עיר ואם בישראל – לאדז'

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

עיר ואם בישראל – לאדז'

תגובהדורך עקיבא » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 9:39 pm

עס כאפט א ציטער ווען מ'טראכט אריין וואס איז דא פארגעקומען מיט נישט צופיל יארן צוריק, וואס איז געווארען די גורל פון די הונדערטער טויזענטער אידן וואס האבען זיך געדרייט אין די זעלבע גאסען ווי איך בין יעצט. אזוי ווי איך האב דערמאנט אין די ווארשא אשכול, די שטאט לאדז' איז פון די איינציגסטע וואס היטלער ימ"ש האט געלאזט כמעט גאנץ, חוץ פון די בתי מדרשים פון שטאט וואס ער האט יא חרוב געמאכט. איינצעלנע זענען יא פארבליבען דא, אבער פון רוב איז נישט געבליבען קיין שריד ופליט.

"מדבר שממה" איז די פאסיגסטע ווארט וואס איך קען טרעפען פאר דעם שטאט, א שטאט וואס האט פאר'ן קריג פארמאגט הונדערטער חסידישע שטיבלעך. די היסטאריע פונעם שטאט איז אינטערסאנט: אין יאר 1800 זענען דא בלויז געווען אפאר טויזנט אידן, און ביז'ן יאר 1920 זענען שוין געווען איבער הונדערט פופציג טויזענט היימישע אידן, בעיקר אזעלכע וואס האבען געזוכט ארבעט, ווייל ווי באקאנט איז די פלאץ געווען פיל מיט טעקסטיל פאבריקען וואו עס האבען געארבעט פיל אידן.

איך גיי צוריק צום ווארט מדבר שממה, ווייל אין א פלאץ ווי איך בין דא קוים דריי וואכען האט מען שוין אנגעטראגען פאר א פראסטע יונג ווי מיר א פאסטן אין די קהילה, פאר א געהאלט. איך ווייס באמת נפש בהמתי, אבער דא באטראכט מען יעדן וואס קען ליינען לשון קודש אן נקודות אלס גאנצער רשכבה"ג! ווער רעדט נאך אויב ער קען אפילו פארציילען עפעס א מעשה'לה ביי שלש סעודות... אויפוואקסענ'דיג צווישען אידן שומרי תו"מ גלייבט זיך בכלל נישט אז ס'זענען פארהאן אידן וואס קענען אזוי ווייניג, ממש ווי די בעש"ט מעשיות פון די פויער'ן פון אמאל.

א כלליות'דיגער בליק: דער רב אין לאדז' הייסט הרב שמחה קעלער הי"ו, א פוילישע געבוירענער אין די הויכע פערציגער יארן וואס האט געוויילט עטליכע יארען אין אמעריקע און ארץ ישראל און רעדט גאנץ גוט היברעאיש און ענגליש. זיין פריוואטע היסטאריע איז גאר אינטערסאנט. ער איז געזעצן מערערע מאל אין תפיסה פאר העצן קעגען די קאמוניסטישע רעזשים, שטודירט און באקומען א דיפלאמע אין מוזיק. פון זיינע ארבעט: געקערט גאסן סיי אין פּוילן און סיי און אמעריקא. נאכדעם וואס די קאמוניסטישע רעזשים איז געפאלען האט ער באקומען הויכע מעדאלען פון די רעגירונג פאר זיין אקטיוויטעטען.

די שטאט לאדז' איז די איינציגסטע און גאנץ פּוילן וואס האט א באזונדערע נשים מקוה, שאלות און מראות איז נישט דא וועם צו פרעגן דא. מען שיקט עס אויף פאסט קיין אנטווערפען אדער ענגלאנד. מוהלים, שוחטים, סופרים מאן דכר שמיה! ווען מ'דארף ברענגט מען באזונדער פון אמעריקא, בדרך כלל מוהל פישר, סת"ם שיקט מען קיין ארץ ישראל, און פלייש קויפט מען אדער פון שחיטות דא אין פּוילן דורך שוחטים פון ארץ ישראל אדער שיקט מען פון אנטווערפען און ענגלאנד.

בדרך כלל איז דא א מנין שבת. שלש סעודות, נישט אלעמאל. דערפאר דאווענט מען מנחה גדולה גלייך נאך די מיטאג סעודה, ווייל די קהילה עסט צוזאמען אין ביהמ"ד די שבת סעודות. אינמיטען וואך מיט די מנינים שחרית איז ווי א טאג. מנחה און מעריב איז קיימאל נישט דא. אינטערסאנט איז די נוסח ביים דאווענען, וואס הרב קעלער האט געלערנט פון אן אלטער לאדז'ער חזן וועלכער פלעג דאווענען אינעם גרויסע שול פאר'ן קריג. היינט רופט זיך עס: נוסח לאדז'. פארוואס? ווייל קיינער קען עס נישט חוץ פון די היגע אידן.

די קהילה דא באקומט געלטער פון די שטאטראט פון לאדז', און האלט אויף די אלע בתי חיים אין די געגענט. אזוי אויך יעדע מאל וואס מ'גראבט אין א פלאץ ווי ס'קענען זיך מאכען א קבר אחים גראבן נישט די גויים אן דעם וואס ס'זאל זיין א פארשטייער פון די אידישע קהילה אויפן פלאץ. עס איז כדאי אנצומערקען אז פסח צייט דעם יאר (תשע"ב) גייט פארקומען א גרויסע פארזאמלונג לרגל די הונדערט'סטער יארצייט פון הרב אליהו חיים מייזעל זצ"ל, וואו ס'וועלען אנטייל נעמען ארטיגע שטאט פירער, און רבנים פון אבער די וועלט.

נ.ב. איך האב געמאכט אן אינטערוויא מיט הרב קעלער פאר א נייע נייעס וועבזייטל אויף העברעאיש. ווען מ'וועט עס מפרסם זיין דארט ווען איך בל"נ אהעברענגען א לינק.

א גוטע וואך, פה עיר לאדז' פּוילן.

שכוייך און קרעדיט פאר ידידי ר' "יודל מענדלזאהן" פאר'ן רעדאגירן דעם ארטיקל.
צוגעלייגטע
DSC07024.JPG
לעצט פאראכטן דורך עקיבא אום זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:42 pm

א גוטע וואך, יישר כחכם.

אין לאדזש איז געוועזן חזן אין די ערשטע העלפט תר' יארן, הרב ר' אליעזר פערלמוטער פאטער פון הרה"ג השתדלן ר' אברהם צבי אב"ד ראדאם וראב"ד ווארשא ז"ל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 10:46 pm

מיין זיידע עליו השלום ועלכער איז געבוירן און אויפגעוואקסן זיינע קינדער יארן אין לאד׳ז האט מיר דערציילט, ער האט געלערנט אין די תלמוד תורה חורב וועלכער האט פארמאגט פינף טויזנט קינדערלעך ס׳רוב זענען געגאנגען מיט כאלאטלעך און קורצע הויזן אין זאקן כמלבושי החסידים בפולין (כ׳האב א בילד פון אים פון יענע יארן)
עקיבא אפשר שטעלסטו אהער א בילד פון די תלמוד תורה חורב אין לאד׳ז ווי עס זעהט אויס כהיום?
שכוח פאר דיינע הערליכע באריכטן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 11:13 pm

א גוטע וואך "הרב" עקיבא דיין ומגיד מישרים דק"ק לאדז... (זיי האבן געזאגט איך זאל דיר פרובירן אונטערשמירן זאלסט מרוצה ווערן דארט צו בלייבן)

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » מוצ"ש אוגוסט 06, 2011 11:22 pm

פארשלאפען,
לאדז' האט געהאט הונדרעטער בתי מדרשים און שטיבלעך, ווי איז ער געווען חזן?

יהיה כן,
איך וועל מיך נאכפרעגען אויב איינער דא ווייסט נאך ווי ס'איז די בנין.

קעמער,
אינטערשמירען אין יידיש מיינט "קעש"... איר ווילט אפשר מיין אקאוינט נומער? P:
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג אוגוסט 07, 2011 8:34 am

מזל טוב מזל טוב!!!
לרגל הכתרתו לגאב"ד ומגיד מישרים דעיר התורה והחסידות לאדזש, מיר טוען אלע באגריסן אונזער קארעספעדאנט, אויש, דער רב זז"ג... פון די פוילישע קהילה, לאדזש... אפשר לויפסטו צו ווערן רב הכולל אין גאנץ פוילן?
מיין זיידע האט אויך געוואוינט אין לאדזש, כ'האב אן עלטער עלטער זיידע וואס ליגט אין ווארשאווער ביה"ח, און כ'האב שוין לאנג אין פלאן אויפזוכן דעם קבר, זען וואס טוט זיך דארט? צו וועם ווענד איך זיך? און ווי הייב איך אן? (כ'האב נאר אלס מורא געהאט ווי כ'על מיך דרייען אין א לאנד נישט קענעדיג די שפראך וכדו', אבער איצטער האב מיר דאך א היימישער)
מער פרטים אויפ'ן זיך אויפהאלטן אין געגענד, טעקסיס, אידישקייט? מקוה? מניינים? וכו'. ג'ימעיל-אייוועלט עקסעס? אלעס וועט שטארק בייהילפיג זיין, ש'כח.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג אוגוסט 07, 2011 8:56 am

יישר כחך וחילך ר' עקיבא פאר'ן ארויפשטעלן דא דיינע פרישע ווארע פאר'ן היימישן עולם. איך קלער אז איך קען רעדן בשם כל הקהל ווען איך זאג אז "יעדער איז זיך מחי' מיט דיין טאג-בוך, דיינע גריסן פון דער אלטער היים."

דער אויפ'ן בילד מיט'ן ספאדיק איז הרב קעלער?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 07, 2011 9:04 am

עקיבא האט געשריבן:פארשלאפען,
לאדז' האט געהאט הונדרעטער בתי מדרשים און שטיבלעך, ווי איז ער געווען חזן?

בימיו איז די שטאט נאכנישט אזוי גרויס געוועזן, לעז דא:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=15
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » זונטאג אוגוסט 07, 2011 10:37 am

א שיינעם דאנק אייך ר' עקיבא פאר אייער הערליכע באריכטען, כה לחי קיפ איט אפ, כמים קרים על נפש עיפה!
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג אוגוסט 07, 2011 12:45 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:יישר כחך וחילך ר' עקיבא פאר'ן ארויפשטעלן דא דיינע פרישע ווארע פאר'ן היימישן עולם. איך קלער אז איך קען רעדן בשם כל הקהל ווען איך זאג אז "יעדער איז זיך מחי' מיט דיין טאג-בוך, דיינע גריסן פון דער אלטער היים."

דער אויפ'ן בילד מיט'ן ספאדיק איז הרב קעלער?

מצטרף

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג אוגוסט 07, 2011 12:56 pm

הרב עקיבא, זייער שיין.

פונעם בילד (וואס איר האט מן הסתם אליין געכאפט) זעהט אויס אז איר זענט שוין דעם חלבנה...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 07, 2011 2:13 pm

קיוועלע, כאגעקוואלן פון יעדע שורה. די הארץ גייט אויס צו הערן די מצב דארט, פארצייל אונז נאך, אפשר אזוי וועט מען זען ווי גליקליך מיר זענען דא.

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » זונטאג אוגוסט 07, 2011 2:41 pm

שקויעך עקיבא פארן ריפארטן וואס טוט זיך אפ אין פולין סעכאפט טאקע א ציטער ווען מען טראכט אריין וואס סהאט זיך דארט אפגעטון בלויז 100 יאר צוריק
בינעך א ליימענע גולם

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:25 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב!!!
לרגל הכתרתו לגאב"ד ומגיד מישרים דעיר התורה והחסידות לאדזש, מיר טוען אלע באגריסן אונזער קארעספעדאנט, אויש, דער רב זז"ג... פון די פוילישע קהילה, לאדזש... אפשר לויפסטו צו ווערן רב הכולל אין גאנץ פוילן?
מיין זיידע האט אויך געוואוינט אין לאדזש, כ'האב אן עלטער עלטער זיידע וואס ליגט אין ווארשאווער ביה"ח, און כ'האב שוין לאנג אין פלאן אויפזוכן דעם קבר, זען וואס טוט זיך דארט? צו וועם ווענד איך זיך? און ווי הייב איך אן? (כ'האב נאר אלס מורא געהאט ווי כ'על מיך דרייען אין א לאנד נישט קענעדיג די שפראך וכדו', אבער איצטער האב מיר דאך א היימישער)
מער פרטים אויפ'ן זיך אויפהאלטן אין געגענד, טעקסיס, אידישקייט? מקוה? מניינים? וכו'. ג'ימעיל-אייוועלט עקסעס? אלעס וועט שטארק בייהילפיג זיין, ש'כח.


שכוייך פאר די ברכות... :-)

דערווייל לויף איך נישט אינערגעץ... וואס פעלט אויף לויפען אויב מ'נעמט מיר אויף אן דעם?

פון לאדז' קיין ווארשא איז איבער צוויי שעה צו פארען, זוכען קברים דא איז גאנץ גרינג היינטיגע טעג, די ארטיגע קהילות האבען דאס שיין מסדר געווען לתועלת הציבור. איך אישית וועל ארויסהעפען וואס איך קען נאר אי"ה.

טעסקסיס, איז דא פונקט ווי אין די גאנצע וועלט, אידישקייט ווי איך האב געשריבען איז ממש א מדבר שממה, מקווה איז דא פאר מענער און קראקא און ווארשא, און פאר נשים נאר אין לאדז'. ענגליש איז א שפראך וואס מ'קען זיך מיט גאנץ פיין אויסקומען דא.

מניינים, ווענט זיך א פלאץ און טאג.

אינטערנעט איז דאך גלאובעל... איך שרייב די לעצטע דריי ואכען פון דא.

טאמער האסטו אדער ווער איינער נאך פראגעס, קענסטו דא פרעגען אדער ביי מיין פריוואטע אימייל akivabenyosef@gmail.com מיין טלפון דא אין פולין איז 48-797721584+, אין די קומעדיגע צוויי דריי וואכען גיי איך זיין אין ארץ ישראל, אבער נאכדעם קום איך צוריק אי"ה.
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:29 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:יישר כחך וחילך ר' עקיבא פאר'ן ארויפשטעלן דא דיינע פרישע ווארע פאר'ן היימישן עולם. איך קלער אז איך קען רעדן בשם כל הקהל ווען איך זאג אז "יעדער איז זיך מחי' מיט דיין טאג-בוך, דיינע גריסן פון דער אלטער היים."

דער אויפ'ן בילד מיט'ן ספאדיק איז הרב קעלער?


שכוייך פאר אלע קאמפלימענטס, עס געט חשק ווייטער צו שרייבען.

יא, מיט'ן ספודיק איז הרב קעלער, בילד גענומען נעכטען מוצש"ק.
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:30 pm

farshlufen האט געשריבן:
עקיבא האט געשריבן:פארשלאפען,
לאדז' האט געהאט הונדרעטער בתי מדרשים און שטיבלעך, ווי איז ער געווען חזן?

בימיו איז די שטאט נאכנישט אזוי גרויס געוועזן, לעז דא:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=15


חאב נישט געזעהן דארט די פונקליכע יארן, אבער אויב איז ער געווען פאר די 1800 יארען, איז לאדז' טאקע געווען קליין, די עיקר עולם איז אנגעקומען צווישען די יארען 1810-1910.
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:35 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:הרב עקיבא, זייער שיין.

פונעם בילד (וואס איר האט מן הסתם אליין געכאפט) זעהט אויס אז איר זענט שוין דעם חלבנה...


נו וואזשע קען איך דען טוהן? יעדער פלאץ דארף דאך א חלבנה...

viewtopic.php?f=3&t=11024
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » זונטאג אוגוסט 07, 2011 5:40 pm

סאכדעס האט געשריבן:קיוועלע, כאגעקוואלן פון יעדע שורה. די הארץ גייט אויס צו הערן די מצב דארט, פארצייל אונז נאך, אפשר אזוי וועט מען זען ווי גליקליך מיר זענען דא.


ס'שווער דאס אראפ צולייגען מיט ווערטער די מצב דא איז נישט פשוט בכלל, פרוביר צו שיקען א מראה אויף פאסט קיין ארץ ישראל און ווארט ביז מ'באקומט א תשובה... (איך קלער שוין צו מאכען שימוש אין דעם, ס'זאל חאטש זיין איין יוד אין פולין וואס זאל קענען...)

ווען קומט איר אהער זיך אליין איבער צייגען איבער די מצב דא?
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג אוגוסט 07, 2011 8:02 pm

עקיבא זייער אינטערעסאנט צו הערן, עס פירט מיר אריין אין די מעשה ביכלעך...אממהה.. איך מיין אין די עכטע וועלט. פארשטייסט, דא בין איך ברוגז ווען דער דיין האט געשפעטיגט מיט 15 מינוט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג אוגוסט 07, 2011 10:49 pm

עקיבא האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:קיוועלע, כאגעקוואלן פון יעדע שורה. די הארץ גייט אויס צו הערן די מצב דארט, פארצייל אונז נאך, אפשר אזוי וועט מען זען ווי גליקליך מיר זענען דא.


ס'שווער דאס אראפ צולייגען מיט ווערטער די מצב דא איז נישט פשוט בכלל, פרוביר צו שיקען א מראה אויף פאסט קיין ארץ ישראל און ווארט ביז מ'באקומט א תשובה... (איך קלער שוין צו מאכען שימוש אין דעם, ס'זאל חאטש זיין איין יוד אין פולין וואס זאל קענען...)

ווען קומט איר אהער זיך אליין איבער צייגען איבער די מצב דא?


כ'האב שוין לאנג געקלערט וועגן א פלאן...

אז א יעדער רב וואס פארט אין די לענדער וואס וואוינען ווייניג אידן, און ס'נישטא א רב\דיין, ווי למשל אויף מקומות הקדושים, אדער אויף השגחה, אדער פארט ער סתם אדורך אויף א סטאפ, זאל ער מודיע זיין ביי א געוויסע פלאץ\ארגאניזאציע דערפאר, (צ.ב.ש. אויף די "אידישע וועלט") און אזוי וועט מען קענען אנפרעגן די שאלות וואס מאכט זיך ביי אידן.

וועט מען נאר ברויכן א טשעק טאן צו ס'יז דא א רב אין געגענט די און די טאג.

דרך אגב פאר דעם פראבלעם, וואלט מען אויך געברויכט נוצן אזא פראגרעם, מודיע זיין אידן וואס פארן דורך, זאלן א טובה טון א איד און מיטנעמען א ענוועלאפ, צום רב\דיין. און ביז א האלבן טאג דערויף האסטע א תשובה ברויך מען נישט ווארטן אויף די פאסט.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 07, 2011 11:16 pm

א גרויסן ייש"כ פאר ידידינו הרב עקיבא בן יוסף פאר די אינטערעסאנטע און רייכע באריכטן און בילדער, כה לחי!

אשריכם ישראל שיש לכם עקיבא!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:50 am

עקיבא דזשענקאיא בארזא
ווי מער בילדער די קענסט וועלעך מיר באלעקן די פינגער

אוועטאר
עקיבא
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 08, 2011 6:20 am

תגובהדורך עקיבא » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 1:11 am

צים פינטעל האט געשריבן:עקיבא דזשענקאיא בארזא


מאם פשיענוישט
===============================

?Why is the harder thing to do and the right thing to do usually the same thing

אדרבה, תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברנו...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 21639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 6:46 pm

עקיבא האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:עקיבא דזשענקאיא בארזא


מאם פשיענוישט

כאב מורא אז צים פינטעל איז אין א ספאט איצט...

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 7:52 pm

????


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט