חסידים מיט א שניפסל (נעקטי"י בלע"ז)?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

מנהג חב"ד'' שהנקב באמצע הטלית-קטן הוא עגול

תגובהדורך בונמס זיידע » זונטאג פאברואר 26, 2012 11:09 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אפשר האט די פרוכת'ל די זעלבע סיבה ווי די הויכע טלית קטן אין סקווירא, און פונקט ווי אין די גאנצע וועלט איז עס געגאנגען פון א ברייטע סערוועטעל, צו א נעקטיי, איז עס אויך געגאנגען פון א פרוכת'ל צו א נעקטיי. דאס שרייבט די אלטע רבי אין סידור הרב ביי הלכות ציצית: "וגם נכון ליזהר להיות שני צדי בית הצואר למעלה אצל הצואר תכופים זה לזה על ידי קשירה במשיחות או על ידי קרסים בכדי שיהיה החזה מכוסה ממש כמ״ש בכתבי האריז״ל".

מנהג חב"ד בציצית הרב י. ש. גינזבורג
ראיתי את הדיון על ''מנהג חב"ד'' שהנקב באמצע הטלית-קטן הוא עגול.

כמובן, זו המצאה של היצרנים ותו-לא.

הכתוב בעניין זה בסידור רבינו הזקן הוא רק ש"נקב בית הצוואר שהוא נקב שיש בו חיסרון, ואינו עולה למידת שיעור טלית".
ולהלן כתב: "וגם נכון ליזהר להיות שני צידי בית הצוואר למעלה אצל הצוואר תכופים זה לזה ע"י קשירה במשיחות או ע"י קרסים, בכדי שיהיה החזה מכוסה ממש כמ"ש בכתבי האריז"ל".

לפי המשמעות שם, וכן מפורש בפרי-עץ-חיים ובשער הכוונות, על הטלית-קטן לכסות עד הצוואר מלפנים וגם מאחור, כפי שביאר בכף החיים (סי'' טז ס"ק ב). ואכן בילדותי אחד מסימני ההיכר של תלמידי התמימים היה "צוואר חנוק"...

אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יולי 04, 2012 8:15 am

געזעהן א בילד פון הגאון רבי קאפל רייך אבד"ק בודאפעסט מיט א נעקטיי.
אויך געזעהן א בילד פון האדמו"ר מהורנוסטייפל מיט א נעק-טיי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 04, 2012 8:18 am

מיינסט ר' לייבעלע אדער דער זוהן ר' יעקב ישראל?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יולי 04, 2012 8:46 am

msp האט געשריבן:מיינסט ר' לייבעלע אדער דער זוהן ר' יעקב ישראל?

ביידע

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 04, 2012 8:51 am

איז דאס נישט געווען א מנהג אזוי אין די ריזשינער און טשערנאבעלער משפחות?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יולי 04, 2012 9:03 am

msp האט געשריבן:איז דאס נישט געווען א מנהג אזוי אין די ריזשינער און טשערנאבעלער משפחות?

מנהג?

דאס איז מאדערן,

לויט ווי עס קוקט מיר אויס, איז די זאך אזוי, דער הייליגע רוזשין'ער איז געגאנגען אנגעטוהן מלכות'דיג, פון די מעשה ביכלעך מיינט דאס מיט גאלדענע קנעפ, הערש לעדער שטיוול, וכו' וכו', פון דער גאנצע מלכות'דיגע אנגעטועכטץ איז בלויז איבער געבליבען דעם נעקטיי. זעהט אויס בעיניהם הייסט דער נעקטיי א רוזשין מלבוש.

לאידך טשערנוביל די מאדערנע אדער די וואס זענען מיטגעפארען מיט עפעס א מהלך האבן אנגעהאט א נעקטיי, די ערליכערע פון יענע גזע האט נישט געהאט א נעקטיי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 04, 2012 10:08 am

אולי האבען זיי נישט איינגעזעהן די געפערליכע עוולה און עבירה ביהרג ואל יעבור פון טראגען א שניפסעל
און יא אהנגעהויבען צו טראגען נעק-טייס
און אפילו הכי זענען זיי נאך הולכים בדרכי אבותיהם בתורה ויראה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יולי 04, 2012 6:59 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דער הייליגע רוזשין'ער איז געגאנגען אנגעטוהן מלכות'דיג, פון די מעשה ביכלעך מיינט דאס מיט גאלדענע קנעפ, הערש לעדער שטיוול, וכו' וכו',

דעם דריי-עקיגן הוט מיט גאלדענע פעדימער אריין גענייט,
האט ער אויס געטוהן אויף דעם אנטלויף רייזא און אוועק געווארפן כדי לבלבל את השטן, און מער קיין מאל נישט אן געטוהן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:41 am

כ'האב אמאהל געזאגט אז אין רוזשין איז געווען א מלכות שבמלכות אבער עס איז נישט געווען א מלכות שבנצח....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יולי 05, 2012 1:40 pm

msp האט געשריבן:כ'האב אמאהל געזאגט אז אין רוזשין איז געווען א מלכות שבמלכות אבער עס איז נישט געווען א מלכות שבנצח....

דאס איז דיין ווארט?
גאר גוט אין גאר טרעפליך, וכידוע מה שהעולם אומרים היינט היינט האט זיך יוצרות געטוישט בין צאנז לרוזשין

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 06, 2012 5:58 am

למעשה פיהרען זיך די צאנזער אייניקלעך נישט מיט א מלכותדיגע הרחבה
זיי זענען נישט קיין ארעמע לייט אבער פיהרען זיך דאך נישט ווי גבירים...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מארטש 05, 2013 12:11 pm

רבי חיים'ל טשעכויב'ער האט געטראגען א נעק-טיי, כמובא בתמונות.

ולהבחל"ח דער היינטיגע בלאזוב'ער רבי פלעגט טראגען א נעקטיי, ערגעץ ווען האט ער דאס אויס געטוהן.
(אולי כעין המובא לעיל לבלבל השטן)

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re:

תגובהדורך Amazing » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:29 am

msp האט געשריבן:למעשה פיהרען זיך די צאנזער אייניקלעך נישט מיט א מלכותדיגע הרחבה
זיי זענען נישט קיין ארעמע לייט אבער פיהרען זיך דאך נישט ווי גבירים...

געוויסע נכדי צאנז פירן זיך היבש מיט גנוני מלכות די טייערסטע און שענסטע מלבישים פון פארשידענע קאלירן די טייערסטע קאר און פארן מעט א גאנצע קאראוואן וכו'
א'מונה ב'טחון ג'עלט

שטאפיק
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re:

תגובהדורך שטאפיק » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:13 am

שמו האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.

איז דען דער ינוקא געגאנגען חסידיש אנגעטוהן?

ניין, אבער ר' אברהם אלימלך ווען ער איז געווען אין א"י, האט ער זיך אנגעטוהן די ירושלמי'ער לבוש, און די א"י חסידים האבן געוואלט ר' יוחנ'טשע זאל דאס אויך טראגן,
אגב אויף אזא מהלך האט דער בעלזאער רב זיע"א געזאגט אין בעלזא האט מען געלערנט פון מיר, דא (אין ירושלם) וויל מען מיר לערנען.

ער האט נישט אנגעטאהן די ירושלימער לבוש נאר ווייסע זאקען.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: Re:

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:11 pm

שטאפיק האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.

איז דען דער ינוקא געגאנגען חסידיש אנגעטוהן?

ניין, אבער ר' אברהם אלימלך ווען ער איז געווען אין א"י, האט ער זיך אנגעטוהן די ירושלמי'ער לבוש, און די א"י חסידים האבן געוואלט ר' יוחנ'טשע זאל דאס אויך טראגן,
אגב אויף אזא מהלך האט דער בעלזאער רב זיע"א געזאגט אין בעלזא האט מען געלערנט פון מיר, דא (אין ירושלם) וויל מען מיר לערנען.

ער האט נישט אנגעטאהן די ירושלימער לבוש נאר ווייסע זאקען.

מיר האט דער סטאלינער רבי שליט"א געזאגט בפירוש אז די ווייסע זאקן האט ער אנגעטוהן לפי בקשת חסידיו אין ארץ ישראל אבער ער האט נישט געוואלט אנטוהן קיין קאפטן ווייל דאס איז שוין דייקא א ירושלימער לבוש
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט