היסטארישע בילדער פון מארינבאד און נאך

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

געמאלענע פאסט קארטל פונעם "גאלדענע שלאס" האטעל און "גאלדענע שליססעל" רעסטאראנט.
03-גאלדענע שלאס.jpg
03-גאלדענע שלאס.jpg (660.34 KiB) געזען 4553 מאל


מודעה אין צייטונג איבער דעם גאלדענעם שליסל רעסטאראנט
06 - 02.jpg
06 - 02.jpg (50.22 KiB) געזען 4553 מאל



מודעה אין צייטונג איבער לייטנער'ס הויז רעסטאראנט
מודעה.jpg
מודעה.jpg (73.45 KiB) געזען 4220 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום דינסטאג יוני 26, 2018 1:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

פאסט גאססע

און אזוי קומען מיר אן צום קארנער ווי דער פאסט גאססע קומט צוריק אראפ צום גרויסן גאס, דא שטעלן מיר זיך אפ, מיר באטראכטן דעם האריזאנט, יא, דאס איז אונז היבש קענטליך פון א רייע פון בילדער וואס זענען גענומען געווארן פון דעם פלאץ אין לויף פון די יארן פונעם אנטוויקלונג פון די פארצווייגטע לייטנער'ס האטעלן.

די ערשטער טויש וואס מיר דערקענען, איז אז א רייע פון עטליכע נידריגע הייזער, וואס זענען געשטאנען דא פארענט פונעם הויכן זעקס שטאקיגע געביידע פון די "נאציונאל-האטעל" ביז צו לייטנער'ס הויז, וואס אין צענטער איז געווען דער אויפשריפט "ווייסער ראסעל", איז פארשוואונדען געווארן, און איבערגעלאזט בלויז אפאר צייכענעס אונטער זיך.

אבער די גרויסער טויש וואס איז שטארק - און ווי אויך ווייטאגליך - מערקבאר, איז אז אנשטאט די אויפשריפט מיט גרויסע אותיות "נאציונאל-האטעל - דוד לייטנער'ס כשר רעסטאראנט", שטייט היינט אויפן טשעכישן שפראך "זלאטי-זאמעק האטעל". (מיט א שנעלע זוך איבער די אפטייטש פונעם נאמען "זלאטי-זאמעק", האבן מיר געזען, אז דאס איז די טשעכישע איבערזעצונג פונעם נאמען "גאלדענעם שלאס"!! ווייזט אויס אז אויף דעם נאמען האבן זיי נישט געוואלט אויפגעבן).

בילדער גענומען פון דעם עק, ווי אזוי עס האט אויסגעזען די נעץ פון די לייטנער האטעלן במשך די יארן פון זייערע אנטוויקלונג ביזן קריג

Block (01).jpg
Block (01).jpg (239.45 KiB) געזען 4549 מאל

Untitled.jpg
Untitled.jpg (567.93 KiB) געזען 4512 מאל

Block (03).jpg
Block (03).jpg (137.62 KiB) געזען 4549 מאל
לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום פרייטאג יוני 22, 2018 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

Block (04).jpg
Block (04).jpg (294.95 KiB) געזען 4548 מאל


ווי אזוי עס קוקט אויס היינט (פון דעם זייט איז שווער צו באקומען א צייגעדיגע בילד צוליב דעם וואס עס איז באוואקסן מיט ביימער, שטעלן מיר דא אויך א בילד לויט ווי עס קוקט אויס פונעם אנדערן זייט, פון קליצאווא גאס)
Block (05).jpg
Block (05).jpg (164.47 KiB) געזען 4548 מאל

Block (06).jpg
Block (06).jpg (169.45 KiB) געזען 4548 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

איבערבליק אויף די בנינים
איבערבליק.jpg
איבערבליק.jpg (146.87 KiB) געזען 4547 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

בילד פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע עם בנו הרה"ק בעל אמרי חיים זי"ע וחתנו הרה"ק רבי אלטר'ל מדזיקוב זי"ע אויף דעם גאס קומענדיג פון Klíčová צו דער פאסט-גאס. ווערט דערקענט פון הונטן דער געביידע פון "ווייסער ראססעל" וועלכע שטייט שוין נישט היינט
אטעטשמענטס
וויזניץ (8).jpg
וויזניץ (8).jpg (538.33 KiB) געזען 4548 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

ארויפגייענדיג אויפן "פאסט-שטראססע", באמערקן מיר א קליין טאוועל ביים שטח ווי עס זענען געשטאנען די בנינים פון דער "ווייסער ראסעל" פארענט פונעם לייטנער האטעל, אז דער פלאץ איז רעזערווירט טאקע פאר פארקינג פאר די האטעל-געסט פון "זלאטי-זאמעק האטעל".

גייען מיר גראד צו צום ערשן בנין, יא, דא איז געווען דער גרויסער צענטראלע האטעל געביידע פון ר' דוד לייטנער, און דא איז געווען א בית המדרש מיט א מקוה טהרה. אין דעם הויז איז היינט פלאצירט א וויין געשעפט, און ווי עס קוקט אויס שטייט עס אונטער די בעלות פונעם "זלאטי זאמעק האטעל" וואס געפינט זיך הונטער דעם אויפן פאראלעל געסל. א הויז דערנעבן איז היינט א חלק פונעם דערנעבנדיגן קאפפע הויז און רעסטאראנט. פארן קריג האט דער בנין געהייסן "וויענער ניישטאט", און געהערט פאר א איד מיטן נאמען "פליישנער". דאס נעקסטע הויז איז געווען א שפעטערע צוגעקויפטער בנין פאר ר' דוד לייטנער'ס האטעל. ס'איז פאראן א בילד ווי דער אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע קומט ארויס פון דעם בנין. היינט דינט עס ווייטער אלץ א רעסטאראנט, אבער פארשטייט זיך נישט א כשר'ע.

נאך דעם בנין איז דא א ליידיגע שטח וואס ניצט היינט פאר פארקינג פאר די "זלאטי-זאמעק" האטעל וואס שטייט פון הונטערוויילעכטס. אמאל איז דא געשטאנען א צוויי שטאקיגע געביידע וואס האט געדינט אלץ א חלק פון ר' גאטליעב לייטנער'ס האטעלן, מיטן נאמען "גאלדענע שיסל", דאס געפינט זיך פונקט הונטער זיין גרויסן צענטראלן געביידע וואס האט געהייסן "גאלדענע שלאס". גראד דערנעבן שטייט די געביידע פונעם דעמאלטסדיגן "פלארידע האטעל" וואס האט געהערט פאר א איד מיטן נאמען "פראנק", און ווי אויבן דערמאנט, זענען אויך דא פיל אידן איינגעשטאנען יעדעס יאר.

אגב, ביי משפחת לייטנער איז עפעס באקאנט, אז צוליב די גרויסע פארנעם וואס משפחת לייטנער האט דא געהאט, האט דער "פאסט-שטראססע" אפיציעל באקומען דעם נאמען "לייטנער גאססע". אבער נאכקוקענדיג איבער די נעמען פון די געסעלעך דא, פון אמאל און היינט, האב איך נישט געזען קיין שום גאס אין קיין שום תקופה זאל האבן די נאמען "לייטנער'ס גאססע", אבער מעגליך אז עס האט סיי ווען געדינט אלץ א אוומאפציעלע נאמען.

ארויפקומענדיג אויף דעם "פאסט-גאססע", ווערט געזען דער געביידע פון "לייטנער'ס האטעל" ווי עס איז געווען דער בית המדרש און מקוה
01 Poštovní - Google Maps.jpg
01 Poštovní - Google Maps.jpg (89.89 KiB) געזען 4544 מאל


נייע געביידע פונעם לייטנערס האטעל אביסל ווייטער אויף דעם גאס, ווערט געזען דער אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע ארויסקומענדיג
וויזניץ09.png
וויזניץ09.png (704.96 KiB) געזען 4544 מאל


דער זעלבע געביידע היינט צו'טאג'ס
לייטנער נייער האטעל.png
לייטנער נייער האטעל.png (484.13 KiB) געזען 4544 מאל

הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

קליצאווא גאס

גייען מיר צוריק צום ערשטן געביידע ביים אנפאנג גאס, דארט ווי עס שטייט ליידיג פון די נידריגע בנינים וואס זענען פון דאנעט נעלם געווארן. פארענט פון די בנינים איז געווען א געסל וואס האט געפירט צום פאראלעל געסל וואס הייסט היינט Klíčová, מ'זעהט אויף א בילד ווי דער אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע שפאצירט דא מיט זיין זון דער אמרי חיים מוויזניץ זי"ע און זיין איידעם רבי אלטר'ל מדזיקוב זי"ע, ווען פונעם הונטערגרונד זעהט מען דער בנין וואס איז געשטאנען אויף דעם פלאץ לויט ווי עס ווערט דערקענט אויף די אלטע בילדער, וואס איז געווען דערויף דער אויפשריפט " Weissen Rössel".

מיר שפאצירן אדורך דעם דורכגאנג, און מיר קומען אן צו די צווייטע זייט פון די רייע בנינים. דער גאס הייסט היינט Klíčová. אמאל האט דער דורכגאנג מיט די גאס פון הונטען געהייסן "פערדענאנד שטראססע". דא קומען מיר צו צום ערשטן בנין, וואס איז געווען דער ארגינעלער ערשטער האטעל געביידע, און שפעטער פארבליבן אלץ פריוואטער הויז פון משפחת ר' משה דוד לייטנער ע"ה, אבער פארט זענען דא יעדעס יאר איינגעשטאנען פיל גדולי ישראל. צווישן זיי איז דא איינגעשטאנען דער קדושת ציון מבאבוב זי"ע פאר איבער א קיילעכדיגן יאר ווען עס האט אויסגעבראכן די ערשטער קריג אינמיטן דער זומער סעזאן פון יאר תרע"ד, ביז נאכן זומער סעזאן פון יאר תרע"ה. ווי אויך האבן דא געהאט זייערע אכסניות קבועות הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע און זיין זון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, וואס זיי האבן דא געפירט אפיציעל זייערע רבי'שע הויף במשך די זומער סעזאן, מיט א אייגענע בית המדרש אויפן צווייטן שטאק אין דעם געביידע.

דער צווייטער בנין אויף דעם גאס, האט דעמאלטס געהייסן "הויז מאגדעבורג", היינט דינט עס אלץ דער דערמאנטער "זלאטי זאמעק" האטעל. דער נעקסטער הויז, דאס איז געווען דער גרויסע און פראכטפולער געביידע פונעם "גאלדענעם שלאס" האטעל פון ר' גאטליעב לייטנער ע"ה. דא האבן געהאט זייערע אכסניות צווישן פיל אנדערע, דער אמרי אמת מגור זי"ע, און דער דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע, ובנו בעל מנחת אלעזר זי"ע. און ווי דערמאנט איז אויך דא געווען א בית המדרש און א מקוה כשרה.

אגב, ווערט אין עטליכע ספרי הפוסקים האחרונים ארומגערעדט איבער די כשרות פונעם מקוה וואס איז געווען אין דעם געביידע דא, ווען דער דרכי תשובה האט מעורר געווען אז עס איז נישט כשר לויטן שיטה פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, און דערקעגן פיל אנדערע רבנים האבן עס מתיר געווען לכתחילה. שפעטער האט דער מנחת אלעזר וואס איז אויך דא איינגעשטאנען, שטארק פארפירט איבער דעם מקוה, און טאקע געניצט נאר די מקוה פונעם דערנעבנדיגן נאציונאל האטעל.

המשך וועט אי"ה נאכפאלגן.

פאדערשטע בנין איז דער "לייטנער'ס הויז" ווי עס קוקט אויס היינט (שטייענדיג דא)
01 - 01.jpg
01 - 01.jpg (175.72 KiB) געזען 4541 מאל


בילד גענומען פון "ענגלישע גאס" (הייסט היינט Anglicka), וואס לויפט פאראלעל פון אויבן. ווערט געזען פון רעכטס צו לינקס: לייטנער'ס הויז, האטעל זלאטי זאמעק, דער געוועזענער "גאלדענער שלאס" (רעכטע שפיץ איז פארדעקט פון די ביימער)
01 - 02.jpg
01 - 02.jpg (281.14 KiB) געזען 4541 מאל


אמאליגע צייכענונג פון דעם גאס, ווערט געזען דער "הויז מאגדעבורג" און דערנעבן דער "גאלדענער שלאס"
01 - 03.png
01 - 03.png (585.95 KiB) געזען 4541 מאל

לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום פרייטאג יוני 22, 2018 2:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

טיר פונעם געביידע פון "לייטנער'ס הויז", ווערט געזען דער אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע ארויסקומען פונעם בנין.
02 - 01.jpg
02 - 01.jpg (682.83 KiB) געזען 4536 מאל


דער זעלבער פלאץ ווי עס קוקט אויס היינט
02 - 02.jpg
02 - 02.jpg (72.52 KiB) געזען 4536 מאל

הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע פארענט פונעם אריינגאנג צום "לייטנער'ס הויז"
03 - 01.jpg
03 - 01.jpg (289.8 KiB) געזען 4222 מאל

03 - 03.png
03 - 03.png (305.49 KiB) געזען 4222 מאל


היינט צו'טאג'ס
03 - 02.jpg
03 - 02.jpg (80.86 KiB) געזען 4529 מאל

לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום דינסטאג יוני 26, 2018 1:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע ארויסקומענדיג פונעם "לייטנערס הויז"
04 - 01.jpg
04 - 01.jpg (164.79 KiB) געזען 4527 מאל


הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע פארענט פונעם בנין
04 - 02.jpg
04 - 02.jpg (308.07 KiB) געזען 4527 מאל


דאס פלאץ היינט
04 - 03.jpg
04 - 03.jpg (75.56 KiB) געזען 4527 מאל

הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

בילדער פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ביי זיינע שפאצירן פארענט פונעם "מאגדעבורג הויז" הארט פארן אנקומענדיג צוריק צום "לייטנערס הויז"
05 - 01.jpg
05 - 01.jpg (400.6 KiB) געזען 4526 מאל


מערקט דאס גלעזל וואסער מיטן שטרוי אינעם האנט פונעם גבאי (רבי יאסעלע יארטשובער), קוקט אויס אז דער בעלזער רב קומט איצט צוריק פונעם "ראדאלפ'ס ברוננעם" וואס געפינט זיך דא פון וואו ער פלעגט צו טרינקן וואסער צוליב זיין געזונטהייט לויט ווי דער דאקטאר האט אים פארשריבן (אנדערש ווי רוב אנדערע וואס פלעגן טרינקן פונעם "קרייז ברוננעם")
05 - 02.jpg
05 - 02.jpg (469.42 KiB) געזען 4526 מאל


ווי עס קוקט אויס דעם פלאץ היינט
05 - 03.jpg
05 - 03.jpg (69.24 KiB) געזען 4526 מאל

לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום פרייטאג יוני 22, 2018 2:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

דער "מאגדבורגער הויז" היינט דער "זלאטי זאמעק" האטעל", לינקס ווערט געזען די רעכטע שפיץ פונעם "גאלדענעם שלאס"
06 - 01.jpg
06 - 01.jpg (113.17 KiB) געזען 4525 מאל


בריווען איבער די כשרות פונעם מקוה אינעם "גאלדענע שלאס" האטעל וואס דער מנחת אלעזר האט מערער געווען דערויף
06 - 02.jpg
06 - 02.jpg (506.57 KiB) געזען 4525 מאל


פאסט-קארטל פונעם "גאלדענע שלאס" האטעל מיט בילדער פונעם גערער רבין דער אמרי אמת זי"ע וואס איז דארט איינגעשטאנען
06 - 03.jpg
06 - 03.jpg (271.59 KiB) געזען 4223 מאל

לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום דינסטאג יוני 26, 2018 1:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

דער אמרי אמת זי"ע ארויסקומען פונעם גאלדענע שלאס האטעל
07 - 01.jpg
07 - 01.jpg (310.11 KiB) געזען 4525 מאל


אינעם קאראטע פארענט פונעם גאלדענעם שלאס
07 - 02.JPG
07 - 02.JPG (200.02 KiB) געזען 4224 מאל


ווי עס קוקט אויס היינט. מערקט די טאוועל הענגענדיג אויפן זייט "זלאטי זאמעק" (אפטייטש אין טשעכישע שפראך פון "גאלדענע שלאס")
07 - 03.jpg
07 - 03.jpg (71.69 KiB) געזען 4525 מאל

לעצט פארראכטן דורך דאטשע אום דינסטאג יוני 26, 2018 1:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

המשך: א שפאציר אין מאריענבאד - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

בילדער פונעם אמרי אמת זי"ע שפאצירענדיג אויף דעם גאס
08 - 01.jpg
08 - 01.jpg (666.93 KiB) געזען 4523 מאל

08 - 02.jpg
08 - 02.jpg (270.29 KiB) געזען 4523 מאל


היינט צו'טאג'ס

08 - 03.jpg
08 - 03.jpg (80.67 KiB) געזען 4523 מאל


המשך וועט נאכפאלגן בעז"ה[align=center][/align]
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

הערליכע ארבעט, איך זעה מיך ממש דארט....
קענענדיג קוים ווארטן אויף די המשך

נאר איין קליינע הערה:

דאטשע האט געשריבן:מערקט דאס גלעזל וואסער מיטן שטרוי אינעם האנט פונעם גבאי (רבי יאסעלע יארטשובער), קוקט אויס אז דער בעלזער רב קומט איצט צוריק פונעם "ראדאלפ'ס ברוננעם" וואס געפינט זיך דא פון וואו ער פלעגט צו טרינקן וואסער צוליב זיין געזונטהייט לויט ווי דער דאקטאר האט אים פארשריבן (אנדערש ווי רוב אנדערע וואס פלעגן טרינקן פונעם "קרייז ברוננעם")


שטארק נישט מסתבר אז דער בעלזער רב זי"ע אין דעם עלטער זאל שפאצירן א וועג פון ארום 2 ק"מ (מאפע פון רודאלפ'ס קוואל ביז צום לייטנער האטעל). דער בילד איז פון שנת תרפ"ה, דאס לעצטע מאל וואס דער בעלזער רב איז געפארן קיין מארינבאד, און שוין דעמאלטס געווען זייער שוואך.

לויט ווי עס קומט אויס פון א בריוו וואס "פראנץ קאפקא" פון פראג האט געשריבן אין יאר 1916 (תרע"ו) איבער זיין באזוך אין מארינבאד, זעהט אויס אז דער וואסער פון רודאלפס קוואל פלעגט מען צו ברענגען פארן בעלזער רב, און דערנאך ביים שפאצירן האט ער געטרינקן דערפון, אבער נישט אז דער רב פלעגט אליינס גיין שעפן די וואסער.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

הערליכע סחורה רב 'דאטשע'!!!

למעשה איז שוין פארהאן אזא סארט אשכול, ביזדערווייל איז עס פארשפארט, אבער אפשר קענען עס די מנהלים אויפשארן און אריבערפירן דיינע שיינע זאכן. (אויב די ביזט מסכים פארשטייט זיך)
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום זונטאג יוני 24, 2018 1:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אבער נישט אזוי מסודר
הרב דאטשעס ארבעט איז הפלא׳דיג
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

געדיך אוואש האט געשריבן:הערליכע ארבעט, איך זעה מיך ממש דארט....
קענענדיג קוים ווארטן אויף די המשך

נאר איין קליינע הערה:

דאטשע האט געשריבן:מערקט דאס גלעזל וואסער מיטן שטרוי אינעם האנט פונעם גבאי (רבי יאסעלע יארטשובער), קוקט אויס אז דער בעלזער רב קומט איצט צוריק פונעם "ראדאלפ'ס ברוננעם" וואס געפינט זיך דא פון וואו ער פלעגט צו טרינקן וואסער צוליב זיין געזונטהייט לויט ווי דער דאקטאר האט אים פארשריבן (אנדערש ווי רוב אנדערע וואס פלעגן טרינקן פונעם "קרייז ברוננעם")


שטארק נישט מסתבר אז דער בעלזער רב זי"ע אין דעם עלטער זאל שפאצירן א וועג פון ארום 2 ק"מ (מאפע פון רודאלפ'ס קוואל ביז צום לייטנער האטעל). דער בילד איז פון שנת תרפ"ה, דאס לעצטע מאל וואס דער בעלזער רב איז געפארן קיין מארינבאד, און שוין דעמאלטס געווען זייער שוואך.

לויט ווי עס קומט אויס פון א בריוו וואס "פראנץ קאפקא" פון פראג האט געשריבן אין יאר 1916 (תרע"ו) איבער זיין באזוך אין מארינבאד, זעהט אויס אז דער וואסער פון רודאלפס קוואל פלעגט מען צו ברענגען פארן בעלזער רב, און דערנאך ביים שפאצירן האט ער געטרינקן דערפון, אבער נישט אז דער רב פלעגט אליינס גיין שעפן די וואסער.

יא ריכטיג, דער בריוו איז טאקע מיין מקור אז דער בעלזער רב פלעגט צו טרינקען פון רודאלפ'ס ברוננעם, כ'האב טאקע נאר געשריבן בדרך אפשר, ווייל די וועג צום ברונעם איז טאקע דארט פון ווי דער רב קומט צו גיין (זעהט דארט די טרעפ ביים עק גאס וואס גייט ארויף צום "אנגליקא גאס" וואס איז די וועג צום ברונעם). אבער בפשטות איז אזוי ווי איר זאגט.
דארט אינעם בריוו שטייט אז דער בעלזער רב פלעגט צו פארן יעדן פאר'נאכט'ס מיט א וואגן צום וואלד און דארט שפאצירן, מעגליך אז אין די שפעטערע יארן איז דער בעלזער רב נאר געגאנגען שפאצירן דא אויף דעם גאס אהין און צוריק.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאטשע »

פריילעך אידל האט געשריבן:הערליכע סחורה רב 'דאטשע'!!!

למעשה איז שוין פארהאן אזא סארט אשכול, ביזדערווייל איז עס פארשפארט, אבער אפשר קענען עס די מנהלים אויפשארן און אריבערפירן דיינע שיינע זאכן. (אויב די ביזט מסכים פארשטייט זיך)

יעצט איבערגעגאנגען די אשכול דארט, איך קען ממש נישט קומען צום ווארט איבער וואס דער הרב 'יציב' האט דארט צאמגעשטעלט...
ווי ווייט איך האב מיר דא געמוטשעט מיט מיין סחורה, האט ער מיר דארט אזוי כלאחר יד אויסגעכאפט מיט רוב פון מיינע געפינסן...

דארט איז פארשפארט פון קאמענטארן, מוז איך עס טון דא.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

העעערליך! שיינע מסודר'דיגע ארבעט, דבר דבור על אפניו, נהניתי.

ישר כחכם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

פארוואס איז דארט פארשפארט?
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

ווילאנג הרב 'דאטשע' לאזט אונז דא שטיין אין דעם געסל פון די לייטנער האטעל'ס, איז כדאי צו באמערקן, אז לכאורה איז דער בנין פון לייטנער האטעל פון די איינציגסטע, אויב נישט די סאמע איינציגסטער, פלאץ וואס שטייט נאך היינט צו'טאג'ס ווי דער פריערדיגער בעלזער רב ז"ל האט געדאווענט און געפראוועט זיין הייליגע עבודה, אבער נישט סתם אמאל, נאר כמעט יאר יערליך אפאר חדשים אין יאר.

אגב, אין איינע פון די בעלזער קובצים "עתיקות" איז דא א לענגערע מאמר איבער די תקופות וואס די בעלזער רבי'ס זענען געפארן קיין מארינבאד, די באזוכן פון רבנים, שפאצירן צוזאמען מיט אנדערע רבי'ס, וכדומה
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח. עס איז א געוואלדיגע ארבייט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

געדיך אוואש האט געשריבן:ווילאנג הרב 'דאטשע' לאזט אונז דא שטיין אין דעם געסל פון די לייטנער האטעל'ס, איז כדאי צו באמערקן, אז לכאורה איז דער בנין פון לייטנער האטעל פון די איינציגסטע, אויב נישט די סאמע איינציגסטער, פלאץ וואס שטייט נאך היינט צו'טאג'ס ווי דער פריערדיגער בעלזער רב ז"ל האט געדאווענט און געפראוועט זיין הייליגע עבודה, אבער נישט סתם אמאל, נאר כמעט יאר יערליך אפאר חדשים אין יאר.

אגב, אין איינע פון די בעלזער קובצים "עתיקות" איז דא א לענגערע מאמר איבער די תקופות וואס די בעלזער רבי'ס זענען געפארן קיין מארינבאד, די באזוכן פון רבנים, שפאצירן צוזאמען מיט אנדערע רבי'ס, וכדומה


לאו דוקא
דער בעלזער ביהמ"ד אין מונקאטש שטייט נאך אויכעט
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

אוהב ספרים האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:ווילאנג הרב 'דאטשע' לאזט אונז דא שטיין אין דעם געסל פון די לייטנער האטעל'ס, איז כדאי צו באמערקן, אז לכאורה איז דער בנין פון לייטנער האטעל פון די איינציגסטע, אויב נישט די סאמע איינציגסטער, פלאץ וואס שטייט נאך היינט צו'טאג'ס ווי דער פריערדיגער בעלזער רב ז"ל האט געדאווענט און געפראוועט זיין הייליגע עבודה, אבער נישט סתם אמאל, נאר כמעט יאר יערליך אפאר חדשים אין יאר.

אגב, אין איינע פון די בעלזער קובצים "עתיקות" איז דא א לענגערע מאמר איבער די תקופות וואס די בעלזער רבי'ס זענען געפארן קיין מארינבאד, די באזוכן פון רבנים, שפאצירן צוזאמען מיט אנדערע רבי'ס, וכדומה


לאו דוקא
דער בעלזער ביהמ"ד אין מונקאטש שטייט נאך אויכעט

דער בעלזער ביהמ"ד אין מונקאטש איז נתייסד געווארן הערשט נאכדעם וואס דער בעלזער רב איז אוועקגעפארן פון דארט, בעלזער רב אליין האט געדאווענט אין א שאטיר וואס מ'האט אויפגעשטעלט ביים אכסניא
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”