טרעפן אייראפעאישע שטעט אויפן היינטיגע מאפע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 15, 2017 1:31 pm

משיח האט געשריבן:איז בראד און בראדי די זעלבע זאך? אדער צוויי באזונדערע שטעט?

דער אפיציעלער נאמען איז בראדי. אין אידיש האט עס געהייסן בראד.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 15, 2017 2:27 pm

בראדי קען א מאהל אויכט מיינען אונגאריש בראד.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 18, 2017 12:46 am

נא_שכל האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

ס'דא אין די ספרים געשעפטן א מאפע פון "אהלי צדיקים".

נישט מער און נישט ווייניגער, פריער געזען אז מ'קען גאר דאונלאדען די מפות פון זייער וועבסייט בחנם.

מפות באהלי צדיקים
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 18, 2017 1:19 am

וואס איז די אידישע נאמען פון Berezna ?

דער שטעטל איז נעבן חוסט.

איז עס "ברעזוב" "ברעזנא" "בראזאווע"? אדער געאר עפעס א אנדערע שטאט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

shalsheles
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג מאי 18, 2017 6:41 am

נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

ס'דא אין די ספרים געשעפטן א מאפע פון "אהלי צדיקים".

נישט מער און נישט ווייניגער, פריער געזען אז מ'קען גאר דאונלאדען די מפות פון זייער וועבסייט בחנם.

מפות באהלי צדיקים[/quote
ישר כח ;l;p-

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דאנארשטאג מאי 18, 2017 2:32 pm

נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

ס'דא אין די ספרים געשעפטן א מאפע פון "אהלי צדיקים".

נישט מער און נישט ווייניגער, פריער געזען אז מ'קען גאר דאונלאדען די מפות פון זייער וועבסייט בחנם.

מפות באהלי צדיקים

געוואלדיג! א גרויסן דאנק!

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » פרייטאג מאי 19, 2017 2:41 am

עולם ומלואו האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:איז דא צו באקומען ערגעצוואו א דעטאלירטע מאפע פון די אידישע שטעט און שטעטלעך איבער אייראפע?

ס'דא אין די ספרים געשעפטן א מאפע פון "אהלי צדיקים".

נישט מער און נישט ווייניגער, פריער געזען אז מ'קען גאר דאונלאדען די מפות פון זייער וועבסייט בחנם.

מפות באהלי צדיקים

געוואלדיג! א גרויסן דאנק!


א גרויסע יישר כח!!

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » זונטאג מאי 21, 2017 3:38 pm

געשיקטער האט געשריבן:אויבערלאנד אונגארין ווי עס האבען געוואינט בעיקר "אשכנזישע " אינטערלאנד ווי עס האבען געוואינט חסידישע אידען?
צפון דרום?
הרים ובקעות?

אין לי עסק כל כך בהיסטאריע, אבער פון וויפיל איך ווייס זענען די גרעניצן פון "אויבערלאנד" און "אויבערלענדישע אידן" נישט ממש אייניג. אויבערלאנד איז נישט אייביג געווען אין די אונגארישע קעניגרייך.
אויבערלאנד איז מער ווייניגער די היינטיגע סלאוואקיי. דארט האבן טאקע געוואוינט רוב אויבערלענדישע אידן, אנגעהויבן פון אינגאנצן מערב "פרעשבורג" וואו דער הייליגער חתם סופר זי"ע האט געוואוינט ביז קיין מזרח "קאשוי" (היינט צוטאגס: קאשיצע).
למעשה, בודאפעסט, אייביג געווען אין די אונגארישע מלוכה איז אויך געווען באקאנט אלץ א פלאץ וואו עס האבן געוואויט אויבערלענדישע אידן. אזוי אויך פילע שטעט מערב פון אונגארן, נענטער קיין עסטרייך זענען באקאנט אלץ אויבערלענדישע שטעט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מאי 21, 2017 5:03 pm

למדן וצדיקאין: היסטארישע ראיאנען אין אייראפע האט געשריבן:ווען מיר לייענען אין פריערדיגע ספרים בפרט אין ספרי תולדות טרעפן מיר זיך אפט אן אין אזעלכע לענדער און געגנטער ווי בעהמין, מעהרין, שלעזיען וכדומה, איך האב זיך אלס געוואונדערט ווי זענען זיי אויף די היינטיגע מאפע? לעצטנס האב איך זיך אריינגעלייגט אין די נושא, און אפגעשריבן די סל הכל׳ס, איך בין עס דא מפרסם לתועלת הציבור, האף מיר סוועט זיין זה נהנה וזה נהנה און דער עולם וועט מוסיף און מעיר זיין כיד ה׳ הטובה עליהם.....................................................
10) אויבערלאנד און אונטערלאנד אונגארן

אויבערלאנד און אונטערלאנד זענען ריין אידישע טערמינען, אין אונגארן זענען אידן געווען בעיקר קאנצעטרירט אינעם מזרח חלק און אינעם מערב חלק פונעם לאנד, און צענטער פון אונגארן האבן כמעט נישט געוואוינט קיין אידן א חוץ פון די הויפטשטאט בודאפעסט, די מערב געגנט איז גערופן געווארן אויבערלאנד און די מזרח געגנט איז גערופן געווארן אונטערלאנד. עס איז אויך באקאנט די חילוק און מענטאליטעט פון די אויבערלענדישע און די אונטערלענדישע אידן, בשעת די אויבערלענדישע אידן זענען געווען זייער דבוק אינעם דרך פונעם חתם סופר, האבן עס די אונטערלענדישע אידן משלב געווען מיטן דרך החסידות, בפרט זענען זיי געווען דבוק אינעם דרך פינעם צאנזע רב די דברי חיים זי"ע,

פון די באקאנטע אידישע קהילות אין אויבערלאנד איז פרעשבורג ווי עס האט משמש געווען ברבנות די הייליגע חתם סופר און זיינע קינדער, נייטרא, סערדאהעלי, און פילע נאך, פון די באקאנטע אידישע קהילות אין אונטערלאנד איז אוהעל, מישקאלץ, קאלוב און דעברעצין און פילע נאך.

עס דארף באצייכנט ווערן אז אויך אין די אלגעמיינע באפעלקערונג איז אנגענומען אזא זאך ווי "אויבער-אונגארן" און "אונטער-אונגארן", ווען אויבער-אונגארן באציעט זיך צו די געגענט וואס איז היינט סלאוואקיי. אויבן אויף האט דאס נישט קיין שייכות מיטן אידישען אויבערלאנד און אונטערלאנד, עס איז אבער נישט אויסגעשלאסן אז בשורש קומט דאס פונעם אלגעמיינעם אויבער און אונטער אונגארן.
...............

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 21, 2017 5:23 pm

וויאזוי רופט מען אין אידיש דעם דערפעל APSZICA וואס איז נעבן סיגוט?

האט איינער געהערט פון דעם דערפעל?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אברעמיל
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 4:09 pm

ברעזאווע

תגובהדורך אברעמיל » מאנטאג מאי 22, 2017 9:31 am

ברעזאווע דער שטאט פון וואנעט ס'איז געקומען מהר"ם שיק איז אין וועסט סלאוואקיי מ'רופט עס היינט brezova pod bradlom מ'קען נאך גייען אוף דעם אלטען בית עולם אבער אונטען ווי די עלטסטע מצבות זענען ס'איז זעהר שווער צו ליינען די אותיות. נישט ווייט פון טרענטשין. אויב מ'פארט פון ניקלסבורג צו פרעשבורג קען מען אהין גייען אופ'ן וועג.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג מאי 22, 2017 9:56 am

ווי איז בילגוריי?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 22, 2017 9:59 am

Biłgoraj, Poland

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 22, 2017 10:09 am

נא_שכל האט געשריבן:וויאזוי רופט מען אין אידיש דעם דערפעל APSZICA וואס איז נעבן סיגוט?

האט איינער געהערט פון דעם דערפעל?

אפשר אפשא. בלויז אן השערה בעלמא; די נעמען פון די שטעט אין מארמאראש האבן זיך כסדר געטוישט, הכל לפי הזמן.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג מאי 22, 2017 12:01 pm

אזוי ווי כ'קען נישט דאוינלוידן די מפת פון באהלי צדיקים צוליב משומר.

איז מעגליך עס צו דראפבאקסן (אדער עפעס אנדערש)

יישר כח

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 22, 2017 3:38 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:וויאזוי רופט מען אין אידיש דעם דערפעל APSZICA וואס איז נעבן סיגוט?

האט איינער געהערט פון דעם דערפעל?

אפשר אפשא. בלויז אן השערה בעלמא; די נעמען פון די שטעט אין מארמאראש האבן זיך כסדר געטוישט, הכל לפי הזמן.

יישר כח, יעצט געטראפן אינעם ספר מארמארוש אז ס'האט געהייסן "אפשיצה", און ס'איז געווען נעבען "אויבער-אפשא", ס'איז געווען א חלק פון די "אפשא" געגענט. און אלעס האט באלאנגט צו די רבנות פון סיגוט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טייטל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך מאי 24, 2017 9:00 am

נא_שכל האט געשריבן:וואס איז די אידישע נאמען פון Berezna ?

דער שטעטל איז נעבן חוסט.

איז עס "ברעזוב" "ברעזנא" "בראזאווע"? אדער געאר עפעס א אנדערע שטאט?

כ'האב פונקט געטראפן בילדער פון Berezne אין ייווא'ס סייט אפשר איז אינטרעסאנט פאר דיר.
http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=3134#

אלטע ברעזנע בית החיים :
http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=4527#

http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=2917#

http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=2918#


איז Brzeziny מיט Berezne די זעלבע זאך?

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך מאי 24, 2017 6:29 pm

די היינטיגע פראנקפורט איז פראנקפורט-דמיין אדער פראנקפורט-דאדער?
און ווי געפונט זיך די אנדערע פראנקפורט?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מאי 24, 2017 6:33 pm

דמיין
פוילן

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מאי 24, 2017 10:44 pm

יוראפ האט געשריבן:דמיין
פוילן

מער פונקטליך, פראנקפורט דאדער איז אויפ'ן גרעניץ פון דייטשלאנד און פוילן; דער טייל וואס הייסט היינט פראנקפורט איז אין דייטשלאנד.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 10:39 am

טייטל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:וואס איז די אידישע נאמען פון Berezna ?

דער שטעטל איז נעבן חוסט.

איז עס "ברעזוב" "ברעזנא" "בראזאווע"? אדער געאר עפעס א אנדערע שטאט?

כ'האב פונקט געטראפן בילדער פון Berezne אין ייווא'ס סייט אפשר איז אינטרעסאנט פאר דיר.
http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=3134#

אלטע ברעזנע בית החיים :
http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=4527#

http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=2917#

http://polishjews.yivoarchives.org/arch ... t&id=2918#


איז Brzeziny מיט Berezne די זעלבע זאך?


יישר כח פאר די בילדער.

אבער ס'לכאורה נישט פון וואס איך זוך. די צוויי שטעט וואס דו האסט געברענגט, איז לכאורה איינס, דאס איז ברעזנא אין פולין.

איך זוך א שטעטל אין אונגארן (היינט לכאורה אוקריינא) וואס איז גלייך נעבן חוסט און בערך 20 מייל פון סיגוט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 25, 2017 12:52 pm


סוואליעווער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג יוני 04, 2017 9:21 am

איך זוך אויף גוגל מאפס די אדרעס פונעם טשערנאבילער מגידס ציון אין אנאטיווקא.
גבאי שרייבט אזוי:
צוגעלייגטע
כתובת בית החיים באנאטיווקא.png
כתובת בית החיים באנאטיווקא.png (191.61 KiB) געזעהן 960 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 04, 2017 9:50 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 23, 2017 12:18 pm

די שטאט ברעזנא אין די קארפאטן וואו דער בית היוצר האט משמש געווען ברבנות ולאחריו בנו של בעל אפסי ארץ, וויאזוי רופט מען די שטאט כהיום?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט