כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש אוקטובער 30, 2010 10:18 pm

טאבאקא האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:אויב דער עולם איז אינטערעסירט וועל איך מרחיב זיין הדיבור בענין רבי יעקב ששפורטש, פון וואו איז ער געקומען, וואס איז געווען זיין אגענדע, און די מלחמה קעגן שבתי צבי א.א.וו. (איך וויל זיך נישט אנשטרעגנגען אויב עס איז נישט אינטערעסאנט).

סארא פראגע דאס? ווי גענע לאוו איט! ווי קענט וועיט!
אבער וואס איך וואלט געקלערט צו בעטן, אז אויב מעגליך זאלט איר עפענען א באזונדערן אשכול דערפאר מיטן נאמען "ר' יעקב ששפורט און זיין מלחמה קעגן ש"ץ", אזוי וועט עס זיין מער מסודר.

איך האלט נישט אז מען זאל דעם ענין צעטיילן, נאך אלעמען איז זיין גאנצע וועזן געווען אין די נושא, טא פארוואס זאל מען דארפן זוכן אויף צוויי פלעצער.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מוצ"ש אוקטובער 30, 2010 10:49 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:אויב דער עולם איז אינטערעסירט וועל איך מרחיב זיין הדיבור בענין רבי יעקב ששפורטש, פון וואו איז ער געקומען, וואס איז געווען זיין אגענדע, און די מלחמה קעגן שבתי צבי א.א.וו. (איך וויל זיך נישט אנשטרעגנגען אויב עס איז נישט אינטערעסאנט).

סארא פראגע דאס? ווי גענע לאוו איט! ווי קענט וועיט!
אבער וואס איך וואלט געקלערט צו בעטן, אז אויב מעגליך זאלט איר עפענען א באזונדערן אשכול דערפאר מיטן נאמען "ר' יעקב ששפורט און זיין מלחמה קעגן ש"ץ", אזוי וועט עס זיין מער מסודר.

איך האלט נישט אז מען זאל דעם ענין צעטיילן, נאך אלעמען איז זיין גאנצע וועזן געווען אין די נושא, טא פארוואס זאל מען דארפן זוכן אויף צוויי פלעצער.


גם אני מצטרף מיט אויף אויפריכטיג.
לכתחילה באלאנגט דאס דאהי, חוץ אויב עס איז דא נאך תולדות וקורות וואס האט נישט קיין שייכות מיט כת ש"ץ והמסתעף, וואס דאן קומט דאס אין 'על הצדיקים' כמובן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מוצ"ש אוקטובער 30, 2010 11:04 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:לאמיר אייך קלארשטעלן א זאך וואס איך האב שוין דערמאנט פון אנהויב: קיינער וועט נישט וועלן ברבים מודה זיין דעם חורבן וואס איז דארט געווען, יעדער וועט עס פראבירן צו פארוואסערן. אני הקטן האב אויך געשריבן א מאמר איבער כת ש"ץ און איך האב עס אויך פארוואסערט אז מען זאל מיינען אז רוב גדולי ישראל זענען געווען קעגן דעם, ווייל פארוואס זאלן די קינדער און אפילו עלטערע האבן מחשבות זרות און טראכטן וואס דארט איז געווען? און פארוואס זאלן די רבנים מיר מארגן אנרופן אז איך זאל שוין אויפהערן מיט די מעשיות? - סא, בעסער אז מען באהאלט און מען שפארט זיך איין די בזיונות.


אפשר איז דאס וואס קארל שרייט אז מען באהאלט פון די קינדער..... (מיס-אינפארמאציע....)


גלויבט מיר בנאמנות, קארל מיינט דאס אויך!

ער האלט אז אלעס דארף זיין אפן פאר די קינדער... מען זאל נישט דערשראקן ווערן ווי א טייל ליינער דא וואס האבן געשריבן אז זיי באקומען טשילס... ער האלט אז באהאלטן קען צוברענגען אז מען זאל שפעטער האבן קושיות און ציען אנדערע סארט מסקנות.

אבער נישט דאס איז אונזער נושא דא.

בנוגע רבי יעקב ששפורטש, דארפט איר מיר געבן אביסל צייט, איך בין געווען שרעקליך פארנומען די וואך, האפנטליך דער קומענדיגע וואך וועלן מיר דאס מאכן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש אוקטובער 30, 2010 11:47 pm

זינגענדיג זמירות למוצ"ש אין זמירות דברי יואל איז מיינע אויגן געפאלן אויף די ווערטער איידער דעם זמר פון אליהו הנביא
דילג החרוז איש תשבי תצילנו מפי אריות (באבודרהם ובסדר היום ליתא, ורבינו אמר שי"א שנתחבר על ידי כת ש"ץ שר"י.) [וכ"כ בספה"ק מדרש פנחס מהרה"ק ר' פנחס מקאריץ זי"ע לפי שתשבי הוא אותיות שמו של הש"ץ שר"י ע"ש. ובסידור עיון תפלה כ' שלא לאומרו משום שהנוסח נראה כמתפלל אל אליהו שהוא יצילנו ואסור להתפלל אל אמצעי, ע"ש

ווי איך האב פריער אנגעוויזן האט דער רבי זי"ע יא געזאגט די מזמורים פון מוצ"ש פון חדש ששוני און די אנדערע וואס מאנכע זאגן אז דאס קומט פון ש"ץ, ווייזט אויס אז ביי דעם שטיקל האט ער יא געהאט בקבלה אז דאס איז פון זיי.
וואס איז מיר אבער שווער אויף דעם טעם וואס ווערט דא געברענגט אז תשבי איז די אותיות "שבתי, לפי"ז דעמאלט פארוואס די אנדערע חרוזים זאגט מען יא, דארט איז דאך צוגלייך אויך דא די ווארט תשבי?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:21 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:אזוי ווי ביקסאד האט אנהייב פון דעם אשכול דערמאנט א זאך וואס פאראינטרעסירט מיר פונעם ספר "פי צדיק", האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע דאס אפירצוזוכן, אבער ליידער האב איך עס נאכנישט געפינען.


קענסט שוין אויפהערן מיט דיין זוך-אקציע, עס איז שוין נישט פארהאן צו באקומען.


הרב טאבאקא, איך בין געווען נעכטן אויף דער יארכע, און איך האב דיר געברענגט א קאפיע פון דעם ספר פי צדיק.
דער ספר איז געווארן ארויסגעגעבן דורך הרב חיים יעקב רובין שליט"א, הרב מציעשנוב.
צוגעלייגטע
Pi Tzadik.jpg
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 7:46 am

זיס האט געשריבן:לאמיר אפירנעמען דעם ספר חמדת הימים, לאמיר באטראכטן וואס טוט זיך מיט דעם ספר און פראבירן צו פארשטיין וואס עס האט אזוי אויפגעשטורעמט די וועלט מיט דעם ספר.

ובזה החלו:

וואס איז "חמדת הימים"?
איידער מיר הויבן אן צו רעדן איבער'ן חמדת הימים, לאמיר קודם זען וואס דער ספר איז, וואס עס ענהלט אין זיך.

"ספר חמדת הימים", א סעריע פון פיר בענדער (שבת, ימים נוראים, שלוש רגלים, חנוכה פורים וראש-חודש), איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין איזמיר, אין יאר תצ"א. אין דער הקדמה שרייבט דער מוציא-לאור אז מען האט דאס געפונען אין א כתב-יד אין צפת און מען ווייסט נישט ווער דער מחבר איז.

דער ספר ענטהאלט דברי מוסר, הנהגות און תפילות, און איז מעורר דעם מענטש צו אהבת ה' און יראת ה' און צו גיין אין ערליכע גוטע וועגן. צווישן אנדערע שרייבט ער אז יעדן שבת ביי כתר פלעגט ער פארגיסן טייכן טרערן צוליב דער התעוררות פון זיין נשמה, אבער זיין הארץ פלעגט אים קלאפן צי מען מעג וויינען אום שבת. ער האט דעריבער פראבירט זיך צוריקצוהאלטן, אבער אן ערפאלג; ביז ער האט געפונען די אגדה אז די תלמידים פון רבי עקיבא האבן אים געפונען וויינען און זיי האבן אים געפרעגט ווי אזוי מען מעג וויינען שבת, האט ער זיי געענטפערט אז ער האט אן עונג דורך דעם, ווייל זיין דביקות צום באשעפער האט אים געברענגט צו וויינען.

אינעם ספר ווארפט ער צוזאמען שטיקער פון גמרא בבלי און ירושלמי, אגדה, תנ"ך, און אלע ספרי הזוהר און ר' חיים וויטאל. פונעם ספר איז גאר שטארק קענטיג דעם מחבר'ס למדנות און בקיאות (וואס ער האט באוויזן אן קיין קאמפיוטער).

ווען דער ספר איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל, איז דאס אויפגענומען געווארן נאטירליך ביי כלל ישראל, אזוי ווי יעדער ספר וואס קומט ארויס.

דער שטורעם
עטליכע יאר שפעטער, צווישן די יארן פון תצ"ה און תצ"ז, איז דער ספר איבערגעדרוקט געווארן אין קושטא. דער ספר האט דאן פאראורזאכט א גרויסן שטורעם, וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג. פארשידענע השערות זענען געזאגט געווארן אויף ווער דער מחבר דערפון איז.

טראצדעם וואס דער ספר איז געדרוקט געווארן זעכציג יאר נאך שבתי צבי'ס שמד, זענען נאך פאראן מיינונגען אז דער מחבר פונעם ספר איז נתן העזתי שר"י אדער איינער פון זיינע תלמידים.

אינעם ספר איז פאראן א שיר אין וועלכן די ערשטע אותיות פון די חרוזים ליינען זיך "אני בנימין נתן בן אלישע חיים חזק" – דער נאמען פון דער באקאנטער נתן העזתי, אויך באקאנט אלס נתן הנביא וואס האט מכתיר געווען שבתי צבי אלס משיח, און געשטאנען אונטער דער גאנצער גערודער פון כת ש"ץ (אויף אים אליין וואלט מען געדארפט שרייבן א גאנצער ארטיקל). דער שיר איז לכאורה אן אפענער סימן אז דער ספר האט א שייכות מיט כת ש"ץ. פארט זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן זאגן אז דער ספר שטאמט בעצם פון א הייליגן מקור, נאר מענטשן פון כת ש"ץ האבן אריינגערוקט דארט איינצלנע תפילות און פיוטים.

איינע פון די ראיות אז דער ספר שטאמט פון א שבתאי'שן מקור איז דער פאקט אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער הלכות בין-המצרים און תשעה באב. מאידך גיסא ווערט יא דערמאנט אין הלכות פסח איבער תיקון חצות, א זאך וואס נתן העזתי האט מבטל געווען אין זיין צייט.

למעשה איז פאראן אין אנהויב פונעם ספר א הסכמה פון רבי יעקב בן רבי יום-טוב אלגאזי זצוק"ל, בעמח"ס שלמי ציבור ועוד, אן אנגענומענער גדול בישראל. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.

בעילום שם
מיר געפינען דעם ספר אין א נייעם דרוק, אין וועניציע, שנת תקי"ח. מאיזה סיבה שטייט נישט דער פלאץ וואו מען האט עס געדרוקט און די נעמען פון די דרוקערס, איינצלהייטן וואס ווערן דערמאנט כמעט אין יעדן ספר. דאס אליין ווייזט שוין אז עפעס ליגט דערין; ווי טייל טייטשן עס אפ, איז דאס צוליב דעם טומל וואס דער ספר האט אנגעמאכט. אנדערע שרייבן עס אבער צו צום חרם וואס איז ארויסגעגעבן געווארן נאך שבתי צבי'ס שמד, אז מען זאל נישט דרוקן קיין נייע ספרים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין די פארגאנגענע הונדערט יאר.

(מיר האבן שוין דערמאנט פריער אין אשכול, מיר וועלן עס נאר איבער'חזר'ן, כדאי מען זאל אביסל פארשטיין וואס דא האט זיך געטאן: נאך דער הסתלקות פונעם אריה"ק האט רבי חיים וויטאל אנגעהויבן פארשפרייטן דעם דרך הקבלה צווישן אידן. קבלה איז דאן געווארן א לימוד ווי אלע אנדערע לימודים, און יונגע קינדער אין בחורים האבן גענומען עוסק זיין דערין. נאך שבתי צבי'ס שמד האבן די גדולי ישראל איינגעזען אז דאס לערנען קבלה אין די יונגע יארן קען ברענגען גרויסע חורבנות, ווי עס האט טאקע פאסירט מיט שבתי צבי. עס זענען דעריבער ארויסגעקומען דאן עטליכע גזירות פון די רבנים פון אה"ו, צום-ביישפיל, יונגעלייט אונטער פערציג יאר זאלן נישט לערנען קבלה, און אז מען זאל עס לערנען בקדושה ובטהרה. צווישן אנדערע האט מען אויך גוזר געווען אז מען זאל נישט דרוקן קיין ספרים וועלכע זענען נתחדש געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, וויבאלד זיי פארמאגן פיל קבלה'דיגע מושגים, און אויך ווייל פיל פון זיי ענטהאלטן גאר שבתאי'שע רמזים. פערציג רבנים פון איטאליע האבן אונטערגעשריבן די גזירות, און עס זענען אנגענומען געווארן אין אלע אידישע קהילות. אין בערלין איז ארויסגעקומען אן ענליכע גזירה, נישט צו דרוקן ספרים פון די פארגאנגענע זיבעציג יאר, דאס-מיינט פון יאר תכ"ה – דאס יאר פון דער התגלות פון שבתי צבי ימ"ש.

ביי חסידים איז אנגענומען אז עס האט געהערשט א קטרוג אין הימל אויפן דרך פון אריז"ל, ווייל די תורות און כוונות פון קבלה ברענגען נישט ארויס דעם למעשה'דיגן חלק פון דער עבודה. צוליב דעם האט מען געשיקט פון הימל די מעשה מיט שבתי צבי, וואס זאל ווייזן פארן דור אז עס איז נישט אזא פשוט'ע זאך. שפעטער איז געקומען דער הייליגער בעל-שם-טוב און מתקן געווען דעם ענין, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט דעם דרך פון אריז"ל אויף למעשה.)

די מתנגדים פונעם ספר
אצינד לאמיר צונעמען און זען וועלכע גדולים עס האבן זיך קעגנגשטעלט דעם ספר, און ווער עס האט יא מחשיב געווען דעם ספר.

אין ציצת נובל צבי שרייבט דער מחבר אז אין חמדת הימים ווערט אויף יעדן דף דערמאנט רמזים פון שטות איבער שבתי צבי ימ"ש.

אויך דער יעב"ץ (חלק ב' סימן פג) שרייבט צו זיין תלמיד:
אבל מה ענין ספר מירוס חמדת הימים לדברי חכמי המשנה קדושי עליון אבות העולם, אך דבר זה יצא מפי איש הרוח העזתי המזוהם ומטונף בצואה רותחת, על האשפה ההיא בנה כמוש טירות כזב של ספרו מקור משחת, לא מהם ולא מהמהם ולא בהם נחת, ה' ישמור רגלי חסידיו מלכד בפחת והיה מקום איתי להאריך בזה אלא שאין פנאי...

אין אידישע איבערזעצונג:
אבער וואס איז דער שייכות פון דעם ספר חמדת הימים צו די רייד פון די חכמי המשנה קדושי עליון? דער ספר איז ארויס פון דעם לופטיגן מויל פון דעם עזתי, דער שמוציגער פון צואה רותחת. אויף די מיסט האט ער געבויט זיינע פאלשע בנינים פון זיין ספר וועלכער איז פון א מושחת'דיגן מקור. נישט פון דעם קען מען געפינען נחת, דער אויבערשטער זאל אפהיטן די טריט פון זיינע קנעכט פון ווערן אריינגעכאפט אין דעם נעץ. איך האב נאך געוואלט מאריך זיין דערמיט אבער איך האב נישט קיין צייט...

ווער איז טאקע דער מחבר?
אין ספר כבוד חכמים (ירושלים תרנ"ו) איז ער מחולק מיט דער השערה פון רבי יעקב עמדין, און ער טענה'ט אז דער ספר איז נישט פון נתן העזתי. אין ספר חמשה מאמרים (הרה"ק ממונקאטש זצוק"ל) איז פאראן דארט א מאמר "משיב מפני הכבוד", דארט ענטפערט ער בנוגע דעם חמדת הימים אז עס קען זיין אז דער מחבר איז געווען א הייליגער מענטש אבער עס איז נישט קיין ספק אז עס איז דארט אריינגעפאלן זאכן וואס טויגן נישט. צווישן אנדערע ברענגט ער אראפ וואס עס שטייט דארט אויף די כוונות פון פסח, אז דער בכור בן הצנועה איז נתגדל געווארן איז ליל התקדש חג הפסח און דערנאך איז נשפך געווארן זיין בלוט בעצם היום וכו', אז עס איז א רמז אויפן אותו-איש ימש"ו, וועלכער איז גע'הרג'עט געווארן אום פסח, און ער רופט אים אן "בן הצנועה", ווייל דער אותו-איש איז געבוירן געווארן דורך א זינד פון זיין מאמע און די נוצרים שעמען זיך דערמיט, דעריבער שרייבן זיי אז ער איז א "בן הצנועה" עפ"ל.

אין תעלימות ספר (א. יערי) איז ער משער אז דער מחבר איז רבי בנימין הלוי, דער מקובל פון צפת, א תלמיד פון רבי חיים וויטאל, דער תלמיד פונעם אר"י-הק'. ער בויט זיין סברה אויף דעם וואס אלע ספרים פון רבי בנימין זענען באזירט אויף דעם ווארט חמדה, צום-ביישפיל: "חמדה גנוזה", "חמדת הלבבות", "ארץ חמדה", "מחמד עין", "חמדת ישראל" און נאך. דאס איז אבער נאר א השערה, וואס האט נישט קיין קראנטער מקור אדער יסוד.

אנדערע השערות זענען פאראן אז דער מחבר איז רבי חייא דיין, פון די רבנים פון איטאליע, וועלכער האט מרמז געווען זיין נאמען אינעם נאמען פון ספר. רבי חייא איז צוערשט געווען אן אנהענגער פון שבתי צבי, און האט שפעטער צוריקגעצויגן, ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל. אינצווישן זענען זיינע חיבורים פארלוירן געווארן און ער האט נישט געקענט מבאר זיין די שבתאי'שע שטיקלעך, אדער האט ער יא געקענט, אבער וויבאלד די שירים און מאמרים זענען מעורר אידישע קינדער האט ער נישט געפונען פאר וויכטיג זיי צו מבאר זיין, טראצדעם וואס ער האט געוואוסט ווער דער מחבר דערפון איז.

עס זענען פאראן אזעלכע וואס טענה'ן אז עס קען נישט זיין אז דער גאנצער ספר איז נתחבר געווארן דורך נתן העזתי, ווייל עס זענען פאראן דערין שטיקלעך וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומען פון נתן. צום ביישפיל, עס ווערט דארט געברענגט אז דער מחבר האט זיך מפלפל געווען מיט מהר"ש הלוי, און דער מהר"ש הלוי איז נפטר געווארן איידער נתן איז געבוירן געווארן... עס זענען דעריבער דא וואס האלטן אז נתן האט אנגעהויבן מיט דעם חיבור און אן אנדער חכם האט עס צוגעענדיגט, אדער אז דער חיבור קומט נישט פון נתן נאר עס זענען אריינגערוקט געווארן שטיקלעך פון נתן העזתי.

ברענגען דעם ספר
עס זענען פאראן אויפן ספר פיל מימינים און מישמאלים. עס זענען דא וועלכע טענה'ן אז מען טאר נישט לערנען דעם ספר; אנדערע, ווידער, זענען נישט חושש דערין און שרייבן אז עס איז א גוטער ספר.

אין סידור "חסד לאברהם", פון רבי אברהם טוביינא זצ"ל, וואס איז געבויט אויף כוונת האר"י, ברענגט ער פיל אראפ דעם ספר חמדת הימים. אויך אין סידור "עבודת תמיד", פון רבי אלישע חבילייוו זצ"ל, ברענגט ער אים אראפ, אבער צום סוף איז ער זיך מתנצל און שרייבט אז אצינד איז ער געוואויר געווארן אז דער בעל חמדת הימים איז געווען חשוד בנגע הצבי, און ער האט חרטה פארן אראפברענגען זיינע רייד.

קובע זיין א שיעור
למעשה ברענגט אים אראפ דער מקדש מלך אויפן זוהר איבער פופציג מאל, ווי אויך דער משנת חסידים ברענגט אים אראפ און פסק'נט להלכה ווי אים, כאטש עס איז קעגן שולחן ערוך. אויך ברענגען אים אראפ דער חיד"א, רבי חיים אבואלעפיא, דער חתם-סופר, רבי אהרן קארלינער און נאך.

דער יסוד ושורש העבודה שרייבט אז דער ספר חמדת הימים איז ראש וראשון לכל ספרי המוסר, דערנאך קומט דער ספר ראשית חכמה און דערנאך אלע אנדערע מוסר ספרים. ענדליך ברענגט דער בעל שמן משחת קודש אין דער צוואה פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן קובע זיין א שיעור אין ספר חמדת הימים און ראשית חכמה.

עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן געהייסן לערנען דעם ספר חמדת הימים, זאגנדיג אז מען קען נישט שפירן קיין טעם אין שבת און יום טוב אן לערנען דעם ספר.

דער חמדת הימים איז זיך נוקם
רבי חיים פלא'גי שרייבט אז ווען עס זענען ארויסגעקומען עוררים אויפן חמדת הימים, איז אנגעקומען פון ארץ-ישראל קיין איסקאפה, טערקיי, א שד"ר מיטן נאמען ר' שבתי ווינטוריי. דער מנהג דארט איז געווען אז ווען אן אדם גדול האט באזוכט די שטאט האבן אלע איינוואוינער אים באגלייט אויפן וועג צוריק, און וויבאלד דער בית-החיים האט זיך געפונען אינדרויסן פון שטאט האט דער ציבור זיך דאן משטתח געווען אויף קברי צדיקים.

ווען ר' שבתי איז דורכגעפארן דעם בית-החיים און זיך משטתח געווען אויף די קברים, האט מען אים געוויזן אויף אן ארט אז עס איז מקובל אז דא ליגט דער חמדת הימים. הערנדיג דאס האט ער געגעבן א מאך מיט דער האנט, ווי איינער וואס זאגט אז עס איז נישט אינטערעסאנט. פון דארט איז ער ווייטער געפארן.

ארויספארנדיג פון שטאט איז ער אראפגעפאלן פון אייזל און זיך צובראכן די האנט. ר' שבתי האט געהאלטן אז דאס איז א קפידה פונעם חמדת הימים, און איז צוריקגעפארן צו דעם קבר, אים איבערגעבעטן און זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג אכצן קאפיטלעך תהילים לעילוי נשמתו.
מיט יארן שפעטער איז ר' שבתי'ס זון, ר' אברהם, אנגעקומען קיין איסקאפה, און אין דער ערשטער נאכט פון זיין באזוך איז ער נסתלק געווארן. נאך דער לוויה האט מען באמערקט אז מען האט אים באהאלטן נעבן דעם חמדת הימים. דאן האבן זיך די זקנים דערמאנט אין דער מעשה, און באוואונדערט ווי די השגחה האט צוגעפירט אז זיין זון זאל ליגן נעבן דעם חמדת הימים.

אשכנזים און ספרדים
צווישן די אשכנזים האט מען זיך על-פי-רוב צוריקגעהאלטן פון לערנען אין חמדת הימים. הגם עס זענען פאראן פון די תלמידי הגר"א וועלכע ברענגען אים אראפ, און עס זענען אויך פאראן השערות אז דער גר"א אליין האט זיך פארלאזט אויף אים אין זיינע פסקים, האבן רוב אשנז'ישע גדולים זיך דאך צוריקגעהאלטן פון לערנען דעם ספר. דאקעגן צווישן ספרדים ברענגען רוב גדולים יא אראפ דעם חמדת הימים.

עס איז אינטערעסאנט צוצוברענגען וואס איינער פון די גדולי ספרד, רבי יהודה פתייה זצ"ל, שרייבט, אז איינמאל, פארן גיין שלאפן, האט ער מעיין געווען אין ספר חמדת הימים, מגילת אנטיוכוס, און אין חלום האט מען אים מגלה געווען אז דער מחבר פון ספר חמדת הימים איז געווען א רשע.

אונטערן טיש
צווישן די חסיד'ישע גדולים הערשט א צעמישעניש אין דעם ענין, און עס איז נאכנישט געהעריג אויסגעפארשט געווארן.

אין שבחי בעל-שם-טוב ווערט געברענגט אז דער מחבר איז געווען ביים תולדות אויף שבת, און האט דארט געהערט אז דער בעל-שם-טוב איז געווען אויף שבת פרשת נח אין שאריגראד. מוצאי שבת האט דער בעל-שם-טוב זיך געפירט צו זאגן אלע זאכן וואס ער האט געזען יענע וואך אויבן אין הימל. יענע וואך האט ער געזאגט אז אין דער פארגאנגענער וואך איז נסתלק געווארן דער מעשה רוקח, דער רב פון אמסטערדאם. דערנאך האט דער בעל-שם-טוב געזאגט ווי פאלגנד: "דעם קומענדיגן יאר וועט ארויסקומען א נייער ספר, דער נאמען פון דעם ספר ווייס איך נאכנישט ווייל עס האט נאכנישט קיין נאמען. דער מחבר פונעם ספר איז איינער פון כת-ש"ץ ימ"ש. עס וועט זיין געשריבן אויף א געשמאקער שפראך און מענטשן וועלן עס גלייכן און דאס וועט אראפברענגען א טמאה אויף דער וועלט."

יענעם יאר איז ארויסגעקומען דער ספר "חמדת הימים". רבי יואל, דער מגיד פון נעמירוב, האט געקויפט דעם ספר. איינמאל איז דער בעל-שם-טוב געווען אין נעמירוב ביי רבי יואל'ן, און זעענדיג דעם ספר האט ער געזאגט: "א ספר פסול ליגט אויף דיין טיש?" דער בעל-שם-טוב האט דאן גענומען א שמוציגע שמאטע, איינגעוויקלט דעם ספר דערין און עס געלייגט אונטערן טיש.

די מעשה איז נישט מדיוק, ווייל דער מעשה רוקח איז נסתלק געווארן אין יאר תק"ב, בעת דער חמדת הימים איז געדרוקט געווארן אין יאר תצ"א, איבער צען יאר פריער.

דער שמד חלום
נאך ווערט געברענגט אין שבחי בעל-שם-טוב, אז איינמאל האט דער בעל-שם-טוב גע'חלומ'ט אז איינער פון זיינע תלמידים וועט זיך שמד'ן רח"ל. דער חלום האט זייער באזארגט דעם בעל-שם-טוב, האט ער גענומען נאכזוכן ביי זיינע תלמידים, ביז איינער פון זיינע תלמידים, רבי אליעזר פון טאניספאלי (וועלכער איז, אגב, געווען א שארפער לוחם קעגן כת ש"ץ) האט אים געזאגט אז ער האט מעיין געווען אין ספר חמדת הימים איידער ער איז געגאנגען שלאפן, און דער בעל-שם-טוב האט געזאגט אז דאס איז דער פשט פון דעם חלום.

חסידי'שע רביים מיטן חמדת הימים
פון דער אנדערער זייט איז באקאנט אז דער בעל תיקוני שבת, וועלכער איז געווען מקורב צו חסידי'שע רבי'ס, ברענגט דעם ספר חמדת הימים עטליכע מאל. אויך דער בית אהרן פון קארלין ברענגט אים, און דער מקדש מלך, אויף וועלכן דער בארדיטשובער רב זצוק"ל גיבט א הסכמה, שרייבט נאך פון חמדת הימים. ווען הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל פלעגט לערנען אינעם ספר מקדש מלך האט ער אויסגעלאזט יעדן שטיקל וואו עס איז געווען דערמאנט דער חמדת הימים, זאגנדיג "בהדי הוצא לקי כרבא".

אין ספר תורת חיים (מהרה"ק ר' חיים מקאסוב זצוק"ל), ברענגט ער א שטיקל פון מקדש מלך, בנוגע יום-טוב שני של גליות. דער מקור דערפון איז פונעם חמדת הימים, אבער דער תורת חיים שרייבט נישט ארויס אז עס קומט פונעם חמדת הימים. פון איין זייט זעט מען אז דער תורת חיים ברענגט פון דעם ספר, אבער פון דער צווייטער זייט דערמאנט ער נישט דעם חמדת הימים.

עס וועט זיין א ליצנות
ווי באקאנט זענען פאראן דריי סידורים פונעם אר"י הק': סידור אר"י לר' שבתי, סידור אר"י לר' קאפיל, און סידור אר"י שתיקן ר' אשר (פון די חכמי בראד).

ווען מען האט געדרוקט דעם סידור אר"י פון ר' אשר, איז מען געקומען צום עטרת צבי אז ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף. בלעטערנדיג אין סידור האט ער געזען ביי תשליך א תפילה וואס איז גענומען פון ספר חמדת הימים, האט ר' הערשעלע געזאגט אז מען זאל נישט אריינלייגן די תפילה, ווייל אויב יא וועט עס זיין א ליצנות. למעשה האבן די מדפיסים יא אריינגעלייגט די תפילה, און הפלא ופלא, צום סוף פון דער תפילה שטייט "יהיו לרצון אמרי פי", אבער דא איז בטעות ארויסגעפאלן דער ר' פון "לרצון", און עס איז אויסגעקומען "לצון". די קפידה פונעם עטרת צבי האט געשאדט און עס איז טאקע געווען א ליצנות...

היינט מעג מען עס שוין לערנען
עס איז מקובל אז א חסיד האט אמאל געפרעגט דעם עטרת צבי פון זידיטשוב אויב ער זאל קויפן דעם חמדת הימים, און דער עטרת צבי האט אים געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. יארן זענען אריבער און דער חסיד האט נאכאמאל געוואלט קויפן דעם ספר, און צו זיין וואונדער האט דער רבי אים געגעבן ערלויבעניש עס צו קויפן. אויף זיין פראגע פארוואס אמאל האט ער עס נישט געלאזט קויפן און היינט לאזט ער יא, האט ר' הערשעלע געענטפערט אז עס איז אראפגעקומען א צדיק אויף דער וועלט, וועלכער איז א גלגול פונעם בעל חמדת הימים, און ער האט שוין מתקן געווען די נשמה פונעם חמדת הימים.

דאס זעלבע ווערט געברענגט פון הרה"ק משינאווא זצוק"ל אין נאמען פונעם ראפשיצער רב זצוק"ל, אז וויבאלד עס איז אראפגעקומען אויף דער וועלט א געוויסער צדיק מעג מען שוין לערנען אינעם חמדת הימים, ווייל יענער צדיק איז געווען דער גלגול פונעם חמדת הימים און ער האט שוין מתקן געווען זיין נשמה.

רבי חיים פאלא'גי, וועלכער פארטיידיגט שטארק דעם ספר חמדת הימים, שרייבט אז עס איז מקובל אז דער חיד"א האט געהאט א ניצוץ נשמה פון דעם חמדת הימים.

לדוד ה' אורי
א פרשה פאר זיך איז דער מנהג פון זאגן לדוד ה' אורי וישעי אין די טעג פון חודש אלול און תשרי. עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט, האלטנדיג אז דער מנהג שטאמט פונעם חמדת הימים. אזוי האט זיך געפירט כ"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל און דער מנהג ווערט נאך אנגעהאלטן ביי זיינע ממשיכים, די אדמור"י צאנז, באבוב. מאידך גיסא איז פאראן א שמועס פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז-קלויזנבורג זצוק"ל, אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט א זאך וואס שטייט נישט אין שלחן-ערוך, דערפאר זאגט מען נישט "לדוד ה' אורי" ווייל עס ווערט נישט אראפגעברענגט אין שלחן ערוך.

צווישן די צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט געפינען מיר דעם חוזה פון לובלין, אוהב ישראל מאפטא, זרע קודש מראפשיץ, יהודי הקדוש מפרשיסחא, הצדיקים לבית זידיטשוב, קאמארנא, ספינקא, ועוד.

הגה"צ רבי פנחס חיים טויב זצ"ל מראזלא שרייבט אין א בריוו אז ער איז אמאל געווען אין קארלסבאד, וואו עס האט זיך דאן געפונען הגה"צ מפאריסיב זצ"ל, און ער האט געהערט פון אים אז ער האט מקובל איש מפי איש פון זיין זיידן דער יהודי הקדוש אז ער האט נישט געזאגט לדוד, ווייל אזוי האט זיך געפירט זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, וויבאלד דער מנהג שטאמט פון ספר חמדת הימים. נאך האט ער צוגעלייגט, אז די צדיקים וואס האבן דאס יא געזאגט האבן זיכער נישט געוואוסט אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים, וויבאלד זיי האבן דאס געזען אין סידור אריז"ל, און זיי האבן געמיינט אז עס שטאמט פונעם אריז"ל; אבער דער אמת איז אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים.

באמת געפינען מיר שוין דעם מנהג נאך פארן חמדת הימים, אבער פון דעם אז מען זאל עס זאגן בציבור אין בית-המדרש איז דער חמדת הימים דער ערשטער מקור.

אנגענומענער ספר
רוב חסידי'שע גדולים ברענגען צו דעם חמדת הימים, צווישן זיי אדמור"י חב"ד, סאטמאר, זידיטשוב, גור, און נאך. כ"ק מרן אדמו"ר מהרמ"מ מליובאוויטש זצוק"ל האט געזאגט פאר איינעם וועלכער האט אים געפרעגט צי ער זאל לערנען אינעם חמדת הימים, דער רבי האט אים געענטפערט בלשון תמוה: "איר האט שוין אלעס געלערנט אז יעצט ווילט איר שוין דאס לערנען?".

אין ספר מושיען של ישראל ברענגט ער אראפ בשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, אז ער האט בקבלה פון זיין טאטע'ן אז דער מחבר פון ספר חמדת-הימים איז געווען אן איש קדוש. אין ספר ויגד משה ברענגט ער בשם דעם ברך משה זצ"ל אז ער האט געהאט א ספר חמדת הימים, בירושה פונעם ישמח משה זצוק"ל.

עס זענען פאראן וועלכע ברענגען אים אין ראשי-תיבות, ווי "חמדה"י", "חמד"י" אדער "חמ"י" און אפילו "ח"י" צי "חה"י". עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס ברענגען אים אן דעם נאמען פונעם ספר, נאר סתם "בספר אחד" א.א.וו.

אין גליון אור ישראל איז געווען געדרוקט עטליכע מאמרים איבער דעם ענין. ער קומט צו דער מסקנה אז דער ספר "חמדת הימים" איז א ליקוט פון עטליכע ספרים און דער מחבר האט נישט געקוקט פונקטליך פון וואו ער נעמט.

למעשה זענען פאראן פיל תפילות און מנהגים וועלכע מיר זאגן היינט פון וועלכע דער מקור איז דער חמדת הימים. אינ'אמת'ן אבער קען מען נישט פונקטליך וויסן, ווייל עס קען זיין אז דער חמדת הימים ברענגט עס סתם צו און דער מקור איז שוין א פריערדיגער.

סוף כל סוף איז דער ספר אנגענומען צווישן אידן אלס א הייליגער ספר, הגם עס זענען געווען וועלכע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען דערין (בעיקר די אשכנז'ישע גדולים).

די פרשה פונעם חמדת הימים איז נאך ווייט פון קלאר ווערן, מיר האבן דעריבער געברענגט נאר דעם אויבערפלאך מיט די דעת פון גדולי ישראל, מיר וועלן זיך דעריבער דא אפשטעלן און לאזן יעדן אננעמען לויט זיין מנהג.


הרב זיס, פארוואס זאגסטו נישט אז עס איז שוין פאראן אן אשכול איבער דעם חמדת הימים און דארט שרייבסטו שוין די גאצע אפהאנדלונג?!!!
viewtopic.php?f=54&t=5428

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 6:59 am

צוליב דעם האסטו מיר געמאכט אראפדרייען א האלבן בלאט?

אלענפאלס א דאנק פארן -איבערנעמען לייבי, און- צוצייכענען. (וואס איז דיין מיינונג, דעיס באלאנגט יא באזונדער?...)


און א ריזיגן דאנק פאר יואלי ווייס, איר האט עס געמאכט מיט מיר!
איך גיב שוין אפ מיין שטימע פאר אייך, טייערער ראה"ק לעבן...

אגב, וואס איז דער נאמען פונעם ספר "פי צדיק" אדער "שלשה שריגים" אדער גאר ביידע?
און ווי איך פארשטיי האט עס דער טשעטשנובער רב זז"ג בלויז איבערגעדרוקט. ווייל דער ביקסאד'ער שרייבט דא viewtopic.php?p=372988&sid=687b962ebe59db4572be98e39ab6a1f9#p372988 אז זיין טאטע האט עס מחבר געווען.
איז דאס ריכטיג?

(אגב, די קומענדיגע מאל וואס דו ביסט אויף דער יארכע, ביטע לאז מיר וויסן פארדעם...).

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 8:59 am

די ספר הייסט פי צדיק.

אין דעם ספר איז דא א קונטרס שלשה שריגים.

די ציעשינובער רב זז"ג האט עס געדרוקט פון זיין טאטן'ס כתבים.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:33 am

טאבאקא האט געשריבן:און א ריזיגן דאנק פאר יואלי ווייס, איר האט עס געמאכט מיט מיר!
איך גיב שוין אפ מיין שטימע פאר אייך, טייערער ראה"ק לעבן...
.


זייער גערן און א דאנק פאר דיין שטימע...

טאבאקא האט געשריבן:
אגב, וואס איז דער נאמען פונעם ספר "פי צדיק" אדער "שלשה שריגים" אדער גאר ביידע?
און ווי איך פארשטיי האט עס דער טשעטשנובער רב זז"ג בלויז איבערגעדרוקט. ווייל דער ביקסאד'ער שרייבט דא http://www.yiddishworld.com/forum/viewt ... f9#p372988 אז זיין טאטע האט עס מחבר געווען.
איז דאס ריכטיג?
.


סאדא באטל האט מיך שוין מקדים געווען, ותשח"ח לו

טאבאקא האט געשריבן:
(אגב, די קומענדיגע מאל וואס דו ביסט אויף דער יארכע, ביטע לאז מיר וויסן פארדעם...).


נו, גילוי...
וואס דארפסטו פון דארט? שאל ממנו ואתנה, בל"נ.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך ינואר 19, 2011 9:56 pm

kat.png

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מוצ"ש ינואר 22, 2011 11:28 pm

אזעלכע שטותים וואס דארט שטייט, האב איך שוין לאנג נישט געלייינט.

דוכט זיך אז עס גייט נישט דורך קיין צוויי שורות אן לגיונות.

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » מוצ"ש ינואר 22, 2011 11:53 pm

מר. זיס, ביטע צייכן וואספארא זאכן דארט זענען שטותים און לגיונות, און וואספארא אגענדע זאל איינער האבן דאס צו פארשפרייטן?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג ינואר 23, 2011 12:05 am

באמת וואלט איך בלויז געדארפט שרייבן עטליכע ווערטער, און דאס איז "קיין איין פאקט וואס דארט שטייט איז נישט אמת". נאר וויבאלד מען בעט וועל איך שרייבן בלויז עטליכע נקודות וואס קומט מיר יעצט אויפן געדאנק, און די איבעריגע זאל יעדער אליין אפלערנען...

דער שווער פון נתן העזתי איז געווען א גביר מיטן נאמען "שמואל ליסבונה" פון דמשק. אויף אים וואלט זיך געפאדערט א באזונדערע ארטיקל, מיט זיין בלינדן טאכטער וואס ער האט געגעבן פאר נתן העזתי, און ווי אזוי דער שידוך איז צושטאנד געקומען.

עס האט נישט עקזיסטירט אזא מענטש מיטן נאמען "אברהם היכין", נאר "אברהם היכיני", אבער ער איז נישט געווען דער שווער פון נתן העזתי. אויך איז ער קיינמאל נישט געווען מגיד אין איזמיר און נישט מחבר געווען קיין ספר מיטן נאמען "חכמת שלמה רבתי" - דאס איז א געמישאכץ איינס אין די וועלט.

אברהם היכיני איז געווען מגיד אין קאנסטונאטפול און געווען אן אנהענגער פון שבתי צבי. ער האט געפינען אן אזוי גערופענע אלטע מגילה, מיטן נאמען "מגילת התנינים" וואו דארט שטייט קלאר ארויס אז שבתי צבי איז משיח. דאס איז א לאנגע מגילה, און אויב דער עולם וויל וועל איך פון דארט צוטירן די גוטע שטיקלעך. נתן העזתי האט דערויף מחבר געווען א דרוש מיטן נאמען "דרוש התנינים" און צוגעלייגט דערצו א שיינער הקדמה, ערקלערנדיג ווער דער מחבר פונעם מגילה איז און ווי אזוי עס איז אנגעקומען צו רבי אברהם היכיני. (אז מען רעדט שוין, איז כדאי צוצולייגן אז רבי אברהם איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און שיינער פייטן. אויב וואלט ער זיך נישט משוגע געמאכט מיט שבתי צבי, וואלט ער מסתמא געווען פון די גרויסע און מען וואלט דערמאנט זיין נאמען מיט כבוד, נאר קוקט אויס אז מגלגלין חוב על ידי חייב).

אברהם מיכאל קורדוזו איז באקאנט איבעראל צווישן די היסטאריקער. אויף אלע הונדערט פראצענט איז ער קיין גוי קיינמאל נישט געווען, און איך ווייס נישט וועלכע פאנטאזיע האט געפירט דעם שרייבער אזוי צו זאגן. ער איז געווען פון די אנוסים פון ספרד וואס האט געהערט פון שבתי צבי און געקומען מיט מסירת נפש קיין איזמיר צו שבתי צבי. אויפן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אין וויניציע וואו ער האט זיך משלים געווען אין זיינע אידישע לימודים און געלערנט קבלה. אברהם מיכאל איז געווען פון די גרויסע שבתאים און פארשפרייט שבתי צבי'ס תורה. שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס מלך פון ספרד.

עד כאן אויפן מינוט, אויב איך וועל האבן צייט וועל איך מער מאריך זיין.

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » זונטאג ינואר 23, 2011 12:09 am

דאנקע שעהן

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » זונטאג ינואר 23, 2011 1:04 am

זיס האט געשריבן:אזעלכע שטותים וואס דארט שטייט, האב איך שוין לאנג נישט געלייינט.

דוכט זיך אז עס גייט נישט דורך קיין צוויי שורות אן לגיונות.


נו שוין, מסתמא די ווערק פון א טיטשער. (קיינמאל נישט געעפנט מויל און אויערן ביים הערן די קינדער נאכזאגן מדרשים פוןן די טיטשערס?...)

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג ינואר 23, 2011 11:21 am

זיס האט געשריבן:אברהם היכיני איז געווען מגיד אין קאנסטונאטפול און געווען אן אנהענגער פון שבתי צבי. ער האט געפינען אן אזוי גערופענע אלטע מגילה, מיטן נאמען "מגילת התנינים" וואו דארט שטייט קלאר ארויס אז שבתי צבי איז משיח. דאס איז א לאנגע מגילה, און אויב דער עולם וויל וועל איך פון דארט צוטירן די גוטע שטיקלעך.

וואספארא פראגע? ווער וויל דען נישט?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג ינואר 23, 2011 1:36 pm

נענתי לך:

אט ברענג איך אראפ די גוטע שטיקלעך פון די מגילה, אז דער עולם וועט וועלן וועל איך אפשר אראפבענגען די גאנצע כמות שהיא.

איך וועל נאר דא מקדים זיין, אז אברהם היכיני איז באמת געווען א גאון עולם, און א שטארק אנגענומענע גדול, אפילו די מתנגדי הש"צ האבן זיך צו אים באצויגן בדרך כבוד און מיט רעספעקט. למעשה האט ער זיך אריינגעלאזט אינעם פלאנטער פון שבתאות, און אפילו נאכן שמד האט ער נישט צוריקגעצויגן. אויב וואלט ער נישט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין די מקומות, וואלט ער גאנץ זיכער אנגעקומען פיל ווייטער. אויב דער עולם וועט וועלן, וועל איך אראפברענגען א פולן באשרייבונג אויף אברהם היכיני, ווער ער איז געווען און וואס זיינע ספרים זענען געווען.

אצינד צו די מגילה:

דער מגילה, האט רבי אברהם גע'טענה'עט אז ער האט געפינען אויף א פארבראגענעם פלאץ. למעשה האט ער קיינעם נישט געוואלט ווייזן די ארגענעלע מגילה, זאגנדיג אז נישט יעדער איינער האט די "זכיה" צו קענען זען אזא הייליגע מגילה. כדי מען זאל אים גלויבן האט ער געזאגט אז ער האט געוויזן די מגילה פאר זיין אלטן פאטער און פאר נאך עטליכע פריינט (ער האט נישט אנגעגעבן וועלכע...). אזויפיל האט ער יא געטאן אז ער האט מעתיק געווען פון דער מגילה און עס פארשפרייט פארן ציבור, כדי מען זאל זען די מורא'דיגקייט פון די ווערטער.

פאלגנד איז א ציטאט פון דער מגילה:

"ואני אברהם, אחר אשר הייתי סגור ארבעים שנה, ואני מצטער על כוח התנין הגדול (סמאל הרשע) הרובץ בתוך יאורי מצרים, ומתי יהיה קץ הפלאות. והנה קול קורא, דע כי בן נולד למרדכי צבי בשנת ה'שפ"ו, ויקרא שמו שבתי, והוא יכניע את התנין הגדול, ויקח כח הנחש בריח ונחש עקלתון. והוא המשיח האמתי ויבוא בלא ידים למלחמה עד שיעלה חמור בסולם, ומלכותו לנצח נצחים עד עולם, בלתו אין גואל לישראל, עמוד על רגליך ושמע את כוח האיש הלזה, והוא דל ורזה, אהובי חביבי כבבת עיני וקירות לבי ע"ם ב"ל מש"ה ע"ם ר"ם והוא ישב על כסאי כי יד על כס קה. ואני משתומם על המראה הזה, והנה איש לפני. ומראהו כעין נחושת קלל ממראה מתניו ולמטה, ונוגה לו אש סביב, וממראה מתניו ולמעלה כעין הבדולח וכעצם השמים לטוהר. ויקרא בחיל: "קטר קטרין ושרי קרבא ועביד ארבא מטול דלא אשתכח זוודין." ותרדמה גדולה נפלה עלי, והנה אימה חשכה גדולה בכל ארץ מצרים. ויבואו האנקה והכח ויוציאו אור גדול אור חביון עזו. והנה איש, אמה על אמה מידתו וזקנו אמה ופרמשתיה אמה וזרת, וקורנס בידו, עוקר הר גדול שהוא ששים רבוא. והאיש הלזה עלה לראש ההר, ושם גומה גדולה מגעת עד תחתית ההר, ויפול בתוכה. ויאמר לי: "המראה אשר ראית אל תצטער עליו, כי עתה תראה כח האיש הזה.

"ומרוב הצער לא יכולתי להתאפק עוד, ונרדמתי. ולא ראיתי עוד מראה עד חודש ימים. אז בא אלי האיש הנורא ויאמר אלי: "בני, כמה כחך גדול שאני מגלה לך דברים שאינם יודעים אפילו מלאכי-השרת. ועתה כתוב המראה וטמנה בכלי-חרס, למען יעמוד ימים רבים. ודע לך, כי האיש שאמרתי לך יטרח הרבה למען יידע אמונת שמים, ועליו נתנבא חבקוק הנביא 'וצדיק באמונתו יחיה'. כי ימים רבים יעבדו ישראל ללא אלוהי אמת, והוא יחזיר עטרה ליושנה. ובני דורו יעמדו עליו בחרופים וגידופים, ואינון ערב רב בנהא דלילית יותרת הכבד ואינון רישי וחכימי דרא והוא יפליא לעשות דברים נוראים, וימסור עצמו על קדושת השם לעשות רצון קונו.

"ברם זכור אותו האיש לטוב שמו יצחק שילמוד ממנו הנהגות גדולות לעבוד את ה' ומבן חמשה ששה שנים יתן את גופו כשור לעול וכחמור למשאוי לעבוד את ה' ושכינתא דאתגלייא ביננא יראה אליו חלום והוא בן ששה שנים בשלהבת ויעשה לו מכוה בעור במקום התורף וחלומות יבהלוהו ולא יודיע דבר לבני אדם ויתחברו אליו בני זנונים להכשילו ויכו אותו והוא לא ישמע אליהם ואינון בני נעמה נגעי בני אדם ותמיד ירדפוהו להטעותו."

און איך אברהם, נאכדעם וואס איך בין געווען פארשפארט פערציג יאר, און איך האב זיך מצער געווען אויף דעם כוח פון דעם גרויסן שלאנג (סמאל הרשע) וועלכער געפינט זיך אין די טייכן פון מצרים, און ווען עס וועט זיין דער וואונדערליכער קץ, האב איך אט געהערט ווי א קול רופט: "זאלסט וויסן אז עס איז געבוירן געווארן א זוהן צו מרדכי צבי, אין יאר ה'שפ"ו, און ער וועט הייסן שבתי, און ער וועט מכניע זיין דעם גרויסן שלאנג און צונעמען זיין כח, און ער איז דער אמת'ער משיח. ער וועט קומען אן קיין כח פון הענט אין מלחמה און וועט מצליח זיין ביז אן אייזל וועט ארויפגיין אויף א לייטער... און זיין קעניגרייך וועט זיין אויף שטענדיג, אויסער אים איז נישטא קיין אויסלייזער פאר די אידן. שטיי אויף דיינע פיס און הער דעם כוח פון דעם מענטש, ער איז שלאנק און הויך, ער איז מיין טייערער פריינט, דאס שווארצאפל פון מיין אויג און מיין הארץ, ע"ם ב"ל מש"ה ע"ם ר"ם (א רמז אויף בלעם און משה רבינו), און ער וועט זיצן אויף מיין שטול, כי יד על כס קה."

אט איז אין אידיש:

איך וואונדער מיך אויף דער מראה, און אט זע איך פאר מיר א מענטש, פון זיינע לענדן און אראפ איז געמאכט פון קופער, ארום אים גייט א פייער, און פון העכער זיינע לענדן איז פון קלארע קריסטאל ווי דער הימל, און ער רופט אויס אין דער לופט: "קטר קטרין ושרי קרבא ועביד ארבא מטול דלא אשתכח זוודין." (?) און א גרויסער שלאף איז געפאלן אויף מיר, און אט איז א שרעקליכע טונקלקייט אויפן גאנצן לאנד מצרים. און עס איז געקומען די גרויסע אנקה מיט דעם כח און האט ארויסגעגעבן א געוואלדיגער אור און א ליכטיגקייט.

און אט זע איך א מענטש, גרויס אן אמה אויף אן אמה, און זיין בארד איז אויך גרויס אן אמה. א האק ליגט אין זיין האנט, און ער רייסט ארויס א בארג גרויס ששים ריבוא. דער מענטש גייט ארויף אויפן בארג, און דארט איז פאראן א טיפער גרוב, ביזן אפגרונד פונעם בארג, און ער איז אריינגעפאלן אהין, און האט מיר געזאגט: "זיי דיך נישט מצער אויף דער מראה, ווייל אצינד וועסטו זען דעם כח פון דעם מענטש."

פון גרויס צער האב איך מיך נישט געקענט באהערשן און איך בין איינגעשלאפן. זינט דאן האב איך נישט געזען קיין מראה פאר א חודש צייט. דאן איז געקומען דער מורא'דיגער מענטש און מיר געזאגט: מיין זוהן, ווי גרויס איז דיין כוח אז איך בין דיר מגלה זאכן וואס אפילו די מלאכי השרת ווייסן נישט דערפון. אצינד שרייב אפ די מראה און לייג עס אין אן ערדענער כלי, כדי זי זאל שטיין לאנגע טעג. דו זאלסט וויסן אז דער מענטש וואס איך האב דיר געזאגט וועט זיך פיל מוטשען כדי צו וויסן די ריכטיגע אמונה, און אויף אים האט חבקוק עדות געזאגט "וצ'דיק ב'אמונתו י'חיה" (די ראשי תיבות פון צב"י). ווייל אסאך טעג וועלן די אידן דינען אן א ריכטיגער ג-ט, און ער וועט צוריקשטעלן דער קרוין צו איר אלטער שיינקייט. און די מענטשן פון זיין דור וועלן אים שעלטן; זיי זענען פון די עירב-רב וועלכע וועלן זיין די הויפטן פון דור. ער וועט ווייזן וואונדערליכע, מורא'דיגע זאכן, און וועט זיך מוסר-נפש זיין אויף קידוש השם.

עס זאל געדענקט ווערן צום גוטן דער מענטש יצחק, פון וועמען איך האב געלערנט גרויסע הנהגות אין עבודת-השם, און ער איז אלט געווען זעקס יאר. עס וועלן זיך באהעפטן צו אים שלעכטע מענטשן וועלכע וועלן אים וועלן מאכן זינדיגן, זיי וועלן אים שלאגן און מען וועט אים מאכן א ברי אין זיין פלייש, און חלומות וועלן אים דערשרעקן. אבער טראצדעם וועט ער זיך נישט צוהערן צו זיי, ווייל זיי זענען פון די בני-נעמה און אלעמאל וועלן זיי אים רודפ'ן כדי צו שטרויכלען.

ביז דא איז פון די מגילה.

די מגילה שפינט זיך ווייטער מיט דמיונות און שטותים וואס לאזן זיך נישט גלויבן, צווישן זיי א גאנצע מעשה ווי אזוי די גאולה וועט צוגיין מיט פאנטאסטישע הימלישע פאסירונגען.

ווי עס דערקענט זיך קלאר האט ער אריינגעלייגט רמזים איבער שבתי צבי, סיי איבער זיינע יסורים און צער, און סיי אז די ראשי-העדה, וועמען ער רופט אן "עירב-רב", האבן אים גע'רודפ'ט, מיינענדיג דערמיט די חרמות פון די רבנים פון איזמיר, סאלוניקי און קאנסטאנטינאפל. די מעשה מיט דער ברי וואס ער דערמאנט צום סוף איז געווען ווען שבתי צבי איז אלט געווען זעקס יאר, און אראבישע קינדער האבן זיך געטשעפעט מיט אים און אים אפגעבריט מיט א גרויסער הייסער אייזן. שבתי צבי האט געליטן דערפון א גאנץ לעבן; עס איז אפילו פאראן א טעאריע אז דאס האט צוגעברענגט זיינע גייסטיגע פראבלעמען.

איין זאך איז זיכער, אז דער שרייבער און פאנטאזירער פון דער מגילה, רבי אברהם היכיני פון קאנסטאנטינאפל (מסתמא), האט דורכגעליינט דעם ספר "קה קנה" פון רבי שלמה מולכו, דער תלמוד פון דוד הראובני, וועלכער האט געלעבט מיט צוויי הונדערט יאר פאר שבתי צבי. דארט שילדערט ער בערך די זעלבע מראה, פארשטייט זיך אן די נעמען און רמזים אויף שבתי צבי. דוד הראובני האט זיך אויך אנגעגעבן אלס משיח אין זיין צייט, זאגנדיג אז ער איז פון די עשרת השבטים און קומט אלס שליח אויסצולייזן די אידן. דוד'ס תלמיד, שלמה מולכו, איז געווען זיין ממשיך, ביז ער איז פארברענט געווארן על קידוש-השם דורך דער פארשאלטענער אינקוויזיציע הי"ד.

דרוש התנינים
אויף דער מיסטעריעזער מגילה האט נתן הנביא געמאכט א גאנצן פירוש על פי קבלה, באזירט אויף העכערע סודות התורה. ער ווארפט דארט צוזאמען הויכע מושגים אין קבלה אויף א ווינדערליכע פארנעם, אלעס באזירט אויף די ווערטער פון די מגילה. דער מאמר איז געדרוקט געווארן פארן ציבור אונטערן נאמען "דרוש התנינים" (דער דרוש פון די שלענג). נתן האט אפילו געמאכט א שטיקל הקדמה צו דעם דרוש, וואו ער שרייבט ווער עס איז געווען אברהם, דער מכלומר'שטער שרייבער פון דער מגילה:

"דע כי זה אברהם היה חסיד גדול בימי ר' יהודה החסיד זלה"ה, ונסגר מ' שנה והיה אוכל חילין בטהרה, ולא היה רואה לא פני אדם ולא פני אשה, ובכל ראש-חודש היה נכנס לבית-המדרש והיה לבין האנשים פרוכת אחד כדי שלא יראה פני אדם, והיה דורש סודות התורה, ואחר מ' שנה ראה את המראה הזאת, ואתה אפרשנה בעזהי"ת."

אצינד אין אידיש:

איר זאלט וויסן אז דער אברהם איז געווען א גרויסער חסיד אין די צייטן פון ר' יהודה החסיד (וועלכער האט געלעבט אין דער צייט פון די חסידי אשכנז), און ער איז געווען פארשפארט פערציג יאר און געגעסן חילין בטהרה, און ער האט נישט געזען קיין שום מענטש און קיין שום פרוי. יעדן ראש-חודש איז ער אריינגעקומען אין בית-המדרש, און עס איז געווען צווישן אים און די מענטשן א פרוכת כדי ער זאל נישט זען קיין מענטש, און ער האט גע'דרש'נט סודות התורה. נאך פערציג יאר האט ער געזען די מראה, און אצינד וועל איך דאס ערקלערן בעזהי"ת.

דערנאך זעצט ער פאר מיט דעם דרוש אויף דער מגילה, וואס איז געדרוקט געווארן פארן באנוץ פונעם ציבור. אידן איבער דער גארער וועלט האבן דאס געלערנט בדחילו ורחימו, נישט וויסנדיג אז די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון א מענטש מיטן נאמען רבי אברהם היכיני.

הרה"ק רבי יעקב ששפרוטש זצ"ל ברענגט אראפ דעם גאנצן נוסח פון דער מחזה אין זיין ספר ציצית נובל צבי. דערנאך שרייבט ער:

"אחר ימים נודע, שאברהם הנ"ל בראש הדברים הוא החכם כמוהר"ר אברהם היכיני מחכמי קוסטאנטינא, הוא שהיה בקשר עם שבתי צבי ונתן, ולא נודע מה עלה בדעתו של החכם הנ"ל שכולם מעידים עליו ועל חכמתו ודרשן עצום אשר אין כמוהו בקוסטאנטינא, ועל זה היו נגררים אחריו כל המון העם שבקוסטאנטינא, ולא היה יכולת ביד החכמים להענישו, והוא לא הודת בדברים ההם, ואך שבתאי הרשע הודה בפני בית-דין באנדרינופולי שהוא הטעה אותו בכזביו אלו, ולפי דעתי יד שניהם היו במעל ואין יתרון לאחד על חבירו."

אין אידיש:

שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז דער אברהם, וועלכער ווערט דערמאנט אין אנהויב פונעם בריוו, איז דער חכם מוהר"ר אברהם היכיני, פון די חכמים פון קאסטאנטינא, וועלכער איז געווען אין נאנטע פארבינדונגען מיט שבתי צבי און נתן. עס איז אומבאוואוסט פארוואס עס איז איינגעפאלן אזוינס פאר דעם חכם, וועמען אלע קענען אלס חכם און דרשן עצום צו וועמען עס איז נישטא זיין גלייכן אין קאסטאנטינא, און צוליב דעם האט זיך דאס גאנצע פאלק נאכגעשלעפט און די חכמים האבן אים נישט געקענט באשטראפן. ער האט נישט מודה געווען אינעם שקר, אבער שבתי דער רשע האט שפעטער מודה געווען פארן בית-דין אין אנדרינאפאלי אז רבי אברהם האט אים פארפירט מיט זיינע שקרים. איך מיין אז ביידנ'ס הענט זענען געווען שולדיג דערין, און קיינער פון זיי איז נישט מער ווי דעם צווייטן.

דער יעב"ץ ברענגט אז דער מגילה איז געשריבן געווארן דורך רבי אברהם חנניא, א מקובל פון חברון, דארט איז געשטאנען אנדערע נעמען און אנדערע דאטומען, און אברהם היכיני האט דאס קונצליך געפעלשט.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג ינואר 24, 2011 3:36 am

זיס האט געשריבן:נענתי לך:

אט ברענג איך אראפ די גוטע שטיקלעך פון די מגילה, אז דער עולם וועט וועלן וועל איך אפשר אראפבענגען די גאנצע כמות שהיא.

איך וועל נאר דא מקדים זיין, אז אברהם היכיני איז באמת געווען א גאון עולם, און א שטארק אנגענומענע גדול, אפילו די מתנגדי הש"צ האבן זיך צו אים באצויגן בדרך כבוד און מיט רעספעקט. למעשה האט ער זיך אריינגעלאזט אינעם פלאנטער פון שבתאות, און אפילו נאכן שמד האט ער נישט צוריקגעצויגן. אויב וואלט ער נישט אריינגעשטעקט זיין קאפ אין די מקומות, וואלט ער גאנץ זיכער אנגעקומען פיל ווייטער. אויב דער עולם וועט וועלן, וועל איך אראפברענגען א פולן באשרייבונג אויף אברהם היכיני, ווער ער איז געווען און וואס זיינע ספרים זענען געווען.

בבקשה, מחכים.
ועמך כולם צדיקים

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג ינואר 25, 2011 11:48 am

איך קום נישט אן צופיל מאריך צו זיין, עכ"פ וועל איך שרייבן בקיצור איבער רבי אברהם היכיני און ווער ער איז געווען.

ווער איז רבי אברהם היכיני?
רבי אברהם איז געווען דער מגיד משרים אין שטאט קאנסטונאנטפול, ער איז געווען א תלמיד פונ'ם רבי יוסף מטראני (א זוהן פונעם מבי"ט פון צפת), און מהר"י וועלכער האט געדינט אלס רב אין קאנסטאנטינאפל. רבי אברהם איז געווען א גרויסער תלמיד-חכם און זייער באליבט ביי די ארטיגע אידן, און האט געהאט א חוש מעורר צו זיין אידישע הערצער צו תשובה דורך זיינע דרשות וואס ער פלעגט כסדר געבן אלס מגיד אין שטאט. ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "הוד מלכות", וואס ענטהאלט הונדערט-און-פופציג מזמורים, די זעלבע צאל ווי דעם ספר תהילים. עס איז אויך פאראן פון אים א ספר מיטן נאמען "חופת אליהו" וואס פיל ספרד'ישע גדולים ברענגען אים אראפ. אויך האט ער מחבר געווען א גאונות'דיגע ספר אויף תוספתא, אבער עס איז פארלוירן געגאנגען מיט די צייט. ער איז אויך געווען א גרויסע מקובל, מחבר געווען פארשידענע חיבורים אויף קבלה, צווישן זיי "ספר רזי לי" און ספר "ווי העמודים" (נישט די באקאנטע), "ווי העמודים" איז א שטארק שבתאי'שע ספר, מיט פיל שבתאי'שע רמזים און געדאנקען.

זיין מיינונג אויף שבתאות
רבי אברהם איז געווען א הייסער שבתאי, אבער פארט האט ער אנגעקוקט שבתאות מיט אביסל אן אנדערן בליק ווי אנדערע שבתאים.

אין די צייטן פון שבתי צבי האט רבי אברהם זיך צוגעשטעלט צו שבתאות אויף אלע הונדערט פראצענט, און שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס "שלמה המלך", זאגנדיג אז ער פארמאגט די נשמה פון שלמה המלך און ווען ער (שבתי צבי) וועט נתגלה ווערן אלס משיח, וועט ער זיין שלמה המלך.

אפילו נאכן שמד האט רבי אברהם היכיני אנגעהאלטן זיין אמונה אין שבתי צבי, אבער דא האט ער געהאט אן אנדערע מיינונג ווי אנדערע שבתאים, און אפילו געפירט וויכוחים מיט זיי אין דעם ענין.

רבי אברהם האט געהאלטן אז שבתי צבי'ס שמד איז א ניסיון פון הימל, שבתי צבי האט זיך באמת קיינמאל נישט גע'שמד'ט נאר עס איז אזא אנבלענדעניש פון הימל צו זען אויב אידן וועלן ווייטער מיטגיין מיט שבתי צבי אדער נישט. רבי אברהם האט דאס פארגליכן מיטן עגל, ווען מען האט געזען משה רבינו אין הימל כאילו מלאכים פירן זיין בעטל און אז ער לעבט שוין נישט. רבי אברהם האט געהאלטן אז דאס איז דער ניסיון פון דור און מען מוז נאכגיין שבתי צבי אפילו ווען עס קוקט אויס פונדרויסן אז ער האט זיך גע'שמד'ט.

זיין מיינונג אין דעם ענין איז געווען גענצליך פארקערט פון אנדערע שבתאים, ובראשם פון נתן העזתי. זיי האבן געזאגט מיט א קלארקייט אז שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט און דאס איז גרויסע זאכן, ארויסצונעמען קליפות וואס זענען פארלוירן געווארן ביי די ישמעאלים. נתן העזתי האט כסדר געשריגן אז דאס איז גרויסע ענינים און סודות און שבתי צבי האט געטאן א הייליגע זאך מיטן זיך שמד'ן (עפ"ל), ער האט אפילו געהייסן אנדערע שבתאים אים נאכטון און זיך אויך שמד'ן. פון די אלע משומדים איז שפעטער געגרינדעט געווארן דער רעליגיע מיטן נאמען "דונמא" - דא איז אן אריכות פאר זיך, און עס איז נישט יעצט דער פלאץ דערפאר.

רבי אברהם האט אבער קלאר נישט אזוי געהאלטן. לויט זיין מיינונג האט שבתי צבי זיך קיינמאל נישט גע'שמד'ט. ער האט אויך אפגעהאלטן אנדערע שבתאים וואס האבן זיך געוואלט שמד'ן אזוי ווי שבתי צבי, און האט זיי אפגערעדט דערפון.

מיסטעריע ארום אברהם היכיני
רבי אברהם היכיני איז פארבליבן צווישן אידן ווי א מיסטישע פערזאן, עס איז זייער צומישט ארום אים און קיינער קען נישט הוגה דעת זיין אויף אים:

פון איין זייט ברענגט מען אים אראפ אין די ספרי קודש טראצדעם וואס ער איז געווען א שבתאי, בפרט דער ילקוט מעם לועז ברענגט אים זייער פיל אראפ. אפילו דער ציצת נובל צבי, דער גרעסטער לוחם אויף שבתאות דערמאנט אים בדרך כבוד, און אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן - ווען ער רעדט איבער די מגילת התנינים - שרייבט ער אז ער איז א תלמיד-חכם און ער פארשטייט נישט פארוואס ער האט געטאן אזא משוגעת.

מאידך גיסא: אפילו אין די צייטן וואס ער איז נאך געווען הייס אנגענומען ביי כלל ישראל, נאך איידער שבתי צבי איז ארויפגעקומען, האט ער שוין פארמאגט מאדנע זאכן. קודם כל איז וויכטיג צו באמערקן אז ער האט זיך מצרף געווען צו שבתי צבי, נאך גאנץ אין אנהויב, נאך פאר נתן העזתי האט געוויסט איבער שבתי צבי. אין יענע צייטן איז שבתי צבי נישט געווען באוויסט אין די וועלט און אין די שטעט וואו ער האט געוואנדערט האט ער געהייסן א משוגע'נער, קיינער האט אים נישט אנגעקוקט און מען האט חוזק געמאכט פון אים, אבער רבי אברהם - דער מגיד משרים אין שטאט - האט אין אים געזען א גרויסער מענטש.

די משוגע'נע חלומות
נאכמער; עס איז פאראן כתבי ידות פון רבי אברהם וואס מען האט קיינמאל נישט געדרוקט. די כבתי ידות זענען מאדנע באשרייבונגען און זאכן פון רבי אברהם, און דאס איז נישט געדרוקט געווארן פאר א סיבה, ווייל דער שיגעון דערפון איז אזוי גרויס אז עס איז שווער משיג צו זיין. איך וועל דא אראפברענגען צוויי חלומות וואס רבי אברהם שרייבט אז ער האט גע'חלומ'ט, און אויב די הנהלה באשליסט אז עס קומט נישט דא, זאלן זיי עס ביטע אויסמעקן: {פארמעקט}

בדרך לצנותא דע"ז, קען אפשר זיין אז בשעת רבי אברהם היכיני האט זיך מחיה געווען אין זיין חלום, איז דער קעמל געווען אין צווייטן צימער און געקייעט מיט א געשמאק די בלעטער פון זיין ספר אויף תוספתא... אזוי האט ער אים צורי-געלאזט... איך וויל נאר מוסיף זיין תוך כדי דיבור, אז אויב מען טאר נישט חוזק מאכן פון רבי אברהם, צי איך שוין צוריק... ווייל דער אמת איז אז עס איז זייער צומישט, גרויסע ברענגען אים אראפ פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט איז ער געווען א שבתאי מובהק, סא, איך ווייס נישט וואס צו זאגן...

חכמת שלמה רבתי
איך וויל דא קלארשטעלן, און אביסל צוריקציען פון וואס איך האב פריער געשריבן, אז דער בנות רחל שרייבער איז נישט לגמרי פאלש ווען זי שרייבט אז רבי אברהם היכיני האט מחבר געווען דער ספר "חכמת שלמה רבתי", הגם ער האט עס נישט מחבר געווען, אבער דאס איז א ספר מיט א פירוש אויף דער מגילת התנינים, און דער נאמען פונעם ספר "חכמת שלמה רבתי" נעמט זיך דערפון וואס שבתי צבי האט אים מכתיר געווען אלס "שלמה המלך" און וויבאלד ער האט געפינען די מגילה, הייסט דאס "חכמת שלמה רבתי". אבער עס איז אינטערעסאנט אז פון אלע ספרים וואס רבי אברהם האט מחבר געווען האט די שרייבערין אויסגעקליבן פונקט דער ספר, וואס נישט רבי אברהם איז דער מחבר דערפון.

לסיכום:
איך האב שטארק מקצר געווען במקום שאמרו להאריך, עס איז נאך דא פון אים פיל וואס צו רעדן און שמועסן, נאר די צייט יעצט איז אביסל אנגעשטרענגט, ברוך השם אז עס איז פאר געלט סיבות און פאר פאזעטיווע זאכן - דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן בעסער און שענער. עכ"פ לויט ווי עס קוקט אויס, איז רבי אברהם ממקורו געווען אן ערליכער (אויב מען מעג אזוי זאגן), נאר א היבש איינגערעדטער מענטש מיט פיל דמיונות און מאדנע זאכן, וואס צוליב דעם איז ער פארכאפט געווארן אין שבתאות. עס קען אפשר זיין אז די משוגעת'ן קומען שטענדיג מיט מיט א דזשיניעס קאפ, אזוי ווי אלע גרויסע קעפ זענען פיל מאל זייער מאדנע, און אזוי איז געווען רבי אברהם.

דאס אלעס שרייב איך נאר אויב מען מעג, ווייל עס איז זייער צומישט און מען קען נישט וויסן וואס דארט איז געווען מיט אים. עס איז נאך דא פיל מאריך צו זיין און יעדער קען מוסיף זיין כיד ה' הטובה.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג ינואר 25, 2011 1:23 pm

גרויסע ייש"כ רבי זיס

דיין וועג פון שרייבן איז אויסערגעווענליך נאכדערצו דו נעמסט נישט מסקנות געשאסן ווי רוב שרייבערס [הגם פאר קינד איז אזוי די אנגענומענע וועג צו רעדן צו זיי] נאר מיט גרויס צוריקגעהאלטנקייט

אויך ווייסטו פון לשונו ערך כלפי דעם ר אברהם?

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג ינואר 25, 2011 1:57 pm

עטליכע לשונות פון צדיקים אויף רבי אברהם היכיני:

א. דער באקאנטער ציצת נובל צבי וואס מיר האבן שוין פריער אראפגעברענגט, בזה"ל: החכם כמוהר"ר אברהם היכיני מחכמי קוסטאנטינא, הוא שהיה בקשר עם שבתי צבי ונתן, ולא נודע מה עלה בדעתו של החכם הנ"ל שכולם מעידים עליו ועל חכמתו ודרשן עצום אשר אין כמוהו בקוסטאנטינא, ועל זה היו נגררים אחריו כל המון העם שבקוסטאנטינא.

ב. אבות הראש חלק ב' אות ה', בזה"ל: כמו שכתב בספר חופת אליהו כ"י מהרב החסיד אברהם היכיני תלמיד הרב הגדול מהרימ"ט ריש פרשת וישב.

ג. ספר מקור חיים, על הלכות פסח, וז"ל: ראיתי להרב הנחמד, עמיתי בתורה, מוה"ר אברהם היכיני.

אויסער דעם זענען פאראן נאך צענדליגע ספרים וואס דערמאנען אים און ברענגן חידושי תורה פון אים. צווישן זיי איז פאראן: ספר יפה ללב (אויף פיל פלעצער), נפש היפה, ברכת מועדך לחיים, צדקה וחיים, נפש כל חי, יורה חטאים, וימהר אברהם, אבות הראש, ילקוט מעם לועז, ספר הפסגה, שבט מוסר, חוזה דוד מזמור, און נאך.

דער שם הגדולים פונעם חיד"א דערמאנט אים אויך.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 26, 2011 12:08 am

זיס האט געשריבן:אויסער דעם זענען פאראן נאך צענדליגע ספרים וואס דערמאנען אים און ברענגן חידושי תורה פון אים. צווישן זיי איז פאראן: ספר יפה ללב (אויף פיל פלעצער), נפש היפה, ברכת מועדך לחיים, צדקה וחיים, נפש כל חי, יורה חטאים, וימהר אברהם, אבות הראש, ילקוט מעם לועז, ספר הפסגה, שבט מוסר, חוזה דוד מזמור, און נאך.

צייכן ביטע אן, די ספרים וועלכע זענען נישט פאר-פאסט געווארן דורך די פלאג'י פאמיליע.
ועמך כולם צדיקים

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך ינואר 26, 2011 10:36 pm

כבוד הרב מביקסאד:
ביטע ערקלערט פארוואס איר זענט נישט צופרידן מיט די פאלאדזשי פאמיליע.

------------------------

זיס האט געשריבן:{פארמעקט}


די וועלט זאגט אז וואס מען טראכט בייטאג חלומ'ט מען ביינאכט.

נו אז מען זעהט וואו זיין קאפ איז געליגן, איז קיין וואונדער אז ער האט זיך טועה געווען אין ש"ץ.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך ינואר 26, 2011 11:44 pm

פארשריבן;

וואס האסטו געטאן? - לכבוד דיר האט מען פארמעקט א גוט שטיקל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 26, 2011 11:47 pm

יישר כח פארשריבן, מגלגלין זכות על ידי זכאי


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט