פארגעסענע חכמות

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

רבינו יחיאל מ'פאריז, פון די בעלי התוספות. כמדומה אז די עובדא האט קראנטע מקורות.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ביטע, דערמאן מיר פונקטליכער וואס ווי ווען. א דאנק.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיין זיידע האט מיר געזאגט אז ווען מען האט געשפאלטען דער אטאם, האט א גדול און ירושלים געוויזען א זוהר וואס רעדט פון דעם. ווייסט איינער ווי דאס איז?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין פון פארגעסענע חכמות דארף מען אויך דערמאנען די אלע חכמות וואס די גמרא רעכענט אויס איז געווען און בית המקדש ביי די קטרת וכו'. אויך דארף מען דערמאנען דער כסא של שלמה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פארגעסענע חכמות דארף מען אויך דערמאנען די אלע חכמות וואס די גמרא רעכענט אויס איז געווען און בית המקדש ביי די קטרת וכו'. אויך דארף מען דערמאנען דער כסא של שלמה.


קען מען דען זאגען אז 'כסא של שלמה' האט געארבעט מיט מעשה נסים? ס'האט זיכער צוטוהן מיט חכמת שלמה, ווייל קען מען דען זיך באנוצען מיט מעשה נסים סתם אזוי?
און פארדעם האט פרעה וכדומה לו נישט געוויסט ווי אזוי מנוצט עס (לויט דעם אז "דער לייב האט איהם געגעבען אזא קאפע אין דער זייט אין ער האט געגעבען א פאל אראפ", איז נישט געוועהן מעשה נסים נאר פשוט ער האט זיך נישט אויס געקענט מיט די מעקעניקס פון דעם שטוהל.

פון תרגום שני דארט ווי עס שטייט באריכות אין איז דער מקור הדברים איז משמע אז עס האט יא געהאט צו טוהן מיט נסים און געטליכקייט.

געהערט אמאהל אז דער שמיר וואס שלמה המלך האט גענוצט פאר דער בית המקדש האט דער כח פון 'לעיזער', כ'האב דערווייל נישט געטראפען א מקור לדבריו. אבער פון נעשינאל גיאגראפי איז געוועהן געדריקט אז כמה באשעפינישען האבען אזא כח, דערווייל האבען געטראפען אזעלכע אינטער די וואסער.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

מ'דארף אודאי דערמאנען וואס ר"ר יונתן שרייבט אין זיין ספר תפארת יהונתן סו"פ נח, אז בימיו האט מען ארויף געשיקט א ראקעט אין ספעיס און ס'איז קיינמאהל נישט צוריק געקומען, עיי"ש בארוכה.

ישלהוסיף האט געשריבן:ווי קען מען פארגעסן אין אזא אשכול דעם באקאנטען תשובה פון דער מנחת אלעזר (שו"ת מנחת אלעזר ח"ג סימן כ"ה), וואס ער האט שוין בימיו געשריבען איבער פארגעסענע חכמות. ער האט געהאט דער כלל פון "אין חדש תחת השמש", מיט א געוואלדיגע פשטות, אז די אלע היינטיגע חכמות איז שוין געוועהן אמאהל נאר ס'אינגאנצען פארגעסן געווארען אין 'היינט' איז עס צוריק געקומען, ער נוצט דעם לשון: "ושכחום וחזרו ויסודם אח"כ".

עלעקטריק
איינע פון די זאכען וואס ער דערמאנט דארט איז איבער 'עלעקטריק' שרייבט ער אזוי: "באמת הוא קיים מימות עולם מהיוצר בראשית ית"ש, אולם איך להשתמש באמצעות תחבולות מכונות כאלו זה חלק ית"ש מכחמתו לבשר ודם בכל דור ודור איך להשתמש בהם כ"א בכחמתו ותחבולותיו של מעללי איש".

לא זכיתי להבין דבה"ק, וואס הייסט 'באמת הוא קיים מימות עולם מהיוצר בראשית ית"ש'? אז ס'ליגט אין די טבע הבריאה אז אויב טוט מען כך וכך קומט ארויס א כוח פון עלעקטריק? דאס איז דאך פשוט און ס'פאלט קיינעם נישט איין אנדערש, די חידוש איז דאך אז מ'האט געטראפן דעם כוח און ווי אזוי זיך צו באנוצען דערמיט.

ישלהוסיף האט געשריבן:לופט באלאן
"בס' הברית הביא כבר הלופ"ט באלא"ן איך נוסעים בו אנשים ובימינו אלו מרעישים עולם בזה כאלו המה חידשום ומעיקרא ויאמרו כי רק עתה חידשום".

כ'קען נישט פארגעסן די שיינע מליצה וואס דער ספר הברית שרייבט [כידוע מתק לשונו ויופי מליצותיו] ווען ער איז מסביר [נישט 'מזביר'...] אז ווען מ'לאזט ארויס די לופט פונעם באלאן קומט עס צוריק צו די ערד: 'תצא רוחו ישוב לאדמתו'.

ישלהוסיף האט געשריבן:ער איז מסיים דעם ענין בזה הלשון:
"ובענין זה איך ידעו חכז"ל כל החכמות האלו ולא נעלם מהם מאומה כתבנו ג"כ בחיבורנו דברי תורה (אות ס"ב וס"ג) עיי"ש, ותרוה צמאוניך הרבה בעה"י".

וראה גם מש"כ בזה בעל החזון איש בלשונו הזהב בספרו אמונה ובטחון [כמדומה פרק ה'].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

רבי יונתן שרייבט עס ביי די דור הפלגה דוכט זיך.
ספינת אויר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

זייער א שיינע אשכול, הגם שוין היפש פארפארען פונעם ארגינעלענע נושא
להשלמת הענין וועל איך צוצייכענען נאך עטליכע אשכולות ווי מ'רעדט ארום פון די נושאים
דור הפלגה'ס ספעיס פראגראם פלאן - ר"ר יהונתן אייבשיץ זצ"ל
ערפינדוגן דערמאנט אין ספרים מיט מקורות פון חז"ל
וע"ע באשכול על ספר הברית ומחברו
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נישטערענדיג, זע איך אז חניטה (Mummification), איז נישט פשט אז ס'יז פארגעסן געווארן ממש, נאר ס'יז נישטא דער פארלאנג מער דערפאר.
מען דארף פארשטיין אז די חניטה איז בעצם געווען בעצם זייער א גלויביגער און א שמייליגער פראצעס אמאל, באגלייט מיט געשטאלטן פון עטליכע אפגעטער (איינער האט געהיט אויפן צווייטן..) וואס זענען געשטעלט געווארן נעבן דעם קערפער און די חלקים.

דער פראצעס איז באשטאנען פון גענצליך אויסטרוקענען דעם קערפער פון יעדע סארט פליסיגקייט אזוי אז זאל ווערן פארהארטעוועט, ענליך צו א קעסט (גיבס).
צו דערצו האט אויסגעפעלט ארויסצונעמען אלע בלוט, וואסער און קערפער טיילן וואס מען מוז רייניגן ווי די קושקעס און לעבער, און דאס באזונדער פראצעסירן.
מען האט דעם קערפער און די טיילן באגאסן מיט א סארט סאדיום וואס ציהט ארויס וואסער, עס האט גענומען לאנגע טעג און חדשים ווי דערמאנט אין פסוק.

ווען אלעס איז פארטיג האט מען באגילדעט דעם קערפער מיט א געשטאלט אויפן קבר, און חופות מיט אפגעטער למיניהם ולשרציהם וואס האבן געזאלט וואכן אויפן קערפער אין די עפטער-לייף זשורני.
די הארץ האט מען נישט ארויסגענומען ווייל זיי האבן געהאלטן אז דאס אליינס איז א אפגאט, עס קען טראכטן..


דעריבער די עצם חניטה קען מען היינט גרינג מאכן, אזוי גלויב איך, נאר עס איז נישטא פאר וועם, ווייל די גלויבן איז אונטערגעגאנגען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

און דאס אלעס האט מען געטון מיט אונזערע אבות?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך קען דיר נישט ענטפערן וואס פונקטליך מען האט געטון מיט יעקב און יוסף (ביי זיי שטייט חניטה). אבער איך גלויב זיכער אז די שמייליגע חלקים האט מען דארט נישט פראקטיצירט.


אגב, ווען גולדה מאיר איז געווען דאהי האבן רבנים געוואלט ארויפגיין צו איר איינבעטן קעגן חטוטי שכבי, סאטמאר רב זצ"ל האט געווארנט נישט גיין ווייל מען טאר זיך נישט איינטענהן מיט אפיקורסים. למעשה זענען זיי יא געגאנגען און פארגעלייגט זייער בקשה, האט זי צוריקגעפרעגט אין אידיש מיט שפאט "וואס טייטשט ויחנטו אותו.."
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ישלהוסיף האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון פארגעסענע חכמות דארף מען אויך דערמאנען די אלע חכמות וואס די גמרא רעכענט אויס איז געווען און בית המקדש ביי די קטרת וכו'. אויך דארף מען דערמאנען דער כסא של שלמה.


קען מען דען זאגען אז 'כסא של שלמה' האט געארבעט מיט מעשה נסים? ס'האט זיכער צוטוהן מיט חכמת שלמה, ווייל קען מען דען זיך באנוצען מיט מעשה נסים סתם אזוי?
און פארדעם האט פרעה וכדומה לו נישט געוויסט ווי אזוי מנוצט עס (לויט דעם אז "דער לייב האט איהם געגעבען אזא קאפע אין דער זייט אין ער האט געגעבען א פאל אראפ", איז נישט געוועהן מעשה נסים נאר פשוט ער האט זיך נישט אויס געקענט מיט די מעקעניקס פון דעם שטוהל.

פון תרגום שני דארט ווי עס שטייט באריכות אין איז דער מקור הדברים איז משמע אז עס האט יא געהאט צו טוהן מיט נסים און געטליכקייט.

געהערט אמאהל אז דער שמיר וואס שלמה המלך האט גענוצט פאר דער בית המקדש האט דער כח פון 'לעיזער', כ'האב דערווייל נישט געטראפען א מקור לדבריו. אבער פון נעשינאל גיאגראפי איז געוועהן געדריקט אז כמה באשעפינישען האבען אזא כח, דערווייל האבען געטראפען אזעלכע אינטער די וואסער.


מען האט נישט געדארפט האב'ן חכמת שלמה צו בויען מיט מעשה נסים.. ודו"ק
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דורש אל המתים איז נאך אלץ אן אקטיווע זאך, מען ריפט דאס Séance.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

הרב אמנון יצחק איז פארנומען דערמיט.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

כפי העולה בזכרוני עושי תכלת וארגמן וחלזון איז אויך פארגעסן געווארן נאך וואס די לעצטע עושי ארגמן אפשטאמיגע פון צור וצידון זענען געשטארבן נאך א מלחמה צווישן דעם סולטאן אין טערקיי מיט איינע פון די קריסטליכע מלכים איז חכמת ארגמן פארגעסן געווארן.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מהאמיר געהאט אן אשכול וועגן תכלת ושם הארכתי, אבער בקיצור הדברים די חכמה פון ארגמן פון צור וצידון איז נישט פארגעסן געווארן, עס איז אנגעגאנגן ביים חוף הים אלע צייטן, סיי אין צור וצידון און אויך אין קאנסטיטאנפאל, פאר די מזרח אייראפער פארשער איז עס אפשר נישט געווען באקאנט. און תכלת האט מיט ארגמן פון צור נישט קיין שייכות, ומשם תדרשנו.
.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איטשע האט געשריבן:מען האט נישט געדארפט האב'ן חכמת שלמה צו בויען מיט מעשה נסים.. ודו"ק

חכמה איז אלוקית, ודו"ק.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

חניטה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שוועמל האט געשריבן:נישטערענדיג, זע איך אז חניטה (Mummification), איז נישט פשט אז ס'יז פארגעסן געווארן ממש, נאר ס'יז נישטא דער פארלאנג מער דערפאר.
מען דארף פארשטיין אז די חניטה איז בעצם געווען בעצם זייער א גלויביגער און א שמייליגער פראצעס אמאל, באגלייט מיט געשטאלטן פון עטליכע אפגעטער (איינער האט געהיט אויפן צווייטן..) וואס זענען געשטעלט געווארן נעבן דעם קערפער און די חלקים.

דער פראצעס איז באשטאנען פון גענצליך אויסטרוקענען דעם קערפער פון יעדע סארט פליסיגקייט אזוי אז זאל ווערן פארהארטעוועט, ענליך צו א קעסט (גיבס).
צו דערצו האט אויסגעפעלט ארויסצונעמען אלע בלוט, וואסער און קערפער טיילן וואס מען מוז רייניגן ווי די קושקעס און לעבער, און דאס באזונדער פראצעסירן.
מען האט דעם קערפער און די טיילן באגאסן מיט א סארט סאדיום וואס ציהט ארויס וואסער, עס האט גענומען לאנגע טעג און חדשים ווי דערמאנט אין פסוק.

ווען אלעס איז פארטיג האט מען באגילדעט דעם קערפער מיט א געשטאלט אויפן קבר, און חופות מיט אפגעטער למיניהם ולשרציהם וואס האבן געזאלט וואכן אויפן קערפער אין די עפטער-לייף זשורני.
די הארץ האט מען נישט ארויסגענומען ווייל זיי האבן געהאלטן אז דאס אליינס איז א אפגאט, עס קען טראכטן..


דעריבער די עצם חניטה קען מען היינט גרינג מאכן, אזוי גלויב איך, נאר עס איז נישטא פאר וועם, ווייל די גלויבן איז אונטערגעגאנגען.

דער מלבי"ם שרייבט אין פ' ויחי


ויצו את עבדיו. מודיע גדולתו שהיו לו רופאים מיוחדים שהיו עבדיו, וענין החניטה שהיה נהוג
למצרים ידוע מן המומייאן, שהם גופים הנחנטים שנחקיימו כמה אלפים שנה ולא שלט בהם הבלוי
והרקבון אולם יפלא אם נהגו כן מצריים לפי אמונחם בעת ההיא, איך נהג בו יוסף בגוף הקדוש של אביו.
דע כי הקבורה היא לצורך המת שיתבלה הגוף בעפר, מפני שהגם שהנשמה האלהית אשר באדם תתפרד מן
הגוף תיכף אחר המות ותשוב אל שרשה, הנה נפשו ההיולאנית הנקראת בשם רוח היא לא תתפרד תיכף.
כי האדם בימי חייו יעשה בה מלאכח האלכימיאה להפכה אל עצם רוחני נבדל ע״י העיון והמעשה, שעל
ידם יותכו החלקים החומריים מן הרוחניים, והרוחני יקנה נ״כ הנצחיות, אולם לא כל אדם יצליח לעשות
מלאכה זו בשלמות, כי הנפש הזאת שנולדה עם החומר והתערבה עמו תמיד לא תפרד מחברתו בקל, כי
גם העיון והמעשה נחערבו בהם ענינים חומריים, העיון הוא באמצעות המדמה והחושים, והמעשה יתערבו
בה פניות רבות חומריות, עד שעל ידם חופסד המלאכה האלכימיית הזאת והצירוף והזיקוק לא יעלה כראוי
וע״כ גם אחרי המות חלקים אלה הרוחניים עדיין לא נפרדו מן הבשר עד ישוב העפר על הארץ כשהיה, כי
אז גם הרוח תשוב לרוחניותה, וכמ״ש בפי׳ שה״ש בפסוק אחות לנו קטנה, וע״כ המת מטמא מצד חלקים
אלה המשוטטים בבשר המת קודם שיתבלה, אבל השלמים והקדושים כיעקב שעשו מלאכה זו בחייהם בשלמות,
אז חיכף במוחם נפרד גם הרוח מן הבשר ואין טומאה עוד להגוף, וע״כ צדיקים אין מטמאין וא״צ שיתבלה
הגוף בעפר להתיך חלקי הנפש שמתערבו עמו, כי כלם נפרדו וכד ניחא נפשיה אמר טהור טהור. ולפי"ז
החניטה להמצריים היה מפני שנפשם נעשה חומר ובשר ואין טעם לקבורה להפריד הנפש והרוח, כי גם
הרוח נעשה בשר ואין מטמא עוד כמו שאין טומאה לבהמה, ואצל יעקב היה בהפך מפני שנפרדו כל חלקי
הרוח בחייו ונשאר הגוף טהור, לכן חנט אוחו שישאר קים כלבוש טהור שהתלבשה בו הנפש האדירה הזאת
שנקרא בשם ישראל כי שרה עם אלקים ועם אנשים, ונפרד בחייו מן גופו כמ״ש בפ׳ וישלח. ועז״א ויחנטו
הרפאים את ישראל
, שחניטה זו היתה מצד שנקרא ישראל:


אינטערסאנט!
אויך שרייבט ער אז די 40 טעג וואס די פראצעדור נעמט, איז קעגן די ארבעים יום של יצירת הוולד.

דער רמב"ן שרייבט אז יעקב האט געוואלט מאכן חניטה אויף רחל, ער שרייבט אבער נישט צו ער האט דאס געוואלט מאכן ווייל דאס איז געווען די סדר מיט יעדע מת, אדער ווייל ווייל ער האט איר געדארפט טראגן א ווייטע וועג (און ער האט נישט געוואלט זי זאל מסריח זיין), מפרשים אויפן רמב"ן נעמן אן די צווייטע מהלך.

ווילט איר נעמן א קורס אין מלאכת חניטה ? איר דארפט נישט אויפזוכן עפעס אן אלטן מצרי וואס זאל אייך אויסלערנען די פאך, ער קענט צופארן צו אהייא אין זיך איינשרייבן אין דעם Cincinnati College of Mortuary Science די עלטסטע קאלעדזש דאהי אין אמעריקע פאר 'טויטליכע' שטודיעס.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישר כח.
לויטן מלבים קומט אויס אז נאכדעם וואס די גוף איז נרקב געווארן גענצליך זענען די עצמות מער נישט מטמא ווייל די רוח המטמא איז שוין אויך נפרד געווארן. דאס איז א חידוש לדינא שלא שמענו עד הלום!

אפשר פארדעם שטייט אלעמאל אויף די צעטליך עצמות "קדושות", ווייל ווען סיז שוין געבליבן נאר עצמות איז עס קודש..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אין יערות דבש לייגט ער אראפ די גאנצע פראצעדור פון חניטה.
הק' איש ימיני
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

גערעכטער האט געשריבן:אין יערות דבש לייגט ער אראפ די גאנצע פראצעדור פון חניטה.

א דאנק הרב גערעכטער.

ער זאגט - לכאורה - פארקערט פונעם מלבי"ם, אז ווען מ'מאכט חניטה מיט איינעם מאכט דאס אז די נפש זאל בלייבן, און דאס האט יוסף געוואלט אז מיטן מאכן חניטה אויף יעקב זאל זיין נפש בלייבן בעולם הזה און מגין זיין אויף די וועלט.

אויך שרייבט ער אז די פראצעדור נעמט 70 טעג, און די תורה שטייט אז ס'נעמט 40
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

מי חכם האט געשריבן:רבינו יחיאל מ'פאריז, פון די בעלי התוספות. כמדומה אז די עובדא האט קראנטע מקורות.

למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע, דערמאן מיר פונקטליכער וואס ווי ווען. א דאנק.

סדר הדורות - חלק ימות עולם - האלף הששי - ה' אלפים י"ח

רבינו יחיאל מפרישי (בר' יוסף) היה תלמיד ר' יהודה חסיד והריב"א וכתוב (בתופס) [בטופס] הגט שעשה, ומביאו הסמ"ג שהיה אז ה' אלפים י"ח, ובסוף ימיו הלך לעכו (שלשלת הקבלה נ"ז א'), ושם בעכו ברגלי ההר נקבר בנו יוסף ארמלי (גלילות ארץ ישראל), הר"ף קבל ממנו (ע"ל ה' אלפים א'). כתב שלשלת הקבלה ראיתי בקונטרס שזה הקדוש היה ג"כ חכם בקבלה מעשיית והיה בבית מדרשו נר שמן והיה מדליקה בכל ערב שבת ודולקת כל השבוע בלי שמן, וזה היה מפורסם אצל כל אנשי העיר עד שהגיע לאוזן מלך צרפת, וישלח בעדו וישאלהו אם אמת הדבר ויכפור אז משום שלא יחזיק יוהרא לעצמו או שמא יחזיקו למכשף, והמלך חשב ללכת לראות בעיניו הדבר ויועץ עם שריו ללכת בליל ד', והנה היה מנהג העיר שהפריצים היו דופקים בלילה בבית יהודים כדי שיעניקו להם איזה דבר, וזה החסיד למען לא יפסיקהו מלימודו היה לוקח מסמר ותוקעו בארץ וכשהפריצים היו דופקים בדלת הוא מכה המסמר בפטיש והפריץ היה נצלל בארץ, ועתה בבוא המלך והיה דופק בדלת והרב מכה בפטיש והמלך נצלל עד מתניו וכשדפקו שנית והרב הכה שנית חזר המסמר לאחוריו למרחוק ויפחד הרב ואמר אין זה כי אם המלך, וילך ויפתח הפתח והשתחוה לפניו ויאמר תמחול לי כי לא ידעתיך, וגם המלך נתחלחל כי כמו שהמסמר יצא מן הארץ כן גם הוא יצא מהקבר והמלך ושריו יראו פן תבלעמו הארץ. ויאמר לרב עזרנו והוא העלם בבית אצל האש ונתן להם מיני מתיקה וישובו לאיתנם הראשון, וישאל מהמלך מה אדוני מבקש בשעות אלה הלא ידעת שיש רוח אחד אצל פתחי המבליע בארץ כל הקרב אלי להזיקני ואלמלא שירדתי להצילך היית נבלע מכל וכל, אמר המלך כבר נבלעתי ואשריך שהצלתני ואני באתי אליך כי שמעתי היותך חכם בחכמת הכישוף והראיה כי יש לך נר דולק בלי שמן, השיב הרב איני מכשף ח"ו אבל אני חכם בחכמת הטבע ויודע סגולות והראה לו הנר דולק בלי שמן אבל הוא חומר מאיר כמו שמן, ויתמה המלך מאד והושיבו בחצירו ויהי לו ליועץ ויגדל האיש בעושר וכבוד, ויקנאו בו השרים וילשינוהו באמרם שאם יגע המלך בכוס יין היהודי לא ישתה ממנו. ויהי היום ויתן המלך כוס יין להיהודי לשתות והשיב הרב לא אוכל לשתות ברגע זה אך טרם נסעך משולחנך אשתה, ובהגיע עת רחיצת הידים למלך אחר האוכל רחץ ידיו על אגן זהב ותכף לקח הרב המים ההם וישת לפני המלך והשרים, ויאמר הרב אליהם בשתייה הזאת אני חפץ שמותרת לי אבל בכוס יין אינני יכול לשתות להיותו אסור לי מן התורה, והמלך שמר הדבר ויאהבהו כפלים, וכדומה לזה שמעתי שאירע לרמב"ם ואחרים, עכ"ל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

עיין בן יהוידע מנחות כט
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
די פיראמידן אין מצרים זענען געבויט אזוי אז יעדע עק איז גענוי צו איינע פון די פיר זייטן פון די וועלט, מזרח מערב דרום און צפון, און דאס איז פונקליך אויפן האר (מ'האט דאס אפגעמאסטן מיט די היינטיגע כלים) און אן די אלע פארגעשריטענע מאשינען וואס מ'האט היינט.

זענען די היינטיגע חכמים געגאנגען און געוואלט באווייזן די זעלבע קונץ און אויך בויען אזא בנין וואס די פיר עקן זענען פונקליך צו די פיר זייטן וועלט, און מ'האט גענומען די בעסטע מאשינען און דאס אפגעמאסטן און מ'האט געבויט אזא בנין, נאכן פארטיגן האט מען נאכאמאל געמאסטן און זיי האבן געזעהן אז ס'איז פארריקט מיט אביסל, ממש גארנישט, אבער דאך האבן די מצרים מיט אפאר טויזענט יאר צוריק געקענט בעסער פון זיי מיט אלע היינטיגע פארגעשריטענע טעכניק
וואס מיינט דאס "פיר עקן וועלט", די וועלט האט דען עקן? (די גאנצע באגריף פון פיר עקן וועלט איז ענדערש א הסכמה ווי א מציאות, דוק ותשכח).

מזרח מערב וכו' ווערט צוטיילט לויט די מהלך פון די זון, וואס איז אויך נישט אייביג אויף א פונקטליכע פלאץ, עס ריקט זיך לויט די תקופות השנה.
מזרח צועט זיך פון די נקודה ווי דער זון שיינט אויף אינ׳ם קלענסט טאג אין די ווינטער, ביז צו די נקודה ווי דער זון זיינט אויף אינ׳ם לענגסטן טאג אין די זומער. מערב איז די זעלבע נאר לגבי זון אינטערגאנג.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”