מגדל דוד

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

מגדל דוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

עס איז מערווירדיג אז דאס בילד איז מעולם עד הנה א סימבאליש ביי יעדע איד
און צו וויסן אז צו מערסטענן איז דאס מימי הורדוס, [אפשר יסודות יא מימי קדם] לאמיר צאמנעמן איבער דעם וואס אימער איך הייב אן מיט לייגן אלטע בילדער
בילד
בילד
בילד
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

נאר אינטערסאנט אז די מגדל איז פון א טערקישע מאסק, איז אפשר כדאי נישט צו האבן א בילד דערפון אין א אידישע שטוב.

זעה מער אין די פלאץ דערפאר
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קליקו האט נישט קיין אשכול דערויף?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:קליקו האט נישט קיין אשכול דערויף?

זיך אויך דערמאנט פון קליקו...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אריסטאקראט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריסטאקראט »

עטליכע בילדער פון מיין באזוך ביים מגדול דוד.

עס איז היינט פארוואנדעלט געווארן אין א מוזיאון פון ירושלים'ס היסטאריע פון די צייטן ווען די כנענים האבן נאך געהערשט אויף דעם פלאץ, ביידע חרבנות, די קרייץ ציגלער, די אראבער ביז די היינטיגע ציוני'סטישע ממשלה.
רוב חפצים דארט זענען אבער נישט אמת'ע נאר נאכגעמאכט פון די אריגינעלע. למשל פון די טאוועל ביים ביהמ"ק וואס ווארענט הזר הקרב יומת ליגט דארט א נאכגעמאכטע שטיין, און נאך.

עס שפירט זיך ווי אין א ריכטיגע פעסטונג ווי מען קען גרינג אנגרייפן דעם שונא וועלכע קומט איר באלאגערן, דורך די קליינע פענסטער וואס זענען ברייטער פון אינעווייניג און שמאלער פון אינדרויסן.
די אלע ארכאלאגישע גרובינגען זענען זייער צומישט, צוליב וואס עס איז עטליכע מאל ראנאווירט געווארן דורך פארשידענע מלוכות און אימפעריעס. אבער עס גיבט א שפיר אז חלקים זענען נאך יא פון די צייטן וואס דוד המלך, אדער זיין זון שלמה האבן דארט געהערשט.
אטעטשמענטס
די אריינגאנג
די אריינגאנג
בילד פון אונטען נעבן די מגדול
בילד פון אונטען נעבן די מגדול
א בילד פון די אריינגאנג טורעם
א בילד פון די אריינגאנג טורעם
אריסטאקראט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריסטאקראט »

צווישן עטליכע פון די געגראבענע גרובער האבן מיר געזען פיל מיט קליינע (און גרעסערע) רינעדיג געפארעמטע שטיינער, נישט וויסענדיג וואס דאס באדייט האבן מיר קודם גענומען א בילד דערפון.

שפעטער האבן מיר דערנעבן באמערקט א טאוועל וואס זאגט:
אבני בליסטראות מהתקופה ההלניסטית, ימי ממלכת החשמונאים. המאה השנייה לפנה"ס.

אין אידיש: די אבני בליסטראות (קאטפולטס שטיינער = שטיינער וועלכע ווערן געווארפן דורך פארשידענע מעטאדן אהן קיין עקספלאזיאן בשעת א קריג. ערפינדען דורך די רוימער און די גריכן) זענען פון די העלעניסטישע צייט, (אזוי ווערד גערופן די תקופה פון ווען אלכסנדר מוקדון האט אדוואנטואירט איינצונעמען די וועלט - ביז די אויפשטייג פון די רוימישע אימפעריע) די טעג פון די חשמונאישע קעניגרייך. 200 יאר בעפאר אנהייבן צו ציילן. (די נוצר'ישע קאלאנדער = ערגעץ אין די ת"ק - ת"ר יארן פון די אלף השלישי).

נישט אז מיר זענען היסטאריקער, אבער דאס זאגט יא עפעס איבער די אריגינעלע אלטייק פון די פלאץ. אויסער אויב מיר וועלן אננעמען אז עס איז בלויז ציונ'ינסטישע פראפעגאנדע, און שקר.
אטעטשמענטס
רינעדלעכיגע שטיינער
רינעדלעכיגע שטיינער
אריסטאקראט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריסטאקראט »

א נאנטערע בליק.

זע בילד פון די פעסטונג פון אינעווייניג. מערקט די טעראסעס אויף אלע זייטן און די קליינע פענצטער פון וועלכע מ'קען שיסן אויפן שונא זייענדיג באשיצט מיט די חומה. אויך קען מען אנמערקן די שטיקער היסטאריע (נניח בלויז 600 יאר פון די ימי הטערקן) וועלכע ווערן דארט אנדעקט דורך ארכילאגן.
אטעטשמענטס
די פעסטונג פון אינווייניג
די פעסטונג פון אינווייניג
די געדרייטע טרעפ צום שפיץ פונעם מגדול דוד
די געדרייטע טרעפ צום שפיץ פונעם מגדול דוד
די מגדול פון די נאנט
די מגדול פון די נאנט
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

גאר שיינע בילדער!
א ריזיגע שכוח!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

וואס באדייט די טורעם? האט דאס מיט ע"ז? מען זעהט עס אויף מערת המכפילה הר הבית ועוד
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

msp האט געשריבן:גאר שיינע בילדער!
א ריזיגע שכוח!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

די טורעם איז דא אויף אלע אראבישע מעטשעטן

אין חבת ירושלים ברענגט ער אז מגדל דוד איז גאר די פעסטונג 'יבוסי' וואס קיינער האט עס נישט געקענט אייננעמען ביז דוד המלך האט עס איינגענומען.
ער שרייבט אויך אז נאר די אונטערשטע חלק פון די חומה ארום די בנינים זענען אריגינעל און די איבריגע זענען צוגעלייגט פיל שפעטער, און דאס זעט מען אן ממש בחוש (אפשר ווען איך וועל זיין ביים קאמפיוטער עליך שטעלן אפאר בילדער).
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פון וועלעכעס יאר איז דער צווייטע (עלטערע) בילד, דארט זעהט מען נישט דעם רונדיכדיגען הויכען טורעם, ווען האט מען דאס צוגעבויעט?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

די קאמפלעקס באשטייט פון עטליכע געביידעס. די געביידע אויפ'ן בילד איז ביים אריינגאנג, נישט דארט ווי דער טורעם געפינט זיך.
אטעטשמענטס
Map-metzuda.jpg
Map-metzuda.jpg (149.01 KiB) געזען 1293 מאל
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”