ארון הקודש - בילדער

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

ארון הקודש - בילדער

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 2:29 am

דער ארון הקודש איז היינט דער סאמע הייליגסטער ארט ביי אידן אומעטום, אזוי ווייט אז איינער פון די ספרים דרוקט זיך אויס (אינני זוכר מי) ובזמנינו זה כמו קודש הקדשים ממש!

אין די ימים נוראים טראגט דער ארון הקודש א גרויס געוויכט ווען דאס ווערט אן אינטעגראלער טייל פון עבודת היום, עפענען כסדר ביי געהויבענע תפילות, צומאכן און צוריק עפענען וחוזר חלילה. און פארשטייט זיך יעדע מאל באזונדער שעפשען די ליפן א שטילע געבעט "אבינו מלכנו פתח שערי שמים לתפילתנו".

א ארון קודש איז א כמו מיניטשור פון קדש הקדשים און די ארון ברית השם פון בית המקדש, וויבאלד עס האלט די הייליגסטע סקריפטור וואס דער האר פון די וועלט האט געלערנט מיט משה וואס זאל עס איבערגעבן די אידישע פאלק. דערפאר איז דאס אזוי צוזאמגעשטעלט אז די קאמפאנענטס טוען דערמאנען און ערוועקן דעם אמת'דיגן קודש הקדשים. עס אנטהאלט א ארון, דלתות, פרוכת, כתרים, ציורים, פסוקים וואס רעדן פון דעם גרויסקייט פון די תורה און איר לערע, אדער פון די גרויסקייט פון די פאלק וואס לערענט איר ווי למשל 'מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ' וכדומה.

צוליב דעם האבן אידן פון ווען אימער זיך געפירט צו פערהייליקן דאס ארון הקודש און זיך אפגעבן מיט איר געבוי, נישט זשאלעווען קיין געלד און צייט אהערצושטעלן עכטע קונץ שטיק וואס זאל זיין ראוי צו טראגן דעם הייליקן תורה אין זיך. און פארקערט אויך, אז עס זאל זיין א כבוד און שטאלץ פאר די תורה אז אפילו אירע האלטערס ווערן געמאכט מיט גרויס עהרע און פראכט.

איטליכער מאן איז מחוייב אפגעבן כבוד פאר די ארון הקודש, פארנט פון א ארון הקודש זאל מען נישט שטיין מיטן רוקן צו, און מען זאל עס האלטן ריין און ציכטיג און זיכער נישט ווארפן קיינע שמוץ אדער טישוס. עס איז אויך באוואוסט די געשיכטע מיט די פאטער פון רש"י וואס האט אויסגעקערט ארום דעם ארון הקודש מיט זיין בארד און אלס שכר האט ער זוכה געווען די א זון די רבי פון כלל ישראל.

אט איז אייניגע בילדער פון פארשידענע קהילות קדושות בישראל איבער די וועלט פון זעלטן שיינע ארונות קודש, איך אפעליר צו בריינגען נאר גוטע בילדער פון אויסנאם שיינע בילדער צו צייגן די קונץ ווערק.
ביטע אויך צוצייכענען דעם בית המדרש אדער בית הכנסת וואו דער ארון קודש איז אינסטולירט.
צוגעלייגטע
Ponivozsh_Yeshiva.jpg
ישיבת פוניבוז' ארץ ישראל
Batya_Shul.jpg
כפר בתיה שול אין ארץ ישראל
sefardi13.jpg
פארמאט פון א הארפ - ספרדישע שול אין ארץ ישראל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג מארטש 27, 2012 2:38 am

דער פוניבוז'ער ארון קודש האט דאך א גאנצע היסטאריע אונטער זיך וואס איך געדענק נישט פונקטליך, ס'איז ארויף געברענגט פון איטאליע דאכציך, און ס'איז אפאר הונדערט יאהר אלט [פונקליכע אינפארמאציע איז איינגעקריצט אינעם אר"ק אליין], אויך מיין איך אז ס'איז איבערגעדעקט מיט אמת'ע גאלד.

אויך דארף מען אודאי ברענגן א בילד און אינפארמאציע [הייך, פרוכת וכו'] פונעם אר"ק אין בעלזא'ער בית המדרש אין ירושלים.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

בילדער פון ארונות קודש

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 2:58 am

נאך אן אינטערעסאנטער זאך וואס מען זעהט ביי ארונות קודש, אידן פון אלע דורות האבן געמאכט דערפון א זכר נישט בלויז צום ארון ברית נאר געמאכט דאס אויסקוקן ענליך צום בית המקדש זעלבסט.
ווי באקאנט האט די בית המקדש פארמאגט די צוויי ריזיגע זיילן וואס שלמה המלך האט געבויעט מיט חירום, די זיילן האט מען גערופן יכין ובועז, דאס זיינען ניט געווען סתם זיילן נאר באצירט מיט אויסנאם שיינע צירונגען און קונסט ווערק ווי די פסוק פארציילט, עס האט פארמאגט קריינדלעך מיט אויסגעשניצטע בלומעלאך, טרויבעלאך און גלעקעלאך, דאס האט מען גערופן גולת הכותרות, אויף די גולת הכותרות זיינען געווען שבכות, די שבכות האבן פארמאגט 200 מילגרוימען יעדעס איינע און דאס האט באצירט די גולת הכותרות וואס האט עס טראנספארמירט אין א גאר גיגאנטישן אויסקוק.

נאך פארציילן אונז חז"ל אז ביים בעגינען אינדערפרי ווען די זון האט געשטראלט די הייליגע הויז האט די געביידע פון בית המקדש צוריקגעשפיגלט און עס האט אויסגעזען ווי לעבענדיגע וואלן אינעם ים וואס שאקלען זיך מיטן ווינט. אשרי עין ראתה כל אלה.

אט דאס האבן אידן במהלך הדורות אויך פרובירט אריינצובויען אינעם ארון הקודש, צולייגנדיג הערליכע זיילן מיט קרוינדעלעך, אויכעט א מאלעריי פון א הימל מיט די מאורות וואס האט מרמז געווען מעגליך צום ים ווי חז"ל פערציילן אונז. נאך מער זעהט זיך דאס אן אין אוהר אלטע בתי מדרש אין אייראפע וואס זענען געווען געבויט מייסטערהאפטיג שיין.
איך וועל פרובירן צייגן עטליכע בילדער בל"נ.
צוגעלייגטע
Tikutzin_Shul.jpg
בית הכנסת טיקוצ'ין
DUSHINSKY_BETHSHEMESH2.jpg
דושינסקיא בית שמש
DUSHINSKY_SHUL.jpg
דושינסקיא שול אין ארץ ישראל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 3:34 am

דא איז נאך אייניגע.

פון בעלזא בית המדרש אין ירושלים, ממש א כלילת יופי פון א בית מדרש.

די נייע ארון הקודש געשניצט פון מארמארשטיין, א חידוש פון א געדאנק, אין בית המדרש פאפא וומס"ב, זייער קלאסיש.
(אויב איינער האט א קלארע בילד ביטע ארויפשטעלן)

א מעסטער פיעס ביי אן אויסשטעל, איך האלט שוין א אויג דערויף פאר מיין בית המדרש לכשיבנה..
צוגעלייגטע
belza_yerusalem.jpg
בעלזא ירושלים
pupa_williamsburg.jpg
פאפא וויליאמסבורג
mahogany1-1.jpg
א מעסטער פיעס ביי א אויסשטעל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 3:40 am

און דא איז בילדער מיט אן אינטערעסאנטע געבוי וואס מען זעהט זעלטן.

א ארון קודש בציור מנורה.
א ארון קודש בציור מענטעלע נוסח ספרד.
א מאדערן ארון הקודש.
צוגעלייגטע
petach_tikva_menora.jpg
בציור מנורה - פתח תקוה
columbus_OH-1.jpg
פארמאט פון א מענטעלע - קולומבוס אהייא
3192.jpg
שול באשדוד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 3:49 am

אור אלטע ארונות קודש.

דאס געפונט זיך אין מוזיאן הארץ, ארויפגעברענגט פון איטאליע. איך ווייס נישט פון וועלכע שוהל.
צוגעלייגטע
italy-1862-musiom-haaretz.jpg
מוזיאן באר"י, מאיטליה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 3:59 am

דאס געפונט זיך אין בית הכנסת איזראליטיקו, רוים איטאליע.
די געביידע האלט אויף א יידישער מוזיאם מיט גאר ווערטפולע ארטיקלען.
צוגעלייגטע
rome-1.jpg
איזראליטיקו - רוים איטאליע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 27, 2012 4:03 am

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 4:10 am

א גאר פראכטיגער ארון קודש פון Reggio Emilia איטאליע, געפונט זיך היינט אין בית הכנסת בקרית שמואל אין ארץ ישראל.

עס איז ריזיג גרויס און דאס איז געווען די איינציגסטע שול וואו מען האט עס געקענט אריינשטעלן.
צוגעלייגטע
rago_amilia.jpg
rago_amilia2.jpg
קלאוז אפ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג מארטש 27, 2012 4:16 am

אין ארץ ישראל קען מען אין כמעט יעדע שוהל טרעפן א שיינע און-אדער אינטערעסאנטע ארון קודש [א חלק פון דער אידישער אידישקייט וואס איז דא דארט].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 27, 2012 4:23 am

אין בוקארעשט, רומעניא.

דאס געפונט זיך אין בית הכנסת Templu Coral וואס ענטהאלט 2000 זיצן, דארט האט דער מלבי"ם געהאלטן זיינע באקאנטע דרשות קעגן רעפארם.
צוגעלייגטע
bukarest1.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג מארטש 27, 2012 4:24 am

ביקסאד האט געשריבן:http://www.aronkodesh.com/

דאס איז פון די באוואוסטע פאלאך וואס האט געמאכט אסאך שיינע ארון קודש'ס

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 27, 2012 4:58 am

ועמך כולם צדיקים

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

ביהכ"נ באבוב - פוילען

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 27, 2012 5:33 am

ביהכ"נ באבוב - פוילען
צוגעלייגטע
Bobowa.jpg
ביהכ"נ באבוב - פוילען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 27, 2012 7:16 am

הערליכער אשכול, דאנקע שוועמל.

הנאמן בפקדונו
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2012 1:22 pm

תגובהדורך הנאמן בפקדונו » דינסטאג מארטש 27, 2012 7:32 am

זייעהר שיינע בילדער. ייש"כ.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מארטש 27, 2012 10:44 am

זייער א שיינע רעיון, ייש"כ שוועמל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 11:56 am

אביסל א נענטער בילד פונעם ארה"ק אין באבוב פוילן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:05 pm

רש"י שול אין ווירמייזא
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:07 pm

אביסל נענטער די אויבערשטע חלק
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:12 pm

לאנצהוט - פוילן
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:18 pm

סאטמאר - רומעניא #1

(אויב מאך איך א טעות אין איינע פון די בילדער קען מען מיר אויפמערקזאם מאכן)
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:20 pm

סאטמאר - רומעניא #2
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:25 pm

רמ"א שול
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 27, 2012 12:27 pm

אויבערשטע חלק פון דער נאנט (רמ"א שול)
צוגעלייגטע
Poster2.jpg


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט