פארגעסענע חכמות

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

פארגעסענע חכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין אלטע צייטן איז געווען פארשידענע חכמות וואס איז היינט נישט פארהאן. די סיבה קען זיין פארשידענארטיג, צומאל האט מער נישט אויסגעפעלט די סארט קונץ אדער פראסעס, צומאל איז דאס דירעקט אויסגעמעקט געווארן דורך מלחמות, צומאל איז אפירגעקומען בעסערע און גרינגערע עצות אזוי אז די אלטע האט מען באזייטיגט, און צומאל איז דאס פשוט פארגעסן געווארן.

די גאר באקאנטע זענען:
חניטה - אין מצרים איז דאס געווען זייער גאנגבאר, מיט די גאנצע טעכניק היינט קען מען דאס נאכאלץ נישט באווייזן
כישוף - אמאל האט מען געקענט גרויסע כוחות באווייזן, היינט איז דאס נישטא
שיחת שדין ועצמות - אין אמאליגע יארן איז דאס געווען גאנץ א אפטע קונץ, וואס איז ווי פארגעסן געווארן
טעימת אדמה - אין כנען האט מען געהאט גוטע חושים צו וויסן וואסערע זומען צו פלאנצען פונקטליך ביי וועלכע ערד, היינט איז דאס נישטא מער

המשך יבא
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

How do you know? well mummy's we know that they don't know how to make, but how do you know the other stuff they don't know? Well maybe not like in mitzreiem but there are definatly people today who belive and do(at least they say they can) witch craft and doresh el hameisim etc.
I am sure if u do a search on the net u will find more then u can handle.. mi'inyen li'inyen phsycics are all around. .
לעצט פארראכטן דורך verveist אום זונטאג מארטש 18, 2012 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

גיב איין קוק אויף די 'פירימידס' אין מצרים, וואס אינהאלט א שלל מיט חכמות, הן דער עצם אויף הייבען אזעלעכע שטיינער, הן דאס פירען פון איין פלאץ צום צווייטען, דאס אוועק צו שטעלן צו שטעלען אינען גנויע אינטש (היינט איז דאס אויך דא, אבער בימיהם...)

אוודאי אונז די ניצען דאס אויך, אבער די אופן ווי אזוי זיי האבען עס געטוהן, דאס ווייסען אונז נישט, מ'קען שפעקלירען אבער די אלע חכמות אינאיינעם ווי אזוי זיי האבען געטוהן די זאכען איז פארגעסן פון אונז.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

psychics איז טאקע נישט אויסגערעכענט אויבן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

די פיראמידן אין מצרים זענען געבויט אזוי אז יעדע עק איז גענוי צו איינע פון די פיר זייטן פון די וועלט, מזרח מערב דרום און צפון, און דאס איז פונקליך אויפן האר (מ'האט דאס אפגעמאסטן מיט די היינטיגע כלים) און אן די אלע פארגעשריטענע מאשינען וואס מ'האט היינט.

זענען די היינטיגע חכמים געגאנגען און געוואלט באווייזן די זעלבע קונץ און אויך בויען אזא בנין וואס די פיר עקן זענען פונקליך צו די פיר זייטן וועלט, און מ'האט גענומען די בעסטע מאשינען און דאס אפגעמאסטן און מ'האט געבויט אזא בנין, נאכן פארטיגן האט מען נאכאמאל געמאסטן און זיי האבן געזעהן אז ס'איז פארריקט מיט אביסל, ממש גארנישט, אבער דאך האבן די מצרים מיט אפאר טויזענט יאר צוריק געקענט בעסער פון זיי מיט אלע היינטיגע פארגעשריטענע טעכניק
און לויט טייל, די אידישע קינדער
עת לקרות | ועת לתגוב
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

כישוף גייט נאך אן היינטיגן טאג, הגם עס איז נישט לעגאל.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שוועמל האט געשריבן:אין אלטע צייטן איז געווען פארשידענע חכמות וואס איז היינט נישט פארהאן. די סיבה קען זיין פארשידענארטיג, צומאל האט מער נישט אויסגעפעלט די סארט קונץ אדער פראסעס, צומאל איז דאס דירעקט אויסגעמעקט געווארן דורך מלחמות, צומאל איז אפירגעקומען בעסערע און גרינגערע עצות אזוי אז די אלטע האט מען באזייטיגט, און צומאל איז דאס פשוט פארגעסן געווארן.

די גאר באקאנטע זענען:
חניטה - אין מצרים איז דאס געווען זייער גאנגבאר, מיט די גאנצע טעכניק היינט קען מען דאס נאכאלץ נישט באווייזן
כישוף - אמאל האט מען געקענט גרויסע כוחות באווייזן, היינט איז דאס נישטא
שיחת שדין ועצמות - אין אמאליגע יארן איז דאס געווען גאנץ א אפטע קונץ, וואס איז ווי פארגעסן געווארן
טעימת אדמה - אין כנען האט מען געהאט גוטע חושים צו וויסן וואסערע זומען צו פלאנצען פונקטליך ביי וועלכע ערד, היינט איז דאס נישטא מער
המשך יבא

דאכט זיך אז עס איז נאך יא דא היינט די חכמה. איך האב לעצטנס געליינט ערגעץ דערוועגן.
Hope so
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hope so »

אנטשולדיג פארן דא אריין האקן מיט אנדרע זאכן איך וויל עפנענן א פארום צו פרעגן עפעפס וויסט איינער וויאזוי מען טיט עס ?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

וואס מיינט דאס עפענען א פארום?

אלע פראגן איבער דעם זייטל פרעג אן ביי הילף און וויכטיגע מודעות: viewforum.php?f=2
Hope so
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hope so »

שכח... איך מיין צו פרעגן ווען מען קומט ארויף אויף איי וועלט זעט מען די נייע אשכולות סא פשוט איך וויל עפנען א נייע אשכול ביטע ענטפערטס איך וועל זיין זייער דאנקבאר.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

Hope so האט געשריבן:שכח... איך מיין צו פרעגן ווען מען קומט ארויף אויף איי וועלט זעט מען די נייע אשכולות סא פשוט איך וויל עפנען א נייע אשכול ביטע ענטפערטס איך וועל זיין זייער דאנקבאר.

דאס איז א חכמה וואס די אמאליגע האבען נישט געהאט נאר די היינטיגע שפיץ קעפ פארמאגען דאס.
Hope so
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hope so »

ישלהוסיף האט געשריבן:
Hope so האט געשריבן:שכח... איך מיין צו פרעגן ווען מען קומט ארויף אויף איי וועלט זעט מען די נייע אשכולות סא פשוט איך וויל עפנען א נייע אשכול ביטע ענטפערטס איך וועל זיין זייער דאנקבאר.

דאס איז א חכמה וואס די אמאליגע האבען נישט געהאט נאר די היינטיגע שפיץ קעפ פארמאגען דאס.

וואסזשע איז די חכמה ?
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

זיך באנוצן מיט יונים (טויבען) פאר בליץ פאס"ט, צוליב זייער טבע צוריקצוקומען צו זייער וואוינארט, נח האט זיך שוין באנוצט מיטן יונה. ביי די צווייטע וועלט קריג האט מען זיך נאך באנוצט מיט אירץ

צו וויסן די וועטער פלעגט מען זיך באנוצן מיט בעלי חיים.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

תלמוד, וויאזוי ווערט אנגערופן די חכמה אין אפיציעלער שפראך?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וואס מיינט דאס "פיר עקן וועלט", די וועלט האט דען עקן? (די גאנצע באגריף פון פיר עקן וועלט איז ענדערש א הסכמה ווי א מציאות, דוק ותשכח).

מזרח מערב וכו' ווערט צוטיילט לויט די מהלך פון די זון, וואס איז אויך נישט אייביג אויף א פונקטליכע פלאץ, עס ריקט זיך לויט די תקופות השנה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:

דאס ווערט געמאטסן דורך די שטערן נישט דורך די ערד-קוגעל, דער כוכב וואס שטייט אלעמאל אויף איין פלאץ. אויף צוויי זייטען פון די פירמידס זענען דא לעכער (דורך דארט פליט ארויף די נשמה...) איין זייט איז די לאך פונקטליך מיט די האר א 180 דעגרי צום נארט סטאר.
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

די נארט פאול און סאוט פאול זענען א מציאות, נישט א הסכמה.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ישלהוסיף האט געשריבן:גיב איין קוק אויף די 'פירימידס' אין מצרים, וואס אינהאלט א שלל מיט חכמות, הן דער עצם אויף הייבען אזעלעכע שטיינער, הן דאס פירען פון איין פלאץ צום צווייטען, דאס אוועק צו שטעלן צו שטעלען אינען גנויע אינטש (היינט איז דאס אויך דא, אבער בימיהם...)

אוודאי אונז די ניצען דאס אויך, אבער די אופן ווי אזוי זיי האבען עס געטוהן, דאס ווייסען אונז נישט, מ'קען שפעקלירען אבער די אלע חכמות אינאיינעם ווי אזוי זיי האבען געטוהן די זאכען איז פארגעסן פון אונז.

ס'דא וואס טענה'ן אז די חכמה פון עלעקטעריק האבן זיי שוין דעמאלטס אויך געוויסט, ווייל מען האט דארט געפונען אסאך ווייער'ס וכדו'
און ס'דא וואס טענה'ן פארקערט אז די חכמה פון עלעקטעריק איז פון כישוף
דאכצעמער אז מען האט שוין ערגעץ דא ארום גערעדט דערפון
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאכנישט געהערט אז מ'האט געפונען דארטן אסאך ווייערס.
מקור?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שוועמל האט געשריבן:נאכנישט געהערט אז מ'האט געפונען דארטן אסאך ווייערס.
מקור?

כך שמעתי (ווי אויך האב איך דאס געהערט פון איינעם וואס האט דאס געהערט פון א אידישע חוקר וואס איז דארט געווען-איך געדענק נישט אויפן מינוט יענעמס נאמען) און איך מיין אז עס איז שוין געווען באשריבן ערגעץ אין די אויסגאבעס
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

עס ווערט געברעגנט אז פון ווען דער בעש"ט הק' האט איינגעפירט טבילה במקוה יעדן טאג, זענען די כוחות פון כישוף אפגעשוואכט געווארן אלץ מער און מער.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

תלמודלערנער האט געשריבן:זיך באנוצן מיט יונים (טויבען) פאר בליץ פאס"ט, צוליב זייער טבע צוריקצוקומען צו זייער וואוינארט, נח האט זיך שוין באנוצט מיטן יונה. ביי די צווייטע וועלט קריג האט מען זיך נאך באנוצט מיט אירץ

צו וויסן די וועטער פלעגט מען זיך באנוצן מיט בעלי חיים.

At least untill a few years ago they still had such messenger pigens . Like in a dream I remember that a few years ago they (maybe the british kingdom?) were talking about stopping the "program" since it's not needed anymore and it the "maintance" is expensive

[
ס'דא וואס טענה'ן אז די חכמה פון עלעקטעריק האבן זיי שוין דעמאלטס אויך געוויסט, ווייל מען האט דארט געפונען אסאך ווייער'ס וכדו'
און ס'דא וואס טענה'ן פארקערט אז די חכמה פון עלעקטעריק איז פון כישוף
דאכצעמער אז מען האט שוין ערגעץ דא ארום גערעדט דערפון[/quote]

Reminds me of the two guys from third world country's who were debating which of their country's was more sufisticated centery's ago, so one says in my country they dug up remains of our old civilzation and they found wires, so it must be that they were so advanced in that time that,that they had phones already. Then the other guy says thats a big deal ? In my country they dug up and found no wires at all ,must be that they had cell phones already!!

If the chuchma of electric was kishif then we are way tzrik geshtanin. I never heard of someone making frogs from earth with electric or even people throwing down their sticks and it becoming snakes by electrisity, unless it was only virtually, in that case I guess moshe rabeini's stick ate up the computers..And what was the prob.for them to make lice virtually?
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

One major chuchma we lost since the pharoas, is how a human can live without needing to go to the bathroom...!!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ווי קען מען פארגעסן אין אזא אשכול דעם באקאנטען תשובה פון דער מנחת אלעזר (שו"ת מנחת אלעזר ח"ג סימן כ"ה), וואס ער האט שוין בימיו געשריבען איבער פארגעסענע חכמות. ער האט געהאט דער כלל פון "אין חדש תחת השמש", מיט א געוואלדיגע פשטות, אז די אלע היינטיגע חכמות איז שוין געוועהן אמאהל נאר ס'אינגאנצען פארגעסן געווארען אין 'היינט' איז עס צוריק געקומען, ער נוצט דעם לשון: "ושכחום וחזרו ויסודם אח"כ".

עלעקטריק
איינע פון די זאכען וואס ער דערמאנט דארט איז איבער 'עלעקטריק' שרייבט ער אזוי: "באמת הוא קיים מימות עולם מהיוצר בראשית ית"ש, אולם איך להשתמש באמצעות תחבולות מכונות כאלו זה חלק ית"ש מכחמתו לבשר ודם בכל דור ודור איך להשתמש בהם כ"א בכחמתו ותחבולותיו של מעללי איש".

כוס של עיקרן
"כוס של עיקרון לאשה שהיא מסכנת כשהיא מתעברת וכו' והשיבו הרופאים היותר גדולים כי לא ידעו ולא יבינו כי נשתכח מהם בימינו דבר גדול כזה".

חניטה
"אומנות החניטה למתים שהיהה מימי קדם בארצות ישמעאל ומצרים באופן נפלא שנתקשה המת כאבן ולא שלטה בו קלקול לעין וכו' ובזמנינו אלו לא יוכלו זה לתכליתו עד שגם למלכים הגדולים ישימום בתוך ארונות סגורות וסתומות כדי שלא יתראה קלקול גופם ובזיונם אח"כ כי נשתכחה מהם תחבולות החנוטה".

לופט באלאן
"בס' הברית הביא כבר הלופ"ט באלא"ן איך נוסעים בו אנשים ובימינו אלו מרעישים עולם בזה כאלו המה חידשום ומעיקרא ויאמרו כי רק עתה חידשום".

טעלעפאהן
וכן במכונת הטעל"עפאן לדבר בריחוק מקום והוא באמת מבואר עוד בשו"ת שבות יעקב (ח"ג סי' ל"א) בכני זה שמדברים השרים בריחוק כמה מילין, ובע"כ הוא כעין כלי הטעל"עפאן, והתשובה נכתבה בשבות יעקב בשננת תפ"ב, לפני שני מאות שנה בערך, ואיך עתה יאמרו ראה זה חדש הוא".
"וכבר הי' לעולמים באמת ושכחום וחזרום ויסדום (כנזכר) כעת באופן אחר קצת היינו בדרך מרווח וטוב יותר".

ער איז מסיים דעם ענין בזה הלשון:
"ובענין זה איך ידעו חכז"ל כל החכמות האלו ולא נעלם מהם מאומה כתבנו ג"כ בחיבורנו דברי תורה (אות ס"ב וס"ג) עיי"ש, ותרוה צמאוניך הרבה בעה"י".

ער האט דארט אויך עטליכע שורות פארוואס דווקא און אונזערע צייטען קומט דאס אלץ צוריק, עי"ש ותרוה צמאוניך.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יש להוסיף, א דאנק.
---
עפעס ליגט מיר אין קאפ א חלום(?) אז עס איז געשטאנען אין יפה בעתו? אז איינע פון די תנאים? אמוראים? האט געהאט א זאך וואס האט זיך געדרייט? אין פראנט פון זיין טיר, און מען האט נישט געקענט אריין, און ווען א קעניג איז געקומען האט זיך ?עס געטוישט?געסטאפט? ווייסט איינער וואס איך רעדט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”