עיר ואם בישראל – לאדז'

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:18 am

יישר כח עקיבא. ווידער האב איך האב הנאה געהאט פון אייער ארגינעלאר באשרייבונג. זייער אונטערסאנט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 5:32 am

צים פינטעל האט געשריבן:????


איר האט געשריבען שכוייך אויף פויליש, "מאם פשיענוישט" = מיי פלעידזשאר.
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 4:12 am

קיבע זעהר שיין, איך מיין האסט פארגעסן צו לייגן די בילדער, איך האב שוין געזעהן :wink: , אבער ס'דא וואס האבן נישט ..
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » מאנטאג אוגוסט 22, 2011 2:29 pm

א כבוד אזאנס אז די מלך אליין שטאט אפ פאר א באזוך....
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:25 pm

שקויעח רעב עקיבא,

עס איז געוואלדיג און גאר שיין, ממש נתפעל געווארן. בפרט ווען מען ווייסט אביסל איבער די היסטאריע פון דעם שטאט, וואו עס האט משמש געווען ברבנות דער רב רבנן, חכימא דיהודאי, צדיקא חסידא ופרישא, הגאון הגדול אוהבן של ישראל ר' אליהו חיים מייזל זצוק"ל.

איך האב נישט געוואוסט אז עפעס איז נאך דא דארט אפילו, און עס פרייט מיך צו זעהן דאס ביסל וואס איז נאך יא דא דארט. שערקויעח נאכאמאל פארן עס אהער ברענגען.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 3:51 pm

כ'קוק און כ'קוק און כ'קוק, דער אינגער עולם דא האט נישט קיין אנונג וואס אזאנס דא קומט פאר, ווער עס מיינט אז די מעשה מיט'ן קעניג קומט אין שטאט איז א משל, מ'כאפט נישט אז אמאל קומט דער נמשל אליינס.

יא, הער צו, דער קעניג בכבודו ובעצמו, (וואס איז דאס?) איז אנגעקומען אין שטאט, נו לאמיר זינגען איניינעם, ברוך הבא בשם השם ביירעכניכעם מבית השם..

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 7:45 pm

אונז ווייס מיר אלע, נאר וואס זאל מען טיהן אז ס'איז יצא מדעתו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » זונטאג אוגוסט 28, 2011 6:52 pm

סאכדעס האט געשריבן:כ'קוק און כ'קוק און כ'קוק, דער אינגער עולם דא האט נישט קיין אנונג וואס אזאנס דא קומט פאר, ווער עס מיינט אז די מעשה מיט'ן קעניג קומט אין שטאט איז א משל, מ'כאפט נישט אז אמאל קומט דער נמשל אליינס.

יא, הער צו, דער קעניג בכבודו ובעצמו, (וואס איז דאס?) איז אנגעקומען אין שטאט, נו לאמיר זינגען איניינעם, ברוך הבא בשם השם ביירעכניכעם מבית השם..



איי... ווי זענען די גוטע טעג ווען די מלך פלעגט יורד זיין אל העם בשדה מער ווי איימאל א יאר, זכרנו את הימים הראשונים ווען מ'פלעגט זיך קוועלען מיט די בילדער בחצרות אנ"ש, און די שיינע בארוכטען...

וואס עפעס נעם איך זיך דא מספיד זיין אינמיטען לאדז'??? וצע"ג ודו"ק היטב...
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג אפריל 22, 2012 9:37 am

ווער ווייסט די סיפור פון הג"ר ר' אליהו חיים מייזל זצ"ל מיט'ן עגונה?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 22, 2012 11:53 am

בערך א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א הערליכע חיבור איבער חסידי סלונים אין לאדזש, באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטן און בילדער
זכר קדושים, געשריבן דורך ר' אהרן סורסקי, ארויסגעגבן דורך אייניקלעך פון חסידי סלונים אין לאדזש

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » זונטאג אפריל 22, 2012 12:55 pm

מיין באבע איז געקומען פון ווארשא.
פון א גערע משפחה
און זי פלעגט אלץ פארציילן אז אין לאדזש זענען געווען איבער הונדערט גערע שטיבלאך
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 12:43 pm

יוראפ האט געשריבן:בערך א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א הערליכע חיבור איבער חסידי סלונים אין לאדזש, באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטן און בילדער
זכר קדושים, געשריבן דורך ר' אהרן סורסקי, ארויסגעגבן דורך אייניקלעך פון חסידי סלונים אין לאדזש

דער ספר הייסט זכר קדושים? נישט געזעהן אין ערגעץ.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 1:09 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:בערך א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א הערליכע חיבור איבער חסידי סלונים אין לאדזש, באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטן און בילדער
זכר קדושים, געשריבן דורך ר' אהרן סורסקי, ארויסגעגבן דורך אייניקלעך פון חסידי סלונים אין לאדזש

דער ספר הייסט זכר קדושים? נישט געזעהן אין ערגעץ.

איך ווייס נישט צו עס איז דא אין די געשעפטן
אבער איך האב עס באקומען פאריאר ביי די מסיבה אין די 5 טאונס לטובת ישיבת סלונים י-ם
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי מאטעלע קאזמירער זצ"ל אין לאדזש

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 2:38 pm

א סיפור וואס הרה"ח ר' חיים ישראל גרינבלאט שליט"א האט פארציילט איבער א באזוך פונעם הייליגן צדיק רבי מאטעלע קאזמירער זצ"ל אין לאדזש:
אמאל ווען רבי מאטעלע קאזמירער איז געווען אין שטאט לאדזש, איז געקומען צו אים א פרוי, און געוויינט פאר אים מיט טרערן, אויסגיסנדיג איר ביטער הארץ, אז עס זענען שוין אדורך פיל יארן פון איר חתונה און זי איז ל"ע נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קיין קינדער, און יעצט האט מען איר גע'עצה'ט אויסצוניצן דעם געלעגנהייט און אריינגיין צום רבי'ן, ווייל ער וועט איר זיכער העלפן.
האט רבי מאטעלע געפרעגט פון די פרוי, אויב זי האט געלט פאר אים, זאגנדיג דערביי א געוויסע סכום וואס זי זאל גיבן. האט די פרוי געענטפערט אז זי האט נישט אזויפיל געלט. האט רבי מאטעלע געזאגט אז ער וועט עס איינטיילן אין דריי, א דריטל זאל זי גיבן יעצט, א דריטל אביסל שפעטער, און א דריטל ווען דאס קינד וועט געבוירן ווערן.
די פרוי האט באלד געגעבן א דריטל פונעם סכום און רבי מאטעלע האט איר אנגעוואונטשן. א צייט שפעטער איז זי נאכאמאל געקומען צו רבי מאטעלע אפגעבן דעם צווייטן דריטל. שפעטער ווען דאס קינד איז שוין ב"ה געבוירן געווארן, האט זי דאך נישט געקענט אליינס פארן, האט זי פארציילט פאר איר מאן די גאנצע מעשה וויאזוי זי האט באקומען די ישועה דורכן צוזאגן געלט פאר רבי מאטעלע קאזמירער, און אים געבעטן דערביי צו פארן קיין קאזמיר צום רבי'ן באצאלן דעם לעצטן דריטל פון די פארלאנגטע סומע געלט.
דער מאן וועלכער איז געווען א חסיד פון אן אנדערן רבי'ן איז באלד געגאנגען צו זיינע חברים און דערציילט דעם סיפור. די חברים האבן אים אפגעלאכט פון די גאנצע מעשה, און אים איבערגערעדט אז ער זאל פארן צו רבי מאטעלע קאזמירער און צוריקבעטן די געלט, מיט'ן אויסרייד אז זיין פרוי האט נישט געמעגט געבן קיין געלט אן זיין רשות. דער יונגערמאן האט זיך געלאזט איבעררעדן פון זיי און איז געפארן קיין קאזמיר און האט געבעטן פון רבי מאטעלע ער זאל אים צוריקגעבן דאס געלט וואס זיין פרוי האט געגעבן אן זיין רשות.
הערנדיג זיין פארלאנג, האט אים רבי מאטעלע צוריקגעגעבן דאס גאנצע געלט, זאגנדיג דערביי: "אויס מקח!"
ווען דער יונגערמאן איז אהיימגעקומען, האט די פרוי אים געפרעגט אויב ער האט געגעבן דאס געלט פארן רבי'ן. האט ער איר דערציילט אז ער איז געפארן קיין קאזמיר, אבער ער האט צוריקגעבעטן דאס געלט וואס זי האט שוין געגעבן.
הערנדיג זיינע ווערטער, האט זי גענומען מאכן געוואלדעס: וואס האסטו געטון? גיב א קוק דאס קינד גליט פון היץ! פאר שוין צוריק צום רבי'ן און גיב אפ דאס געלט ער זאל פועל'ן א ישועה פאר'ן קינד!
יעצט האט זיך שוין דער יונגערמאן געכאפט וואס ער האט אפגעטון, אז דורכדעם וואס ער האט מיט זיין גרויס נארישקייט צוריקגעבעטן דאס געלט פון רבי'ן, האט דער רבי מבטל געווען דעם מקח, און דערפאר איז דאס קינד אזוי פלוצלינג קראנק געווארן, און ווער ווייסט וואס דא וועט זיין.
ער האט שנעל געכאפט א וואגן און אין איילעניש איז ער געפארן קיין קאזמיר, ער איז אריינגעלאפן צום רבי'ן און מיט גרויס הכנעה צוריקגעגעבן דאס געלט, צולייגנדיג דעם לעצטן דריטל אויך, און געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים מוחל זיין אויף דעם נארישקייט וואס ער איז באגאנגען, און ער זאל מסכים זיין צוריקמאכן דעם "מקח", אז דאס קינד זאל געזונט ווערן.
דער רבי האט גענומען דאס געלט פונעם יונגערמאן, און ווען ער איז צוריק אנגעקומען צו זיך אהיים, איז שוין דאס קינד געווען אינגאנצן געזונט ב"ה.

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נאך איבערן באזוך פון רבי מאטעלע קאזמירער אין לאדזש

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2012 2:39 pm

עס האט דערציילט החסיד המפורסם רבי משה גבאי ז"ל פון זיינע זכרונות פון די קינדערישע יארן, ווי ער געדענקט ווען רבי מאטעלע קאזמירער איז אמאל געקומען אויף שבת צו זייער שטאט "לאדזש", וועלכע איז געווען פון די גרעסטע אידישע שטעט אין פוילן, און עס האבן דארט געוואוינט אסאך גאר שארפע פוילישע חסידים וועלכע האבן זיך נישט מכניע געווען אזוי שנעל צו אן אנדערן רבי'ן, דאך אבער ווען רבי מאטעלע קאזמירער איז דארט געווען אויף שבת, איז די גאנצע שטאט געגאנגען צו אים אן אויסנאם. ער האט אויך געדענקט ווי שבת בייטאג האט זיך די גאנצע שטאט גע'רעש'ט וועגן זיין 'קבלת שבת' און 'קידוש', און אלע האבן גערעדט דערפון מיט גרויס איבערראשונג.
רבי מאטעלע'ס באזוך אין לאדזש האט זיך פארצויגן פאר עטליכע טעג, און ווי באקאנט פלעגט ער זיך אויסבעטן געלט ביים פראווענען, ביי אלע חסידים האט מען גערעדט דערפון מיט באגייסטערונג. ר' משה האט אויסגעפירט אז אין די צייט וואס רבי מאטעלע איז געווען אין לאדזש האבן זיך געפראוועט ביי אים פון אלע קרייזן און ער האט "געפראוועט בעלשמ'סקע מופתים".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2014 11:08 am

מצבות אין די שטאט לאדז (ווער איז דער ר' נתן נטע אב"ד ליטעמארסק וואס ווערט דארט דערמאנט אויף די מיטעלסטע מצבה?)
צוגעלייגטע
7379107868_206b9603b4_o.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יולי 21, 2014 1:54 pm

ר' נתן נטע אב''ד שטרים וליטימירסק מחסידי קוצק בן ר' משה יהושע אב''ד טוטשין, שטרים, גריידיץ וראוויטש (על שמו נקרא המשפחה בהאריע''ר= בן הרב יהושע ראוויטשער, כמו על המציבה פה). ראה פה.

הזכירו רבינו מוויל שליט''א פה.

אשת ר' משה יהושע היתה אחות הרר''ש מניקלשבורג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 21, 2014 2:33 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' נתן נטע אב''ד שטרים וליטימירסק מחסידי קוצק בן ר' משה יהושע אב''ד טוטשין, שטרים, גריידיץ וראוויטש (על שמו נקרא המשפחה בהאריע''ר= בן הרב יהושע ראוויטשער, כמו על המציבה פה). ראה פה.

הזכירו רבינו מוויל שליט''א פה.

אשת ר' משה יהושע היתה אחות הרר''ש מניקלשבורג.

תודה רבה!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יולי 21, 2014 2:40 pm

היה תלמיד הרר''ש וחסיד קוצק.

אבי הנפטר ר' שלמה זלמן בהריר מזדונסקא-וואלה נזכר פה.

לוי אלטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:13 am

תגובהדורך לוי אלטער » מיטוואך יולי 30, 2014 1:15 am

אין לאדז האט געוואוינט הרה"ק ר' מנחם מענדל בארינשטיין זצ"ל הי"ד נכד הגה"ק בעל אבני נזר זצ"ל האט איינער עפעס פון אים אינפארמאציע

מינצקער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:47 pm

האם יש למישהו מצבת ר' יעקב שמעון פאדוה מנו"כ בלאדז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:03 pm

מינצקער האט געשריבן:האם יש למישהו מצבת ר' יעקב שמעון פאדוה מנו"כ בלאדז

דא האט איר שוין געזוכט?
http://www.jewishlodzcemetery.org/EN/Home/Default.aspx


א זוכעניש זאגט מיר דריי פאדווא'ס אינעם לאדזשער ביה"ח:

Padwa Lejb Prawa B
Padwa Estera Prawa I
Padwa Ester Prawa J

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:26 pm

פון המגיד תרל"ג פטירת רבי משה ליפשיץ אב"ד לאדזש
צוגעלייגטע
GetImage (2).png
GetImage (1).png
GetImage.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:24 pm

צוגעלייגטע
hayehudimbelodzo00frenuoft_0005.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:19 am

מיללער האט געשריבן:פון המגיד תרל"ג פטירת רבי משה ליפשיץ אב"ד לאדזש


פארהאן א בוך "לאדזש און אירע יידן" פאלגענד איז א לינק צום בלעטל וואס איז עוסק איבער די רבנים פון לאדזש:
https://archive.org/stream/nybc200785#p ... 8/mode/2up

דארט זעהט מען אז דער רבי משה ליפשית איז געווען אן אייניקל פון חמדת שלמה פון ווארשא.
צוגעלייגטע
Lodz1.jpg
Lodz2.jpg


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט