עיר ואם בישראל – לאדז'

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבות אין לאדזש - פרטים אויפן ווילקער מגיד האט עמיצער?
אטעטשמענטס
Lodz Cemetery.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בילד
ר' ישראל חיים ליפשיץ בהגאון רבי זאב אב"ד אזארקאוו, לידו טמון בנו ר' אליעזר ליזר ליפשיץ
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מיללער האט געשריבן:מצבות אין לאדזש - פרטים אויפן ווילקער מגיד האט עמיצער?

די מחבר פין ספר אמרי זאב, זיין איידעם איז געווען ר' פתחיה מנקין מח"ס כרם פתחיה ואורחות פתחיה (ער שרייבט דארט, פין דף 31, אביסל וועגן דעם ווילקער מגיד), ר' פתחיה איז געווען די טאטע פין ר' משה צבי נריה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי פסח פאלטיסקער מורה הוראה בלאדז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איך זוך פרטים איבער רבי פסח פאלטיסקער, א ווארקער חסיד, וועלכער איז געווען א מורה הוראה אין לאדז.
ער איז געווען אן איידעם ביי משפחת גורמאן אין פאלטיסק, א חשובע משפחה וואס ביי צוויי פון די ברידער זענען געווען איידעמער דער ישמח ישראל און דער תפארת שמואל, און ביים דריטן ברודער איז דער רבי פסח געווען אן איידעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

"א באגראבענע שאכטל פון בילדער גענומען אין די לעצטע צייטן פונעם לאדזשער געטא"
http://mashable.com/2017/04/02/inside-t ... Hzip8VwZqS
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיללער האט געשריבן:"א באגראבענע שאכטל פון בילדער גענומען אין די לעצטע צייטן פונעם לאדזשער געטא"
http://mashable.com/2017/04/02/inside-t ... Hzip8VwZqS

גיי ווייס צו איינער פון די בילדער האבן אפילו איבערגעלעבט (פון די 250 אלפים וואס זענען אריין אין געטא האבן דאך איבערגעלעבט נישט מער ווי 750 אידן) הי"ד
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

בילדער פון גאסן אין לאדז, בעפאר דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קען מען ערגעץ זעהן-קריגן, בילדער, פון גאסן אין לאדז פון פארן קריג?
[כ'זוך אן בילד פון א הויז וואס איז געשטאנען אויף דעם אדרעס: Cegielniana 42, וואס היינט ציטאגס זעה איך אויף גוגל מעפס ווי דער שטח איז ליידיג און באוואקסן, אולי קען מען לייגן ערגעץ א האנט אויף בילדער פון דעם הויז ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן בעפארן קריג?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

היינט קוקט אויס אז עס הייסט Jaracza Street. פרוביר צו זוכן אויף דעם נאמען. מיר איז עס נישט געלונגען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בענקעל האט געשריבן:היינט קוקט אויס אז עס הייסט Jaracza Street. פרוביר צו זוכן אויף דעם נאמען. מיר איז עס נישט געלונגען.

כ'האב עס שוין געטראפן, שכוח, די גאס האט געהייסן Nowa Cegielniana היינט הייסט עס Wieckowskiego
גענומען פון דא: https://kehilalinks.jewishgen.org/lodz/ ... index2.htm
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

איי איי האט דאס געקיצלט נעבעך
די בילדער זענען אזוי טראגיש נעבאך
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שעמעדיגער האט געשריבן:איי איי האט דאס געקיצלט נעבעך
די בילדער זענען אזוי טראגיש נעבאך

וועלכע בילדער?
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

בענקעל האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:איי איי האט דאס געקיצלט נעבעך
די בילדער זענען אזוי טראגיש נעבאך

וועלכע בילדער?


מיללער האט געשריבן:"א באגראבענע שאכטל פון בילדער גענומען אין די לעצטע צייטן פונעם לאדזשער געטא"
http://mashable.com/2017/04/02/inside-t ... Hzip8VwZqS
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

היסטארישע אידישע חפצים געפונען אין דער לאדזשער געטא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווי די פוילישע רעגירונג פרובירט צו אפמעקן די אידישע היסטאריע און וואס עס האט דארט פאסירט ביי די צווייטע וועלט מלחמה, טוט יעצט די רעגירונג 'אומווארפן' די לעצטע האלצערנע באראקן אויף די גאסן פון דער לאדזשער געטא, איינע פון די לעצט געבליבענע עדות איבער די יודן וואס האבן דא געוואוינט. די פלאן איז צו מאדערניזירן די גאסן פונעם געטא צו נייע הויכע געביידעס. די פאלאקן האבן ניטאמאל געזעהן פאר וויכטיג צו איינמעלדן די אידישע געמיינדעס איבער זייער פלאן און איבער די היסטארישע געפינסן אין די באראקן.

מכון לשואה 'שם עולם', האט זיך דערוויסט פון דעם פלאן און זיך פארבינדן מיט איינע פון די ארבייטער ביים געטא וואס האט צו זייער שטוינונג פארציילט אז זיי האבן געפונען א גאנצע ספר תורה וואס איז געווען באהאלטן צווישן צוויי ווענט אין איינע פון די באראקן. אויך האט מען געפונען סידורים, מזוזות, תפילין און נאך פריוואטע חפצים וואס די לאדזשער יודן האבן דארט אין צווייפלעניש באהאלטן באלד אכציג יאר צוריק, מיט די האפענונג דאס צוקומען אפנעמען.

פארשטייער פון מכון 'שם עולם' וואס זענען געפארן קיין פוילן, האבן באקומען די געפונענע ספר תורה וואס איז געשאצט צו זיין 150 יאהר אלט און עס ארויפגעטראגן קיין א"י, אבער די איבעריגע חפצים האט מען זיי נישט איבערגעגעבן.

אין די קומענדיגע טעג וועלן נאך פון די איינזאמע באראקן ווערן פארניכטעט און דאס איבערבלייבעניש פון די קדושים פון לאדזש וואס טוט פארציילן איבער מיליאנען וואס זענען אומגעקומען אויף קידוש השם - מיט מעגליך נאך טייערע אייגענטומען וואס זענען אין איר באהאלטן, ווערן פארלוירן אויף אייביג. ואין פוצה פה.

,.jpg
,.jpg (50.43 KiB) געזען 2649 מאל
די באראק וואו די ספר תורה איז געפונען געווארן

. .jpg
. .jpg (5.79 KiB) געזען 2649 מאל
'.jpg
'.jpg (14.18 KiB) געזען 2649 מאל
די געפונענע ספר תורה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זייער אינטערסאנט

---

באראקן אין לאדזש?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יוראפ האט געשריבן:באראקן אין לאדזש?

וואס איז די וואונדער?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איז דארט געווען א לאגער אדער א געטא?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א געטא.

א 'באראק' איז מען געוואוינט צו אנרופן דאס וואס איז געווען אין די טרויעריגע לאגער'ן, אבער עס מיינט יעדע קאנצענטראציע פון געביידעס אדער כאטקע אדער שעלטער וואו אסאך מענטשן זענען צוזאמגענומען.

באראק'ודירט. פאר א שוואכערע אויסדרוק.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 10:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

דאס איז טאקע נישט געווען אזוי קלאר דא. הייסט עס רעדט זיך דא פון הייזער פון פאר דעם קריג?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אוודאי געוויס.

פון דא איז מען ארויס צו די טרויעריגע דעפארטאציעס.

1040795_G.jpg
1040795_G.jpg (39.27 KiB) געזען 2547 מאל
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שטאלצער יוד האט געשריבן:דאס איז טאקע נישט געווען אזוי קלאר דא. הייסט עס רעדט זיך דא פון הייזער פון פאר דעם קריג?

גראדע אין לאדז [און אין פולין בכלל] זענען מסתמא רוב הייזער נאך פון פארן קריג

אגב, די רעגירונג שטעלט נישט קיין מאנומענט אויף דעם ארט?
אין ווארשא איז אויך אינגאנצן חרוב געווארן דער געטא עד היסוד, נישטא היינט קיין זכר, אבער אויפן 'אומשלאג פלאץ' פון וואו מען האט פארשיקט, האט מען דאכציך געשטעלט עפעס א געדענק-מאל

אין קראקא, איז נאך עד היום פארהאן חלקים פון די וואנט פונם געטא אינמיטן די באוואוינטע געגנט און הייזער, ס'יז געבויעט אין א צורה פון לוחות
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

ביי געטא לודז' איז געבליבן 500 יידן ביז די לעצע מינוטין פון דער מלחמה.
אינטרעסאנט אז די רוסישע האבן געקומען ביי ה' שבט [יא"צ שפ"א], ממש ביי די לעצטע מינוטין, קודם שיהרגו את שארית הפליטה.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

גראדע 250 מער
---
סארי, 750 מענטשן זענען בכלל געבליבן פון וואס האבן געוואוינט אין לאדזש פאר'ן קריג, אבער פון די וואס זענען געווען אלע יארן אינעם געטא איז געבליבן ווינציגער פון 100!
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

יוראפ האט געשריבן:גראדע 250 מער
---
סארי, 750 מענטשן זענען בכלל געבליבן פון וואס האבן געוואוינט אין לאדזש פאר'ן קריג, אבער פון די וואס זענען געווען אלע יארן אינעם געטא איז געבליבן ווינציגער פון 100!

טעות, 877 יידן גווען אין געטא ביי דער צייט ווען דער רוסישע געקומען.
10,000 יידן געבליבן נאך דער מלחמה פון אלע יידן וואס זענען אריבער אינמיטן דער מלחמה ביי דער געטא.
[פאר'ן קריג גווען אין לאדז' 230,000 יידן... הי"ד].
גנומען פון דא:
https://www.hamichlol.org.il/%D7%92%D7% ... %93%D7%96'
ווארקער חסיד
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 8:00 pm

Re: רבי פסח פאלטיסקער מורה הוראה בלאדז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארקער חסיד »

נחוניא האט געשריבן:איך זוך פרטים איבער רבי פסח פאלטיסקער, א ווארקער חסיד, וועלכער איז געווען א מורה הוראה אין לאדז.
ער איז געווען אן איידעם ביי משפחת גורמאן אין פאלטיסק, א חשובע משפחה וואס ביי צוויי פון די ברידער זענען געווען איידעמער דער ישמח ישראל און דער תפארת שמואל, און ביים דריטן ברודער איז דער רבי פסח געווען אן איידעם.

דא האט איהר זיין מצבה
אטעטשמענטס
004.png
004.png (273.14 KiB) געזען 839 מאל
זכות אבות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 1:52 pm

Re: עיר ואם בישראל – לאדז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכות אבות »

כ'האב געהערט אז מען האט אויפגעשטעלט א מצבה אויפן קבר פון ר' ברוך מרדכי ציטרין ז"ל, ווי אזוי קען איך שאפן א בילד פון דעם?
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”