משיחי שקר

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יא פ' שמות ר' סענדער אין בוצינא צייכנט צו מיט א קאפי פון דער מושכל ראשון ויוא"מ
למה זה תשאל לשמי...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דאס איז א באקאנטער ענין וואס ר' סענדר דייטש שילדערט אין זיין ספר בוצינא קדישא. דער רבי האט דאס געהאט אריינגעשריבן אין ויואל משה, נאר דערנאך האט ער דאס באפוילן ארויסצונעמען, ער שרייבט דארט נאר אז ער האט עפעס א לימוד זכות.
שפעטער האט דאס דער רבי געזאגט אין א תורה און דאן האט מען עס יא געדרוקט אין דברי יואל.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

והוא פלאי האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דעריבער וויל איך בעטן, פאר די טובה פון דעם אשכול, אז מען זאל נישט ממשיך זיין דעם שמועס איבער חב"ד.

ג"א מצטרף להנ"ל.
אבער דעם ספר משיחי השקר ומתנגדיהם מעג מען יא דעבאטירן דא.

והוא פלאי האט געשריבן:און ער פירט א מערכה מיטן בע"ש הק' אודות הויכוח עם פראנק

איך בין נאכנישט אנגעקומען צו יענעם טייל פון דעם בוך. איך קען באשטיין צו הערן די צדדים.

עס איז נישטא קיין צדדים, ער גלייבט נישט קיין חסידים, אפילו קדושים וטהורים

במחילת כבודך הרב פלאי, איך האב דורכגעקוקט דעם פרק אין ספר משיחי שקר ומתנגדיהם וואו ער פארענטפערט זיין הנחה אז דער בעש"ט האט זיך נישט משתתף געווען ביים ויכוח אין לבוב, און עס איז ניכרין דברי אמת, ער האט דארט צענדליגער ראיות ברורות, אז אין קיין שום מקור מוסמוך ווערט דאס נישט דערמאנט, חוץ אין די ווערטער וואס ר' יעקב עמדין איז מעתיק פון עפעס א איד וואס האט אים פארציילט די מעשה הערשט מיט איבער צען יאר שפעטער.
ווי אויך ברענגט ער דארט נאך אז צענדליגער היסטאריקער וועלכע זענען נישט נחשד צו פירן א מערכה קעג'ן דעם בעל שם טוב הקדוש, צייגן אויך אן אז דער בהעש"ט האט זיך נישט באטייליגט דארט.
און בנוגע די בריוו וואס איז געפונען געווארן אין די גניזה החורסנית, איז דאך שוין פון לאנג פעסטעגעשטעלט געווארן אז דאס איז פאלש. (חוץ מזה וואס דער לשון המכתב וועלכע ער ציטירט דארטן שרייט פון זיך אליין אז עס איז נישט אויטענטיש.)
ווי עס שיינט איז די גאנצע מהומה א חב"ד'סקער אנדרייעניש, וואס ווי באקאנט האבן זיי דאך אויך געהאט אן אגענדע אנצונעמען אז די גניזה החורסנית איז יא אמת'ע בריוון.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רח"ש הלוי גליקמאן שליט"א האט מקדיש געווען אין זיין ספר מפיהם ומפי כתבם ח"ב בסופו א גאנץ פרק דערוועגן כדאי א קוק צו טאן דארט
, ער שרייבט דארט אז אין נעקסטן חלק וועט ער ממשיך זיין בנוגע וואס דער יעב"ץ שרייבט וועגן דעם בעש"ט איבער די מערכה
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אין אונגארן איז אמאל געווען א גאנצע בריוו אויסטויש צווישן די גאונים צוליב א מעשה וואס איז פארגעקומען מיט א "אליהו הנביא".

אין א דארף אין אונגארן וואו עס האבן געוואוינט דריי אידן, האט זיך אמאל באוויזן א ארץ-ישראל'דיגע משולח. די אידן אין דארף זענען פונקט נישט געווען אינדערהיים צוליב מסחרים און איבערגעלאזט זייערע פרויען אליין. דער איד איז דעריבער איינגעשטאנען ביי איינע פון די אידן.

איין פרייטאג צו נאכטס האט דער איד געמאלדן פאר זיין בעלת אכסניא, אז ער איז אליהו הנביא און ער וויל איר מעלדן אז משיח ברויך ארויסקומען פון איר... און אלס סימן האט ער אים געוויזן אויף א געוויסע שענקל, אז ער וועט דאס עפענען דעם קומענדיגן דינסטאג וועט זי דארט געפינען א גרויסע סומע געלט...

עס איז געווען א בכיה לדורות און די רבנים זענען דן אי מותרת לבעלה או לא.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

גדר משיחי שקר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

וואס גענוי מיינט מען דא משיחי שקר?
א. יעדע איינע רוואס האט פראקלאמירט אז ער איז משיח און ער איז למעשה געשטראבען, ממילא איז מען למפרע געוואויר געוארן אז ער איז נישט געוען משיח?
ב. אדער דוקא איינער וואס בסוף פורק עול געווען

למאי נ"מ?
דער אור החיים הק' האט מרמז געווען אז ער איז משיח, וכידוע זענען מיר נאך נישט אויסגעלייזט - עס איז ברור אילו היה הדור ראוי לכך, וואלטן אונז בעסער אויסגעזען
הק' רבי שלמה מולכו איז לפי זה פון דער זעלבע קאטעגאריע, און דער זעלבע איש רבי יהודה חסיד וואס האט עולה געוען מיט זיינע תלמידים קיין ירשת"ו.

היוצא לנו איז 3 קאטעגאריעס...
משיחי שקר - היינו אז בסוף איז נתגלה געווארן קלונם ברבים
משיחים שנפטרו - גדולי ישראל וואס האב פראקקלאמירט אדער מרמז געווען אז זיי זענען משיח ואילו היה הדור ראוי לכך היו מתגלים
משיחי צדיקים - צדיקים וואס האבן קיינמאל נישט געזאגט אויף זיך אליינס אז זיי זענען משיח

דא אין אשכול האט מען צוזאמגעשמאלצען דער אויבשטער 2 קאטעגאריעס וואס זענען לענ"ד כרחוק מזרח ממערב, און מען זאל ח"ו נישט אויסמישן צווישען די צוויי

כן נראה לדעתי הקלושה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

געזעהן היינט אין ספר בני בנימין להגה"צ ר' יוסף בנימין רייך אבד"ק העליטש מה ששמע מפ"ק של הה"ק רבי דוד מדינוב זי"ע:

אציע לך מה ששמעתי מפי קדשו של כבוד דודי ההצה"ק מרן דויד זצל"ה מדינוב, שהיה בזמן הרמב"ם איש גדול בעל מופת שאמר שהוא משיח, והרבה מישראל התלקטו אליו, ושלח הרמב"ם תלמידיו לבדוק אחריו בכל מדה ומדה, ובדקו אחריו ושבחו אותו בכמה ענינים, וכאשר באו לשבחו בענין צדקה אמרו שהוא מפזר מאד בצדקה כל ממונו, אמר הרמב"ם ז"ל הלא עובר על דברי רז"ל (כתובות נ ע"א) המבזבז אל יבזבז יותר מחומש, ואם תאמרו שהוא מקיים וחטאך בצדקה פרוק, הלא אם הוא משיח אין צריך להיות בו שום חטא, ועל ידי זה נתגלה הדבר שהאמת שאין זה משיח, ע"כ
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך האב שוין אמאל געמאכט א בערך'דיגע הנחה אויף די נושא פון "גדר משיחי שקר" און וואס א משיח אמת דארף אלס האבן.
אבער איך וועל עס נישט דא שרייבן, נאר צוליב די האקלקייט פון די ענינים וועל איך עס איבערלאזן פאר א צווייטן מיט ברייטערע פלייצעס.

איך וועל נאר מעתיק זיין פונעם מפתח פונעם ספר "ויואל משה" מיטן הערליכן פירוש "אור כי טוב" וואס איז נאר וואס ארויסגעקומען.
ביז דערווייל איז נאר ארויסגעקומען אויף מאמר שלש שבועות.
דא האט איר אלעס אונטערן קאטעגאריע "משיח". מ'קען אסאך ארויסנעמען דערפון, כאטש ס'איז נישט צופיל ווערט אן מעיין זיין בפנים.

יהי' גדול ממשה רבינו בענין מורח ודאין.
יהי' נביא גדול מכל הנביאים חוץ ממשה רבינו.
יהי' איש שלא יכירו אותו מקודם.
יראו על ידו אותות ומופתים.
כל המלכים יבהלו ממנו.
יכוף כל ישראל לילך בדרך התורה.
יהי' לו האורים ותומים.
בתחלת ביאתו לא ישתנה הטבע רק המלכות תשוב לישראל.
יהי' מורח ודאין כ"כ שיוכל לפסוק בדין תורה עפ"י הריח.
משה רבינו יהי' משיח.
הסמן המובהק עליו שיחזור ישראל בתשובה דבזה הסימן אין חשש טעות.
לפני ביאתו יחזור הנבואה לישראל.
הביהמ"ק יבנה ע"י תפילותיו של משיח.
לא יהי' לו מלוכה עד שיחזור ישראל בתשובה.
בימות המשיח יגדלו פירות גדולות והמעדנים יהי' כעפר לרוב.
אוה"ע יביאו השפלים והנדחים שבישראל למנחה למלך המשיח.
יהי' עני ורוכב על החמור להראות כי לא בחרב יורשים ארץ.
כל הגויים יבואו לשמעו.
אם יהי' בחי' לא זכו יהא ביאתו בדרך הטבע.
יחזיר את ישראל לתשובה בהשפעה מרובה בדרך נס.

א טייל פון די נקודות זאגן מורא'דיג אסאך לגבי די נושא פון ש"ץ.
זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

איטשע האט געשריבן:און דער זעלבע איש רבי יהודה חסיד וואס האט עולה געוען מיט זיינע תלמידים קיין ירשת"ו.

עיין בבוך משיחי השקר הנ"ל וואס ער רעכנט רבי יהודה חסיד צווישן די משיחי שקר
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

נאר צוליב דעם וואס ער איז נחשד געווארן בשבתאות (אפשר מיט רעכט...)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אין הכי נמי
מ'דארף טאקע אכטונג געבען איהם נישט צו רופען ר' יהודה החסיד
נאר ר' יהודה חסיד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

נחמן נתן האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז ווען דער סאטמארער רבי זי"ע מהר"י ט"ב איז געווען אין ארץ ישראל, איז אויפן וועג צוריק פון זיך משתטח זיין אויפן ציון התנא האלקי רבי עקיבא אין עיה"ק טבריא, האט ער געזאגט אז זייענדיג אויפן ציון איז איהם איינגעפאלן א לימוד זכות אויף ר' עקיבא איבער דאס וואס ער האט זיך טועה געווען אין בן כוזיבא. אז פון הימל האט מען דאס געלאזט געשעהן אז ר' עקיבא זאל זיך טועה זיין, צו ווייזן אז אפי' אזא צדיק ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געקענט זיך טועה זיין אין אזא ביטערען טעות, צו ווייזן א הוראה לדורות אז צדיקים קענען מאכן א טעות אפי' ביסודי היהדות. ווייל ווען נישט ר' עקיבא מאכט דעם טעות וואלט נישט געווען קיין לימוד זכות ווען א צדיק איז זיך טועה אין אזעלכע האקעלע ענינים.

ווייסט איינער צו דער רבי האט דאס אויך געשריבן אין איינע פון זיינע ספרים?

נישט דאס ווערט געברענגט אין דברי יואל שמות און דורך ר' סענדער. דארט ווערט געברענגט א הסבר אז ר' עקיבא האט אזוי געפסקנט כדי מסיר צו זיין דעם חרון אף פון די אידן וואס האבן זיך טועה געווען און דורך דעם וואס ר' עקיבא האט אויך אזוי געפסקנט איז דאס שוין נישט זייער עבירה.

דאס א טיפע דערהער, און רביה"ק איז געווען מסופק צו ער זאל דאס אריינלייגן, ווייל אפשר וועט דער עולם נישט פארשטיין די כוונה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז באקאנט אז ר' חיים בריסקער האט אמאהל אפגעשלאגען א מיסיאנער א משומד
וואס האט געטענה'ט אז די חכמי הדור קענען זיך טועה זיין אזוי ווי ר' עקיבא מיט בר כוזיבא
ממילא איז קיין ראיה נישט פון דאס וואס די חכמי דורו האבען נישט מקבל געווען דער אותו האיש אלץ משיח
פרעגט אים ר' חיים זאג נאר פון וואנעט ווייסטו אז ר' עקיבא האט זיך טועה געווען
זאגט דער מיסיאנער וואס הייסט בר כוכבא האט מען דאך געהארגעט
....זאגט אים ר' חיים נו זעהסט אז דו אליין ביזט מודה אז א געהארגעטער קען קיין משיח נישט זיין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז ווען דער סאטמארער רבי זי"ע מהר"י ט"ב איז געווען אין ארץ ישראל, איז אויפן וועג צוריק פון זיך משתטח זיין אויפן ציון התנא האלקי רבי עקיבא אין עיה"ק טבריא, האט ער געזאגט אז זייענדיג אויפן ציון איז איהם איינגעפאלן א לימוד זכות אויף ר' עקיבא איבער דאס וואס ער האט זיך טועה געווען אין בן כוזיבא. אז פון הימל האט מען דאס געלאזט געשעהן אז ר' עקיבא זאל זיך טועה זיין, צו ווייזן אז אפי' אזא צדיק ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט געקענט זיך טועה זיין אין אזא ביטערען טעות, צו ווייזן א הוראה לדורות אז צדיקים קענען מאכן א טעות אפי' ביסודי היהדות. ווייל ווען נישט ר' עקיבא מאכט דעם טעות וואלט נישט געווען קיין לימוד זכות ווען א צדיק איז זיך טועה אין אזעלכע האקעלע ענינים.

ווייסט איינער צו דער רבי האט דאס אויך געשריבן אין איינע פון זיינע ספרים?

נישט דאס ווערט געברענגט אין דברי יואל שמות און דורך ר' סענדער. דארט ווערט געברענגט א הסבר אז ר' עקיבא האט אזוי געפסקנט כדי מסיר צו זיין דעם חרון אף פון די אידן וואס האבן זיך טועה געווען און דורך דעם וואס ר' עקיבא האט אויך אזוי געפסקנט איז דאס שוין נישט זייער עבירה.

דאס א טיפע דערהער, און רביה"ק איז געווען מסופק צו ער זאל דאס אריינלייגן, ווייל אפשר וועט דער עולם נישט פארשטיין די כוונה.


הא לך לשון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל בספרו "בוצינא קדישא" חלק א' עמוד שפה.

"רבי עקיבא לא טעה ח"ו

"בסה"ק ויואל משה (מאמר שלש שבועות סי' ל"ט ועוד סימנים) שקיל וטרי רבינו בענין התנא הקדוש רבי עקיבא שחשב על בן כוזיבא כי הוא משיח. בשעת כתיבת הספר ויואל משה כתב שם רבינו טעם לשבח, שאליבא דאמת לא טעה רבי עקיבא, ויבאר רבינו באריכות הסבר יפה ונכון.

"אולם אחרי כמה ימים, לאחר שכבר היו הדברים מסודרים בדפוס, ציוה עלי רבינו להביא בחזרה את הכתב יד, ואמר לי להשמיט אותה הפיתקא שכתב אודות התנא הקדוש רבי עקיבא. ואמר לי רבינו שלכן נמלך בדעתו להשמיט פיתקא זאת, מפני שפירושו בענין זה הוא דק מן הדק ואולי עלולים בני אדם לטעות בזהף לכן מוטב להשמיט.

"ונתן לי רבינו פיתקא קטנה בה רשם מה להדפיס במקום ההשמטה הנ"ל. בפיתקא זו כתב רבינו וזל"ק: "ובעת שעמדתי אצל קברו של רבי עקיבא כשהייתי בקיץ הזה (תשי"ט) בטברי' עלה בדעתי איזה רעיון לתרץ דברי רבי עקיבא שלא טעה אלא היה סיבה גדולה מן השמים לדרוש אז כן, וחשבתי טעם נכון בדבר, אלא שאין רצוני להאריך בזה כעת, ובאמת אין אתנו יודע עד מה".

"ושוב לאחר כמה שנים, בדברי תורה שהשמיע בסעודה שלישית בש"ק פ' שמות, אמר רבינ ולבאר ולהסביר סברתו של התנא הקדוש רבי עקיבא. והסביר רבינו את הענין באריכות יותר, ואחר כך התיר להדפיס את הענין בספר דברי יואל. הלא היא נדפסה בדברי יואל פרשת שמות עמוד נ' והלאה.

"ותוכן הדברים שרבי עקיבא לא טעה, אלא היתה סיבה מן השמים שידרוש עליו סמוכין מן התורה, והיתה דעתו להחזיק את בן כוזיבא למשיח וכו', ואפשר דעל ידי הוראתו של רבי עקיבא היתה הצלה פורתא לכלל ישראל, שלא היה החרון אף בשלימות ח"ו להשחית את הכל כולו, הגם שהיה חורבן גדול ונורא, ונהרגו רבבות מישראל ונגדעה קרן ישראל וכו' מכל מקום היתה קצת המתקה והתנצלות נגד החרון אף והמקטרג להקל קצת מגזירת החורבן, על כי היה בהסכם כהוראות רבי עקיבא, וכח תורתו של ר"ע עמד נגד המקטרג, ועי"ז נשארו צדיקים ותנאים ותלמידי ר"ע ורבים מישראל. עיי"ש באריכות."

עד כאן פונעם בוצינא קדישא.

דארט אין בו"ק איז פאראן דער פאטאסטאט פונעם ערשטן נוסח וואס דער רבי האט געשריבן אין ויואל משה איבער רבי עקיבא, און צוגעשריבן בכתב יד קדשו דער נייער סגנון.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אין אן אנדערן אשכול האב איך צוגעברענגט דאס וואס שטייט אין חתם סופר פר' כי תשא: "והנה רבי עקיבא היה בחינת משיח בן יוסף בימי בן כוזיבא כידוע ונהרג בהרוגי מלכות במקום יוסף כידוע, והנה בדורו הי' סבורים שהוא משיח בן יוסף האמיתי", וכו'.

עס איז משמע פונעם חת"ס אז דער תנא רבי עקיבא זעלבסט איז געווען בבחינת משיח בן יוסף און בני דורו האבן זיך טועה געווען אז ער איז באמת משיח בן יוסף!

דאס איז זייער אינטערעסאנט, כאטש ואס עס איז נישט קיין פארגלייך צו די איבעריגע משיחי שקר, ווייל רבי עקיבא זעלבסט האט נישט דערקלערט אז ער איז משיח, אבער ער איז געווען פון די מענטשן אין וועמען מען האט זיך טועה געווען אלס משיח בן יוסף.

עס קוקט אויס פונעם חת"ס אז אין די צייט וואס מען האט געמיינט אז בר כוכבא איז משיח, דעמאלט האבן די מענטשן געקלערט אז ער איז משיח בן דוד און רבי עקיבא איז משיח בן יוסף.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

טאבאקא האט געשריבן:איך האב שוין אמאל געמאכט א בערך'דיגע הנחה אויף די נושא פון "גדר משיחי שקר" און וואס א משיח אמת דארף אלס האבן.
אבער איך וועל עס נישט דא שרייבן, נאר צוליב די האקלקייט פון די ענינים וועל איך עס איבערלאזן פאר א צווייטן מיט ברייטערע פלייצעס.

איך וועל נאר מעתיק זיין פונעם מפתח פונעם ספר "ויואל משה" מיטן הערליכן פירוש "אור כי טוב" וואס איז נאר וואס ארויסגעקומען.
ביז דערווייל איז נאר ארויסגעקומען אויף מאמר שלש שבועות.
דא האט איר אלעס אונטערן קאטעגאריע "משיח". מ'קען אסאך ארויסנעמען דערפון, כאטש ס'איז נישט צופיל ווערט אן מעיין זיין בפנים.

יהי' גדול ממשה רבינו בענין מורח ודאין.
יהי' נביא גדול מכל הנביאים חוץ ממשה רבינו.
יהי' איש שלא יכירו אותו מקודם.
יראו על ידו אותות ומופתים.
כל המלכים יבהלו ממנו.
יכוף כל ישראל לילך בדרך התורה.
יהי' לו האורים ותומים.
בתחלת ביאתו לא ישתנה הטבע רק המלכות תשוב לישראל.
יהי' מורח ודאין כ"כ שיוכל לפסוק בדין תורה עפ"י הריח.
משה רבינו יהי' משיח.
הסמן המובהק עליו שיחזור ישראל בתשובה דבזה הסימן אין חשש טעות.
לפני ביאתו יחזור הנבואה לישראל.
הביהמ"ק יבנה ע"י תפילותיו של משיח.
לא יהי' לו מלוכה עד שיחזור ישראל בתשובה.
בימות המשיח יגדלו פירות גדולות והמעדנים יהי' כעפר לרוב.
אוה"ע יביאו השפלים והנדחים שבישראל למנחה למלך המשיח.
יהי' עני ורוכב על החמור להראות כי לא בחרב יורשים ארץ.
כל הגויים יבואו לשמעו.
אם יהי' בחי' לא זכו יהא ביאתו בדרך הטבע.
יחזיר את ישראל לתשובה בהשפעה מרובה בדרך נס.

א טייל פון די נקודות זאגן מורא'דיג אסאך לגבי די נושא פון ש"ץ.

וואס איז פשט פון דעם?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”