בלאט 20 פון 68

לינסק

געשריבן: דינסטאג מארטש 07, 2017 2:51 am
דורך ממעתיקי השמועה
לינסק / ליסקא
טאטע פון ראפשיץ'ר רב,
קען נישט זיין לכאורה Liškai, Poland און אויך נישט Lińsk, Poland' , און אויך נישט ליסקא פון אך פרי תבואה, אויב אזוי וואס יא ?
און איינע פון די בריווען שרייבט זיך אונטער מחוז קרייז סאנוק, איז דאס א פראווינץ צו א דערנעבנדיגע געגינט ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 07, 2017 2:55 am
דורך טריסקער
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:לינסק / ליסקא
טאטע פון ראפשיץ'ר רב,
קען נישט זיין לכאורה Liškai, Poland און אויך נישט Lińsk, Poland' , און אויך נישט ליסקא פון אך פרי תבואה, אויב אזוי וואס יא ?
און איינע פון די בריווען שרייבט זיך אונטער מחוז קרייז סאנוק, איז דאס א פראווינץ צו א דערנעבנדיגע געגינט ?

Lesko

https://goo.gl/maps/t63QWQGhgSr

געשריבן: דינסטאג מארטש 07, 2017 5:00 pm
דורך להודות ולהלל
טריסקער האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:לינסק / ליסקא
טאטע פון ראפשיץ'ר רב,
קען נישט זיין לכאורה Liškai, Poland און אויך נישט Lińsk, Poland' , און אויך נישט ליסקא פון אך פרי תבואה, אויב אזוי וואס יא ?
און איינע פון די בריווען שרייבט זיך אונטער מחוז קרייז סאנוק, איז דאס א פראווינץ צו א דערנעבנדיגע געגינט ?

Lesko

https://goo.gl/maps/t63QWQGhgSr


viewtopic.php?f=31&t=24086&p=1396634&hilit=%D7%9C%D7%90%D7%A1%D7%A7#p1396634

געשריבן: דינסטאג מארטש 07, 2017 5:05 pm
דורך טריסקער
להודות ולהלל האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:לינסק / ליסקא
טאטע פון ראפשיץ'ר רב,
קען נישט זיין לכאורה Liškai, Poland און אויך נישט Lińsk, Poland' , און אויך נישט ליסקא פון אך פרי תבואה, אויב אזוי וואס יא ?
און איינע פון די בריווען שרייבט זיך אונטער מחוז קרייז סאנוק, איז דאס א פראווינץ צו א דערנעבנדיגע געגינט ?

Lesko

https://goo.gl/maps/t63QWQGhgSr


viewtopic.php?f=31&t=24086&p=1396634&hilit=%D7%9C%D7%90%D7%A1%D7%A7#p1396634

די שטאט צו וואו כ'האב געלינקט איז די שטאט 'לינסק' וואו רבי מענדעלע לינסקער און נכדו רבי אברהם חיים לינסקער וצאצאיו האבן געוואוינט און ליגן דארט.

געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2017 1:14 pm
דורך טייטל
גבר ישראל האט געשריבן:
שואל ומשיב האט געשריבן:דאן רעדסטו פון Iliesti וואס איז א חלק פון די שטעטל קראסנא Crasna בבעסאראביע (נישט די באקאנטע קראסנא בראמעניע).


איז דאס אין פולין?
קראסנא איז KROSNO

קען זיין דו מיינסט Ulucz לעבן סאניק.
מיט א קאר היינט פארט מען פון די פולישע קרוסנו ביז די א"ד Ulucz א שעה און 20 מינוט, מאכט סצענס פאר דיר?

באלדיג

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:56 am
דורך וואנאוויטשער
איינער קען מיר העלפן צו טרעפן די שטאט "באלדיג"
[נישט באלדאג שליד פרעשבורג,
ווייל ס'איז צווי באזינדערע פלעצער
זעה די צוגעלייגטע אראפ געברענגט פון ספר הפרענומעראנטן].

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 11:39 am
דורך מיללער
וואנאוויטשער האט געשריבן:איינער קען מיר העלפן צו טרעפן די שטאט "באלדיג"
[נישט באלדאג שליד פרעשבורג,
ווייל ס'איז צווי באזינדערע פלעצער
זעה די צוגעלייגטע אראפ געברענגט פון ספר הפרענומעראנטן].

אפשר 'בעלטיק'?
http://data.jewishgen.org/wconnect/wc.d ... ~-863009~K
אין די נירעדהאז/דעברעצין געגענט

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:28 pm
דורך וואנאוויטשער
מיללער האט געשריבן:אפשר 'בעלטיק'?
http://data.jewishgen.org/wconnect/wc.d ... ~-863009~K
אין די נירעדהאז/דעברעצין געגענט

ניין, בעלטיק איז אויך מופיע אין דער ספר הפרענומעראנטן באזינדער...

למעשה, שוב מצאתי באלדאג אין אונגערן,
נישט אזוי ווי די פריערדיגע אין סלובקיה נעבן פרעשבורג.
במילא קען זיין אז איינע איז באלדיג אין איינע באלדאג...
יישר כח

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 6:16 pm
דורך Gevald Geshrigen
ווייס איך נישט צו עס האט א שייכות אבער אפשר האט עס א שייכות צו פרויענקירכען? די פאר ברכה פון פרויענקירכען אויפן אונגארישן נאמען איז ענליך צו דעם

boldogasszony

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:15 pm
דורך קיקיון
Gevald Geshrigen האט געשריבן:ווייס איך נישט צו עס האט א שייכות אבער אפשר האט עס א שייכות צו פרויענקירכען? די פאר ברכה פון פרויענקירכען אויפן אונגארישן נאמען איז ענליך צו דעם

boldogasszony

ניין נישט קיין שייכות
https://www.google.ca/maps/dir/Frauenki ... 47.6031287
באלדאג איז א ווארט פאר זיך

boldog is Hungarian for happy

געזוכט אינפא אויף די שטאט "קראלי"

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:24 pm
דורך FREEDOM
געזוכט אינפא אויף די שטאט "קראלי"
וואו געפינט זיך דאס אויף די מאפע?
נאענט צו וועלכע שטאט וואו דער עולם פארט?

איך זוך די קברים בשנת תרפ"ד,
לפענ"ד איז דאס געווען פאר די טיילונג

איז דא א ליסטע פון די קברים דארט??

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:33 pm
דורך מטעמים
באטאטש ווייסט איינער ווי עס איז? דערווייל נישט געקענט טרעפן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2017 8:07 pm
דורך טריסקער
FREEDOM האט געשריבן:געזוכט אינפא אויף די שטאט "קראלי"
וואו געפינט זיך דאס אויף די מאפע?
נאענט צו וועלכע שטאט וואו דער עולם פארט?

Carei
445100, Romania

https://goo.gl/maps/aMmLSDyvt712

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:46 am
דורך בלעטל
מטעמים האט געשריבן:באטאטש ווייסט איינער ווי עס איז? דערווייל נישט געקענט טרעפן.

באטאשאן אדער בוטשאטש

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:47 am
דורך בלעטל
FREEDOM האט געשריבן:געזוכט אינפא אויף די שטאט "קראלי"
וואו געפינט זיך דאס אויף די מאפע?
נאענט צו וועלכע שטאט וואו דער עולם פארט?

איך זוך די קברים בשנת תרפ"ד,
לפענ"ד איז דאס געווען פאר די טיילונג

איז דא א ליסטע פון די קברים דארט??

מיינסט מסתמא תקפד

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:31 am
דורך מטעמים
בלעטל האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:באטאטש ווייסט איינער ווי עס איז? דערווייל נישט געקענט טרעפן.

באטאשאן אדער בוטשאטש

מען ריפט עס באטאטש, א שטעטל אין אונגארען. ר׳ משה ווייס פון לאס אנזשעלעס איז געקומען פון דעם שטעטל.

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:55 am
דורך געשיקטער
אויבערלאנד אונגארין ווי עס האבען געוואינט בעיקר "אשכנזישע " אינטערלאנד ווי עס האבען געוואינט חסידישע אידען?
צפון דרום?
הרים ובקעות?

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:11 pm
דורך FREEDOM
בלעטל האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:געזוכט אינפא אויף די שטאט "קראלי"
וואו געפינט זיך דאס אויף די מאפע?
נאענט צו וועלכע שטאט וואו דער עולם פארט?

איך זוך די קברים בשנת תרפ"ד,
לפענ"ד איז דאס געווען פאר די טיילונג

איז דא א ליסטע פון די קברים דארט??

מיינסט מסתמא תקפד

ניין, טאקע תרפ"ד, כ'מיין די טיילונג אין קאשוי גופא פון די נעאלאגן, בימי ר' שאול בראך
(ער איז אוועק קיין קאשוי שנת תרפ"ד) , נישט בימי הכתב סופר
איך זוך דעם נאמען ישכר דוב שעהן, נפטר בשנת תרפ"ד

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:13 pm
דורך FREEDOM
טריסקער האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:געזוכט אינפא אויף די שטאט "קראלי"
וואו געפינט זיך דאס אויף די מאפע?
נאענט צו וועלכע שטאט וואו דער עולם פארט?

Carei
445100, Romania

https://goo.gl/maps/aMmLSDyvt712

גרויסער יישר כח,
קען איך דאס זען אויך אויף די אידישע היימישע שפראך?

Olyko

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 1:22 pm
דורך וואנאוויטשער
אין jewishgen ביי די צענזוס פון יאר 1869 זעה איך אז ס'איז דא Humenné Olyko און ס'איז אויך דא Stropkov Olyko
ס'מיינט לכאורה אז ס'איז דא א אוליק לעבן הומנא, און אויך א אוליק לעבן סטראפקאוו... [הגם אז הומנא מיט סטראפקאוו זענען גאנץ נאנט]...
אבער איך טרעפ ביידע נישט...

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 12:28 pm
דורך לא מיניה ולא מקצתיה
די דריי שטעט אין אונגערין ווייס איך נישט וויאזוי מען ריפט זיי אין יידוש, אולי ווייסט איינער ?
Nyirgelse
Ópályi
Nyirbogdány

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 10:03 pm
דורך עולם ומלואו
איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2017 10:35 pm
דורך נא_שכל
עולם ומלואו האט געשריבן:איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

ס'דא אין די ספרים געשעפטן א מאפע פון "אהלי צדיקים".

געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2017 6:12 am
דורך מונאוויטש
עולם ומלואו האט געשריבן:איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

אין די נייע בוך איבער רבי ישעי'לע קערעסטירער איז אריינגעדריקט א שיינע אידישע מאפע פון צפון אונגארן און ארום. דארט שטייט אז מען קען קריגן דעם גאנצן מאפע (אונגארן, רומעניא, פוילן, סלאוואקיי, טשעכיי, אוקריינע) ביי הוצאת ספרים תורת חיים. 718-302-0658

געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2017 12:50 pm
דורך משיח
איז בראד און בראדי די זעלבע זאך? אדער צוויי באזונדערע שטעט?