם יאר, און באמת איז עס געווען געפלאנט אויף ת"ב אליינס, אבער קאלומבוס האט עס אפגעשטיפט מיט איין טאג, פאר א אומבאקאנטע סיבה, היסטאריקער וויל זאגן אז ער האט עס אפגעשטיפט, כדי נישט צו דארפן פארן אום ת"ב, צו ווייל עס איז א שלעכט מזל, צו סתם אלס כבוד פון די תענית.

אזוי אויך זענען דא וואס טענה'ן בכלל, אז א גרויס חלק פון די ציל פון קאלומבוס, איז געווען צו טרעפען א היימלאנד פאר די פארפלאגעטע אידן, אדער צו טרעפען א גרינגע האנדלס וועג פון אינדיע, כדי צו מאכן געלט און פאנעצירן דאס באפרייאונג פון ירושלים, כדי די אידן זאלן קענען צוריק גיין, וואס דאס – באפרייען ירושלים - שרייבט ער בפירוש אז ער וויל, און איז וועגן דעם דעמאלס ארויס געפארן, ווייל דעמאלס – אזוי ווי עס איז פארגעקומען די גירוש – איז באמת געווארן וויכטיג, דאס טרעפען א היימלאנד פאר די אידן.

און דאס איז זיכער – ווי מ'וועט שפעטער קלארער שרייבן – האבן זיך געפונען עטליכע אידן אויף זיינע שיפן, וואס זייער ציל לכאורה איז געווען צו אנטלויפן.

5) ווער האט געצאלט די הוצאות פון די נסיעה פון קאלומבוס.

ווי שוין פריער דערמאנט, איז די נסיעה באצאלט געווארן נישט דורך די שפאנישע קעניגרייך - ווי געוויסע האבן אמאל געוואלט זאגן – היינט ווייסט מען שוין אז עס איז געצאלט געווארן דורך די צוויי "קאנווערסאס" "לואיס דע סאנטאנגעל", גאבריעל סאנטשעז", און רבינו דון יצחק יצחק אברבנאל, נאך מער די צוויי צוזאמען מיטן אברבנאל, זענען געווען די וואס האבן געפול'ט ביי די שפאנישע קעניגרייך צו בכלל געבן רשות פאר קאלומבוס צו פארן.

פארוואס האט עס אזוי געברענט פאר די אידן צו העלפען קאלומבוס? און פארוואס איז איינגעפאלען פאר דעם "גוי" - קאלומבוס – צו בעטן הילף ביי די אידן?

ס'קען זיין – שרייבען געוויסע היסטאריקער – אז ווי אויבן געשריבן, איז דאס טרעפען א זיכערער פלאץ פאר אידן צו וואוינען, געווען איינע פון די ציל'ן פון קאלומבוס, נא אויב אזוי פארשטייט מען זייער גוט, האבן דאך די אנדערע אידן געהאט א שטארקע נגיעה מיטצוארבייטען מיט קאלומבוס, און אים העלפען ברענגען זיין חלום צו רעליאטעט.

און טאקע די ערשטע ברייווען וואס קאלומבוס האט געשיקט פון זיין נסיעה – א ישר כח פאר די שטיצע, א ריפארט פון וואס עס טוט זיך, און וואס ער האט געטראפען - איז נישט געגאנגען צום קעניג, אדער קעניגען, נאר איינס צו "סאנטאנגעל" און די צווייטע צו "סאנטשעז".

6) די בריווען צו זיין זון.

13 בריווען האט קאלומבוס געשריבן צו זיין זון, און אויף 12 פון די בריווען – אבער אויף קיין שום אנדערע פון זיינע שרייבונגען נישט – איז דא א צייכען אויבן אויפן בלאט, וואס איז געשריבן פון רעכטס אויף לינקס, און איז כמעט קלאר די צוויי אויתיות "ב"ה"! וואס דאס איז דאס וואס א איד שרייבט ווען ער פאנגט אן א בריוו.

(זעה אינטען א בילד)

דאס איז איינע פון די שטערקסטע באווייזען אז קאלומבוס איז געווען א איד.

7) זאכן וואס מען האט געטראפן צווישען זיינע כתבים.

דאס איז זיכער, אז קאלומבוס איז געווען א טיף גלויביגער מאן, אומצאליגע מאל צוטיערט ער פסוקים פון תנ"ך, און שרייבט ווי דער אויבערשטער האט אים געפירט אין זיין וועג, צו טרעפן א נייע לאנד,

ער רעדט אסאך פון ירושלים, און פונעם חורבן, און אנדערשט ווי ביי די גוים וואס רעכענען די יאר פונעם חורבן אלס 70 פאר אותו האיש יש"ו, שרייבט ער עס אלס צוויי יאר פריער 68 יאר פארן דעם אותו האיש יש"ו, וואס דאס איז די ריכטיגע צייט, ווי עס איז מקובל ביי אידן, איז ווי קומט עס צו א גוי צו רעכענען לויט די אידישע יארן? נאך אזאך, ווען ער רעדט פונעם חרבן, רופט ער עס נישט ווי די גוים שרייבן נאך ביז היינט, די "חורבן ירושלים", נאר ער רופט עס ווי די אידן דער "חורבן הבית", און נישט סתם "חורבן הבית", נאר ער שרייבט "חורבן בית שני", אזא זאך – זאגן די היסטאריקער - פאסט נאר פאר א איד.

אזוי אויך טרעפט מען, ווי ווען ער שרייבט א יאר אין גוי'ש, וועט ער אונטען פונעם בלאט, אראפ שרייבן ווי אזוי די יאר קומט אויס אין אידישען יאר.

אויך ברענגט ער כסדר פסוקים וואס זענען משמע אז די וועלט איז "רינדיג", נישט ווי מען האט דאן געגלייבט אז עס איז פיר עקיג, למשל ער ברענגט די פסוק אין משלי קאפיטל ח' פסוק כ"ז:

"בהכינו שמים שם אני בחוקו חוג על פני תהום" וואס די מפרשים טייטשען אז "בחוקו חוג", טייטשט, ווער איך האב אויסגעקריצט די רינגעל, על פני תהום, מיינענדיג די רינדיגע וועלט, על פני תהום.

און די פסוק אין ישעיהו קאפיטל מ' פסוק כ':
"הישב על חוג הארץ וישביה כחגבים", וואס איז אויך משמע אז די וועלט איז רינדיג.

אזוי אויך, עטליכע מאל ברענגט ער – צווישען אנדער פסוקי התנ"ך – די צוויי פסוקים פון ישעיהו, אלס דאס וואס האט אים געגעבן די חשק, און מוט אינטערצונעמען די נסיעות:

קאפיטל ס' פסוק ט', " כי לי איים יקוו, ואונייות תרשיש בראשונה, להביא בנייך מרחוק, כספם וזהבם איתם לשם ה' אלוקייך, ולקדוש ישראל כי פיארך".
דאס האט ער פארשטאנען אז ער וועט צוריק קומען מיט גאלד אין געלט.

און קאפיטל סה' פסוק י"ז, "כי הנני בורא שמיים חדשים, וארץ חדשה ולא תיזכרנה הראשונות, ולא תעלינה על לב".
וואס דאס האט ער פארשטאנען, אז עס איז ערגעץ דא א "נייע לאנד".

ס'זענען דא וואס זאגן, אז באמת האט ער געוואוסט אז ער גייט טרעפען א נייע לאנד, טאקע פון די פסוקים, און צו דעם ווייזען זיי אן נאך א נקודה, דאס וועט זיין די נעקסטע נומער 8.

8) די "טרענסלעיטאר" אויף די נסיעה.

קאלומבוס, האט מיט גענומען עטליכע אידן – מינימום 5 – אויף די נסיעה, צווישען זיי א אידישער דאקטער, וואס איז געווען די אפיציעלער דאקטער פון די נסיעה, און איינע פון זיי איז געווען א איד מיטן נאמען יוסף בן הלוי העברי, גערופן אויף שפאניש "לויאיס דע טאראס", וואס האט זיך "געטויפט" איין טאג פארן פארן מיט קאלומבוס, ער איז געווען א עקספערט אין די "אבראמעאיק" לשונות (די "אברהם'דיגע שפראכן, שפראכען וואס עס רעדן די אייניקלעך פון אברהם), ווי לשון הקודש, אראמיש, און נאך.

פארוואס האט ער געדארפט א טרענסלעיטאר פאר אידישע שפראכען אויב ער האט געהאלטען אז ער קומט אן אויף אינדיע? איז דא וואס ווייזען אן אויף דעם, אלס א פרישע באווייז, אז ער האט געוואוסט אז ער גייט טרעפען א נייע לאנד, און האט געהאפט דארט צו טרעפען די עשרת השבטים, און פארדעם האט ער געדארפט איינעם וואס האט גערעדט די אידישע שפראכען.

9) די אינטערשריפט פון קאלומבוס.

(זעה אינטען א בילד, עס איז וויכטיג צו קוקען דעם בילד, פאר מען ליינט ווייטער, צו קענען בעסער פארשטיין)

קאלומבוס, האט א זייער מאדנע אינטערשריפט, און איז שטרענג מיטן אנזאגן פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן אלס ניצן דעם אינטערשריפט.
די אינטערשריפט איז א גאנצע צוזאמשטעל, אינטען איז זיין נאמען, מיט לאטיינישע אותיות XPO FERENS: שפעטער ווען ער איז צוריק געקומען פון די נסיעה, איז די אינטישטע שורה געטוישט אויף El Admirante, צו רעפלעקטירן זיין נייע ראלע אלס "אדמיראל, העכער די נאמען, שרייבט ער די לאטיינישע אויתיות X M Y און העכער דעם די אויתיות S. A. S. און גאנץ אויבן די אות S.

עס איז שוין געשריבן געווארן גאנצעטע הסבירים אויף די אינטערשריפט, למעשה האט קיינער נישט קיין "הארטע באווייזען, וואס די חתימה מיינט.

די וואס טענה'ן אז ער איז געווען א איד, ווילן זאגן אז א ענדליכע "בילד" קען מען טרעפען אויף אלטע שפאנישע קברים (איך ווייס נישט וואס זיי מיינען, אדרבה אז איינער פון די חבירים דא האבן בילדער פון שפאנישע בתי חיים, אפשר קען איינער עפעס טרעפען), און עס איז א רמז אויף פסוקים פון יחוד השם.

דהיינו?

זיי ווייזען אן אז די פינטלעך נאך די אותיות אויף די אויבערשטע צוויי שורות מיינט אז עס איז א אנהייב ווארט, און אין לשון הקודש שרייבט מען א פינטל צו מיינען אז עס איז די ערשטע אות פון א ווארט, א ר"ת, אין די אויבערשטע צוויי שורות צוזאמען, S. A. S. S. מאכט "סאנטאס, סאנטאס אד' (די שם) סוואוט" וואס דארף צו זיין די פסוק "קדוש קדוש קדוש ה' צבאות". "סאנטאס" מיינט הייליג אויף שפאניש, דערנאך די שם, און דערנאך געשריבן מיט א לאטיינישע אות S.וואס מאכט צבאות, (ווי איז די דריטע קדוש, ווייס איך נישט).

די שורה אינטער דעם, איז דריי אויתיות אן קיין פונטעלעך, ווייל עס איז א רמז אויף א גאנצע ווארט, די X קוקט אויס אזוי ווי די אות שין, די M איז פשוט מ', און די Y איז במקום די אות עין, און קלומבוס האט טאקע געמאכט די Y שיף, אז מען זאל פארשטיין אז עס איז א עין, און צוזאמען מאכט עס "שמע"!

און די אינטערשטע שורה איז זיין נאמען געשריבן אויף לאטייניש, ווילן זיי זאגן אז עס איז אויך א רמז, ווייל די ווארט XPOFERENS איז א קורצע וועג פון שרייבן קריסטעפער, וואס איז גריכיש אויף א "טרעגער (א שליח) פארן אותו האיש" יש"ו, FERENS הייסט א שליח, און XPO, איז א פארקורצעטער וועג צו שרייבן דעם נאמען פונעם אותו האיש יש"ו.

אבער ביי קאלומבוס, איז די דריי ערשטע אותיות XPO אפגעטיילט, און ווען ער וויל ווען שרייבן "קריסטעפער", קומט עס אנאיינעם, און אויך איז דא צוויי פינטעלעך דערנאך, ווילן זיי זאגן אז די צוויי פונטעלעך, האט קלומבוס געוואלט מרמז זיין, אז מען דארפ עס ליינען פון רעכטס אויף לינקס, און אין לשון הקודש מיינט צוויי פונטלעך א סוף פסוק.

לויט זיי איז די ווארט FERENS מיינט ער טאקע צו זאגן "טרעגער", אבער אין לשון הקודש זאגט מען דאס "נשא" וואס מיינט אויך "פארגעב" זיי מוחל, און די דריי אויתיות XPO ליינט מען דאך פארקערט, מיינט עס "עון פשע חטאה" די O איז "עון", די P איז "פשע", און די X איז פשוט "נישט גוט", וואס ער האט געמיינט "חטא".

און זיי ווייזער אן, אז ווען ער האט געטוישט זיין חתימה צו El Admirante וואס מיינט "די אדמיראל" - נאך דעם ווי ער האט באקומען די טיטל, ווען ער איז צוריק געקומען מיט זיין אויפטרעף - האט ער אין זיין צוואה נאך אלץ געהייסען פאר זיין זון צו זיך אינטערשרייבן מיטן אלטען אינטערשריפט, כאטש וואס ער האט שוין געטוישט, נאכמער זיין זון האט דאך בכלל נישט געהייסען "קריסטעפער" טענה'ן זיי, וואס האט ער צו ניצן די חתימה, אויב עס מיינט "קריסטאפער, נאר דאס איז געווען א באהאלטענע רמז, איבער זיין אידישקייט, און אז זיין זון זאל ווייטער גיין אין דעם וועג, און ער האט עס שטארק באהאלטען, אבער געוואלט אז זיין זון זאל זיך האלטען ביי דעם.

10) די בריוו צום קעניג, און קענינגען.

ווען ער הייבט אן זיין בריוו, מיטן ריפארט צום קעניג און קעניגען, הייבט ער אן אזוי:

נאכדעם ווי איר האט ארויסגעגעבן די באפעל צו ארויסטרייבען אלע אידן פון שפאניע, האט איר מיר באויפטראגט מיט א אויפגאבע, צו .... אא"וו.

איז נישט צו פארשטיין, וואס האט די גזירה מיטן נסיעה, און נאך מער, עס איז סתם נישט ריכטיג, די באפעל פאר קלומבוס צו גיין, איז געווען נאך פאר די גזירה ארויסצוטרייבן די אידן, שטימט דאך נישט די ווערטער?

נאר ווילן די היסטאריקער אנווייזען, אז ער האט געוואלט ווי ער האט נאר געקענט, ארייננשרייבן א זכר צו די געפערליכע פלאג וואס זיינע ברודער זענען אדורך, און מרמז זיין, אז דאס איז געווען די ציל פון זיין נסיעה.

ביז דא זענען די סימנים, וואס היסטאריקער שרייבן.

ווי אזוי עס זאל נישט זיין, איז זיכער אז די נסיעה פון קלומבוס, אין דאס טרעפען אמעריקע, איז נאר מעגליך געווען אדאנק אידן, זייער געלט, זייער פיזישער מיטארבייטען, און זייערע ערפינדונגען.

געלט און מיטארבייטען האט מען שוין אויסגערעכענט, אידן האבן אים פאנאנציער, און אידן זענען געווען די וויכטיגסטע מענטשען אויף די נסיעה, די דאקטער, די דאלמעטשאר, און וואס מען האט נישט געשריבן פריער, איז די "נעוויגעטאר" דער וואס רעכענט אויס ווי מען פארט, אויך געווען א איד.

יעמט קומט צו נאך א זאך "אידישע ערפינדונגען".

די מאפעס וואס קלומבוס האט גענוצט, איז געווען די פארגעשריטענסטע מאפעס פון יענע צייט, ערצייגט דורך א אידישע משפחה די "קאראקיוז" משפחה די ערצייגער פון די "קאטעלאן" מאפע פון יאר 1375 למספרם, וואס איז דאן געווען די בעסטע מאפע.

די רעכענונג אינסטרעמענטען וואס קלומבוס האט געניצט אויפן שיף, אויסצורעכענען ווי ער געפינט זיך, איז געווען א אינסטראמענט גערופן "יעקב'ס שטעקען", דאס פלעגן שיפלער ניצן, אוסצורעכענען ווי אויף דער וועלט מען געפינט זיך, און עס איז געווען די ערפינדונג פונעם גרויסן פרשן דער רלב"ג.

אזוי אויך האט ער גענוצט ענדליכע אינסטרעמענטען ערצייגט דורך ר' אברהם זכות, די זון פון ר' שמואל א תלמוד פונעם מהר"י אבואב, דער מחבר פון פון ספר "החיבור הגדול" און פון ספר יוחסין (זעה דא: http://hebrewbooks.org/45041), וואס ער האט ארויס געגעבן א טשארט מיט די פונקטליכער חשבון, ווי די זון און די לבנה דארפען זיך געפונען יעדען טאג פונעם יאר, גערופן א אלמענאך, און אזוי האט מען מיט די אויבנדערמאנטע "יעקב'ס שטעקען", געקענט וויסען ווי מען געפינט זיך, און ווי מען פארט.

און נאך וויכטיגע געצייגען אויף זיין נסיעה, איז געווען "אידישע" כלים.

און צום שלוס די וויכטיגע פאקט, אז דער אויבערשטער האט אנגעגרייט די אמעריקאנער באדן, ווי אידן וועלן קענען וואונען, נאך די שווערע צרות וואס עס איז דורך אויף אונזערע עלטערען, און אור עלטערען, איז אין דעם זעלבען טאג ווי עס איז נעבעך געווען די שרעקליכע גזירות גירוש אין דעם ארץ המקולל שפאניע, שלאגט ער אבער נישט מיט ביידע הענט און אין דעם טאג האט דער הייליגער בורא, אנגעהויבן די הכנות אז אידן זאלן זיך קענען אביסעל אראפלייגען די מידע קעפ, די לעצטע פאר מינוט, פארן גרויסען גאולה, ווען עס וועט זיין די התגלות כבוד שמים, און עס וועט קומען די צייט "כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים" בביאת משיח צדקנו בב"א.
אטעטשמענטס
די ווערטער "ב"ה" אויבן אויפן בלאט
די ווערטער "ב"ה" אויבן אויפן בלאט
images.jpg (5.29 KiB) געזען 5187 מאל
די אינטערשריפט פון קלומבוס
די אינטערשריפט פון קלומבוס
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ישר כח לכתחילה, געוואלדיג, געליינט יעדע ווארט מיט דארשט, א דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”