מעטאדען נאכצופארשן יחוס - A detective's manual

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מעטאדען נאכצופארשן יחוס - A detective's manual

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ביקסאד האט מיר אריין געגעבען די חשק צו עפענען דער אשכול, און כאטש אז צייט איז נישטא איז אבער אומר ועושה, מען מוז ערגעץ אנהייבען.

דער מטרה פון דער אשכול איז א ספעציפישע, פאר פארשער זיך צו מיט טיילען מיט זייערע techniques וואס נישט יעדער איז באקאנט מיט זיי. עס איז צו האפען אז דאס וועט דינען ווי א מין check list פון אלע מעטאדען וואס פארשער נוצען אלץ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

וויאזוי צו שפעקולירען וויאזוי א זיידע אדער באבע האט געהייסען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זה יצא ראשונה. וויאזוי צו שפעקולירען וויאזוי א זיידע אדער א באבע האט געהייסען ווען מען האט נישט קיין שום אהנונג וויאזוי זיי האבען געהייסען.

עס איז מיר שוין א סאך צוניץ געקומען דער מעטאד ווי איך האב שפעקולירט וויאזוי א זיידע/באבע האט געהייסען און מיט יארען שפעטער איז אונטער געקומען די דאקומענטען וואס ווייזען אז איך האב גוט צו געטראפען. עטליכע מאל צוגעטראפען ריכטיג.

מען מאכט א ליסטע פון דער זיידע און באבע וואס מען ווייסט יא זייערע נעמען, און מען לייגט צו וואס מען ווייס העכער ווי זיי. נאכדעם שרייבט מען אפ אלע זייערע קינדער און אייניקלעך (2 דורות אויף אראפ אוון נישט מער), און מען שרייבט צו ביי וועם זיי זענען געווען איידעמער אדער שנירען און אינפארמאציע העכער זיי. מיט די יארען ווען דורות ארויף זענען נפטר געווארען, און דורות אראפ ווען זיי זענען געבוירען געווארען מיט דער סדר תולדותם די בעסטע וואס מען קען.

נאכדעם הייבט מען אן זיך פרעגען, נאך וועם האט דער געהייסען, נאך וועם האט יענער געהייסען. און על פי רוב הייסט די ערשטע קינד נאך די מאמע'ס זייט (חוץ אויב עס איז דא א סיבה אויף נישט, ווי א זיידע איז פונקט דענמאלץ אוועק, אדער איז געווען א נענטערע דור צום קינד), און אזוי גייט מען, מאמע'ס זייט, טאטע'ס זייט, מאמע'ס זייט, טאטע'ס זייט. דארט ווי צוויי גייען נאך איין זייט איז צו ערווארטען אז נאכדעם גייען צוויי פון דער אנדערע זייט. מען קען נישט דאס פונקטליך אראפ שרייבען ווייל מען דארף נוצען א ביסעל די שכל.

איין משל וועל איך געבען, און מיט דעם יוצא זיין. למשל אז יעדער פון די משפחה האט געהאט א ישעיה, ווייסט מען פון דעם אז עס האט געמוזט זיין א זיידע רבי ישעיה. דער שאלה איז נאר וויאזוי. איז לייגט מען צו דער נאמען צו אלע פאמיליע נעמען און מען זיכט אזא נאמען און היברו בוקס, אדער אוצר החכמה, אדער פאר די מער פארגעשריטענע און די ליסטע'ס וואס מענטשען האבען פון בתי חיים.

האט'ס נישט מורא צו שפעקולירען, מיר האט עס געהאלפען טרעפען א 5-10 זיידעס און באבעס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א גרויסן דאנק פאר אונזערע הויפט דיטעקטיווס הרב ספוזמן וביקסד.
מיר האף מיר הנאה צו האבן פון אייך און פון אלע איינגעשטעלטע
כה לחי!

אגב דא איז א ספעציעלע וועבסייט וואס הייסט איי וועלט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דער זיבעציג יאר rule

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער זיבעציג יאר rule, איז א וועג וואס פארשער באנוצען זיך. עס איז געבויעט אויף דער פסוק "ימי שנותינו בהם שבעים שנה", איז דארטען ווי מען ווייסט נישט ווי לאנג א זיידע אדער באבע האט געלעבט איז מאכט מען זיי זיבעציג יאר אלט ביים נפטר ווערען, איז אויב א זיידע איז נפטר געווארען לאמער זאגען און תרנ"ג, שפעקולירט מען אז ער איז געבוירען געווארען און תקפ"ג און איז אפשר געווען א תלמיד פון חתם סופר צו פון כתב סופר וכו' לויט די אומשטענדען וואס מען שטעלט זיך פאר. דאקעגען אויב מען ווייסט אז ער איז געבוירען געווארען און תקפ"ג, שטעלט מען די הנחה אז ער איז אוועק און תרנ"ג.

עס איז זייער וויכטיג צו וויסען פון דעם אפילו פאר דער וואס דארף עס נישט פאר דעם. זאל ער כאטש וויסען אז א סאך אינפארמאציע וואס ער וועט טרעפען און יענעם'ס יחוס בריוו, אדער אפילו און ענצייקלאפעדיעס, אז ווען זיי זאגען אז א ראשון אדער אן אחרון איז געבוירען און א געוויסע יאר איז עס מייסטענס באזירט אויף דער שנה שנפטר וואס מען האט אראפ גענומען א 70 יאר.

איין דוגמא וועל איך געבען. מען ווייסט (פון די הסכמות וואס ער האט געגעבען, און פון נאך דיוקים) אז דער בית שמואל אויפען אבן העזר איז נפטר געווארען און שנת תנ"ו בערך. זענען חוקרים משער אז ער איז געבוירען געווארען און שנת שפ"ו, און אזוי וועט מען טרעפען אלץ פאקט און א סאך יחוס בריווען אדער תולדות ספרים. אבער למעשה איז דאס געבויעט אויף א פיינעם השערה, נישט מער, אבער שטארק נוצבאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וואנעט האסטו געוואוסט אין וואסער אשקלון איך נויטיג זיך?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א הארטץ פילט א הארטץ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב השומר המכונה שפושמן, תזכה למצוות

זאל דער אשכול אויך דינען פאר א מקום ווי מ'קען אנפרעגן עצות איבער גענעלאגישע פארש-ארבייט אדער איז דאס מיוחד פאר אייערע גאלדענע לעקציעס?

אלס מראה מקום איז גוט צו פאלאוען די גו'איש-גען בלאג ווי עס קומט אפט ארויף נוצליכע זוך-מעטאדן:
http://jewishgen.blogspot.com/
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיוחד פאר דעם אויך און אוודאי פאר אלע סארט עצות איבער גענעלאגישע פארש-ארבייט. אבער איך בעהט נאר אז יעדער עצה זאל מען שטעלען א קעפל וואס דער עצה איז כדי מען זאל עס גרינג קענען טרעפען, און שנעל קענען א דורך גיין אלע מעטאדען וואס דער אשכול פארמאגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

געוואלדיגע איידיע, א יישר כח
שויתי השם לנגדי תמיד
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אלס איינער וואס טועט אין יוחסין א לאנגע צייט, זאג איך אזוי:
דער אויבענדערמאנט מעטאד ווערט "למעשה" גענוצט דורך אומערפארענע פארשערס, און "רוב מאל", ברענגט עס אויף טעותים און פאלשע השערות.
די כלל גילדט נישט פאר עטליכע סיבות.
1. די ווייסט נישט בדרך כלל וויפיל קינדער יענע האט געהאט, צו דער בכור איז דער ערשטע (ממילא הייסט ער נאך די מאמע'ס צד), צו אפשר איז געווען א נפל פאר דעם, וואס איז נישט פארצייכנט (ממילא איז עס פון דער טאטע'ס צד).
2. צומאל אלס כיבוד אב, דארף דער טאטע געבן דער נאמען ערשט
3. און צומאל קען מען האבן צוויי דריי אייניקלעך און יעדער איינער האט דער זעלבער נאמען פאר אן אנדערע סיבה.

די כלל איז נאר גוט, צו ברענגען א א"ראיה" אויף א שטיקל ,עווידענס" אז עס איז גוט.
איך האב שוין געליינט עטליכע חקירות פון אנגעזעהנע פארשער, און געלאכט פון זיי ווי אזוי זיי בויען זייערע פשעטליך, וואס מען קען זיי בדרך כלל אפפרעגן פון זייערע חקירות אליינס.
רבותי לא זו הדרך.

אן א קאנקרעטע proof רורט אייך נישט, לאזט אייך נישט נארן.
א געבורטס סערטיפיקעט
א חתונה רעקארד
א מציבה
א חתימה
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

אזויווי יענער איז געוואויר געווארן אין קצות אז משה רבינו און אהרן הכהן זענען געווען ברידער, און מ'האט עס אפגעפרעגט אז ס'קען זיין אז דער קצות ניצט עס נאר אלס משל אלמלא זיי וואלטן געווען......
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איך וועל געבן א דוגמא, אין איינער פוןדי אשכולות, האט איינער צוגעברענגט אז דער פנים מאירות איז געבוירן געווארן: "לאביו ר' יצחק אשכנזי ולאמו בת רבי שמעון בנימין זאב וואלף טייבר זצ"ל".

דער רבי שמעון וואלף איז דער שווער פונעם ש"ך, אין דער פאקט איז באזירט אויף עפעס א באקאנטע מעשה וואס אין איין ארט ווערט צוגילייגט דער פרט, למעשה איז נישט מער ווי א ווילדע השערה. אבער דא אינעם פארום איז עס שוין א פאקט, מארגען איז מען עס מעתיק אויף וויקיפעדיא, און איבער מארגען, דארף מען שוין ברענגען אן הוכחה אז עס איז נישט ריכטיג....
איך גיי שוין נישט אריין אין דער פרט אז רק שמעון וואלף דער שווער פונעם ש"ך האט נישט קיין שייכות מיט רבי בנימין וואלף טובי מדינה, וואס מען האט די מרכיב ווי אן אתרוג געווען צוויי מענטשען פון צוויי מדינות, פון צוויי אנדערע תקיפות אין איינעם, כדי להגדיל תפארת היחוס.
רבותי! זיך גרויס האלט'ן מיט א יחוס וואס מען האט נישט, האט מען א פנים ווי דער ארימאן וואס האלט זיך גרויס אז ער איז אן עושר...
מאכט זיכער אז איר האט די ריכטיג proof, איידער מען שרייבט עס אראפ, מען קען זיך פארלאזן אויף א זיידען, אויב מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום חוקר יוחסין.
אויב ברענגט דער חוקר יוחסין א מקור, איז די מקור די proof.
אויב ברענגט ער נישט, גלייבט עם נישט, יא עס זענען פארהאן בעסערע און עס זענען פארהאן ערגערע.

טרם אכלה לדבר:
זייט נישט פון די "מלקטי יוחסין", סך הכל איז מען מעלה גרה יענעמ'ס שטותים, און צו וואס טויג עס.

א מגילת יוחסין וואס האט 20 נעמען, פון געציילטע דורות, און איז 100 פראצענט קראנט, האט נישט קיין שוויות...
א מגילת יוחסין ואס האט 3000 נעמען צוזאמען געקליבען פון איבעראל, איז נישט ווערט די פאפיר עס איז געשריבען אויף...

צייגט אייך איבער, נעמט א ספר וואס איז איבער 150 יאר אלט, און זעהט די סדרי יוחסין, עס פארנעמט געציילטע שורות, און זייער ווערט איז היינט צוטאג אין לשער.
נעמט א מגילת יוחסין וואס געפינט זיך אין א ספר וואס איז בלויז 100 יאר אלט, אויסער די געציילטער דורות נאנט צום מחבר, איז עס בד"כ גארנישט ווערט.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

רעב איטשע,
זייער אינטרעסאנט, אבער פארוואס איז עס טאקע אזוי?

וואס איז געשען אין די 50 יאר? אז פאר 150 איז עס אין לשער די ווערדע און פאר 100 יארע כמעט גארנישט...
שויתי השם לנגדי תמיד
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אנהייב שנת ת"ר איז אויפגעשדטאנען א יוד אין לעמבערג, א שיינער תלמיד חכם, און ער האט אנגעהויבן שרייבען יחוס, ער האט געשריבען בערך אזוי:
50 פראצענט מיט שיינע מקורות - בשעתו חידושים
25 פראצענט מיט נארישע מקורות - לדוגמא:, רבי משה דער זוהן פון דער מגיני שלמה איז געווען אן איידעם ביי רבי הירש פון מעזריטש, און דער מקור איז תשובה סי' פלוני, דארן ווערט ר' הירש דערמאנט, אבער נישט אז ער איז געווע א שווער פון ר' משה... איינער ואס קוקט נישט נאך, האט א שיינע מקור... אבער דער מקור איז גארנישט.
25 פראצענט איז הוילע שטותים, צומאל האט ער א שטיקל חשבון און צומאל דאס אויך נישט..

זינט עם, זענען "אלע" חוקרי יוחסין מעתיק זיינע שטותים, מבלי יוצא מן הכלל, אפילו די וואס קריטיקירן עם, ברענגן נאך אלס סדרי יוחסין מפורסמים, וואס דער יעניגע האט פאבריצירט, אין זינט דעמאלטס, האט זיך אנגעהויבן "דער כלל ביי יוחסין וכל המרבה הרי זה משובח, מען שמעצלט צוזאם מענטשן, און יחוס וואקסט לארכה ולרחבה..

אז מען גייט צוריק אלע סדרי יוחסין וואס שטאמט פון עם, און מען מעקט זיי אויס פשוט, ווייל יענער איז נישט באגלייבט, פאלט אוועק פון יעדער מגלת יוחסין , גאצנטע שושלת'ן, אבער ער האט איינגעפירט צו בויען יחוס אויף פשעטליך, קל וחומר'ס מיט גזירה שוה'ס, און דאס גייט אן ביז היינטיגן טאג, מען בויט יחוס אויף פשעטליך.

א פשעטיל איז גוט אויף צו ספעקולעיטן, נישט אויף צו שרייבען, די ביסט משער, דער מעתיק שרייבט עס אלס א פאקט, און ווען די כאפסט דיך אז די גאנצע פשעטיל איז אפגעפרעגט, איז אבער דיין השערה שוין א פאקט, און די מוזט יעצט שוין "אויפווייזן" די אומרעכט. און אפילו דו וועסט אויף ווייזען, וועט שוין די קומענדיגע שרייבן "יש אומרים ויש אומרים"....
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

הפלא ופלא, ש'כוח פארן בארייכערן מיינע ידיעות אין דעם - פאר מיר אומבאקאנט - פעלד
שויתי השם לנגדי תמיד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ביזט זייער גערעכט, אבער ווייל עולם גולם וועט שרייבען השערות אלץ פאקט, מיינט נאך נישט אז מיר זאלען נישט שפעקולירען און משער זיין. מען דארף נאר וויסען אז אין מוסרין השערות לשוטים.

איך קען נאר רעדען פון מיין פראקטיק, אז השערות (און אפילו השערות רחוקות) האט מיר שוין געברענגט גוטע רעזולטאטען וואס איז שפעטער אויף געוויזען געווארען מיט דאקומענטען אז זיי זענען געווען גערעכט. אזוי ארבעט א גוטע דעטעקטיוו, ער קוקט אויף אלעס און פוילעט זיך נישט, ער טרעפט דעם פתרון (דער clue) דארט ווי קיינער האט נישט קיין נערווען צו קוקען, האלט אז עס איז ארויס געווארפען די צייט, אדער טראכט אז עס איז רחוק מן המציאות. עס איז דא אן אשכול ערגעץ דא וואס הייסט "וויאזוי מען פארשט יחוס", אבער דער אשכול דא איז געווידמעט דייקא צו געבען די מעטאדען וואס דעטעקטיווס ניצען. א דעטעקטיוו שרייבט אפ אלעס וואס ער ווייסט און פרובירט מיט אלע כוחות צו דערגיין מיט דער גראבער פינגער וואס נאך מען קען ארויס דרינגען דערפון. ער שרייבט אפ אלע possibilities און גייט נאך יעדער איינער עד ידו מגעת.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אודאי! שרייב השערות - אבער פאר דיר אליינס, דרוק עס נישט!!!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לתועלת הרבים. Familysearch.org האט ארויפגעלייגט א Census פון שנת תרכ״ט פון אסאך נייע חלקים אינעם היינטיגען סלאוואקיי און אמאליגען אונגארן.

https://familysearch.org/search/image/i ... /waypoints
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געטראפן א נייע וועב-ארט מיט דאטא פון אידישע ארכיווען פון מזרח גאליציע:
http://dcjr.org/
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק אייך אלע פאר די וויכטיגע לינקס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

אז מען רעדט שוין פון familysearch.org


Austria, Vienna, Jewish Registers of Births, Marriages, and Deaths, 1784-1911
https://familysearch.org/search/collect ... on/2028320

Czech Republic, Censuses, 1843-1921
https://familysearch.org/search/collect ... on/1930345


ממש א אוצר... (over 5,000,000 images)
Hungary, Civil Registration, 1895-1980
https://familysearch.org/search/collect ... on/1452460
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

Family searchאיז דערווייל די בעסטע ווען עס איז דא אינפארמעישן. 2 פראבלעמען אויף וואס Jewish gen קען אביסל העלפן. א׳ עס לויפט לויט די צייטן און מען דאר האבן היבש אסאך אינפארמאציע בעפאר. ב׳ מען דארף קענען שבעים לשונות בנוסף צו וויסן פונקטליך וויאזוי מען האט אמאל געשריבן דעם שטעטל ספעציעל אויב עס איז אינעם געגנט פון טשעכיי, סלאוואקיא, אונגארן, עסטרייך גרעניץ געגנט. א גרויס חלק ליגט אין דעם אונגארישן ציווילער רעגיסטראציע. בדידי הו־ה עובדא בכגון דא וואס האט מיר היפש ארויסגעהאלפן אנגעהויבן מיט א מינימום. וואס איך האב געוואוסט איז נאר אז מיין עלטערזיידע איז געווען דער עלצטער און האט געהאט נאך געשוויסטער און איז אוועק בחיי אביו און אז זיין פאטער איז געווען איבער די תשעים ווען ער איז אוועק. נאכייענדיג דער שטעטל ווי ער האט געוואוינט האב יאך טאקע געטראפן א Death record מיט זיין age דערנאך האב איך געטראפן די זעלבע זאך פון זיין פאטער ווען ער איז געשטארבן. וואס איך האב בנוסף געטראפן איז די מאמעס נאמען. נאכגייענדיג דעם census האב איך שוין געטראפן דעם עלטער עלטער זיידן אין יאר 1869 אן קינדער און לויט די census קומט אויס אז דר עלצטר קינד וואר געבארן 1870. יעצט פרוביר איך צו דערגיין דעם נאמען פונעם שטעטעלע ווי זיי זענען געבארן וואט איז אויפן census
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: יעצט פרוביר איך צו דערגיין דעם נאמען פונעם שטעטעלע ווי זיי זענען געבארן וואט איז אויפן census

לייגט דא ארויף א בילד פונעם סענסוס אדער שרייבט די שטאט נאמען און איך גלייב די מבינים דא וועלען אייך העלפען.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און Jewish gen האב איך געטראפען אונגארישע סענסוס רעקארדס פון תר"ח (1848) ווי עס ווערט אויס גערעכענט א זיידע מיינע מיט זיין משפחה. דאס איז אבער נאר בקיצור, און מיט אלע גרייזען וואס דער בחורטע דער זעצער האט געמאכט. ווי קען מען באקומען די פילע רעקארד וואס (מען זאגט מיר) האט א סאך מער פרטים? ווייסט איינע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דו דארפסט וויסן ווי עס צו טרעפן אין דעם ביכל וואס איז מן הסתם אוועילעבל אויף Family search אדער אנדערע מקורות. וואס דו באקומסט אויף Jewish gen איז א דאטום, א ביכל און א ווי אויך פארשטייט זיך דעם שטאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”